די פעולות פון מורשת חכמי אמעריקא; אנקעטע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

וויפיל אינטערעסע שפירט איר אין די פעולות פון מורשת חכמי אמעריקא?

איך בין זייער פאראינטערעסירט אין די ווערק און ווארט מיט שפאנונג אויף נאך
53
73%
איך בין צופרידן פון די סחורה, אבער מהיכי תיתי
12
16%
ס'אינטערעסירט מיר נישט צופיל
5
7%
ס'אינטערעסירט מיר בכלל נישט
3
4%
 
סך הכול שטימען: 73

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

די פעולות פון מורשת חכמי אמעריקא; אנקעטע

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג יולי 06, 2015 12:40 pm

ב"ה

דא בייגעלייגט איז דא א פראגע בויגן וועלכע דינט צו ערשיינען אלס אן אנקעטע. די פראגע וואס ליגט אויפן וואגשאהל איז, איבער וויפיל אינטערעסע עס ציעט די פעולות פון 'מורשת חכמי אמעריקא'. און עס איז ערווארטעט צו זעהן וואס עס איז דעם ציבור'ס מיינונג און וואס עס ליגט זיי ביים הארצן וועגן דער ענין.

'מורשת חכמי אמעריקא' איז אן אויסגעוואקסענע קערפערשאפט פון אייוועלטס "גוטע צייטן". בימים ההם זענען אויף אייוועלט געברענגט געווארן די בעסטע סחורה וועגן 'על הצדיקים ועל החסידים' און 'זכור ימות עולם'. דאס אז ס'איז היינט א געווענטליכע ערשיינונג צו זעהן אין רוב צייטונגען, מאגאזינען און אפילו תורה אויסגאבעס ווערק און דאקומענטן גענומען דירעקט פון אייוועלט איז מער ווייניגער א פועל יוצא פון יענע גוטע צייטן.

ליידער איז געשען די ביטערע טראגעדיע דער "קראך" הידוע, וואס האט ליידער זייער שווערע געווירקט אויף די שרייבער און זינט דאן איז דער תוכן'פולער טייל פון אייוועלט געגאנגען ל"ע מטה מטה. ברם יזכרו לטוב עטליכע געניטע טעכניקער וואס האבן צוריק געברענגט פארשידענע ווערק אבער אין אלגעמיין האט זיך געענדיגט די גוטע צייטן.

פון די הויפט טעמעס איז דעמאלטס געווידמעט געווארן א גרויסע טייל פון די שרייבונגען וועגן די געשיכטע פון אידישקייט און די רבנים אין אמעריקא, און דערפון האט זיך עווענטועל געשאפן אן אומאפיציעלער ארגאנעזאציע פון פארשער און שרייבער וועגן דער געשיכטע, און שפעטער קונה שם געווען אלס "מורשת חכמי אמעריקא".

פארשידענע גאר אינהאלטסרייכע טיילן וועגן די געשיכטע פון אידישקייט אין אמעריקא זענען אפגעראכטן געווארן דאהי אין די שפאלטענעס פון אייוועלט. אבער יותר מה שקראנו לפניכם כתוב כאן. אין די ראמען פון מורשת חכמי אמעריקא זענען טעגליך דא געוואלדיגע אויפטוהונגען סיי אין די געביטן פון פרישע אנטדעקונגען וועגן געוואוסע רבנים וועלכע זענען דאהי אנוועזנד געווען און סיי וועגן רבנים וועגן וועמען ס'איז אימער באקאנט אבער מען ברענגט אפיר ב"ה נייע ידיעות וואס איז פון פריער וועגן זיי נישט באקאנט געווען.

מיר וואלטן זייער געוואלט ברענגען פארן ציבור לייענער, נאך סחורה פון די געוואלדיגע אוצרות המורשת, אבער די ארבייט פון שרייבן איז זייער שווער בפרט ווען יעדער טוט זיך אייגנס באשעפטיגן מיט ציען חיונה און ברענגען טרף לביתם און צייט איז ענג. דעריבער איז נייטיג צו וויסן וויפיל עס לוינט זיך די ארבייט פון שרייבן און מסדר זיין די סחורה כדי עס צו ברענגען פארן ציבור.

דערפאר איז נייטיג צו הערן דעת הקהל און לויט דעם וועט מען ווייטער דן זיין.

