"שלאק-געיט" סקאנדאל - ואת סרח העודף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

"שלאק-געיט" סקאנדאל - ואת סרח העודף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

חחח!

הערט אויס ליבע ברידער א אבזערוואזציע וואס איך האב אמאל אפגעהאלטן, זעהנדיג ווי א שכן פון די דריטע שטאק האט אזא שלאנקע שלאק וואס גרייכט ביז למטה מעשרה פון די גראונד לעוועל... און נאכן אריינטראכטען וויאזוי א מענטש קען אין ווילדסטען חלום קומען צי אזא מיס-קאלקאלעשאן זעמיר געקומען צי די החלטה אז דא איז זיכער געווען יד ישראל באמצע.

נאכן גרינטליך נאכפארשן ס'מאכערייקא זעמיר דערגאנגען אז שמער-ש'ווייניגער, אונזער שכן איז א יקל דען זון פון א יקל. קיין גרויס האפענונג האט מען אויף אים קיינמאל געלייגט, אחוץ פון דאס אז ער האט ברוך השם חתונה געהאט צי א געראטן מויד און די צדדים האבן זיך געטרייסט אז וואס ער ווער חרוב מאכן וועט זי צוריקשטעלן...

הכלל, סוכות ווערט וואס א טאג נענטער צי יום כיפור (וועא"מ)... און אונזער שכן האט קיין שלאק פאר א צידעק... נו, ער שמועסט אפ מיט'ן בני בית דאס היינט נאכט אנשטאד אהיימקומען כמנהגו אים זייגער 0:00 וועט ער קודם אריינסטאפען צום "סוכה סענטער" וואס אדווערטייזט אז זיי פארמאגען די "גאר שטארקע דויערהאפטע ספעציעלע העווי שלעקער ניילאנס" און ער וועט איינהאנדלען אזא קאלערדיגע דאכענע פאר די סוכה זיינעם.

ס'בני בית איז מסכים מיטעם. - הגם טיף אין הארצען האט זי חרטה פארן אים נישט אפרעדען דערפון. זי ווייסט דאך יא וואס איר בן זוג איז ראוי אויף. אבער זי טרייסט זיך אז כאטש ווייזט ער סימנים פון פראגרעס און נעמען זעלבסט קאנטראל און ריספאנסעבילעטי אויף אזענע וויכטיגע אישו'ס.

אונזער חבר פעקלט זיך אריבער נאך די ארבייט (ארבייט?! המממ... אזוי רופט ער עס... גיי קריג דיך מיט אים!) ווענדענדיג זיינע טריט צום סוכה סענטער מיטנעמענדיג זיין טלית ותפילין אויפ'ן וועג אהיים.

גלייך ביים אריינשפאנען אינעם טרעילאר הנקרא "סוכה סענטער – די גרעסטע אויסוואל פון אלע פארשידענע כלי משחיתים אינטער איין דאך. גיב אכט נישט צי טרעטען אויף די אויסגעגאסענע שאכטעל 2.1/2 אינטשיגע נעגל!" ווי נאר ער עפענט די טיר ענטפאנגט אים די רוקן פונעם לעצט אריינגעקומענער אינעם "צענטער" צוליב די אבנארמאלע געדרענג אינעם צענטער...

שטייט ער דארט ביים טיר אזוי האלב אינעווייניג און האלב אינדרויסען, ווען יאוש מחשבות הייבן זיך אן וועבען ביי אים אין שלי-מזל חלל הנקרא "קאפ". ער שטייט און ביטערט אינערליך אויף זיין נארישע באשלוס צי קומען אליינס קלויבן א שלאק, "זאל מיין שלאקטע קומען נעקסטיים קלויבען א שלאק" – טראכט ער צי זיך אין ביטערניש... "זי האט דען נישט קיין צייט??" - אבער, דעמעדש דאן בראדער, יעצט ברויך ער ווייזען דרייסטקייט!

