בלאט 1 פון 4

פרישע סערוויס: דענס אין די קרעטשמע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 9:21 am
דורך גרויזאמער
קול מיבאאאאאאשיירר.....

איר קוקט די קרעטשמע, און איר שפירט פלוצים ווי איר דרימלט איין? קיינער שרייבט נישט גארנישט? אלעס איז טויט?

"דענס אין די קרעטשמע" וועט אייך צושטעלן א פרייע טאנץ ארום און ארום די קרעטשמע, עס וועט נעמען אלעס ארום און כאפן א רקידה'לע מיט אייך, ווען איר טאנצט אינדערמיט.

פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 9:23 am
דורך גרויזאמער
אדער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 9:33 am
דורך גרויזאמער
ווי אויך וועט איר וועט בעזה"י קענען אנשטעלן די ספיד ווי שנעל די גאנצע קרעטשמע זאל טאנצן, געוואנדן לויט אייער גיסטע.

"דענס אין די קרעטמשע" "דענס אין די קרעטמשע" "דענס אין די קרעטמשע" "דענס אין די קרעטמשע" "דענס אין די קרעטמשע" "דענס אין די קרעטמשע"

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 9:49 am
דורך גרויזאמער
העלאו? דענס אין די קרעטשמע, גרויזאמער טאלקינג, האו קען איי העלפ יו?

- יא עטץ זענטס געווען אדווערטייזט אויף קול מ....

יא יא, וואס קען איך דיר העלפן.

- ס'טייטש? איך וויל זיך איינשרייבן פון די סערוויס פון דענס אין די קרעטשמע.

פיין. וואס איז אייער נאמען?

- יגר סהדותא.

או מיי, געב א קוק מיט וועם איך רעד. פיין דו דארפסט מיר שיקן א באשטעטיגונג פונעם דאקטער אז דו וועסט קענען מיטמאכן דעם ראוליקאוסטער וואס מיר שטעלן צו. און זאלסט אוודאי געדענקן אז דו מוזט זיך גוט צוסטראפן, עס איז שוין געווען פעלער ווען מענטשן זענען ארויסגעפלויגן פון די "דענס אין די קרעטשמע" און אראפגעטראסקעט דארט אונטן נעבן די "Powered by phpBB © 2001, 2005 phpBB Group", ווייסט וואס איך מיין?

- וואטעווער, איך שיק דיר דאס, יעצט וואס דארף איך טון?

אקעי, האסט א פעדער?

- אוי, דאס איז יענע מעשה ארויסצוקריכן מיט די חברה, איך נעם א פעדער, נו גאו עהעד.

שרייב אפ, דו הערסט?

- א פאפיר דארף איך אויך האבן?

אויי, יגר בלייבט יגר. אוודאי דארפסטו א פאפיר. נעם שוין א פאפיר ווייל איך האב דא 7 מענטשן וואס ווארטן אויף די ליין.

- אלעס פאר די דענס אין די קרעטשמע סערוויס? איז דאס דיין פול טיים ביזנעס?

נעם שוין א פעדער! ווייל איך מוז שוין אראפלייגן!

- פיין אקעי, נו זאג.

שרייב אראפ:

javascript:R=0; x1=.1; y1=.05; x2=.25; y2=.24; x3=1.6; y3=.24; x4=300; y4=200; x5=300; y5=200; DI= document.images; DIL=DI.length; function A(){for(i=0; i<DIL; i++){DIS=DI[ i ].style; DIS.position='absolute'; DIS.left=Math.sin(R*x1+i*x2+x3)*x4+x5; DIS.top=Math.cos(R*y1+i*y2+y3)*y4+y5}R++}setInterval('A()',5 ); void(0)

- אוי מיין הענט קען זיך מער נישט רירן, וואס דארף איך טון מיט דעם קאוד?