א גרויסער דאנק

אהרן בן בוזי הירשקוביטץ
מזכיר המורשת
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

חאצאצקע רבי
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 21, 2015 9:16 pm

תגובהדורך חאצאצקע רבי » מאנטאג יולי 06, 2015 12:55 pm

וואס איז די ׳קראך הידוע׳?

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » מאנטאג יולי 06, 2015 1:10 pm

איך האב זייער ליב צו ליינען די באשרייבונגען און אויפדעקונגען פון "מורשת חכמי אמעריקע". נישט אלעמאל קומט מיר עס אויס צו ליינען און זיכער נישט קאמענטירן, ווייל מיר ווערן נישט אינפארמירט אז עס איז ערשינען א נייע ארטיקל.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5087
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג יולי 06, 2015 1:18 pm

חאצאצקע רבי האט געשריבן:וואס איז די ׳קראך הידוע׳?

גם אני מצטרף וואס?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג יולי 06, 2015 1:21 pm

איך פערזענליך בין מער אינטערסירט אין אקטועלע היינטיגע סחורה אפי' ווינציגער אינטערסאנט, וועלכע מורשת אמעריקע וועט אין 50 יאר ארום באשרייבן מיט גרויס אינטערעסע... (יעמאלט וועט עס ווערן תוכן'דיג...)
ווי איידער סתם אלטע אינפארמאציע, א חוץ אויב סהאט עפעס מיט סאטמאר ...

איי געס יעדער מענטש איז אנדערשט.

למעשה בין איך אמאל געזיצן מיט א עלטערע איד אין שפיטאל, א שטיקל ידען, כהאב נישט געהאט וואס צו רעדן מיט אים, האב איך ארויס גענומען מיין סעלפאן, און אויף געמישט איי וועלט, אין אנגעהויבן דורך גיין עטליכע אשכולות, וואס זאל איך אייך זאגן, דער איד האט אויפגעלעבט, כווייס נישט ווען סאיז געווען די לעצטע מאל וואס ער האט געהאט א שמייכעל, אבער זכור ימות עולם האט עס באוויזן.

אגב, וואס איז די קראך הידוע?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11369
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג יולי 06, 2015 1:24 pm

איך ווייס יא וואס די קראך הידוע באדייט, אבער איך כאפ נישט וואס דאס האט שייכות מיט די הצלחה פון מורשת חכמי אמעריקע

בנוגע דעם אנקעטע, תמיהני מאד, וואס קומט נעקסט? וועט די לייברערי אוו קאנגרעס מאכן א פאול ביי די אמעריקאנער בירגער אויב זי טוהט עפעס אויף?

מורשת חכמי אמעריקע איז שוין היינט ברייט אנערקענט אין די גאנצע אידישע וועלט, ווירקליכע ווי ווירטואלע, און זיי ברויכן נישט די צושטימונג פון קיינעם
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

פארשטייסט?
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 2:15 am
לאקאציע: אין מח

תגובהדורך פארשטייסט? » מאנטאג יולי 06, 2015 1:38 pm

איך באלעק מיר די פינגערס פון די זכור ימות עולם אפטיילונג, איך האב שוין צוזאם געליינט היבש אסאך אבער איך פלאן נאך דורך צוליינען אסאך אשכולות פונעם זכור ימות עולם אפטיילונג אינעם צוקונפט.

איז זכור ימות עולם א חלק פון 'מורשת חכמי אמעריקא'?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג יולי 06, 2015 2:01 pm

דער קראך האט אראפ געפירט מורשת פון די עפנטליכקייט און איר אפיציעל אריינגעפירט אין הונטערגרונד, די שאלה איז צו עס פאראינטערעסירט דער'עולם אז מורשת זאל נאכאלץ מזמן לזמן פארעפנטליכן סחורה פארן פאבליקום.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג יולי 06, 2015 2:26 pm

די אנקעטע איז לדעתי נישט אקוראט, ווייל די וואס זענען שטארק אינטערעסירט באזיכן דעם אשכול און די וואס זענען נישט אינטערעסירט שפירן נישט פאר וויכטיג בכלל צו קליקן אויף דעם אשכול און אוודאי נישט שטימן
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג יולי 06, 2015 2:43 pm

אילו לא באתי לאייוועלט רק זיך צו באקענען מיט מורשת חכמי אמעריקא און אירע געטרייע פירער דיינו!