ר'שטופט זיך אדורך צווישען א טאטע מיט 4 קינדער אינטער 7... און א בחור מיט צוויי "טו ביי פארס" און א קארדלעס דריל מיט די גרעבסטע ביט צו בארן די אויער פון א עלעפאנט נאכן שש שנים יעבוד ובשביעית יצא. ענדליך קומט ער אן צום "יושב ראש" וואס זיצט איבערגעבויגן איבער א לעפטאפ ווען פון הינטער אים שטייט א אינסטראקטער און צייגט אים אוואו די "ענטער קוה" (ענטער וואס?!) געפינט זיך... און דאן ברויך ער נאר לויפן זעהן פארוואס ספרינט זיך נישט די "אינוואויס".... (מיי גא-ד! מיט די ביינאזמאנעם קאמפיוטער טעכניקער און גיגס....)

הכלל, נאך אזא צעשטויסענע 15 מינוט אן רעזולטאטען נעמט ער קוראזש און רופט אויס הויעך מיט א געמאכטע קאנפידענס: "האלאו, וואו ליגט שלאקנס?..."

"וואס?!"

"שלאקענס! - - נו!! – וויאזוי הייסטעסנאר.... - א שלאק! – א שלאק פאר די סוכה! נו... ווייסעכמיין.... אךך! א.. א שלעע...וואטעווער! זאג מיר וואו ס'ליגט די שלאקענעס".

"אה, א שלאק... "

"יא. נו... וואו איז עס?"

"וועלכע סייז דארפסטו?"

"וואס?!"
"איך פרעג 'וועלכע ס-י-י-ז' דו דארפסט! ווי גרויס איז דיין סוכה?. . . וויפיל פוס?"

"אה הא... אהאם.... עהעם... וויפיל פוס?!.... עההעם... עהה...

"יא. וויפיל פוס?"

"אהם. אהם... כ'ביניש זיכער. אבער כ'מיין אז ס'איז א עוורידש סייז... אפשר 4 פוס?!????"

"סארי, אבער 4 פוס איז נישט עוורידש... און פליז שטיי נישט דא און פראנט, דו שטערסט די טרעפיק פלאו. שקויעך"

באזאטעלט טון באוואשען שלעפט זיך אונזער חברה-מאן אין א זייט. ער קען נאכנישט באשליסן צו ער זאל יא אדער נישט ארויסגיין פון די "סוכה סענטער העד קוואדערס" צי מאכן די פאון קאל צי זיין חנה'לע אז זי זאל אים א טובה טוען און אפמעסטען די סוכה. צום סוף איז אנגעקומען די "גבר האויב ותבקע וואטעווער" און ער ריקט זיך אין א ווינקעל און קלינגט אהיים..

ס'קלינגט איינמאל.... צוויי מאל.... דריי מאל... – אךך! פונקט יעצט הייבט זי נישט אויף????

"סארי, נאו וואן איז עוועילעבעל טו טעיק יור קא..."

ר'האקט אראפ מיט כעס און שימפט זיך אינטער: "אודאי נישט! --- וויאזוי וויל זי זיין עוועלעבעל?????? משוגע מטארע.... מיך שיקט זי דא קויפן א שלאק בשעת וואס זי שלעקטשעט זיך ארום מיט אירע שוועסטערס אויפ'ן פאון. הא?!"

ער שפאנט ארויס אינדרויסען פונעם טרעילאר... קיינער מוז דאך נישט מיטהאלטן אז ער האט הינערנע שלום בית... ר'קאלט נאכאמאל אין פראסטראציע. ברוך השם אז דאס מאל האט זי אויפגעהויבען ביים ערשטען קלינג.

"יא. האסט מיר פארגעסען צו זאגן די סייז פון די סוכה. איך קען נישט קויפן קיין שלאק אויב ווייסעך נישט די סייז!!!"

