Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

בחור בחור, שא רגליך!!!...

זונטאג אוקטובר 14, 2007 3:48 pm

אמער, ביינאזמאנעם!

פון וואס איז ער דען מיד דער קליינער יחות קטנה אז ער ברויך וואקאציע? פון טרינקען קאפי? פון נאכשרייען מאריא דעם גוי פון ישיבה? פון נודנען דעם מענעדזשער מיט איבלדיגע וויצן?

אויך מיר א דערהער, ביינאזמאנעם! צו וואס האט מען דאס געמאכט בכלל? און ווער זעט עס זאל אנהאלטן אזא זאך וואס קיינער פארדינט און יעדער דערלייגט.

לעטס פעיס איט, דער קליינער בחור איז אן אומגעצייטיגט פרוכט'ל, אן אומרייפע פרי, ווען ער איז א פיעטש וואלסטו אין אים נישט אריינגעביסן, ווען ער איז א טאמאטע איז ער נאך גרין, ווען ער איז א באנאנע איז ער נאך א הארט.

דער צוציק וואס קוים דער אונטער-ארעם האט אים אנגעהויבן שמעקן, האלט זיך פאר א גאנצער זקן ויושב בין הגדולים, למעשה איז ער נישט אהער און נישט אהין, ביי די קליינע איז ער א בוגי-מען און ביי די גרויסע א פימפער-נוטער.

די קליינע פרחי שמיגעגיס, צו גרויס צו זיין זיס, צו קליין צו זיין קלוג. שוין אויסגעוואקסן די קאלערדיגע העמעדער, אבער שווימט נאך אינעם רעקל. מיט די קליינע וויל ער נישט פארברענגען און מיט די גרויסע לאזט מען אים נישט.

דרייט ער זיך ארום אויף די הינער אויג מיטן גרויסן חאלאטל, מיטן היט איבערן קליין רינדיג קעפל, ווען די פלאסטישע גלעזער רינט אים פון דאס פעטיגע נעזל, און ער קען דאס נאר ארויפריקן דורכן גרימאסירן מיט די נאז.

דאס נעזל, צו גרויס צו האבן חן צו קליין צו האלטן די גלעזער. די באקן, צו גרויס צו זיין בעקעלעך, צו קליין צו זיין באקן. די אויגן שפריצט מיט אויבערישע חכמה, דאס קול טשוויטשיג, די שיך מאראסטיג, דער שמוציגער טלית קטן ווי א טישטוך אויפן אונטערשטן. די איינציגע ווערטפולע פארמעגן זיינע איז די שתי שערות אויפן גאמבע.

נישט צום שלינגען נישט צום שפייען. צו גרויס צו פאלגן, צו קליין צו פארשטיין. פראסקעט די קליינע און קריכט אויף די גרויסע. די מאמע שיקט אין שול און די אידן אין שול ווילן אים נאר זען אינדערהיים.

אין שול ליידיגט ער אויס די קאווע, און פילט איבער די מקוה. נעמט אוועק די פלעצער ביים לערנען, און פילט אן די בענק ביים דאווענען. שטייט ווי מען גייט און גייט ווי מען שטייט. קופקעט אין די דורכגענג, און שפאצירט צווישן די זיצן. יאגט זיך ווי מען גייט לאנגזאם טרעטנדיג אויף די פערשטן, און חלומ'ט ווי מען גייט שנעל קלאפנדיג מיטן אונטערשטן אין די דיכטן.

מאכט מנינים ווי מען רייכערט מיט א קאווע, און טרינקט קאווע ווי מען דאוונט. צום עמוד איז ער אייביג א חפצה, דאוונט שנעל ווען מען וויל שטייט, און שטייט ווען מען וויל שנעל.

אינדערהיים מאכט ער אייערשפייז יעדן טאג, צו שפעט פאר פרישטאג און צו פרי פאר לאנטש. מאכט שמוציג דריי טעפ און קלעבט אן די קאונטערס מיט רויע אייער. פליקט אויף דאס פעקל ברויט אינדערמיט און האט נאך די העזה צו בלאזן ווען די מאמע שרייט. פארניצט שיינע דישעס ווי א מלך, און לאזט עס איבער אויפן טיש ווי א חזיר.

