הענדיקעפד פארקינג פארלעצער!!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4360
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

הענדיקעפד פארקינג פארלעצער!!!

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג יולי 02, 2015 7:56 pm

אין די סטעיט איז דא א געזעץ אז איעדע גרויסע פארקינג לאט זאל רעזערווירען עטליכע ספאטס, די נענסטע צו די בילדינג אריינגאנג פאר הענדיקעפד מענטשן און קענען זיך שווער באוועגען אז זיי זאלן האבן נאענטע צוטריט און זיך ווייניגער ברויכען זיך דורך שלעפן די פארקינג לאט.

עס איז אזוי אנגענומען און מען קען טאקע זען אין אלע גרויסע פלעצער אזוינע רעזערווירטע פלעצער מיט בלויע ליינס אנשטאט די אנגענומענע ווייסע אדער געלע שטריכען, ווי אויך איז דא א שטיקל ספעיס צווישן איעדע ספאט עקסטער אז מען זאל זיך נידט פארקען אזוי נאענט איינס צום צווייטען אז מען זאל קענען אנקומען מיט א ווילטשעיר מיט גענוג פלאץ. די פלעצער זענען אויך באצייכענט מיט סיינס ווי עס שטייט קלאר מיט דעם אנגענומענעם סימבאל אז דא געהערט ס'פלאץ פאר מענטשן מיט דיסעביליטיס.

די נויטיגע דערין ברויכען צי עפלייען ביי די סטעיט פאר א 'טעג' וואס מען הענגט אויף ביים שפיגעל פון אינעווייניג, כדי דאסצצי ערריכען ברויך מען דורכקומעןתגעוויסע פארשריפטען, ווי פאשטענדליך א דאקטארס צעטיל און באריכט פארוואס אט דער דער מענטש ברויך דאס האבן. ווען די אגענטור זעט איין דאס נחיצות דערפון באקומט מען דעם טעג און מען הענגט דאס אויף אויפן שפיגל פון אינעווייניג און מען איז ערלויבט צי פארקען ביי די רעזערווירטע פלעצער.

פאליציי אין אלע יוריסדיקציעס זענען זייער שטרענג מיט די פארלעצונג, ווי זיי וועלן זיך ארומדרייען אין די גרויסע מאללס און אלע עפענטליכע פלעצער און וועלן טיילן טיקעטס דערפאר. די סיטי אוו ניו יארק'ס שטרענגסטע טיקעט מיט די העכסטע קנס איז פארקירען ביי א הענדיקעפד פארקינג ספאט.

איך וואלט מיך ערלויבט צי ניצען דאס פלאץ פאר א פלאטפארמע ארויסציברענגען מיין ווייטאג אויף די וואס פארלעצן די איינפירונג בריש גלי, אזוי פשוט און פראסט מען שעמט זיך ניטאמאל און מען פארקירט דארט כאילו לא היה, עס איז פשוט א אוממענטשהייט אויפן שיינעם שפראך דאס צי טאהן, לאמיר נישט רעדן פונעם געזעץ חלק, לאמיר רעדן פון די מענטשהייט חלק דאס האט מען רעזערווירט פאר מענטשן מיט דיסעביליטיס, מענטשן וואס זענען נעבעך נישט געזונט, ציוואס דאס אוועקנעמען פון זיי? האסט אי.עמ.טי פלעיטס? סא וואט? האסט א יוקאן? ביסט א רייסער? וועלכע מענטשהייט לעססאן האט דיר געגיבן די אקעי אוועקצינעמען פון יענעם זיין רעכט?

מען זאגט דאך אייביג נאך אז מען זאל נישט שפילען הינקעדיגער ווייל עס קען חלילה פארשריבען ווערן אז מען זאל נישט נסתלק ווערן איידער ברויכען ציקומען דערצו. אין מיינע אויגן איז דאס די קעיס, דאס האט מען געאייגענט פאר הינקעדיגע און עס איז קיינער בארעכטיגט עס צי ניצען אויסער זיי.

יישר כח פארן מיר אויסהערן, זייטס מיר אלע געזונט און שטארק, קיינער זאל נישט ברויכען ציקומען דערצו, און ווער עס ניצט עס היינט סאל'ס מער נישט ברויכען.