אלץ הכרת הטוב קען איך נישט בלייבען שטיל, נאר מוז זאגען אז דער וואס קווענקעלט אין זייער ארבעט (אדער האט נישט קיין אהנונג פון זיי), קען נאכנישט אייוועלט און ווייסט נישט פארוואס אייוועלט איז אייוועלט. דאס זענען די וואוילסטע פון אונזער הייליגע פאלק; פארשער פונעם העכסטען קאליבער, וואס גיבען אוועק זייערע טייערע צייט (צייט וואס געלט קען נישט קויפען) און שטייען צו הילף יעדער וואס האט עפעס איין געלייגט אין דער אמאליגע אמעריקע, און וויל וויסען, טרעפען, עפעס פון די הייפעלע אידען וואס זענען געבליבען נאמן לה' ולתורתו אין די טריפה'נע אמעריקע, ובפרט אירע גדולים וואס האבען באשיינט דער דענמאלטיגע אויבען אן.

דער מטרה פון מורשת חכמי אמעריקא איז א הייליגע און דארף נישט מיין הסכמה, ואשרי חלקם.

אלץ איינער וואס האט שוין געניסען פון איר מלא חפנים, וויל איך זיי ווינטשען אז ימלא ה' את כל משאלתם לטובה, און די אלע צדיקים וואס זי האבען געברענגט ממש ממות לחיים (דאס רוב פון זייער ארבעט איז נישט באוויסט צו יעדען) זאלען זיין מליצי יושר פאר זיי און זייערע משפחות.

ווינטשט ענק בהערצה גדולה, ידידכם המכונה שפוזמ"ן פה אייוועלט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » מאנטאג יולי 06, 2015 3:19 pm

פארשטייסט? האט געשריבן:איך באלעק מיר די פינגערס פון די זכור ימות עולם אפטיילונג, איך האב שוין צוזאם געליינט היבש אסאך אבער איך פלאן נאך דורך צוליינען אסאך אשכולות פונעם זכור ימות עולם אפטיילונג אינעם צוקונפט.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » מאנטאג יולי 06, 2015 3:26 pm

איך האב שוין שעות פארבראכט אין זכור ימות עולם, חזק ואמץ

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13262
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יולי 06, 2015 4:50 pm

מען וויל הערען א מיינונג?
איך בין נישט מקנא די חברי המורשת זיי האבען זיך אינטערגענימען א שווער עסק
ווי אזוי איז מען דו פון וועם מען מוז שרייבען , פון וועם מען מעג שרייבען, פון וועם שתיקה יפה
פון אידען וואס האבען זיך מוסר נפש געווען אויפטוען א ברעקעלע אודאי יא !
פו דר רעעוועל? ניין
פון דעם מיסד פון בית מדרש לתורה אין סקאקי? ניין
Capture.GIF

פון סובאלקער רב ר ד ל ?
פון ר י ד הלוי ס רב בב---ן the Rav ?
וכהנה וכהנה

פלאטשקע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2015 2:51 pm
לאקאציע: ווען מען שפרינגט אריין אין וואסער

תגובהדורך פלאטשקע » מאנטאג יולי 06, 2015 5:29 pm

קען איינער ענדליך שוין מודיע זיין וואס איז דאס דער קראך הידוע ?
ווען עס העט ווען געווען: אלע מענטשן, איין גרויסער מענטש! אלע ביימער, איין גרויסער בוים! אלע וואסער, איין גרויסער וואסער! און דער גרויסער מענטש, העט ווען געווארפען דעם גרויסן בוים, אין דעם גרויסן וואסער, וואספארא "פלאטשקע" העט דאן געוועזן!

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9622
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג יולי 06, 2015 5:46 pm

כ'זע ניטאמאל וואס די שאלה דא איז, ס'איז אן קיין ספק אז די אשכולות (ובפרט ווען עס קומט אן ארטיקל פונעם מסדר קידושין) איז פון די סארט הנאות וואס מען קען נישט מוותר זיין דערויף. וואס יא, מען קען מיר באשולדיגן היתכן אז איך בין כמעט נישט מגיב, און איך ריף זיך נישט אן אז כ'האב הנאה געהאט, יא ריכטיג, דאס איז טאקע א טענה. נו, ס'איז דאך יעצט תמוז, זמני תשובה קלאפן שוין אויפן טיר, האף מיר בעזר השם תשובה צו טון אויף דעם אויך, און זיך מער באדאנקן. [ס'איז נאר אביסעלע שווער, גיי באדאנק זיך פאר יעדע תגובה וואס ווערט געשטעלט, גאנץ אסאך מאל ווערט געבויעט א גאנצע ביאגראפיע פון איין תגובה דא און איין תגובה וואס ווערט געשטעלט, עכ"פ פאר ארטיקלען האף מיר אי"ה זיך צו נעמען אין די הענט אריין זיך צו באדאנקן].

