הארציגע ברודערס!

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צוקער זיס
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:39 pm

הארציגע ברודערס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער זיס »

הארציגע ברודערס!
מיר שטייען יעצט אין די ימי הרחמים והרצון און אלע פון אונז קוקן ארויס און האפן אנגעשריבן און פארחתמ'ט ווערן צו א גמר חתימה טובה און אויסלעבן דאס קומענדיגן יאר געזונטערהיינט

ליידער, געפינט זיך צווישן אונז א טייערע איד, א טאטע פון צען קינדערלעך וואס שטייט 3 וואכן פאר פירן זיין טאכטער צו אונטער די חופה און איז פלוצים צוזאמגעפאלן און ליגט ליידער קריטיש אין שפיטאל אויפן רעספירעטאר.
דאקטוירם געבן אויף האפענונג און הייבן הענט אז עס איז ליידער נישטא וואס צו טוהן מיר נאנטע ידידם וואס ווייסן די מצב אין שטוב ווייסן אז עס איז ליידער שוין נישטא קיין פרנסה אין שטוב א לאנגע צייט אין די חובות האבן זיך אנגעזאמעלט צו א סכום וואס איז טאקע נישט צום אויסהאלטן! אויסער דעם וואס מען דארף חתונה מאכן די כלה און באצאלן גרויסע חובות פון די פריערדיגע קינדער'ס חתונה'ס

יעצט ווען די משפחה קוקט צו צו די צער פון זייער טייערע פאטער וואס איז פלוצים אוועקגעפאלן און ווארט אויף גרויס רחמי שמים און דאס וויי געשריי פון די קינדער איז אין לשער לאמיר זיך מרחם זיין אויף זיי און ארויסווייזן אונזער שטיצע מיטן זיך ווארעם אנרופן מיט גרויסע סכומים און בזכות פון אונזער גרויסע צדקה זאל השי"ת אונז משפט'ן כרחם אב על בנים און אונז אנשרייבן א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר

https://www.gofundme.com/yk4msv74
יעדער מאכט פרייליך אין שטוב איינער ווען ער קומט אריין, און איינער ווען ער גייט ארויס
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

קען מען האלטען דעם אשכול אויבען?

ברידערליך רופט ענק אן ווארעם.

עס האלט ביי קוים צוויי און אהאלב טויזענט דאלער!!
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

משומר בלאקט די צווייטע פעידזש נאך מ'וויל שוין געבן געלט.

שרעקט אייך נישט.

געבעטן, און געפענט!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

שוין אפגעגעבן,

אריינגעכאפט פאר י"כ.
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

ב"ה דער עולם רופט זיך אן, עס האלט ביי כמעט 4500, אבער עס פעלט נאך אויס גאר אסאך, מען דארף מיטען דעם גאויל.

נעמטס ארויס דע קרעדיט קארטליך.
אטעטשמענטס
rps20150921_231022.jpg
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

שיקט דעם לינק צו וועם מען נאר.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אולי יחוס עם עני ואביון אולי ירחם
איך קען די מצב פון די נאנט, נישטא קיין פרוטה דארט מען האלט 3 וואכן פארן חתונה מאכן א טאכטער, אין חובות איז אנגעזאמעלט ווי אויף הייוון (גראסערי בוטשער שכר לימוד רענט און וואס נישט..)
נישטא קיין דאלער צו די חתונה און דא פלוצים אזא בראך!! ראנגעלט זיך אין שפיטאל מיט א brain aneurysm רח"ל!! סאיז לא תעמוד על דם רעך אין פולן זין פון ווארט!
באשעפער באווייז דיינע ווינדער! אין שיק אים א רפואה שלימה! כחומר ביד היוצר..!
אוועטאר
טאטלע
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטלע »

האלט שוין ב"ה ביי בערך $5500
ידען טייערע נאך
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

משמשים ביטע לייגען א צעטל אין אייער ביהמ"ד.
אטעטשמענטס
rps20150922_094541.jpg
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

פאטאקי08 האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=28025

צוויי איז שטערקער.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

קולי שמע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ווארפט אריין א נתינה צום קרן יתומים פאנד פון משפחת הרה"ח ר' אליהו שבתי שמעא ע"ה
https://www.gofundme.com/elyeshabsi
אויב ווילט איר א אפיציעלע רעסיט ווענד זיך צו מיר אין אישי (פריוואטע הודעה) אדער אימעיל
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

אנטשולדיגט טייערע עסקנים אבער אז מען האט איינמאל געגעבען דארף מען יעדער צװיי װאכען באקומען א פרישע שנארער אי מעיל כאלו עס איז אן אפּדעיט?
װען איר געט איינם געלט װילט איר ער זאל יעדער צװיי װאכען קומען קלאפען אויף אייער טיהר?
אדרבא בעטס פון נאך אידען אבער װאס איז פשט פון די כסדרדיגע אי מעילס?
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

ו-נ-ת-נ-ו ויתן ויחזור ויתן
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

verveist האט געשריבן:אנטשולדיגט טייערע עסקנים אבער אז מען האט איינמאל געגעבען דארף מען יעדער צװיי װאכען באקומען א פרישע שנארער אי מעיל כאלו עס איז אן אפּדעיט?
װען איר געט איינם געלט װילט איר ער זאל יעדער צװיי װאכען קומען קלאפען אויף אייער טיהר?
אדרבא בעטס פון נאך אידען אבער װאס איז פשט פון די כסדרדיגע אי מעילס?