א גוטען טאג.
לעצט פאראכטן דורך פליגל אום דאנארשטאג יולי 02, 2015 9:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג יולי 02, 2015 8:14 pm

זייער אויפריכטיגע ווערטער!

----------------------
אפשר מיט א שמייכל וועט מען עפעס אויפטוהן:
צוגעלייגטע
Parking 1.JPG
Parking 2.JPG
Parking 2.JPG (36.32 KiB) געזעהן 1418 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » דאנארשטאג יולי 02, 2015 10:22 pm

די זעלבע זאך איז. ווען מען נוצט א טעג ווען מ'איז עכט נישט אפראווד.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דאנארשטאג יולי 02, 2015 11:38 pm

איך פארשטיי נישט די געזעץ, פ"וו אויב סאיז נישט דא ערגעץ אנדערשט ווי צו פארקן קומט יענער קודם?

די געזעץ וואלט געדארפט זיין אז מטאר נישט פארקן דארט נאר אויב סאיז דא געהעריגע ליידיגע.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג יולי 02, 2015 11:46 pm

אזוי גערעכט! מידי דברו בו, ס'איז דא א לעלאו קאר יעדן טאג געפאראקט ביי א נאו סטענדינג אין וומסבג. ער מאכט א טרעפיק פאר גאסן ארויף אבער העי פארוואס זוכן פארקינג ווען מ'האט בליצערס??

הרב_שלום
שר ששת אלפים
תגובות: 6301
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » פרייטאג יולי 03, 2015 12:14 pm

אין קרית יואל היים פארק נ רייד פלעגט מען פארקען ביים הענדי קעפ ביז איין טאג איז געקומען פאליציי און געטיילט טיקעטס פון $130 זייט דעמאלט פארקט קיינער שוין נישט דארט
צוזאם לייג בעט פאר סוכות
https://amzn.to/2msazAI

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2604
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » פרייטאג יולי 03, 2015 12:30 pm

וכן בביזנעס צענטער, מצפים לישועה.
דארט איז באמת דא א מאנגל אין פארקינג, דער עולם פארקט דארט אין די לופטן

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג יולי 03, 2015 3:10 pm

זייער א ריכטטיגע נקודה, זייער גוט אראפגעשריבן.

אלס א שטיקל באלאנס צום ארטיקל - נישט אז עס פרעגט אפ די עצם געדאנק - איז אז עס קומט אויך אביסל צוליב דעם וואס די לאבי פאר די אינוואלידן רייטן שטארק אויף די הייקעלע טעמע צו באקרידעווען די מענטשהייט, דהיינו זיי וועלן אימער פארלאנגען מער וויפיל עס פעלט באמת אויס. צום ביישפיל זיי וועלן פארלאנגען 30 אזעלעכע פארקינג ספעיסעס, ווען קיינאמאל איז נישט פול מער ווי 20, זיי וועלן פארלאנגען פארשידענע רעגולאציעס ביים סויען א הויז, כאטש מען וואלט זיך געקענט א עצה געבן מיט ווייניגער רעגולאציעס.

סא, די עביוז איז סיידע וועגן.

אבער ווי געזאגט, די נקודה פונעם ארטיקל איז וואליד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
aperlscript
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2011 1:57 pm
לאקאציע: Dreaming in code

תגובהדורך aperlscript » פרייטאג יולי 03, 2015 4:17 pm

צווייפעל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די געזעץ, פ"וו אויב סאיז נישט דא ערגעץ אנדערשט ווי צו פארקן קומט יענער קודם?

די געזעץ וואלט געדארפט זיין אז מטאר נישט פארקן דארט נאר אויב סאיז דא געהעריגע ליידיגע.

דאנק השי״ת אז די דארפסט נישט צוקומען דערפאר , אין אפי׳ אויב די דארפסט פארקן א בלאק אוועק איז עס נישט א אישו.
איך האב געזען אן ארטיקל ביישרייבן אמאל די טעמע, ווי ער האט מיטגעהאלטן ווי איינער האט געפארקט אין די הענדיקעפד ספאט ביי א דאקטער. דערנאך איז געקומען א טאטע מיטן גרויס קינד וואס קען נישט גיין , אין ער האט געמוזט פארקן א בלאק ארויף מיט קינד אין די האנט.
די פארקינג ספאט איז נישט פאר פלעזדשור אזוי ווי VIP.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מה שמו און 18 געסט