פּאָפט אויפן סאפע ווען מען דארף הילף, און הערט טעיפס הויעך ווען מען וויל שלאפן. צו האלטן א בעזים איז ער צו בא'גדול'ט, אבער שמוציג מאכט ער ווי א קטן. נישט צום באקומען ווען עס קומט צוצולייגן א פלייצע, אבער געפינט זיך שטענדיג אונטער די פיס צו מהנה זיין די מוטער'ס מידע נערוון מיט מילביגע וויצן וואס נאר א 'פּיטעם בחור' קען פארשטיין.

אין די היינטיגע וועלט וואו יעדע ריר איז א פירצה און יעדער באגריף איז א חורבן, א דור ווי יעדער טראטשאק איז אן עסקן און יעדער משוגענער איז א פרעדיגער, קענען נישט די חברה אויף אזויפיל אויפטון און מאכן אן ענדע צו די זינלאזע שגעון?!

וואו זענען די מנהלים?! על מי נטשתם את הקעלבער?!

אין מיינע אויערן קלינגען נאך די סטראשעס פון יעדן ערב בין הזמנים וואס מען וועט טון מיט די חברה וואס מען וועט כאפן מיט דאס און יענץ, בטלן איינער! הער אויף מיט די סטראשע! מאך אן ענדע צו דאס גאנצע פארשאלטנהייט און פטור אן עסק!

אמר רבי יענטאאש, לא היו ימים טובים לישראל כר"ח אייר ור"ח חשון, שבו היו בני ישראל יוצאים ומקליהם בידיהם ואומרים, בחור בחור שא רגליך! יאג דיך אפ!!!....
לעצט פאראכטן דורך יענטאאש אום דינסטאג ספטמבר 15, 2009 10:29 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

Advertisement

זונטאג אוקטובר 14, 2007 3:56 pm

יענטאאש,

די בעסט אפ די בעסט, דאס איז די סמעטענע פון די סמעטענעס, צו גרויס מגיב צו זיין און צו קליין צו מאכן דערפון א געשפעט, צו הומאריסטיש זיך איינצוהאלטן, נישט צו מילכיג זיך צו באמאכן, צו פאנטאסטיש צו שפעקולירן און צו באמבאסטיש צו גראטולירן.

במה אברכך? שכל יענטאשיעות שנוטשין ממך יהיו כמותך.

זונטאג אוקטובר 14, 2007 3:57 pm

פיין פיין, גאר פיין אראפגעלייגט דיין זייט פון די מטבע, יעצט לאמיר זעהן וואס "יענטאאש'ס בחור" אדער זיינע חברים האבן צו זאגן.

זונטאג אוקטובר 14, 2007 4:06 pm

איך דארף נישט אנקומען נאך צען תגובות און זאגן אז איך האב שוין נשיט וואס מגיב צו זיין, ווייל יעדער האט מיך שוין אויסגעכאפט. נאך צוויי תגובות קען איך אויך זאגן אז איך האב שוין נישט וואס צו שרייבן. עס איז צו גוטע ארטיקל אז איך זאל אפילו טראכטן וואס איך קען צושרייבן, איך געב שוין אויף, איך וועל סתם שרייבן מיט גריוסע ווערטער, יישר כח יענטאאש.

זונטאג אוקטובר 14, 2007 4:13 pm

אמר לוי, לא היו ימים טובים לישראל כיום אשר יענטאאש כתב ארטיקל בקרעטשמע..

זונטאג אוקטובר 14, 2007 4:27 pm

קאדענט בי בעטער!!!!!!!!!!!!!

זונטאג אוקטובר 14, 2007 5:44 pm

יענטאאש, איטס די בעסט אוו די בעסט, די סוויטעסט אוו די סוויטעסט!!!

כ'פרינט עס ארויס, גיימער עס יעצט אויפהענגען אין ביהמ"ד....

