Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

א מעשה מיט קול מבשר, א בלו טוט, טריאו און א ווערייזאן ביל

מיטוואך אוקטובר 17, 2007 2:07 pm

לעצטנס איז געווארן אזא סטייל אז מ'באשרייבט אזעלכע מעשיות וואס האט צו טון מיט שלאפן, צי איז דאס אז איינער קען נישט שלאפן, צי אז איינער קען יא שלאפן אבער מ'שיקט אים מעסעדזשעס, יעדער אויף זיין שטייגער.

קען איך דאך נישט בלייבן אונטערשטעליג, ובפרט אז כ'האב פונקט געהאט אן אינטערעסאנטע מעשה נעכטן/היינט.

די זאך איז אזוי. איך און טריאו האבן א מנהג, אז ער וועקט מיך אויף יעדן טאג. ניין, איך האב נישט גוט אנגעהויבן. טריאו האט א מנהג אז ער רופט מיך אפ יעדן צופרי 7:15 (וואס איז? ס'צו פרי? צו שפעט? וואס קרומסטו מיט די נאז דארט? אז ס'געפעלט דיר נישט, קענסטו מופן אויף נארט דעקאטע...), און איך מצד השני, האב א מנהג אז איך הייב אויף דעם טעלעפאן (ווי אמאל...) און אזוי ארום געשעט דער פעולה פון זיך אויפוועקן.

אלזא, נעכטן נאכט האב איך מיך געלייגט אין בעט שפעט ביינאכט, זייער שפעט, יאנאש איז שוין לאנג געשלאפן דעמאלטס... הכלל, ס'געווען ארום איינס אזייגער, און כ'האב נישט געקענט אנטשלאפן ווערן. וואס טוט א איד ווען מ'איז אין אן עת צרה? מ'קאלט קול מבשר... איש את רעהו יעזורו אפטיילונג (קרעדיט: היימישע קרעטשמע...) און מ'הערט אויס וואס 646-222 האט צו דערציילן...

הכלל, מ'טוט זיך אן דעם בלויען חלזון ציין אויפ'ן אויער, פשוט פאר'ן באקוועמליכקייט, און מ'לייגט זיך אראפ אונטער'ן דאכענע, מיט אן האפענונג פאר זיסע חלומות.

נו, דער יעזורו טוט זיך דאס זייניגע, און ביז א קורצע צייט האב איך שוין געדרימלט אין גרויסן (דער פאליש איז געווען פארמאכט...).

*

צווייטער טייל:

איך שטיי אויף צופרי, דער זייגער ווייזט אז ס'איז שוין לאנג נאך 8:00 אזייגער. מיט א ציטער געב איך א קוק אויפ'ן טעלעפאן, און איך זעה אז איך האב 13 פארפאסטע קאלס... ווער האט גערופן? טריאו, טריאו, טריאו, טריאו, טריאו, טריאו, טריאו, טריאו, טריאו, טריאו, טריאו, טריאו, טריאו, טריאו, טריאו, טריאו, טריאו, טריאו, טריאו, טריאו (איך האלט שוין ביי 13? טאמער יא זאגטס מיר...). יוי נעבעך, וואס איז פארגעגאנגען? פארוואס האב איך נישט געהערט דעם טעלעפאן? איך טשעק דעם וואליום פונעם רינגער, און אלעס איז אויפ'ן העכסטן. טא, פארוואס האב איך נישט געהערט דעם טעלעפאן? תיקו. ת'ריאו י'תרץ ק'שיות ו'איבעיות...

*

דריטער טייל:

ס'שוין שפעט, מ'ברויך זיך אנטון אלע טעכנעלאגישע כלים, ארויפלייגן די שליסלעך אויפ'ן הויזן, און לויפן פון דא. דער טעלעפאן ליגט שוין אינעם האלטער, דער פאלם אין וועסטל טאש, און דער בלו-טוט..... אופס, וואו איז דער בלו-טוט? פארוואס ליגט עס נישט אויפ'ן פלאץ?

א קורצע זוך-אקציע האט אנטדעקט, אז דער ציינדל איז געבליבן אונטער'ן קושן... ער האט געווארט אז א מלאך זאל אריינלייגן א קוואדער....