--
בנוגע די קראך, קודם זעט דא... viewtopic.php?f=21&t=11742 ווי בן בוזי איז מספיד זיינע פארלוירענע רייכע תגובות.
פאר מער ליינט דא viewtopic.php?f=2&t=11816

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג יולי 06, 2015 9:32 pm

איך שריי דאס שוין לאנג, גאר אסאך מאל איז דא תגובות וואס זענען זייער באלערנד און אינטערעסאנט, אבער עס קומט נישט צו רעאגירן מיט א "געשמאקע" דאנק תגובה, און דער דורכשניטליכער ליינער האט נישט כמעט וואס צוצולייגן צו קענען מגיב זיין. אבער א לייק איז זייער אין פלאץ.

פילייכט וואלט געווען א פלאן מ'זאל איינפירן אזא סארט פילאט פראגראם אין זכור ימות עולם אפטיילונג, מ'זאל קענען לייקן תגובות. און אויב עס ארבעט קען מען עס איינפירן אינעם גאנצן סייט.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

חאצאצקע רבי
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 21, 2015 9:16 pm

תגובהדורך חאצאצקע רבי » מאנטאג יולי 06, 2015 10:24 pm

בן בוזי האט געשריבן:דער קראך האט אראפ געפירט מורשת פון די עפנטליכקייט און איר אפיציעל אריינגעפירט אין הונטערגרונד, די שאלה איז צו עס פאראינטערעסירט דער'עולם אז מורשת זאל נאכאלץ מזמן לזמן פארעפנטליכן סחורה פארן פאבליקום.

סאיז דא נאר אין אינטערגרינד דאס הייסט אז די מאמרים ווערן סייווי געשריבען איז וואס גייט ענק אהן אלס ארויפצושטעלן לכל מאן דבעי?!

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג יולי 07, 2015 11:37 am

אז דו פרעגסט דעם דעת הציבור וועל איך דיר זאגן: איך ליין פון מאל צו מאל און איך האב זייער הנאה, אבער רוב מאל קום איך נישט אן צו ליינען.

אבער איך בין זייער קאנפיוזט וואס מורשת חכמי אמעריקא איז, איז עס אן ערנסטע ארגאניזאציע אדער א הומאריסטישע ארגאניזאציע פון אייוועלט, מיט אנאנימע אינטערסאנטע קריעטיווע נעמען און שטעט.

נאך מער בין איך קאנפיוזט וואוסענדיג אז זיי פארמאגן אן אימעיל גרופע אויך, ווי די מיטגלידער פונעם מורשת טיילן מיט אינפארמאציע, און מען אראנדזשירט וויזיטס צו בתי חיים. פאר אפאר וואכן צוריק האב איך געזען אן ארטיקל אין עמי ציטירט פון זיי.

די שאלה ווערט וואס עס איז באמת. איז עס א גרופע הונטער קוליסן, אדער אן עפנטליכער ארגאניזאציע מיט לייסטונגען? וואס איז די ציל דא?

ווי איך קוק עס אן איז דאס א האבי און געשמאק פאר די וואס גרונטעווען זיך אין די אמעריקאנער אידישע היסטאריע, און זיי האלטן זיך צוזאמען, פערצופאל אויך דורך די ראמען פון אייוועלט. סאו וואס איז די שאלה דא? צו ענק זאלן זיך ווייטער צוזאמענהאלטן? ווען עס איז נישטא אייוועלט איז אויס גרופע?

ביטע קלארשטעלן. יישר כח.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » דינסטאג יולי 07, 2015 12:00 pm

וואס הייסט הונטער קוליסן , א אפיס מיט פיר ווענט אין א זייטיגע געסל?
און וואס מיינט עפנטליכער ארגאניזאציע , א געשעפט אינמיטן די הויפט שאפינג סענטער?