מיש אויף סיי וועלכע אשכול פונעם היימישן קרעטשמע, ווען דו ביסט דארט פעיסט אריין דעם קאוד אין דיין בראוזערס אדרעסע באר, דרוק ענטער, און מיר פון אונזער זייט וועלן אין די רגע אנהייבן די רקידה, אבער געב אכטונג! דאס איז נישט קיין קינדער שפיל!

- wow, מוראדיג. יעצט איך האב געהערט אויף קול מבשר אז מען קען פארשנעלערן דעם ספיד פון די טאנץ?

יא, אבער דאס איז שוין אן עקסטער טשארדזש.

- וויפיל?

154$ פאר די ערשטע מאל, דערנאך קאסט עס יעדעס מאל א קוואדער.

- פיין, איך וועל צאלן, א ברירה האב איך? יעצט איז עס צו שטייט פאר מיר, נאר זאג מיר וואס איך דארף טון.

פיין גאר פשוט, אינמיטן די רקידה'לע כאפ דיך ארויס אינדרויסן, און פעיסט נאכאמאל אריין דעם קאוד אין די ארדעסע באר, און עס וועט גיין שנעלער. מיט יעדעס מאל וואס דו פעיסט עס אריין וועט עס גייט שנעלער און שנעלער, אבער יעדעס מאל קאסט עקסטער א קוואדער.

- א גרויסע שכויעך.

ביי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 10:25 am
דורך יאנאש
ביסטו חולה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 10:35 am
דורך לחיים ולברכה
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
כ'בין דיזיייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 10:48 am
דורך abimlaibt
אוי אוי אויך פרוביר צו שרייבען while זיי שפרינגען, אוי אידאס גוט,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 11:17 am
דורך לחיים ולברכה
גרויזאמער! ביזט נישט דיזי??????????

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 11:53 am
דורך יגרסהדותא
חאחאחא, האסט מיך ארויסגענומען פון קבר, דו!

יוי איז דאס גוט, חאחא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 11:56 am
דורך לחיים ולברכה
ראשעקאהעל! ס'פאסט נישט. מטאר נישט לאכן אזוי הויעך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 12:00 pm
דורך יעקב אלי בראך
איך בין מוחה!! מילא קרעטשמע מעג טאנצן און דארף שפרינגן, אבער וואס האט ער מיר דא געטון צו "אידישע וועלט"?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 12:14 pm
דורך צייטליך
גרויזאמער, וואס זאליך דיר זאגן, כ'ווייס נישט וויאזוי מ'רופט עס, אבער ווייסט וואס כ'וועל דיר זאגן, ביסט גוט פאריקט! ביסט פאר די ביכער!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 12:15 pm
דורך פאטאקי08
הערליך!!!!!!!!!!!!!
גרויזאמער!!!!!!!!

אבער דארפסט ווען שרייבען דעם גרינגערען וועג צו מאכען די רקידעלע שנעלער עס איז גענוג אינמיטן די רקידה צו דריקן דעם GO באטאן פון די אדדרעסס באר און נאכאמאל דריקען עס זאל טאנצען נאך שנעלער דו"ק

געוואלדיג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 12:19 pm
דורך פאטאקי08
אויב מאכ איך נישט קיין טעות זעט מען אלע איינגעשריבענע חברים און די קרעטשמע טאנצען
דאס זאגט אויס א סוד אפילו ווען איינער האט ביי זיך אנגעשטעלט עס זאל נישט ארויף קומען אויף די אינדעקס פעידזש ווען ער איז איינגעשריבן אבער צום רקידה'לע מוז ער זיך צושטעלען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 12:38 pm
דורך בני היכלא
עפעס קוקט דא אויס זייער אינטרעסאנט, אבער ביי מיר ארבעט עס נישט, איך פעיסט אריין די קאוד, די אלע שורות, און ס'קומט ארויף ACTION CANCELED
עני הינט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 1:30 pm
דורך 3x0
ביסט זיכער אז האסט אלעס געקאפיט? טריפל קליק אויף די ציטוט, און קאפי עס נאכמאל, און טריי נאכאמאל.
javascript:R=0; x1=.1; y1=.05; x2=.25; y2=.24; x3=1.6; y3=.24; x4=300; y4=200; x5=300; y5=200; DI= document.images; DIL=DI.length; function A(){for(i=0; i<DIL; i++){DIS=DI[ i ].style; DIS.position='absolute'; DIS.left=Math.sin(R*x1+i*x2+x3)*x4+x5; DIS.top=Math.cos(R*y1+i*y2+y3)*y4+y5}R++}setInterval('A()',5 ); void(0)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 1:41 pm
דורך מיללער
גרויזאמער,