איך שטיי און וואונדער מיך: וויאזוי איז דער ציינדל אנגעקומען אהין? פארוואס האב איך עס נישט געלייגט צו טשארדזשען נעכטן נאכט?

*

פערטער טייל, דער פאזעל ווערט פארפולקאמט:

א בליק אויפ'ן טעלעפאן האט אלעס פארענטפערט. ס'דאך ידוע פון ספרים הקדושים אויפ'ן פסוק אין דף היומי, וכל מעשיו בספר נכתבים, טייטשט מען: וכל מעשיך, אלע דיינע טעלעפאן קאלס, בספר נכתבים, קען מען זעהן ביי די "ריסענט קאלס".... הכלל, שטייט דארט אזוי, בלוי אויף ווייס: קול מבשר, 212-444-1100, 6 שעה, 16 מינוט און 13 סעקונדעס...

ס'ווערט מיר גוט; אזוי לאנג בין איך געווען מיט דעם יונגערמאן אויפ'ן ליין? יענער האט זיך אונטערגעהערט אלע מיינע חלומות?... אוי וויי...

נו, איז נאך א וואונדער אז כ'האב נישט געהערט דעם וועק-אויף קאל פון טריאו? אוודאי אזוי, אז מ'איז אויפ'ן ליין, דער בלו-טוט ליגט אונטער'ן קושן, אוודאי הערט מען נישט דעם טעלאפאן קלינגען...

*

עס ווערט געזוכט א נדבן צו באצאלן דעם קומענדיגן ווערייזאן ווייערלעס טעלעפאן ביל...

Advertisement

מיטוואך אוקטובר 17, 2007 2:22 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:31 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך אוקטובר 17, 2007 2:31 pm

לאור בקשת מורינו ערעב זארעכ: הנני מוכן ומזומן לקיים מצות חסד של אמת בלי שום תשלום גמול, און נישט אריינלייגן די ריזיגע סומע אותיות ווואס פעלט זיך אויס פאר א מעכטיגער מאשקע אויסשריי..

מ-א-ש-ק-ע !!

כאזעך שוין יארן נישט געווארפן פאר געלעכטער א_ווי יעצט, ביי יעדן פאראגראף עקסטער, די צענדליגער מליצה'לעך, יעדער איז עקסטער ווערט א תגובה, איך רעדט שוין נישט פון דאס עצם מעשה אליין, דאס איז ווערט קעש (א סערטעפייד טשעק איז אויך גוט...)

מאשקע, יא אר די בעסט!

וועגן געלט פארן "ווערייזאן אפיעל" קום ארויף צו מיר אין אפיס נאכמיטאג..

מיטוואך אוקטובר 17, 2007 2:49 pm

מאשקע מאשקע, נעגל וואסער פארגעס נישט, אז מ'פארפאסט טריאו'ס קאלס, מיינט נאכנישט אז מ'דארף זיך נישט אפגיסן נעגל וואסער.

אקעי, שוין אפגעגאסן? קרישמע האסטו שוין געליינט? אידאך גוט, ביסטו שוין רעדי צו שרייבן אן ארטיקל פון דיין נארוואס פארגאנגענע נאכט, אה, האסט שוין געשריבן, אידאך זעכער גוט, יעצט כאפ איך מיך אז מיין גאנצע תגובה, שרייב איך נאר ווייל דו האסט שוין געשריבן אן ארטיקל דערפון, און ס'איז מעכטיג ארויס געקומען, און איך בין דיר שולדיג א שכוח, סאו, דא האסטו עס, שכוח, ביסט ריזיג, כ'האף נאר אז איך גיי די קומענדיגע פאר נעכט געהעריג שלאפן, איך האב שוין אביסל מורא.

מיטוואך אוקטובר 17, 2007 2:50 pm

יא, כאפארגעסן, וועגן דיין ווערייזען ביל, גיי ארויף היינט נאכמיטאג צו צייטליך אין אפיס.

מיטוואך אוקטובר 17, 2007 3:10 pm

מיין באבע עליה האטשאלענט האט געלאזט א צוואה פאר אלע אייניקלעך , אז ווען מען הערט אויס אויף די האט ליינס ביינאכט זאל מען נאר אויסהערן אויף די האום קארדלעס טעלעפאן, און מען מוז האבן אנלימיטעד יו. עס. עי. ענד קאנאדא .

איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס זי האט געהאט אזא הייליגע הקפדה, ביז איך האב געליינט דיין ארטיקעל, מאשקע.

מיטוואך אוקטובר 17, 2007 3:18 pm

מאשקע, יו אר וואן אף די מען, שיין צוטעלערט אויף צולייגט, ממש אופן אופן על דבריו, עס מחיה א שטימט, נאר נעבעך טריאו, ער איז דאך עפעס אזוי מין דעטיקעטעד אז מען קען זיך אפלערנען.
עניוועי, טענקס עי מיליאן, ביוטיפול פיס אף ארט, זעהט אויס אז עס איז פארט נישט געווען א מאשקע של אמת, הא.

מיטוואך אוקטובר 17, 2007 3:45 pm

מאשקע, זייער גיט, פארדינסט א מעדאל.

מיטוואך אוקטובר 17, 2007 3:48 pm

איך_הער האט געשריבן:יא, כאפארגעסן, וועגן דיין ווערייזען ביל, גיי ארויף היינט נאכמיטאג צו צייטליך אין אפיס.


נא נא!! האסט הנאה געהאט פונעם ארטיקל? באצאל!

וואס מיינסטו, די אלע מענשטן וואס זיצן דארט אין באן סטאנציע אויף די שטיגן און שפילן מיטן פידל טוען עס פאר אינדזשוימענט? א שכויעך ברויכן זיי? זיי ברויכן די דיים אדער ניקל,

לענינינו, דער מאשק... שוין, כאשוין מורא צו רעדן ווייטער, באט יוא געט מיי פוינט, איא?

מיטוואך אוקטובר 17, 2007 3:50 pm

צייטליך, וואס פארפירסטו? דו האסט מיר נאכנישט באצאלט פאר, דו ווייסט וואס איך מיין, יא? סאו איך וויל אביסל ארום ר' נתן'ען, (קרעדיט יאנאש.)

מיטוואך אוקטובר 17, 2007 3:50 pm

געוואלדיג שיין אין זיס, יש"כ. כ'גלייב אז דו האסט נייט'ס אין וויקענדס פרי, ווייל אויב נישט וועט צייטליך ליידן..

מיטוואך אוקטובר 17, 2007 4:21 pm

מאשקע עס אזי ריזיג אהער געשטעלט דיין מוראדיקע איבערלעבענישן
שפעציעל פון טונקעלע נאכט פחד, האסטעך נישט פארלוירן און גערופן פאר קאמפאני
ש'טמער און ש'ווייניגער, נאר דעם אלעמען באליבטן קול מבשר קול מיסר כלב מסור וד"ל,
און מיט גרויס צופרידענהייט איז ער געווען (אזוי ווי אן-סטאר) מיט דיר אויפן ליין ווילאנג ער איז שוין געווען זיכער אז
דו שלאפסט שוין רואיג,
שכח פארן ארטיקעל זעלבסט, זייער רייך און לשון און באטעמט צו ליינען,

מיטוואך אוקטובר 17, 2007 4:54 pm

בס"ד

כ'וועל אייך זאגן, ביי מיר האט שוין ענליכס פאסירט זייער אסאך מאל, אבער נישט מיט קול מבשר, וואס איז "בארינג" (נישט בורינג ווי אין די אויערן פון פרשת משפטים, נאר באאארינג, ווי, כ'האב נישט קיין נערווען דערצו, ש'טערעסאנט פאר מיר -- נישט אז איך האב עפעס קעגן קול מבשר, זייער א גוטע זאך, גראדע, אבער נישט פאר מיר, אין דורכשניט, כאטש ביי דראמאטישע אידישע נייעס, איז ער זייער גוט --- ביי די וועג, כ'מיין ער אליינס האט אויפגעהערט צו רעדן פון חדב"ן שבחדב"ן ווייל אלעס האט א שיעור).