זונטאג אוקטובר 14, 2007 6:09 pm

בס"ד

קודם כל, א יישר כוח , ס'האט מיר געקאסט א פאר געלעכטער'ס פשוט פין די איינפעלער אין אויסדריקען , ביסט א עכטע יענטטאש

יעצט צים עצם ענין : וואס ביסטו אזוי ברוגז געווארען אויך די טינעידשער'ס פארצייל פינקטליך וואס די האסט געהאט מיט זיי דעם בין הזמנים

צווייטענס ווען די ביסט געווען א בחור וואלסטו אויך אזוי געזאגט , אדער דעמאלץ וואלטען די יונגעלייט געווען משוגעים

דריטענס , אזוי צי אזוי איז די ארטיקעל ווערד א מעדאל "די קרעטשמע מעדאל פינעם יאר"

זונטאג אוקטובר 14, 2007 6:29 pm

יענטאאש'ן אליין איז נישט שייך צו באדאנקען, ער טוט עס ווארשיינליך פאר די פאן... אבער איך וויל דא אויסדריקן מיינע הארציגסטע דאנק געפילן פאר דעם בחור'ל וואס האט אזוי אויפגערעגט אונזער באליבטן יענטאאש דעם פארגאנגענם בין הזמנים העבר עליו ל... שכוח, בחור'ל!

זונטאג אוקטובר 14, 2007 6:38 pm

יענטאאש

איך מיין אז דו דארפסט אויף מאכן א באזונדערע אשכול ווי דו וועססט אונז אלע דערציילן וואס האט דיר צוגעברענגט צו שרייבן אזא ארטיקעל. ווי לאנג דו פלאנסט שוין דער ארטיקעל. ווי אזוי מען קומט אויף מיט אזא גוט'ס און ווי לאנג עס האט דיר גענומען צו שרייבן. ווי אויך וואס פארע רעאקציע דו האסט עקספעקטעד פון די עולם דא.

זונטאג אוקטובר 14, 2007 6:59 pm

יענטאאש, ביסט מעעעעעעעעעכטיג. מ'דארף עס צוגעבן פאר די בחורים, און קודם וועסטו זיין נישט זעהן אינטער די פיס פאר עטליכע שעה, אן הצלה פורתא, אבער דאך עפעס.

כ'האב געלאכט און געלאכט און איך לאך נאך אלץ.

א שיינעם דאנק.

זונטאג אוקטובר 14, 2007 7:15 pm

מיר האבן איין ווארט עס איז א קורץ ווארט אבער עס זאגט זיך זייער לאנג,
ייייייייייייעעעעעעעעעעעעעענננננננננננננטטטטטטטטטטטטאאאאאאאאאאששששששששששששש!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

זונטאג אוקטובר 14, 2007 8:52 pm

יא יא, כאילו די גאנצע בין הזמנים קרוך איך אויף די נערווען... האב איך דען נישט געלערנט, האסטו מיר דען נישט געזאגט פון אנהייב אז די גרעסטע נחת וואס איך גיי דיר שאפן וועט זיין ווען איך וועל זיין אין בית המדרש? וואס איז אלזא די אויספלאץ? איך האב געלערנט, געדאוונט, שטייט צו שטיל, לעבעדיג צו איידל, וואסא חילוק?. איך בין אויסדרוקליך נישט געקראכן אינדערהיים אויף די נערווען. ווען דו האסט פארלאנגט די תורה האב איך געזאגט, און ווען דו ביסט איינגעשלאפן האב איך נישט געטארט רעדן צו יואלי?

איך פארשטיי נישט די גאנצע זאך!

זונטאג אוקטובר 14, 2007 8:52 pm

יענטאש.... מורא'דיג!!!!!
ביזדערווייל איז עס דער סמעטענסטער פונעם נייעם יאר תשס"ח.
וויפיל איך מיין אז איך האב שוין געזען די קלימאקס פון דיר, צונארסטו מיך נאר נאך און נאך.

זונטאג אוקטובר 14, 2007 9:04 pm

אה!

פיינעלי! א בחור וואס האט נישט מורא אויף צו מאכן זיין מויל (פיסק'ל)צו זיין אייגענע פאטער און זיך אן נעמען פאר זיין בני חבורה.

אדרבא לאמיר דא מאכן א שטיקעל דיבעיט ציווישען די אנגעווייטיגטע (גרויסע) אינגערלייט, און די בחורים (אדער דער וואס וויל שפילען דעווילס אדוואקאט).

