Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

א שמועס צווישן צוויי טירן!!

דאנערשטאג יולי 02, 2015 10:41 pm

די ברייטע גלאז-דורכזיכטיגע טירן עפענען זיך און פארמאכן זיך, עפענען זיך און פארמאכן זיך, און דאן נאכאמאל עפענען זיך און פארמאכן זיך, און דאן ווידעראמאל אפן, פארמאכט, דעם גאנצן ליבן טאג.

אזעלעכע פונקטליכע שותפים, א זעלטנהייט אין דור. אפשר גאר האבן זיי א שטיקל שפראך צווישן זיך, אולי איז עס אינטערסאנט זיך צוצוהערן.

איך בייג צי אן אויער, נענטער נענטער, און, איך הער ווי זיי שמועסן! וואונדער. די רעכטע טיר מורמעלט זיך אזוי שטילערהייט אונטער, ווען די לינקע ענטפערט מיט אן אויטאמאטיש, עפן – פארמאכט.

-היינט פריה פארטאגס – זאגט דער רעכטער טיר – בערך האלב פינף פארטאגס זעה איך צוויי חסידישע יונגעלייט, הצלה מעמבערס אריינקומען מיט א בעטל, זיי האבן געשפאנט שנעל, גאר שנעל, נעבעך א קליין אידיש קינד, מיט אקסעדזשין, אייווי, מיט זיין טאטע אונטער זיי, אזוי באזארגט, אזוי דערשראקן, איך האב ממש רחמנות געהאט אויף זיי, הלואי ווען איך זעה דאס זעלביגע אויף א גוי".

-וואס וואונדערסטו זיך אזוי – ווערט דער לינקער טיר נישט נתפעל – עס איז די ערשטע מאל די זעהסט אזא זאך? יעדן טאג זעהן מיר שרעקעדיגע זאכן, וואס ביסטו אזוי איבערגענומען?

-"נעעהה, וואס פארשטייסטו? איך האב פשוט אנגעהויבן טראכטן, און אט קומט מיר צי וויינען, דו ווייסט פון וואו די אידן זענען געקומען? א וועג פון איבער א שעה.

-איבער א שעה?

-יא, פון קרית יואל. מינימום א שעה וועג. יעצט מאך דו אליינס דעם חשבון;

אופ. עפן... פארמאך...

-ביסט מיט מיר?

-יא.

-די הצלה יונגעלייט זענען געפארן אין א אמבולאנס, איבער א שעה, דאס מיינט אז מינומום א האלבע שעה בעפאר זענען זיי שוין געווען אויף, אנגעטאן, אין א רעגן, און געלאפן צי די קאל. דאס מיינט אז דריי אזייגער אינמיטן די נאכט זענען זיי שוין אויפגעווען, איך בין אינגאנצן נתפעל, וויאזוי? וויאזוי באווייזן זיי דאס? און וויאזוי גייען זיי דערנאך ארבעטן נאכן אויפזיין כמעט א גאנצע נאכט?

זענען זיי טאקע געמאכט פון גלאז און שטאל ווי אונז?

-אך, וואס מאכסטו זיך נאריש, ווען דו קענסט ווען גיין מיט אזא emt דזעשעקט טוסטו עס ווען אויך.

-אזוי, און וואס איז מיט די אלע ידידים וואלונטירן וואס איך דערקען זיי שוין פונעם פארקינג לאט, ניטאמאל ווייסט איינער אז זיי זענען עפעס, טוען עפעס, אבער, נאכט נאך נאכט קומען זיי שלאפן מיט פאציענטן. איך גלייב ס'זיי נישט באטעמט?!

-איך הער, גערעכט, איך האב זיי געזעהן, אבער ניטאמאל איז מיר איינגעפאלן דאס צי שעצן.

-פשי. גיב א קוק – ווערט דער לינקער טיר שוין א טראפ ערנסטער – קוק דא נעבן אונז, דארט ביים לאבי, דארט זיצט א חסידישע קאפל, זיי ווארטן, שוין א גוטע פאר מינוט וואס זיי ווארטן, וואס איז מיט זיי?

-גיי ווייס. לאמיר צוווארטן און זעהן.

-ארלעדיגט. אבער אז דו רעדסט איז מיר טאקע זייער אינטערסאנט, וויפל איך טראכט ווער איך אלס מער און מער איבערגענומען. אז דו קוסט שוין יא, דו ווייסט וויפל חסד עס גייען דורך אונזער טיר-שותפות. מיט א צען מינוט צוריק זעה איך דא א חסידישער יונגערמאן, שווארץ-שטייף-געקריייזעלט-געפלאכטענע-פיאות אויף די אויער, א אפגעריבענעם הוט, א כשר'ע סעלפאון, ער זונגט זיך אונטער אזא לידעלע און לויפט אזוי טאנצעדיג. זיך צוקוקענדיג מיט א מער וואכזאם בליק זעה איך ווי ער שלעפט הענט טראק.