ענדריוועי (קרעדיט, א קרוב מיינער...), צוריק צום ענין, האב איך געהאט אסאך מאל די מעשה מיט ר' נ. ר. און דער ר' אמסעל - די וואך איין טאג איז מיר די באטערי אויסגעגאנגען אינמיטן די נאכט אינמיטן זייער מוסר שיעור - ווייל אסאך מאל ביים שלאפן גיין צינדט איך אן זייער מוסר-מוזיק (קרעדיט, אני הקטן, יעצט אויפ'ן פלאץ) און איך לאז זיי שרייען ביז טיף אין חלום אריין. מיט בילינג איז נישט קיין פראבלעם ווייל מ'האמיר דאך אלע נעכט אומזיסט.

גראדע באמערק איך, אפשר נאר בטעות, אז די חברה מוסר-זינגערס האבן אנגעהויבן זאגן קורצערע שמועסן, אפשר וועגן די הויכע בילס פונעם עולם? דעמאלט קומט זיי פארט א יישר כוח, ניין?

און וועגן ר' א. מ. ג., ווער האט זיך געגלייבט אז ער וועט "זיך בעטן" צו קול מבשר זיי זאלן לייגן עפעס א נייעס - גראדע א וויכטיגע, וועגן דעם פרישן סקאנדאל אין מאנסי מיט א יאפאנעזער רעסטוראנט - בקיצור, מ'זעט שוין עפעס קאנספיראציעס צווישן די אלע הייסע און קאלטע ליניעס. אכשר דרא!

זייטס געזונט, שלאפטס איין געזונטערהייט און שטייט אויף געזונטערהייט, מיט געזונטע טעלעפאנען און עפארדעבל מוסר.

מיטוואך אוקטובר 17, 2007 4:55 pm

מאשקע וואס זאל איך דיר זאגן, האסט מיך ארויסגעשלעפט פון אינטער די דאכענע,

זייער זייער שיין אראפגעלייגט,
קוי לעכוי!

מיטוואך אוקטובר 17, 2007 5:01 pm

א מייסטער-שטיק פון אן ארטיקל!

זאפטיג, מליצה'דיג, תוכנ'דיג.

בעסער קען נישט זיין!

(די דיינים זענען יעצט דן אויב מען קען דאס לייגן אין סמעטענע פארום --- ווי נישט ווי, האט עס צוטאן מיט א חבר הקרעטשמע, טריאו...)

מיטוואך אוקטובר 17, 2007 8:40 pm

קרעמער;
אויב מ'קען מיך רעכענען אלס דיין רועה בקר, [איך ווייס אז נישט, איך רעד נאר פאנטאזיריש], וואלט איך געשטימט אז דאס דארף אריין אין סמעטענע, מ'האמיר שוין אזא גוטס שוין לאנג נישט געהאט.
איי טריאו, קענסט טריאו, ער איז נישט מקפיד, פרעג אים נאר.. וועסטו אליינס איינזען..

מיטוואך אוקטובר 17, 2007 9:05 pm

דער דאיען פסק'נט: נישט קיין שאלע, צוזאמען מיטן בקר כאלי, קעמען עס שוין אריינלייגן אין סמעטענע....

מאשקע, וואס? דו האסט דען נישט געזעהן מיין נעקסטעל ביל יעמאלט? כ'מיין נאר דו מעגסט קריגן אן הויכען ביל? פארפיר נישט אזוי.

ווי א שירעם נאך א רעגן קום איך דיר זאגן אז עס איז גוט זיס גראמאטיש, וואס נאך? אלע מעלות און מדות וואס די חכמים האבן מונה געווען, הן פאר א קרעטשמע שרייבער, און ווי אויך פאר א וועלטליכע שרייבער, ליגט אין איין ווארט: יאנאש.

מיטוואך אוקטובר 17, 2007 10:10 pm

איי איי איי מאשקע, די בטלן וואדיביסט, קול מבשר? שכח, נו וואדע געשעט עס, דו דארפסט ווען צו ליינען דעם 'מאשקע' פון די קרעטשמע... הע! נעווער עווער העסטו ווען נישט אויפגעשטאנען, נאך מער, וואלסט גאר קיינמאל נישט איינגעשלאפן, דו וואלסט געלאכט און געלאכט, א גאנצע נאכט, מיט א פראכט... סארי כ'האב מיך צעגראמט.... עניוועי, הערסטו מאשקע, דו דארפסט ווען ליינען דעם מאש... העי העי העי, איין מינוט.... דו ביזט דאך מאשקע אליין..... אה פארגעט איט, גיי הער קאלמע וואסייר דעמאלטס....