וואס פאלט אייך ביי ס'איז הומאריסטיש. ווייל מ'שרייבט דא מיט פענע נעמען? איר פארשטייט אז י"מ סופר שרייבט ערנסטע רבנישע מאמרים כאטש וואס ס'איז א פענע נאמען.
סך הכל וואס ער פרעגט, אויב איז דא אינטערעסע דערין ביים היימישן ציבור, יא אדער ניין. ס'איז אים נוגע למעשה זעט אויס.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יולי 07, 2015 12:40 pm

איך זעה אז נישט אלע האבן אזוי גוט פארשטאנען די פראגע. איז אזוי. מיר אינערהאלב מורשת טוען עס טאקע מער ווייניגער פאר א האבי אבער מיר וואלטן גערן געקענט באשטיין מיטצוטיילן מיטן ציבור אינטערעסאנטע געפונסן בשייכות צו אידישקייט אין אמעריקא, צו איז עס אמאל א ביאגראפיע פון א רב אדער איש השם וואס מיר האבן אפגעפונען, אדער סתם א שטיקל געשיכטע פון אידישקייט אא"וו. די זאך איז נאר אז צווישן אונז גערעדט פעלט זיך נישט אויס קיין באשרייבונגען מ'פארשטייט זיך שוין -ווי מ'זאגט- אויפן ווינק. אבער כדי עס ארויס צו שטעלן פארן פאבליקום פעלט זיך אויס א פולע באשרייבונג צב"ש וואס מיר האבן לעצטנס געשריבן וועגן אדם הנסתר, הצדיק רבי אבל'י ליפשיץ אדער פארשידענע אנדערע ארטיקלען אין די ראמען פון שם הגדולים לגדולי ארה"ב ואטו כי רוכלא ליזול וליחשב? די אלע זאכן פארנעמט אסאך צייט און קאנצענטראציע און כאטש מיר האבן היבש הנאה אלס יותר ממה שהפרה וגומר איז אבער וויכטיג צו וויסן צו עס איז ציהט בכלל אן אינטערעסע ביים ציבור און דעריבער צו ס'לוינט די ארבייט.

פארוואס זענען מיר אזוי פארצווייפלט? נעמט לדוגמא אזא ארטיקל וועגן רבי אבל'י הנ"ל. ס'איז א הערליכע ארבייט וואס מרן כבוד הנשיא שי' האט אזוי פאכמאניש אהער געשטעלט. און דערווייל, וויפיל באזוכער און אודאי אינטערעסע קאמענטירער האבן שוין באזוכט דער אשכול? אתמהה

און וועגן די וואס פרעגן וועגן 'מורשת חכמי אמעריקא'. צו דאס איז פיקטיוו אדער ריכטיג. איז אזוי. די ארבייט וואס מיר טוען איז ריכטיג כאטש אונטער פיקטיווע נעמען, עס האט טאקע א דאון סייד ווייל מיר שטעלן זיך נישט עפנטליך ארויס צו נעמען פאראנטווארטליכקייט אזוי ווי ידידינו הר"ר יונה לאנדא ולהבדיל אנדערע, אבער למעשה האט זיך עס אזוי געבויעט וויבאלד ס'איז אויסגעוואקסן פון אייוועלט ניק'ס און דערווייל איז עס ווי ס'איז.

אגב איז כדאי אנצומערקן אז רבי יונה לאנדא שטייט אין פולע שטיצע צו די מורשת און האט שוין עטליכע מאל אויסגעדרוקט זיין אויסטערלישע הנאה איבער די חשובע אקטיוויטעטן וואס ער האט געהאט די געלעגנהייט צו הערן און זעהן וועגן זיי.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג יולי 07, 2015 12:55 pm

בן בוזי האט געשריבן:אגב איז כדאי אנצומערקן אז רבי יונה לאנדא שטייט אין פולע שטיצע צו די מורשת און האט שוין עטליכע מאל אויסגעדרוקט זיין אויסטערלישע הנאה איבער די חשובע אקטיוויטעטן וואס ער האט געהאט די געלעגנהייט צו הערן און זעהן וועגן זיי.

