Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 11:59 am

איצטערט קומט נאר א שכח פארן בעל החלומות
שוין דריי מאל לאזט ער נישט שלאפן דעם עולם דא און סאיז דא וואס צו ליינען אי פון מאשקע און דערנאך א תגובה פון יענטאש אלעס איז:
קרעדיט: בעל החלומות!

Advertisement

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 3:41 pm

מאשקע, א ווי תמיד! גוט, פיין, שמאלציג, געשמאק. וואס נאך? אה יא, ס'איז אן ארטיקל פון מאשקע צו וואס מ'האמיר שוין לאנג נישט זוכה געווען!

**
און א ווארט צום יונגן דור, וועלכע ווייסן שוין נישט ווער דער מאשקע איז:
לאמיך אייך מאכן די מעשה מיט דעם מאשקע קורץ און שנעל. דער מאשקע, יא דער מאשקע, דער פערפאסער פון אטא דער ארטיקל מיט וואס איר האט זיך נארוואס באלעקט און באשמעקט, ער - דער מאשקע ער האט אין זיך א זעלטענע אינגרידיענס. ס'הייסט אזוי, זיינע ארטיקלען מיט איר אייגנארטיגער באגאסענעם געשמאק, הומאר, ליצנות אא"וו, איז עפעס נישט סתם אזוי א קרעטשמערישער ארטיקל, א ווי כאילו לאמיר זאגן אן ארטיקל פון ..., ניין! אינו - ס'נישט אזוי! בלא מיט אן אל"ף! און אויב האט איר געמיינט אז יא זאג איך אייך דא בריש גלי, בקול זקף גדול, אז איר זאלט וויסן זיין אז איר האט ביזן היצטיגן מומענט געלעבט אין א ביטערן טעות נעבעך! יא, זוי ווי איר ליינט, ס'נעבעך ביטער, א ביטערער טעות נעבעך, אבער וואס קען מען טון? דאס איז עס! ס'איז א פאקט פון אייער זייט און איך קען אייך אויפן עבר גארנישט העלפן, אבער וואס איך איך קען אייך יא העלפן, איז אויפן עתיד, כלומר - אוועק נעמען פון אייך דאס ביטערקייט פונעם טעות ביינעזאם מיטן טעות זעלבסט.

און לאמיך אייך מסביר זיין דאס ענין. געווענדליך א שרייבער אדער אן ארטיקל אין היימישע קרעטשמע, ווי גוט ער זאל נאר זיין, ווי געשמאלצן דאס איז נאר, און ווי געשמאק דאס זאל נאר זיין אראפגעלייגט, אויב קומט דאס אבער נישט ארויס פון א שרייבערישע פענע איז ניכר מתוך הכתב אז "סאמטינג איז מיסינג היר". אנדערשט איז אבער אן ארטיקל וואס איז יוצא מתוך פרי עטו של מאשקע, ווייל א חוץ וואס ער פארמאגט אין זיך כל כולו אלע טאלאנטן וואס עס פאדערט זיך להחיות בהם נפש כל הקרעטשמע, און נישט סתם אזוי נאר מיט א שמוץ אריבער, פארמאגט ער אין זיך אויך דעם טאלאנט פון א שרייבער, ער איז דאך א ריזיגער שרייבער, און ווייסט וואו אריינצוריקן "די מיסינג פארטס", און דעריבער ווען איר ליינט זיינס אן ארטיקל טרעפט איר דערין א הונדערט פראצענטיגער קרעטשמערישער ארטיקל, לא תחסר כל בה!
אטא דאס איז אונזער מאשקע!

זייט געווארנט, לעבט נישט מער אין קיין טעות...

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 5:22 pm

העי מאשקע, מיין שכח איניש אנגעקומען? וואס גייט פאר??? לעצטענס קומען צוריק אסאך פון מיינע טשעקס...... קוקטויס דער מעילמען האט מורא אז ס'גייט קראכן אויף זיינע פינגערלעך......
עניוועי, דא האפעך עטעס יא אנקומען (חוץ אויב דער דאיען אדער יאנאש עטעס קאנפיסקעיטן......).
טענק יו. איי לאווד יור ארדיקל! ווערי אינטערעסטינג..... איים וועיטינג פאר מאר.....
העי, וואס גיידאפאר?? אה, דערוילעם פארשטייט אידיש?? קעי, פאר'ן בעל החלומות איזעס פונקט גוט.

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 9:00 pm

שכוח יעדער איינער.

איך שעם מיך צו זאגן הויך, וועל איך עס זאגן שטיל: יענטאאש'ס און זארעכ'ס תגובה האבן מיך ספעציעל מחי' געווען! איך מאך נישט אוועק ח"ו אנדערע קאמענטארן, יעדע שמיטה ציילט... אבער די צוויי זענען געווען עפעס ספעציעל. יישר כח!

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 11:16 pm

אוי דו רעדסט צו שטיל, איך הער נישט, זאג איבער ביטע ...


שעקויעך מאשקע פאר דיין שיינעם באשרייבונג, זייער קרעטשמעריש.

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 11:29 pm

אבי כ'האב דיר ארויפגעברענגט א שמייכל.

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 11:33 pm

דו האסט געברענגט אויף מיר אדער איך אויף דיר?

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 11:39 pm

דו אויף דיר, איך אויף מיר, שאוועז אויף קרעמער און בוש אויף סאכדעס.

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 11:42 pm

אוי דו רעדסט צו דיר אליינס ?

זונטאג אוקטובר 21, 2007 3:43 pm

א ריכטיגע קרעטשמע שרייבער, יישר כח.

מאנטאג אוקטובר 22, 2007 3:00 pm

מאשקע זייער פיין , " איך געב צען דאלער צום אפיל פאר מאשקעס ווערייזען ביל "

דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 8:15 pm

כבוד הרב טריאו.

כ'מיין אז דיין קי-באורד וואלט געווען א געוואלדיגע ביזנעס פארשלאג צו פארקויפן פאר די נ-נח'ניקעס.
שרייב א תגובה

Advertisement