עניוועי, א הארציגן טענק יו פאר דיין באשרייבעכץ, באמת, יישר כח ווערי מאטש, כ'האב גרויס הנאה געהאט.

זאאאאאאלסט נישט מיינען מיין קינד אבער אז מיט דעם ביסטו פטור, ניין, איך וויל הערן פון דיר מער און מער.

און איך גיי יעצט נישט קומען מיט זעלבע אלטע אויסדעבאשענע 'ווארט נישט ביז עפעס שלעכט געשעט צו שרייבן בלא בלא בלא', איך זאג דיר טרוקן און פאשיט: איך גלייך דיין שרייבן, איך וויל זען נאך. פימפל. (אדער ווארצל, וויטש עווער קאמס פוירסט).

מיטוואך אוקטובר 17, 2007 10:43 pm

סאכדעס האט געשריבן:דער דאיען פסק'נט: נישט קיין שאלע, צוזאמען מיטן בקר כאלי, קעמען עס שוין אריינלייגן אין סמעטענע....

מאשקע, וואס? דו האסט דען נישט געזעהן מיין נעקסטעל ביל יעמאלט? כ'מיין נאר דו מעגסט קריגן אן הויכען ביל? פארפיר נישט אזוי.

ווי א שירעם נאך א רעגן קום איך דיר זאגן אז עס איז גוט זיס גראמאטיש, וואס נאך? אלע מעלות און מדות וואס די חכמים האבן מונה געווען, הן פאר א קרעטשמע שרייבער, און ווי אויך פאר א וועלטליכע שרייבער, ליגט אין איין ווארט: יאנאש.


דו ביסט מיעד געווען ביים שרייבן? אדער חלילה פארגעסטו שוין...

מיטוואך אוקטובר 17, 2007 10:45 pm

וליום טוב ערליך יאמר;

קול מבשר איז אפשר בארינג פאר אידן וואס האלטן כסדר מיט די פרישע אנטוויקלונגען אויפן כדור הארץ דורך אונטערנעט, א שטייגער ווי מתתי' דראדזש שטענדיגע אויפ-דאטומען אדער יאהו נייעס (אדער וואל סטריט דזשורנאל וכו'), פאר אידעלעך וואס זיצן אבער אין כוללים אדער גאר אין ישיבות, אדער מאמעס וואס זענען פארנומען על המחיה ועל הכלכלה (קאכן בלעז), איז עס א געווינטשענע זאך און העט-ווייט פון בארינג!

---
סארי מאשקע פארן נוצן דיין אשכול אלס טשעט צימערל צו רעדן מיט ר' יאנטעל, איך האב זיך געמוזט אננעמען פאר מיין אזוי באליבטע נייעס אגענטור.

מיטוואך אוקטובר 17, 2007 11:09 pm

קודם שערקויעך יענטאאש פאר'ן מאכן מיר לאכן.

קרעמער האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:דער דאיען פסק'נט: נישט קיין שאלע, צוזאמען מיטן בקר כאלי, קעמען עס שוין אריינלייגן אין סמעטענע....

מאשקע, וואס? דו האסט דען נישט געזעהן מיין נעקסטעל ביל יעמאלט? כ'מיין נאר דו מעגסט קריגן אן הויכען ביל? פארפיר נישט אזוי.

ווי א שירעם נאך א רעגן קום איך דיר זאגן אז עס איז גוט זיס גראמאטיש, וואס נאך? אלע מעלות און מדות וואס די חכמים האבן מונה געווען, הן פאר א קרעטשמע שרייבער, און ווי אויך פאר א וועלטליכע שרייבער, ליגט אין איין ווארט: יאנאש.


דו ביסט מיעד געווען ביים שרייבן? אדער חלילה פארגעסטו שוין...


