בלאט 2 פון 3

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 8:47 am
דורך לאמפ
שכוח הלשון!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 10:24 am
דורך מאנ-יימער
יישר כח הלשון פאר די שיינע באריכט מיט בילדער.

מיר וואונדערט וויאזוי מען האט געבויעט דעם טאנעל מיט פארטש בעת ס'שטראמט וואסער פון אלע זייטן.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 11:28 am
דורך הלשון
מאנ-יימער האט געשריבן:מיר וואונדערט וויאזוי מען האט געבויעט דעם טאנעל מיט פארטש בעת ס'שטראמט וואסער פון אלע זייטן.

די טונעל - עס כאפט בכלל נישט אן די וואסער, אחוץ ממש ביים פתח. ס'איז אויסגעגרובן אינמיטן א שטיינערנע מאונטען, ווא סאינדרויסן דערפון גיסט וואסער

די פארטש - עס איז זייער נאנט צו די פאלס, אבער עס כאפט בכלל נישט אן. כמנהג המקום, טיילט מען דארט רעגן קאוטס, צוליב די "לייכטע" וואסער-שפריץ וואס קומט דורך די ווינט אד"ג. א גרויס טייל פון די באזוכער טוען ניטאמאל אן די "הוד".

אגב: בייגעלייגט בילדער. 1 - א סיין מיט בילדער פון די טונעל געבוי. 2 - א בליק אריין אין א פארמאכטע טייל פון די טונעלן. ס'איז אפגעשפארט מיט א געיט, און כ'ווייס נישט ווי אהין עס פירט

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 1:23 pm
דורך green sunday
לכתחילה אריבער האט געשריבן:הערליך הערליך באשריבן!! הלשון, גיי אן.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 1:36 pm
דורך לכתחילה אריבער
זייער זייער געשמאק באשריבן!! טענקס.

SKYLON TOWER

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 3:11 am
דורך הלשון
חלק ז'

זעהן די פאלס פון די הייעך

ס'איז א מילתא דפשיטא: ווי העכער מען שטייט, אלס א ווייטערע און ברייטערע בליק האט מען אויף אראפ. פון דער נאנט זעהט מען טאקע קלארער, און מען באמערקט פיל מער קליינע דעטאלן, אבער ס'איז שווער צו האבן אויף איינמאל א בליק איבער א גאנצע שטח.

דאס זעלביגע כלל גילט אויך ביי די נייאגארא פאלס. מען קען זעהן די פאלס פון גאר אסאך פלעצער אין ניו יארק און אין קאנאדא. יעדע פלאץ איז "יוניק" און האט אירע אייגענארטיגע קוק ווינקלען. אבער א בליק פון דער הייעך איז צומאל גאר געשמאק, צו קענען אבזערווירן די גאנצע עסק ארום און ארום.

ס'דא פארשידענע פלעצער פון ווי מען קען זעהן די פאלס פון דער הייעך. פארהאן האטעלן, וואס פאר די ריכטיגע פרייז, קענסטו באקומען צימער וואס האט א "פאלס וויו". ס'איז דא א גרויסע "פעריס ווהיל" רייד וואס פארט ארויף גאר הויעך און מען קען פון דארט זעהן די פאלס. (ס'איז מן הסתם דא נאך ערטער צו זעהן פון דער הייעך וואס איך האב נישט באגעגענט).

אני הקטן האב נישט געגליכן די צוויי אפציעס. די האטעל צוליב די פרייזן וואס זענען נישט אלעמאל א דבר השוה לכל נפש. ווידער די פעריס ווהיל האב איך יא טועם געווען, אבער, וואס זאל איך אייך זאגן, נישט דאס מיינט די פסוק. עס שטעלט זיך טאקע אפ אין דער הייעך צו געבן א געלעגנהייט צו באטראכטן די פאנאראמע, אבער איך ווייס נישט ווען און וויפיל מאל דאס גייט פאסירן. און די באטראכטונגען און בילדער מוזן אלעס געמאכט ווערן זיצענדיג אונטער גראטעס אין א קליינע בודקע... נישט מיין טעיסט געווען...

נו, האסט א בעסערע אפציע? סתם קריטיקירן איז דאך נישט אינטרעסאנט...

יאפס, דאס איז די "סקיילאן טאוער"!

* * *

די סקיילאן טאוער איז א גאר הויכע שמאלע רינדעכיגע טורעם, ווי מען קען, נאכ'ן איינהאנדלן א טיקעט פארשטייט זיך, ארויפפארן מיט א עלעוועטאר א קיימא לן פון בערך 775 פיס. דארט קומט מען אן צו א פארטש וואס גייט ארום און ארום די טורעם. עס איז פארמאכט מיט א געיט וואס האט היבש גרויסע לעכער, וואס טוט ערמעגליכן א קלארע בליק אויפ'ן גאנצן האריזאנט.