זענט איר נישט גרייט צו באקומען צוויי איבעריגע אימעילס אויפןן סמך אז אפשר וועלן נאך אפאר אידן ארויסהעלפן די צובראכענע משפחה?
צווישן די פילע ספעם אימעילס קען אייער אדרעסס מסתמא סובל זיין נאך צוויי וואס קענען זיין א זכות פאר אייך...
---
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

verveist האט געשריבן:אנטשולדיגט טייערע עסקנים אבער אז מען האט איינמאל געגעבען דארף מען יעדער צװיי װאכען באקומען א פרישע שנארער אי מעיל כאלו עס איז אן אפּדעיט?
װען איר געט איינם געלט װילט איר ער זאל יעדער צװיי װאכען קומען קלאפען אויף אייער טיהר?
אדרבא בעטס פון נאך אידען אבער װאס איז פשט פון די כסדרדיגע אי מעילס?

אזוי ארבעט יעדע סאשעל נעטווארקינג פראגרעם אז עס שיקט אימעילס אויף יעדע ריר... פאר יעדע אימעיל זיי האבן נאר אמאל אריינבאקומען
סאיז דא א unsubscribe link ביי די אימעיל וואס מען קען געבן א קליק און זיי נעמען אראפ דיין אימעיל פון זייער ליסטע
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

טייערע הארציגע ברודער'ס רחמנים בני רחמנים:
אין די יעצטיגע טעג ווען מיר שטייען פארן יום הדין און מיר האפן אז השי"ת זאל אונז אנשרייבן א גוט געבענטש יאר מיט אלעם גוטן, קומט אונז אלע ארויף אין זכרון די געשיכטע וואס משפחת שמעא אשת ובני ר' אליהו שבתי ע"ה האבן מיט געמאכט מיט א יאר צוריק, ווען אויך זיי האבן געהאפט און געווארט אנגעשריבן און אנגעזיגלט צו ווערן צו א גוט לעכטיג יאר און אויסלעבן דאס יאר צוזאמען מיט זייער חשובע טאטע ע"ה.
ליידער ווי יעדער ווייסט איז מן השמים אנדערש געווען אנגעשריבן און ר' אליהו שבתי איז נסתלק געווארן צוויי טאג נאך יום כיפור פארגאנגענעם יאר און זיי זענען ליידער געבליבן יתומים מיט א צעבראכענע אלמה וואס עס איז זיי אזוי שווער זיך צו מחזק זיין און טרייסטן!
מיר האבן זיך צוזאמגענומען אפאר עסקנים צו זעען מיט וואס מען קען העלפן צוריקשטעלן די שטוב און העלפן די צעבראכענע אלמנה זיך מחזק זיין און ווייטער אנגיין מיט איר לעבן אויפצוציען אירע קינדערלעך און זיי פירן אונטער די חופה געזינטערהייט! אבער עס איז נאך נישט געלונגן צוזאמנעמען גענוג געלט אויפצושטעלן א פעסטן קרן פאר זיי.

אזוי ווי אין די יעצטיגע טעג קומט אויס די ערשטע יארצייט פון אונזער אומפארגעסליכער חבר קומען מיר צו אייך מיט א בקשה ארויסצוהעלפן די משפחה מיטן זיך משתתף זיין מיט א הארציגע נתינה לכבוד יום טוב הבא עלינו לטובה און אין די זעלבע צייט זאל דאס זיין לע"נ אליהו שבתי בן מרדכי ע"ה, און די זכות וועט אייך אוודאי ביישטיין ביים יום הדין און איר ווען אנגעשריבן און אנגע'זיגל'ט ווערן צו א גוט געבענטש יאר צוזאמען מיט אייער בני בית און גאנצע משפחה געזונטערהייט און קיינמאל נישט וויסן פון קיין צער! און ר' אליהו שבתי וועט אוודאי זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע געהאלפן צו ווערן מיט כל טוב, מיט א שפע פון געזונט פרנסה נחת, א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר

ותשובה ותפלה "וצדקה" מעבירין את רוע הגזירה


https://www.gofundme.com/elyeshabsi
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

פארוואס ניצט נישט דער עולם https://thechesedfund.com אנשטאט Gofundme? דאכט זיך אז זיי נעמען נישט אראפ קיין פראצענט.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אוועטאר
צוקער זיס
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער זיס »

ווען איז די יארצייט ?
יעדער מאכט פרייליך אין שטוב איינער ווען ער קומט אריין, און איינער ווען ער גייט ארויס
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

פרייטאג י"ב תשרי
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

פאטאקי08 האט געשריבן:http://www.thechesedfund.com/cause/family-chemea-yesomim-fund


דארפסט פאררעכטן די סעטטינגס ס'איז נישט אוועילעבל פאר די פאבליק.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

עס ארבעט יעצט?
באגלייבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגלייבט »

יא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”