ס'אמת'ן גלויב איך מיר קוים אז עס האט אזוינסט פאסירט, אבער עפענענדיג די קעמערליך האבעך זיך דערמאנט אז בשעת כאגעליינט זיין אשכול איז מיר געקומען צו זאגן פאר מאשקע'ן דאס וואס ער שרייבט יאנאש'ן: דו ביזסט יאנאש, כ'מיין עס איז נישט שייך עפעס צוצולייגן ווייל כל המוסיף גורע. קען זיין פון דעם האט זיך גענומען מיין מיסטעיק.

דערויף דיין ענפער צו יאנטין איז נישט אזוי שטארק, כ'מיין אנאליז'ן א_ווי הערשל פריעדמאן'ס איז דען נישט אינטערסאנט אפילו מ'לייענט מתתי'ן? און נאך און נאך.

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 12:33 am

גם אני החו"מ מצטרף לכל הנ"ל (וחזי לאוצטרופי איי מייד עד) אך דוה נפשי בקרבי ביגיע תבער ק'אש, איך ארבעט שווער פאר מיין געלט, ע"כ לא איכל לעמוד העל איך נישט קענען באשטיירען, אבער פטור בלא כלום אי אפשר העל איך מיך צישטעלען צו די ישר כוח'ס ובזה יצאתי ידי חובתי,

הק' הויזעי ראבענסען קאנוי כעת פה עיר התורה איי עם סארי איך האב געמיינט צו זאגען עיר ההשגחות (הצלחה פלייש געשעפט, כל טוב רעסטעראנט, די בלינצעס קאמפעני איך האב פארגעסען די נאמען, און די יאפאנעזער געשעפט, דאס איז די לעצטע יאר) מלפנים עיר התורה יצ"ו.

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 12:36 am

פימפל. (אדער ווארצל, וויטש עווער קאמס פוירסט).
חחחחחח

מ'שקע !

דו מאכסט מיר חקרנ'ן:
באקאנט אז ביי ווערייזאן קען מען רופן אומזיסט (אומזיסט?) פון 9 ביינאכט ביז 6 צופרי, פילייכט ביי אנדערע אויך אזוי. שטעלט זיך די שאלה אויב הייבט מען אן רופן 1 ביינאכט און די קאלל ציהט זיך אריין ביז אינעם טאג אריין אום 8 אזייגער, צי ווערן גערעכנט די מינוטן פון 6 ביז 8, אדער זאג איך וויבאלד דער קאלל האט זיך אנגעהויבן ביינאכט ווערט עס מער אינגאנצן נישט גערעכנט. מעיקרא מאי קסבר או לבסוף מאי קסבר?

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 1:08 am

שוועמל האט געשריבן:באקאנט אז ביי ווערייזאן קען מען רופן אומזיסט (אומזיסט?) פון 9 ביינאכט ביז 6 צופרי, פילייכט ביי אנדערע אויך אזוי. שטעלט זיך די שאלה אויב הייבט מען אן רופן 1 ביינאכט און די קאלל ציהט זיך אריין ביז אינעם טאג אריין אום 8 אזייגער, צי ווערן גערעכנט די מינוטן פון 6 ביז 8, אדער זאג איך וויבאלד דער קאלל האט זיך אנגעהויבן ביינאכט ווערט עס מער אינגאנצן נישט גערעכנט. מעיקרא מאי קסבר או לבסוף מאי קסבר?

קרצ'מע בלי שוועמל - כחותם בלי חתימה


הה"ד הוא מפרך והוא מצרץ, הכל הולך אחר הח'סיום'ה.

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 8:36 am

מאשקע,

חחחחחחחחחחח, אוי, וואס גייט פאר? מיין ח' קנעפל ארבעט שוין נישט. מען מיז שוין גיין איינהאנדלן א קיבארד וואס האט נאר ח' קנעפלעך.


אהה, ב"ה עס איז געלאנגען צו טרעפן די ריכטיגע קיבארד. דא האט איר אונטן א בילד דערפון, איך גיי עס שוין באשטעלען.

----------------
ליידער האב איך אים היינט ניטאמאל געקאלט, לאמיר האפן אז פון דעם וועט אויך ארויסקומען אן ארטיקל...
עטעטשמענטס
.jpg
.jpg (19.61 KiB) געזעהן געווארן 1737 מאל
שרייב א תגובה

Advertisement