די צייט פון דיין פארברענגן אויבן אויפ'ן דעק עקספייערט נישט. כל זמן די פלאץ איז אפן [דהיינו ביז ביינאכט] קענסטו שטיין און קלאצן אויף די הימל'ישע פאנאראמע. ווען דו באשליסט אז גענוג איז גענוג, שטעלסטו זיך אין די רייע צום עלעוועטאר וואס פירט דיר צוריק אראפ. (אגב, די עלעוועטארס פארן רוב צייט אינדרויסן פון די געביידע, וועלכע גיבט א מעגליכקייט צו באטראכטן פון די טיר-פענסטערס ווי מען דערווייטערט/דערנענטערט זיך פון און צו דער ערד פלאך).

שטייענדיג גאר הויעך קען מען זעהן ביידע פאלס מיט די גאנצע ארום, די וואסערן וואס קומען צו פליסן פון גאר ווייט אוועק, ווי אויך אלע געביידעס אין די גאנצע געגענט. (א גוטע שפאקטיוו איז גאר נוצבאר דארט למעלה מעשרה טפחים).

המשך יבוא אי"ה

קליפס: 1 - די עלעוועטאר רייד ארויף און אראפ, אויך די טורעם און עלעוועטאר פון אינדרויסן. 2 - די פאלס און ארום ווי עס ווערט געזעהן פון אויבן.

די סקיילאן טאוער עלעוועטאר רייד

מה רבו מעשיך ד' - די פאלס פון די הייעך

בילדער: זיך צו איבערבעטן מיט'ן "פעריס ווהיל", שטעלן מיר קודם עטליכע בילדער פון די פאלס געזעהן דורך די פעריס ווהיל (אויף בילד 2 זעהט אויף די רעכטע זייט אויך די סקיילאן טאוער)

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 3:21 am
דורך הלשון
א בליק מלמעלה למטה אויף אלע זייטן פון די סקיילאן טורעם

דיסקלעימער: ביידע, סיי די פעריס ווהיל און סיי די סקיילאן טאוער, געפינען זיך אויף די קאנאדישע זייט

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 12:31 pm
דורך לכתחילה אריבער
כ'קען דיר איין זאך זאגן, אז נאכאמזל די חברה קענען נישט קיין אידיש... מיט די פארבן וואס דו לייגסט עס אראפ, דארף מען שוין נישט אהין פארן!! מאכסטע שאדן פאר די טוריזעם!

איבער די האטעל האסטו געמאכט א גוטער אויסוואל, ווייל אין האטעל שטייט מען פינעף מינוט ביים פענדטער און יוצא געווען. אין האטעל קומט מען שלאפן, ווען מען גייט שוין שלאפן דארף מען נישט קיין פאלס וואטעווער.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 12:52 pm
דורך אבי.גערעדט
לכתחילה אריבער האט געשריבן:איבער די האטעל האסטו געמאכט א גוטער אויסוואל, ווייל אין האטעל שטייט מען פינעף מינוט ביים פענדטער און יוצא געווען. אין האטעל קומט מען שלאפן, ווען מען גייט שוין שלאפן דארף מען נישט קיין פאלס וואטעווער.

איך דיסאגרי מיט דיר, איך בין דארט געוועזן און באקומען א צימער אויפן טאפ פלאר (ווייזט זיך אויס אז עפעס אנדערש איז נישט געווען, ווייל איך האבעס נישט פארלאנגט) פונעם האטעל, דוכט זיך מיר אויפן צוויי און דרייסיגסטן שטאק, די רום האט געהאט צוויי פולע ווענט בלויז פענצטער, די וויו איז געווען עפעס צודרייט, די אויפשטיין און זיך לייגן לאור ה'פאללס איז עפעס געוואלדיג, עסן פרישטאג מיטאג נאכטמאל בעת'ן נהנה זיין פון די אויסטערלישע נפלאות הבריאה איז עפעס וואס מאכט זיך נישט אזוי אפט.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 1:27 pm
דורך לכתחילה אריבער
אבי.גערעדט האט געשריבן:

אין אזא סארט שטוב, יא האסטו א פוינט.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 8:53 am
דורך Jobless
אבי.גערעדט האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:איבער די האטעל האסטו געמאכט א גוטער אויסוואל, ווייל אין האטעל שטייט מען פינעף מינוט ביים פענדטער און יוצא געווען. אין האטעל קומט מען שלאפן, ווען מען גייט שוין שלאפן דארף מען נישט קיין פאלס וואטעווער.