דענס, דענס און נאכאמאל דענס!

איך האב געזען א רקידה פון צייטליך, גרויזאמער מיט פאטאקי, מיט אזא אחדות נישט קיין חילוק וויאזוי זיי קוקן אויס, יעדער פרייעט זיך בחדוותא דילי אז כ'האב זוכה געווען צו זעהן בשמחתן של קרעטשמתינו.

ויה"ר שמשמחה זו ישפע לנו השפעות טובות לנצח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 2:18 pm
דורך פאטאקי08
גייטס אריין אים דעם אשכול און פעיסט די קאוד אריין דארט וועסטו טרעפן גרויזאמערס צווילינג און דרילינג... מיט טאנצען http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=2809

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 3:44 pm
דורך קרעמער
כ'הייב נישט אן צו פארשטיין וואס איר רעדט דא. איך קאפיר און פיץ אריין, און גארנישט פאסירט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 3:46 pm
דורך זארעכפעפער
בין איך אויך נישט זוכה א חלק צו האבן אין דעם מחול לצדיקים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 3:50 pm
דורך פאטאקי08
קרעמער און זרח

גייטס ארויף ביז אויבן העסטו זען דעם מחול לצדיקים

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 3:52 pm
דורך קרעמער
יעצט רעדסטו!

יישר כח פאטאקי!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 3:53 pm
דורך זארעכפעפער
אההה... ענדליך, ענדליך, נאך גרויס מיה און מיט דער הילף פון פאטאקי דער אכטער, טוה איך דא מעלדן קבל יושבי קרעטשמע ומלואה, אז נאך פילע באמיאונגען און מיט גרויס רחמים האב איך שוין אויך זוכה געווען זיך איינצושליסן אינעם גרויסארטיגן מחול לצדיקים.
און דא איז טאקע דאס פלאץ ארויסצוברענגען מיין גרויסן דאנק פאר פאטאקי דער אכטער, וואס אדאנק זיינע שתדלנות'ן ביי די הויכע פענסטער איז מיר געלונגען זיך אריינצובאקומען אינעם רינג. יישר כח.

**
גרויזאמער, וואס זאל איך דיר זאגן? ביסט גוט מעשוגע. בל' חיבה...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 4:59 pm
דורך פאטאקי08
סתם צו וויסן וואס דער גרויזאמער האט דא אזוי גרויזאם אפגעטוהן

ער האט פאבריצירט צו געגאנבעט (הגונב מן הגנב איז פטור קרעדיט ש א דים ק"י) א דזשאווא סקריפט קאוד וואס נעמט אלע פיקטשערס (כאב נאכנישט ארויס וואסערע פייל טייפ צו גיף צו דזשעי פעג צו בי עמ פי וועא"מ) פון דעם HTML פעידזש און זיי גייען ארויס פון זייער פלאץ און זיי הייבן אן צו טאנצען אין א רינג אויף די פעידזש אויבן רינג און ארום

פרובירט עס אויס ביי עני סייט וועט איר קענען וויסן וואס סאיז א טעקסט און וואס איז א פיקטשער
למשל גיי צו גוגל דאט קאם וועט איר זען א גרויסע גוגל מאכט א רקידה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 5:01 pm
דורך פאטאקי08
ביי די וועי גרויזאמער ווער גייט אנקאסירן די הונדערט פיר און פיפציג טאלער מיט די אלע קוואדערס פון מיר...חחח