-א הענט טראק? ביסט זיכער ס'נישט געווען א וויהלטשעיר?

-לאאאז אויסרעדן. נישט מער און נישט ווייניגער, ער שלעפט עסן, גאנצעטע קעיסעס, פלייש, זופ, יוגארט, סענדוויטשעס, קאווע, קוקיס, וואסער, נאש, און וואס נישט. ער גייט צי צום עלעוועיטאר און פארט גראד. אי בין דאך א נייגעריגער בטבע, האב איך איהם נאכגעקוקט. וועסט נישט גלייבן וואס איך זאג דיר, אונז זענען פשוט נישט אויפן גוטן פלאץ אינסטאלירט, ער איז געגאנגען צום ביקור חולים רום. וואס איך האב דארט געזעהן קען איך ניטאמאל דיר מסביר זיין.

א מין אינטערסאנטקייט די אידן. האסטו שוין געזעהן א גוי טוהן אזוינס?

-העע, דו רעדסט אזוי פון איין יונגערמאן, ווייסט וואס כהאב נעכטן געזעהן? דו האסט זיך גראדע אויך געעפנט פאר זיי, קענסט זיין האסט זיי פשוט נישט באמערק. א גאנצע מחנה מיט פרויען, א באס, א גאנצע גרופע, וועסט נישט גלייבן, אלטע באבעס אפילו, זיי קומען אויפאיינמאל אריין, און עס גייט א רויעך פון די גרופע, הו הא, טשיקן זופ, די גערוך, הייסע שווערע טערמוסן, ס'טוטצעך, בעקעלעך, קאנטעינערס, קניידלעך, לעפלעך, אלעס, אזוי שיין פארפאקט מיט סטיקערס דערויף, נו, ווער מיינסטו? חסידישע אידעלעך.

-פלאי פלאים, ווייסט, ס'לוינט זיך שוין מיינעך צי ארבעטן אויף אונזער ביטערע פאזיציע, נאר...

אופ. א עפן... פארמאך...

-..צוצוזעהן אזא חסד!

-כאכאכאכ, כאכאכא.

-וואס לאכסטו?

-גיב א קוק דארט, כאכאככא, ווער זענען די מאדנע פארשטעלטע מענטשן דארט?

-דארט? ווער יענע? דו ווייסט נישט? מקימי!

-זיי קומען נענטער, איינער שלעפט א קיעבארד, א גיטאר, דארט גייט זיין לעבעדיג, עס איז דאך אזא טרויערדיגע פלאץ דא, הלואי זיי קומען ווען יען טאג, וואלט מיר זיך כאטש געפריידט צי זעהן גוטע זאכן.

-זעהסטו! מה-דאך אונז פרייען זיך צי זיי, קענסטו זיך שוין פארשטעלן וויאזוי די חולים פרייען זיך, נעבעך, א חוץ שארפע כעקמיאלן און באקטעריע, הארטע שטייפע נורסעס, זאלן זיי כאטש אביסעל שמייכלען און זינגען.

לעצטענס זעה איך דא א אינטערסאנטע ערשיינונג, האלטסט ס'פלעגט זיין נאך פאר אונז אויך? יעדן צופרי זעה איך דא פרוי, זי קוקט אויס ווי א צדיקת, ווער האט דען ליב צי גיין אין א שפיטאל, זי קומט, דרייעט איבער, רעדט, פרעגט, באפעהלט, און זאכן רוקן זיך! ווי נאר זי קומט אן ווערן זיי אזוי פריינטליך, צוגעלאזן. איך גלייב אז עס טוט אויף, די דאקטורים האלטן דאך נישט ביים ארבעטן אן דעם, פארוואס טרעפט זיך נישט אזוינס ביי גוים?

וואס מיינסטו? ככאפ נישט פונקט.

כאפסט טאקע נישט? רפואה העלפליין – און ביקור חולים!

-טאקע א חידוש. וואס דו זעהסט נישט אלס!

-איך האב נאר מורא זיי זענען אביסעלע קוריאז, עפעס נישט צום טאקט, כווייס אליינס נישט. איך קוק זיך אום אזוי יעדן טאג, עפעס געפעלט מיר נישט, כ'קען אליין נישט דערגיין וואס, אבער עפעס מאדנע שפילט זיך דא אפ מיט זיי יעדן טאג.

-דהיינו?