אפשר קען מען דא ארויפשטעלן א בריוועלע פון ר' יונה בשבחו פונעם מורשת?
עס וואלט געווע א כבוד פאר מורשת חכמי אמעריקא צו ערצייגן אזא בריוו.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג יולי 07, 2015 1:07 pm

הרב בן בוזי,
מיין ארימע מיינונג ,
אז געווענליך ביי אזעלעכע ענינים האט איינער וואס ליגט נישט אין דעם, נישט צופיל וואס צו קאמענטירען,

אבער ס'איז נישט קיין סתירה מיט הנאה האבען פון אזאנע ארטיקלען, ער קען נאך אלץ זיך באלעקן מיט די געוואלדיגע פארש ארבעט וואס די מכון לייגט אריין,

ממילא איז פשוט אז ס'איז ווערט די ארבעט, אפילו אויסערליך באקומט מען נישט אזא שטארקע פידבעק, איז אבער זיכער אז דער ציבור האט שטארק הנאה,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13262
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג יולי 07, 2015 1:31 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:הרב בן בוזי,
מיין ארימע מיינונג ,
אז געווענליך ביי אזעלעכע ענינים האט איינער וואס ליגט נישט אין דעם, נישט צופיל וואס צו קאמענטירען,

אבער ס'איז נישט קיין סתירה מיט הנאה האבען פון אזאנע ארטיקלען, ער קען נאך אלץ זיך באלעקן מיט די געוואלדיגע פארש ארבעט וואס די מכון לייגט אריין,

ממילא איז פשוט אז ס'איז ווערט די ארבעט, אפילו אויסערליך באקומט מען נישט אזא שטארקע פידבעק, איז אבער זיכער אז דער ציבור האט שטארק הנאה,

אבער אז מען זעט נישט אז די ציפערען אינטער
Capture.GIF
Capture.GIF (1.49 KiB) געזעהן 3022 מאל

זאלען זיך הייבען פארלירט מען חשק
דאס קען איך זאגען פון אייגענע ערפארונג

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 07, 2015 1:32 pm

גרויזאמער האט געשריבן:נאך מער בין איך קאנפיוזט וואוסענדיג אז זיי פארמאגן אן אימעיל גרופע אויך, ווי די מיטגלידער פונעם מורשת טיילן מיט אינפארמאציע, און מען אראנדזשירט וויזיטס צו בתי חיים. פאר אפאר וואכן צוריק האב איך געזען אן ארטיקל אין עמי ציטירט פון זיי.

אויב קענט איר ברענגען וועלכע 'עמי' נומער, אדער לכה"פ וואס זיי האבן ציטירט, תבא על הברכה.

יישר כח

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג יולי 07, 2015 2:27 pm

האמת אגיד, הערשט ווען איך האב באמערקט די מאמרים וואס די חברי המערכת שרייבן, האב איך אנגעפאנגען צו בליקן - מער אפט - אין על הצדיקים.
אבל דא עקא, אז די שם הגדולים אשכול האב איך אליינס געכאפט אז דארט דארף צו זיין "סחורה"... אבער די ר' אדם נסתר אשכול, ווען נישט עס שטייט "צדיק נסתר - ניו יארק" אין קעפל וואלט איך עס מן הסתם נישט געעפנט, ר' אבלי ליפשיץ - למשל - האב איך נישט געליינט, זינט איך ליין נישט אלע אשכולות דארט.

אלזא, עצתי, אויב איז מעגליך וואלט כדאי געווען צו שרייבן (אין פאל פון א אשכול וואס די מורשת עפנט אליינס) אינעם קעפל [מח"א] וכדו', אדער מאכן עפעס א מפתח וואו מען וועט אויך מעלדן ווען עס איז דא א פרישע "זאפטיגס", אזוי אז די ארבעט זאל גרינגער באמערקט ווערן, און ווי מיר ווייסן יעצט, וועלן - אזוי - ביידע צדדים מער הנאה האבן...

במה שנוגע מעיר זיין, איך פערזענליך קען זיך נישט אלץ מצמצם זיין צו שרייבן א דאנק תגובה, דערפאר טוה איך מיר ליידער נישט אלץ באדאנקען אין קרעטשמע פארום אויף א ארטיקל, אין על הצדיקים האב איך נישט אלץ געוואלט עס טון, זינט עס איז ב"ה א ערנסטע פארום.
א לייק קנעפל האב איך דאך נישט ליב...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קאסאניער און 24 געסט