נאך א ריכטיגע פעיר דעבאטע וועט מען מאכן א פאול צו זען ווער עס האט געוואונען די דעבאטע.

מאנטאג אוקטובר 15, 2007 8:59 am

הוי אידאס גוט ! דאס איז מעכטיג !

מאנטאג אוקטובר 15, 2007 10:24 am

יענטאאש, שמחתני בארקטיקלאתיך, כאב באמת הנאה געהאט.
און צו יענטאשס בחורל: קודם דאס עפל פאלט נישט ווייט פונעם בוים, כ'זעה אז דו שרייבסט גאנץ פיין.... אבער עפעס קריטיק מוזעך דעך יא זאגן.... כ'מיין קענסט טאקע לערנען און דאווענען, זיין שטיל ווען מ'דארף 'יא', און רעדן ווען מ'דארף 'יא'. אבער ספעלן??? דיין טאטע האדיר נישט אויסגעלערנט צו ספעלן זיין אייגענע נאמען???? כ'מיין, מ'רעדט נישטא פון א פשוט'ע נאמען - יענטאאש קומט מיט 2 אלפ'ס!!! איינס אליינס אידאך פונקט אזוי ווי א פלעינע יענטאש, כ'מיין סיניש גארניש ניש ווערד......
פליז, נעקסטע ביינעזמאנעם זאסטע זעהן צו צוריקשרייבן מיט א בעסערע שרייב צייכן...כ'מיין בעסערע ספעלינג.

מאנטאג אוקטובר 15, 2007 11:31 am

מען דארף אויפהענגען דעם ארטיקל אין די פיטעם ישיבות.

מאנטאג אוקטובר 15, 2007 1:03 pm

יענטאאש!!!!!!!!!!!!!!!

נעכטן ווען איך האב עס געליינט, האט דאס אויספלאץ געפלאצט, אבער היינט אינדערפרי אנקומענדיג אים ס'מעדרעש האב איך פארשטאנען,

און מיט דעם קען מען פארטייטשן די פסוק פון דע וואכעדיגע סעדרע, כי עתה ידעתי, צוויי פשטים..
.1 איך האב אלטס געוויסט אז דו ביסט מעכטיג, נאר איצטערט ווייס איך עס מער.
.2 איך האב דיך נעכטן געגלייבט מיט דיין ארטיקעל, אבער היינט האב איך פארשטאנען.

יייעעעעעעעעעעעננננננננננטטטטטטטטטטאאאאאאאאאאשששששששש!!!!!!!!!!!!!!! אריזיגע שכוח.

מאנטאג אוקטובר 15, 2007 2:34 pm

כ'טראכט און כ'טראכט און כ'קען מער נישט דערטראכטן. וואס זאל איך דא שרייבן? וויאזוי זאל איך דא קאמענטירן? וויל איך אנהייבן מיט איין נוסח, זע איך אז מיללער האט מיר שוין אויסגעכאפט. וויל איך אננעמען א צווייטן גאנג, מערק איך אז לוי האט עס שוין בארירט. וויל איך נעמען א דריטער מהלך, זע איך גאר אז דאס איז שוין אויך פארנומען. כ'דערזע מיך ממש אין א בחינה פון יבשת המעיין... איך האב שוין נישט וואס מוסיף צו זיין, וואס צו זאגן, כי כבר קדמוני חכמי הקרעטשמע כל אחד ואחד לפי סטיילו.

בלייבט מיר נאר איבער צו זאגן בלויזע דברים כלווייתן, אן קיין אריכות און אן קיין מעשיות, בלויזע טרוקענע (ווי פעפער) דיבורים. ויהיו נא דברינו לרצון לפני אדון יענטאאש.

יענטאאש, טראץ וואס דער ארטיקל איז אן ארטיקל אחר ארטקיל, עם כל זה האט איך געשלונגען יעדעס ווארט מיט דורשט, ווען דערביי איז מיר געלעגן אויסגעצויגן א שמייכל מלחי ללחי. און ווידער אמאל: ס'איז א הונדערט-און-פופציג-פראצענטיגע יענטאאש ארטיקל, מיטן גאנצן קנאק!