-הער, יעדן אינדערפרי, אינטערסאנט האסט טאקע נישט באמערקט? קומען דא די זעלבע מענטשן, ממש די זעלבע, איך דערקען זיי שוין, איינער קומט אן, זיי רייכן זיך די הענט, ער גייט ארויף און שפיטאל און דער צווייטער גייט אוועק. ביינאכט, ווידער די זעלבע מעשה, דער ערשטער קומט צוריק, רייכט די הענט, גייט ארויף אין שפיטאל, און דער צווייטער גייט אהיים, און דאן, ווידער די זעלבע. טאג איין טאג אויס. זענען זיי? כמיין וואס?

-אוי ביסטו א טיר! דאס איז דאך משפחה, געטרייע משפחה מיטגלידער וואס קומען און זיצן אפ ביים בעט פון שפיטאל, גאנצעטע טעג, נעכט, וואכן, חדשים, אלעס כדי צו זיכער מאכן אז די קראנקע גייען אהיים פון דא געזונט און שטארק בגוף, און אויך בנפש.

-האלו האלו! קוק גוט, האלו, די חסידישע קאפל האט זיך אויפגעשטעלט, לאמיר זעהן זעהן וואו זיי גייען. זיי גרייט, זיי קומען אין אונזער ריכטונג.

עפן... פארמאכט...

-נו שוין, גייסט מיר שוין טרעפן א פרישע מצוה?

-לאמיר זעהן האב געדולד. יעצט שטייען זיי דארט ביים עק גאס. איימעניט. איימעניט.

-דאס איז עס! א גמ"ח הצלה ווען.

-שוין, האסט עס געמאכט מיט מיר. ווייסט? די גרעסטע פלא איז נאך ווען עס קומט צי אהיימגיין. די אידן, זיי האבן דאך צוגעשטעלט ווארעמס, הארציגע משפחה, טייערע ארגאנאציעס, אבער ווען עס קומט אהיימצוגיין, גיב א קוק אויף די מאמע מיט איר יונגעלע, זעהסט ווי פרייליך זיי גייען אהיים, מיט שנעלע לויפנדע פרייליכע טריט. יעצט קוק אויף דעם שגץ'ל דארט, ער האט נישט קיין העלפער, משפחה, ווארעמע עסן,

אופ. עפן... פארמאכט...

-ווי האב איך געהאלטן?

-יא, זיי האבן נישט גארנישט, זיי קומען דא איינזאם אליינס, וואלטן זיי דאך געדארפט אהיימלויפן! אנטלויפן פון דא ווי שנעלער, נישט ארויסוואקן פון דא שטייט, פארזעצט, אן קיין סימן פון שמייכל אויפן פנים.

-טאקע אינטערסאנט. זעהט אויס אז זיי האבן פשוט ליב צי העלפן איינער דעם צווייטן.

-זיי געזונט, עס איז נאך דא אזויפיהל צו זעהן און אדורכשמועסן וועלן מיר עס אוועקלייגן פאר אן אנדער מאל. גיב א הענט...

-עפן...
-פארמאכט....

--
בינעך יעצט אנגעקומען אינדעהיים מיט א גמ"ח הצלה ווען, נאכן ווארטן ביים עק גאס און אפגעפירט ווערן צוריק אהיים דורך א טייערע דריווער. יישר כח טייערע בעלי חסד!
עטעטשמענטס
א שמועס צווישן צוויי טירן.pdf
(109.63 KiB) געדאון לאודעד 58 מאל

Advertisement

דאנערשטאג יולי 02, 2015 10:44 pm

הערליך הערליך!!!!

דאנערשטאג יולי 02, 2015 10:47 pm

אופ - עפן פארמאכט

עפן - עפן!

גוט גוט

דאנערשטאג יולי 02, 2015 10:47 pm

ריכטיג און טייער יעדעס ווארט, זאל דער אייבישטער העלפן אז די זאלסט נישט ברויכן גיין דארט מער..

דאנערשטאג יולי 02, 2015 11:30 pm

גאר גוט אילוסטרירט דעם רחמנים וגומלי חסדים מיט וואס אידישע קינדער ווערן באצייכענט

פרייטאג יולי 03, 2015 12:06 am

שאו שערים ראשיכם ויבא
א געוואלדיגע מחשבה
ענדע צדיק אונז געטון פירען
א שפאציר ציווישען טירען
זייערע בליק געווען מגלה
זיי זעהען די חסד אלע
טוט עפענען טירען העכער
אין הימל איז זעכער
דער בורא דארף געבען א ריק
די טויער פון גלות אזוי דיק
קיין ירושלים אונז טראגען
הערען וואס די טירען אין ביהמ''ק זאגען