"איך האב דיך פארגעסען צו זאגן?! ... פארוואס ביסטו געגאנגען פארן וויסן?... וואס האסטו געטראכט?"

"אקעי. וואטעווער.... קענסט פליז גיין קוקען די סייז?"

"איין מינוט. לאמיך גיין נעמען א טעיפ-מעשער".

"ניין, דארפסט נישט קיין טעיפ-מעשאר. יעדע האלץ איז צוויי פוס ברייט. זאג מיר נאר וויפיל העלצער אונז האמיר..." (אהה! וואספארא קלוגע מאן כ'בין!! זי איז זיכער אין שאק פון מיין אינטעלעגענציע!! גוט! אפשר אזוי וועט זי זאגן פאר איר טאטע אז ס'נישט געווען אזא שלעכטע מעטש, און מיין שווער וועט מיך שוין אנקוקען צופרי ביי די קאווע....)

"אקעי, כ'בין דא אויפ'ן גאס. איינס, צוויי, דריי, פי... ... ... ... ... אקעי, כ'זעה 17 העלצער"

"אקעי שקויעך. ביי"

"דאפ - - -

דייל טאון......

ער מאכט א שנעלע קאלקעלעשאן. 17 העלצער 2 פוס א האלץ איז 30... פיר און דרייסיג!... פלאס אביסעל פאר מיסיס סרח העודף, איז א קיימא לן פון זעקס און דרייסיג פוס. נו גוט, וועט מען נעמען א 40 פוסיגס.

מיט אימפעט יאגט ער אריין צום סוכה טרעילאר און שפאנט זיכערערהייט צו צים טישל. "אקעי. איך דארף א פערציג פוסיגע שלאק!"

"אקעי, גיי דארט אויף די רעכטע זייט די לינקע שאנק די צווייטע שעלף די לינקע באקס פון אויפען אראפ. דארט ליגט 40 פוסיגע *שלעקעס*"

(ער האט גוט אויפגעכאפט די "שלעקעס טשעפע" פונעם גרויס-האלטערישע ראצער'ל ביים קאמפיוטער. אבער ער איז מחליט אז ער גייט עס נישט נעמען פערסאנעל...)

ער שלעפט זיך פאראויס. שטופט זיך דורך די מאסן "סארדינען-אויף-צוויי-פוס" און הייבט אן זיכן א 40 פוסיגע שלאק. - פארגעסט נישט! ער האט נאכאלס די טו"ת מיט זיך... - ער דרייט איבער אלע שעלוועס. ווארפט אויף אלע שלאקסעס'עס... ביז! ער טרעפט ענדליך א 40 פוסיגס.

ער באצאלט און יאגט אהיים.

אנקומענדיג אהיים האבן אים שוין אפגעווארט צוויי נעפיוס וואס די בני בית האט פארשאפט מיט איבערצייגען זייער מאמע אז פון זיי האלטן אין שטוב וועט נישט ארויסקומען קיין גרויס ניצען און גוטס. נו, האט זי די וואוילע מומע זיי איינגעשפאנט צו העלפן פארוואסערן די בזיונות וואס איר שכנגד איז אבאוט טו ברינג עלייוו...

יאווען זיך אזוי פעטער און נעפיוס איבער א ריזען שטיקעל שלאק פלעסטיק 40 ביי 10 גרויס. און שטייען אויף לייטער און קעסטלעך און דרילן אריין די מערב זייט פון די שלאק אינעם בנין אריין.

אבער דא שלאגט איין נעפיו פאר אז ס'זעהט עפעס אויס ווי ס'איז צו לאנג די שלאק...
"ס'איז *זייער לאנג*" לייגט דער צווייטער צו.

דער פעטער צייגט קענטעניס און ערקלערט זיי אז ווען די שלאק וועט זיין שיעף פארניצט עס מער שטחים ווי ווען ס'איז גראד, און דערפאר האט ער געקויפט אזאנס וואס איז גענוג לאנג.