איך באוואונדער דיך יעדן מאל באזונדער. דו ביסט עפעס איינס אין דער וועלט. כסדר קומסטו אויף מיט עפעס חידושים נפלאים. אלץ האסטו עפעס א קנאקעדיגע איידיע פון וואס צו מאכן צימעס, און ווער רעד נאך דיין הומאריסטישער שריפט וויאזוי דו ברענגסט ארויס דיין ארטיקל.

און לאמעך דער עפעס זאגן: אין אמת'ן גערעדט זענען דאך רוב פון דיינע נושאים באמת נושאים וואס יעדער צווייטער טראגט זיך ארום דערמיט אין בויך; נעם למשל דעם בין הזמנים נושא, כ'מיין ווער פון אונז האט דען נישט דעם פראבלעם גאנץ בין הזמנים? וואו מ'גייט און וואו מ'שטייט איז עפעס אזא געדרענג צוליב די בחורים, זאל דאס זיין אין שול, צי זאל דאס זיין אין גראסערי, און אפי' אין דער גאס, די גאסן זענען דאך בימי בין הזמנים אנגעשטאפט מיט פלייש פון אלע צדדים אזש מ'קען זיך פשוט נישט רירן. דאס זאלביגע איז מיט דעם יונגערמאנטשיקל דארט, מיטן לולב/אתרוג/מחזור/שאנע/סידור, כ'מיין ווער האט דען נישט באמערקט אין זיין מנין דעם יונגערמאנטשיקל? איך מיין אז כמעט יעדער האט אים באמערקט.

נאר ווא-דען? דו פארמאגסט אין דיר עפעס א באזונדערן חוש הריח פון נעמען אזוינע סארט נושאים און זיך באטשאטשקענען דערמיט, און כמובן נישט סתם זיך באטשאטשקענען דערמיט נאר מאכן דערפון לאך-און-פארעך אזש ס'גייט א מבול געמישט פון רויעך און געדיכטע געלעכטער...

מאנטאג אוקטובר 15, 2007 2:41 pm

ס'ליגט שוין אויף די אידישע וועלט דעם סו בחור

מאנטאג אוקטובר 15, 2007 6:41 pm

נאכ'ן ליינען פאטאקי'ס תגובה מיט איר אויסלייג, איז מיר בייגעפאלן: סו בחור, קלאג אן דעם בחור! מ'קען אפילו מאכן א קלעס-עקשאן לאו-סוט!

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 12:02 am

אמר הויזעי ראבענסען קאנוי: האט הויזעי ראבענסען קאנוי געזאגט, זה מה שאמר הכתוב: דעס איז וואס דער פסוק זאגט, דאגה בלב איש: ווען א מענטש האט א פראבלעים, ישחנו לאחרים: זאל ער עס אויסשמיסען מיט אנדערע,פארוואס? ווייל, אזוי זאלען כאטש אנדערע פארגיסען בעט וואסער פאר געלעכטער.

מיט דעים קאן אויך זיין פשט, בנפול אוביך על תשמח, אז ווען איינער וואס איז נישט קיין קרעטשמע שרייבער, דרייט זיך איבער, אל תשמח, וועסטי נישט קענען הנאה האבען דערפין.

די זעלבע גייט אויך ארויף, אויף יאנאש'על וואס ציינדעלט, און אויפען טעקסט מעסידשז, און לחיים'ס חיים וברוך שובך , וכל הדומה לו כמובן.

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 2:16 am

ח"ו נישט אויסטאטשען אז ווער עס שרייבט נישט אין די קרעטשמע איז חלילה אין יענע קאטעגויריע, נאר איינער וואס שרייבט דא קען זיכער נישט זיין קיין פיינט, עהעלאא מיי מיז זיין אז דער וואס איז אן אוי-יעוו וועט עס קיינמאל נישט פארציילען קרעטשמעריש, און פאר"חמור"עט איז נישט אינטערעסאנט צו הערען.

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 9:05 am

שוין, האלטן מיר שוין נאכן לערנען א שטיקל קאנאו..
און לאמעך דיר זאגן מר. ראבענסאן, ס'איז א מורעדיגער פשט!! נישט אזוי ווייט די פשט ווי די דערהער,
שרייב א תגובה

Advertisement