פרייטאג יולי 03, 2015 5:24 am

האב איך געמיינט אז די טירן וועלן רעדן פון אן ענדע צדיק
?אפשר ביים נעקסטן שמועס

זייער זייער שיין באשריבן
מי כעמך ישראל

פרייטאג יולי 03, 2015 7:47 am

מורא'דיג,
זייער שיין,
יש"כ

זאל שוין טאקע גראם'ס ברכה מקיום ווערן, און אלע וועלן איינקעשן די גרויסע שכר

פרייטאג יולי 03, 2015 8:08 am

אופס... עס איז געבליבן אפן, מיין הארץ. מיר האבן זיי שטענדיג מחשיב געווען, אצינד פיל מער
זייער ריכטיגע דיבורים , זאל זאל די שערי דמעות , שערי תפילה שערי ישועה אויך בלייבן אפן שטענדיג

פרייטאג יולי 03, 2015 8:09 am

ענדע צדיק'ס שריפט איט איז, הערליך שיין, זיסע געדאנק וויאזוי עס אראפצורשרייבן.

פרייטאג יולי 03, 2015 8:30 am

ענדע צדיק, שיין ארויסגעברענגט.

א דאנק

פרייטאג יולי 03, 2015 9:43 am

אין מילים
איך האב א שטיק צייט מיטגעהאלטן מיט א קארדענעיטער פון אזא מוסד
עס פילט זיך אגאנצן טאג אזוי
די חילוק איז נאר אז אנשטאט ווערן געשטערט פון די טיר אפן - פארמאכט ווערט נען געשטערט פון ביפ - ביפ אין ביפ - ביפ אין ביפ - ביפ אין ביפ - ביפ אין ביפ - ביפ אין ביפ - ביפ אין ביפ - ביפ אין ביפ - ביפ אין ביפ - ביפ

פרייטאג יולי 03, 2015 1:23 pm

געוואלדיג גוט געשריבן! ארויסגעברענגט אויף אן אייגנארטיגן אופן.

פרייטאג יולי 03, 2015 1:35 pm

farshlufen האט געשריבן:ענדע צדיק, שיין ארויסגעברענגט.

א דאנק

פרייטאג יולי 03, 2015 1:43 pm

הערליך אראפגעשריבן!! שרייבעריש!!

א שיינעם דאנק.

זונטאג יולי 05, 2015 12:29 am

וויאזוי זינגט מאטי?!
"דו האסט, דו האסט א טאלאנט"

ייש"כ
אמת ויציב, מי כעמך ישראל

זונטאג יולי 05, 2015 1:34 am

צווייפעל האט געשריבן:ריכטיג און טייער יעדעס ווארט, זאל דער אייבישטער העלפן אז די זאלסט נישט ברויכן גיין דארט מער..

זונטאג יולי 05, 2015 1:42 am

ביסט מיט מיר?
אופס, אפען-פארמאכט..

ענדע צדיק, דער עולם איז שוין איינמאל מיט דיר, דו האלט נאר דיין פעדער אפען.

זונטאג יולי 05, 2015 2:53 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:הערליך אראפגעשריבן!! שרייבעריש!!

א שיינעם דאנק.

זונטאג יולי 05, 2015 12:33 pm

יישר כח ענדע צדיק!

זייער הנאה געהאט.

זונטאג יולי 05, 2015 3:32 pm

א הערליכע באשרייבונג פון "ץ" אויף "צ"!

מי כעמך ישראל!!!
ייש"כ, שטארק הנאה געהאט!

זונטאג יולי 05, 2015 3:56 pm

;l;p- קריעטיוו!!

מאנטאג יולי 06, 2015 10:33 am

גאר שיין יישר כח!! ;l;p-

מאנטאג יולי 06, 2015 12:58 pm

כ'קום אריין אין אייוועלט אמאל א שמיטה, האב איך נישט קיין סאך צייט צו ליינען יענעמ'ס זאכן. האמער, כ'דארף דאך קודם ליינען מיינע אייגענע...

אבער אז כ'קום אריין און כ'זעה אן אינטרעסאנטע קעפל פון א ניק וואס כ'האב נאך קיינמאל פריער באגעגנט, האב איך געמוזט געבן א קליקעלע מיט'ן מייזעלע.

און וואס מיינט איר? סאצעך געלוינט! דער ענדע צדיק האט אראפגעלייגט א הערליכע געדאנק אויף א הערליכן פעליטאנישן מהלך. א שטיק טאלאנט איינגעהילט אין שלייער פון ענדע'ס און מוצאי'ס.

מר. צדיק, כ'האב גרויס הנאה געהאט!

מאנטאג יולי 06, 2015 12:58 pm

זייער גוט געשריבן! הערליכע שריפט, פיינע נקודה!

אפפ.. עפען.. פארמאך.. שלח!

--

ווער האקט?? מאשקע?!!
שרייב א תגובה

Advertisement