געענדיגט באהעפטען צום וואנט, און "יאלא!" מען ראולט אראפ די רעסט און..... ס'ראאאוווללללטטטטט......
ס'ראולט און ראולט און ס'זעהט נישט אויס ווי ס'גייט אמאל אויפהערן...

אלע לויפן זיי צוזאמען אראפ אויפן גאס זעהן וואס אזאנס ס'האט פאסירט. און פאר זייער אויגען אנטפלעקט זיך דאס שטוינענדע. נעמליך די שלאק גרייכט כמעט ביז די גראז... צוויי שטאק אראפ...

דער אינטערשטער שכן עפענט זיין באדעקטע סוכה פענסטער און רופט אויס סארקאסטיש: "זאג נאר, האסט פארגעסען צו באהעפטען די שלאק פון אויבען?!"

אונזער חבר כאפט א קדחות און פיצט ארויף צו זיך אין שטוב און שטעלט ס'ווייבל אויף א קרייץ פארהער. ער וויל דערגיין וואספארע מיסקאלקעלעשאן דא איז פארגעקומען.

זי זאגט אים, "איך ווייס נישט. דו האסט געזאגט אז יעדע האלץ איז 2 פוס. נו, כ'האב אבגעציילט די העלצער און ס'איז געווען 17...."

וועלכע העלצער האסטו געציילט??? - פרעגט ער איבעראשט.

"וואס הייסט? די פון די פארטש געיט" - זאגט זי בתמימות

"יוי!!!!!........ רבונו של עולם!!!!!...... די פארטש געיט העלצער?!???? די 6 אינטשיגע העלצער??? דאס האסטו געציילט????... יוי...... "

"וואס איז?... נ ני נישט נישט דע דעיס הא האסטו געזאגט אז כ'זאל ציי ציילען?!" - פראבירט זי צי דערשטיקען די טרערן...

"ניין" - זאגט ער. "די סוכה ברעטער האב איך געוואלט זאלסט ציילען. יעדע האלץ פון די *סוכה* איז צוויי פוס"...

"שוין. יעצט וועט מען מוזן בעטן דעם שכן ער זאל אראפבינדען די שלאק ביי זיך..."

***

"האלאו! כ'קען כאטש אויסשניידען א פענסטער אין די שלאק פלעסטיק?" - הערט ער פלוצלינג ווי דער שכן שרייט...

"שנייד מיין פריינד, שנייד" - שרייט ער אראפ באזיגטערהייט...


און אט אזוי איז צושטאנג געקומען די "שלאק-געיט סקאנדאל" פון וואס מיר אלע האבן אזוי הנאה יעדעס מאל מ'זעמיר די לאנג הענגעליגע שלאק פלעסטיק'ל וואס איז מחובר צום דריטן שטאק, אבער איז באהאפטען צום ערשטען.


איי ואת #סרח העודף...

גוט יאנטעף אלע ברודער! האט א שמחת יו"ט, ונזכה לישב בסוכות עורו של לויתן מיט הקב"ה בראש!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

!!!!!

שמאטע געמיר צוריק מיינע לעפצן!!!!!
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

העי דו וואגאבונד.... קום דא שנעל העלף מיר אויפשטעלן!!......
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אזוי צו אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2012 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי צו אזוי »

מען ראללעד זיך דא אזש ביז טרערן...... אוי האט ער שפראך.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

געעעעוואאאלד... מיין העמד טינקצעך אין א קאלוזשע פון טרערן.... שמאאאאאטע ס'נישט ס'ערשטע מאל וואס דו טיסטעס צו מיר...

#שמאטע שבשמאטע...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

קודם כל לייג שוין אראף די טלית ותפילין ווייל מיין נענט טויט שטין וויי.

שמאטע!!! פליס לייג נעקסט טיים א העזמעט אלערט םאר אזא ארטיקעל.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

קודם די ארטיקל איז געוואלדיג, כהאב זיך געווארפן פאר געלעכטער.

