מ'דארף נאך מתקן זיין די וועלט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

מ'דארף נאך מתקן זיין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

יא, אזוי ווי מיר האבן זיך פארגעשטעלט מיט א שמיטשיק אריבער, דער דערהויבענער טאג, יום הקדוש והנורא יום כיפור, איז אדוירך, ס'האט אפגעווישט אונזערע עבירות, איי האבן מיר א גוטן פאטער אין הימעל, ער האט געזאגט און מקיים פסק געווען, כי ביום הזה יכפר עליכם, מיר האבן עס געשפירט, און מיר הייבן אן פון היינט און ווייטער צו דינען דעם אייבערשטן אבער מיט א גרויסן שינוי, נישטא קיין קרעכטץ מער נישטא קיין זיפצן, מיר זינגן און טאנצן, מיר הייבן אן צו טון אלע מצות מיט שמחה, מיט חיות, וואס מיינט איר, א גאנץ חודש אלול האבן מיר זיך אנגעגרייט צו איין טאג יום כיפור, יעצט האלט איר אז צום "ושמחת בחגך" און צום "והיית אך שמח" קענען מיר אריינטאנצן פון איין רגע צום צווייטן? ניין! ס'גייט נישט אזוי, מען מוז דערצו גרייטן, פרייליך און אויפגעלייגט, צופרידן און הייליג, אזוי קען מען אריינגיין ליל כניסת החג אריין אין סוכה אריין.

ס'געדאנקן זענען היבש צומישט, איך וואלט אבער יעצט געוואלט בעיקר ארויפברענגן אויפן פאפיר זאכן וואס ווען מ'ווייסט פון פאראויס קען מען עס פארמיידן, לאמיר אהערשטעלן די דורכפעלער פונעם יו"ט יום כיפור, און אז איינער וועט רחמנות האבן און עס ארויפברענגן קומענדיגן יאר פאר די הייליגע טעג, וועט מען עס בעז"ה קענען פארמיידן.

ערשטע דורכפאל, ביים ארומגיין מיט די ספר תורה זאגענדיג די פסוקים "אור זרוע" און "פלגי מים", דער הויז-בחור, נעבעך, ער האט ליל כניסת החג אריינגעכאפט, ס'איז געווען בושות, איך האב געציילט אפשר 15 מאל האט מען אים געקישט אנשטאט די ספר תורה, קען ער מיר מסביר זיין פארוואס ער שטייט אזוי נאנט צום רבי'ן? שוין, איך וויל עס נישט צולייגן מיט אלע דיטאלן ווייל מ'וועט מיך נאך פון דא חוסם זיין, אבער יעדער פארשטייט אליין אז יום כיפור ביינאכט שלאגט מען נישט, מ'האט שוין יענעם פארטאג'ס געשלאגן און גע'שחט'ן וועם מ'האט געהאלטן פאר וויכטיג, ביינאכט לעבט ס'גאנצע ביהמ"ד מיט אן אחדות, דער רבי דארף נישט אזא נאכט קיין באדי-גארד'ס וכדו'.

צווייטע זאך וואס פארלאנגט זיך א תיקון איז דאס זיך אראפלייגן ס'קעפעלע אינמיטן וועג, ס'איז דא א לאנגע רייע מיט זיצן און מ'קען אזוי נישט דורכגיין, וויל איינער דעם קאפ אפרוען, הארצן גערן, אבער עפן כאטש אויף א דורכגאנג צווישן דיין קאפ און האחלדז, כ'מיין קענסט דאך נישט בלאקן דעם גאנצן טרעפיק צוליב דיין שלאף.

פארנומען, אי"ה ביי א צווייט געלעגנהייט, וועט מען משלים זיין
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

חחחחחחח

המשך יבא
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יגר, יוי ווארט איך אויפן המשך, ווי אלעמאל, דיינע המצאות זענען מורה'דיג,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15456
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יוי דו לץ איינער, ביי מיר ווערט באלד אן עפענונג צווישן מיין קאפ און האלז פון אזויפיל לאכן, קיפ איט.

מיר גראדע האט געבאדערט פארקערט, פונקט ווען מען האלט ביי וכל מאמינים וואס יעדער נארמאלער מענטש ווייסט אז דאן איז די פאסיגסטע צייט פאר א דרימל, מאכן פונקט זעקס שכינים אפ, אז איצט מוזן זיי כאפן אביסל לופט? איי מין אביסל רחמנות אויף א יאנאש מעג מען דאך האבן.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יוי יגר'ל, סי מיט דיר? כ'האב אלץ געטראכט אנייצע וואס מ'קען טוהן מיט די קאפ אנלאהנערס, סימער קיינמאל נישט פייגעבאלן אז מ'קען מאכן א שטיקל אפטיילונג פונעם קאפ מיטן האלז, אדער ווי מ'רופט דאס אין די גמרא לשון, א פסיק רישא, עניוועי א גוטע עצה, און שכוח.
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

חחחחחחחחחחחח גערכט יגר, כאב נעבעך געקרעכצט ס'זעלבע אויפן הויז בחור,
ווי אויך דיינייצע פאררן דרים-ליינער איז נישט שלעכט חחחח. ;l;p-
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

טאקע אביסל שפעט. אבער נאך אלס אביסל פאסיג....
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

הערשט יעצט געליינט יגר'ל.

דיין ליצנות שטייגט איבער W בוש'נס...
אוי האב איך מיך געראגלט........חכחכחחחחחחח
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הערשט איצט געלעזן
דער יגר פון אלעם מאכט א וועזן
ביסט זיסער ווי רעיזין.
נעם עס ארויף....
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

אז מ'לאכט דארף מען דאך זאגן שעכוח. ;l;p-
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איך ווארט און ווארט מיט שפאנונג, כ'בין זיכער אז דאס 2'טע וועט נישט פארשעמען ס'ערשטע,
ביז אהער גוט, ווי תמיד, ביטע נאך.., ווי וואונט מאר...
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

יגר יגר, ווער נאך ווי דיר קען ארויף ברענגען אזא בא'טעמ'טע שמייכל אויף מיינע לעפצן....

אוי ביסטו גוט...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”