צווייטנס, א עקסטערע שכח פארן עס ארויף שמירן אין אזא אנגעצויגענע צייט.
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

דעמעדש דאן בראדער! דו האסט מיר אויפגעקראכט פאר געלעכטער!
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

אוי..האמיר פיין געלאכט. א שכוח.

אונז קעמיר אלע אזעלכע יוקעלבעניוקלעך, זיי האבען געספאנסערט דעם ארטיקעל צו ווייזען אז אלעס זענען די נשים שולדיג......
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ביים אדורכגיין די אונטערשטע סוכה דעם ערשטן נאכט יו"ט וועט מען ארויסהערן (אויב דער קול וועט מצליח זיין אדורכצוברעכן די הערמעטישע שלאקעס...) "ואפילו בהסתרה... בודאי גם שם נמצא עוד סוכה".

שמאטע'לע שמאטע'לע, מילא דעם פעדער, אבער פון וואנעט האסטו גענומען דאס צייט אין אזא ערב דערב טאג פאר אזא שמאלציגס?
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אויסנאם שמאלציג! אויסדרוקן וואס מ'האט שוין נישט געהערט יארן..
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

פיינע נייעס שמאטע.. איך שלאקמעך פאר געלעכטער......
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2320
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

אריינגעלאכט אינעם יוקעלס יוקעלס

כ'קאן שויניש אטעמען


?"אבער זאג נאר וואסידאס "שלעקטשעט

?דארף מען לאכן ביי דעים
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

משווווווווווווווווווווווווווווגגגגגגגגגגגגגגגגעעעעעעעעכננננננננננננננעעעעעעעעעעעררררררררררר!!

מיין בויך טוט וויי פון אזויפיל לאכן.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אנבעליוועבעל!!! נאכאמאזעל כ'האב עס נישט געליינט אין פאבליק, ווייל ווען יא וואלט מען געמיינט אז איך בין משוגע...

private האט געשריבן:
שמאטע!!! פליס לייג נעקסט טיים א העזמעט אלערט םאר אזא ארטיקעל.


אז ס'שטייט "דורך שמאטע" דאס איז שוין די העזמעט אלערט...

-----

כ'האב געמיינט אז די גייסט ענדיגן די טוויסט אז זי האט געציילט די ברעטער פון אלע פיר זייטן פון די סוכה...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

חחחח

נישט נארמאל. האסט מיר געמאכט לאכן אז נאר.
זאכליך האט געשריבן:אז ס'שטייט "דורך שמאטע" דאס איז שוין די העזמעט אלערט...
-----
כ'האב געמיינט אז די גייסט ענדיגן די טוויסט אז זי האט געציילט די ברעטער פון אלע פיר זייטן פון די סוכה...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

שמאטע ישמוטו והשלאק ישלוקו, כ׳ווארף זיך ;l;p- ;l;p- ;l;p-
פאר קריטיק דריקט דא
mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mini van »

יוש האסטו מיר געמאכט לאכען. שכח
זאכליך האט געשריבן:כ'האב געמיינט אז די גייסט ענדיגן די טוויסט אז זי האט געציילט די ברעטער פון אלע פיר זייטן פון די סוכה...
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

כ'טראכט צו די שלאק האט זיך געראללט מער ווי מיר
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
zookeeper
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 13, 2011 12:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zookeeper »

באמת ישר כח!!!
סבייכעלע טיט וויי פון לאכן
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

יויש, ביסטו קוקו, כ'האב אויפגעוועקט די גאנצע משפחה פון אזוי שטארקף לאכן
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

פלצטי
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 12, 2014 10:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעמבא »

גיימער מאכן א פרינט אט פון דעם, און עס אדורך ליינען יעדן טאג מימי החג לקיים מה שנאמר ״ושמחת בחגיך״.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

Thanks much. This is a master piece.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

ארויסגעפרינט, קאמענטארן נאך יו"ט אי"ה.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”