איך דיסאגרי מיט דיר, איך בין דארט געוועזן און באקומען א צימער אויפן טאפ פלאר (ווייזט זיך אויס אז עפעס אנדערש איז נישט געווען, ווייל איך האבעס נישט פארלאנגט) פונעם האטעל, דוכט זיך מיר אויפן צוויי און דרייסיגסטן שטאק, די רום האט געהאט צוויי פולע ווענט בלויז פענצטער, די וויו איז געווען עפעס צודרייט, די אויפשטיין און זיך לייגן לאור ה'פאללס איז עפעס געוואלדיג, עסן פרישטאג מיטאג נאכטמאל בעת'ן נהנה זיין פון די אויסטערלישע נפלאות הבריאה איז עפעס וואס מאכט זיך נישט אזוי אפט.
wich hotel?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 12:20 pm
דורך וואס עפעס?
האט איינער עקספיריענס מיטן אהינגיין חוה״מ פסח?

עני פראקטישע עצה איבער עסן און האטעל ?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 12:57 pm
דורך גאלדענע פעדער
חב״ד שטעלט אלעס צו פאר חה״מ האטעל מנין עטרעקשיענס וכו׳ (ריף זיי צו זעהן צו זיי האבן נאך עוועליעבעל)
זעה דא: https://www.jewishniagarafalls.com/passover/

@הלשון, הערליך שבהערליכע באשרייבונג!

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 12:18 am
דורך וואס עפעס?
וועלכע האטעל איז רעקאמאנדירט?
וועלכע האטעל קען איך באשטעלן מיט chase points?

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 8:15 am
דורך Car Rental Expert
וואס עפעס? האט געשריבן:וועלכע האטעל איז רעקאמאנדירט?
וועלכע האטעל קען איך באשטעלן מיט chase points?

Four point Sheraton it’s a beautiful hotel it’s in front of the חבד שול

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 8:39 am
דורך וואס עפעס?
Car Rental Expert האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:וועלכע האטעל איז רעקאמאנדירט?
וועלכע האטעל קען איך באשטעלן מיט chase points?

Four point Sheraton it’s a beautiful hotel it’s in front of the חבד שול

? Available to book with chase points

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 8:54 am
דורך בשבילי נברא
וואס עפעס? האט געשריבן:
Car Rental Expert האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:וועלכע האטעל איז רעקאמאנדירט?
וועלכע האטעל קען איך באשטעלן מיט chase points?

Four point Sheraton it’s a beautiful hotel it’s in front of the חבד שול

? Available to book with chase points

מיט טשעיס פוינטס קענסטו באשטעלן וועלכע האטעל דו ווילסט נאר, די חילוק איז נאר אז אנשטאט צאלן מיט געלט צאלסטו מיט דיינע פוינטס.

The Oaks hotel איז אויך זייער א פיינע האטעל און איז געווענליך אביסל ביליגער ווי די אנדערע מער ברענד נעימס.

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 12:05 pm
דורך וואס עפעס?
בשבילי נברא האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:
Car Rental Expert האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:וועלכע האטעל איז רעקאמאנדירט?
וועלכע האטעל קען איך באשטעלן מיט chase points?

Four point Sheraton it’s a beautiful hotel it’s in front of the חבד שול

? Available to book with chase points

מיט טשעיס פוינטס קענסטו באשטעלן וועלכע האטעל דו ווילסט נאר, די חילוק איז נאר אז אנשטאט צאלן מיט געלט צאלסטו מיט דיינע פוינטס.

The Oaks hotel איז אויך זייער א פיינע האטעל און איז געווענליך אביסל ביליגער ווי די אנדערע מער ברענד נעימס.

דאס פארשטיי איך אליינס ....
מיין שאלה איז געווען וועלכע פוינטס קען איך ניצן ( אחוץ SPGS וועלכע איך פארמאג נישט) אין עס וועט ארויסקומען פיל ביליגער וואו קעש

עני איידיע ?

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 1:56 pm
דורך פארנימען
חב"ד נעמט נישט קיין פוינטס דאס יאר
קום לאמיר זיך רעגן אינאיינעם

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 2:08 pm
דורך פארנימען
בד"וו @הלשון איר פארט קומענדיגע וואך?
אפשר קען מען מאכן א אייוועלט קומזיץ אויפן פארטש?...

געשריבן: זונטאג פעברואר 02, 2020 12:42 pm
דורך דריידל
אמך וויל איינשטיין אויף די קאנעדישע זייט, ווי איז די נענסטע מקוה דארט?

געשריבן: זונטאג פעברואר 02, 2020 12:49 pm
דורך ארלאנדא
דריידל האט געשריבן:איך וויל איינשטיין אויף די קאנעדישע זייט, ווי איז די נענסטע מקוה דארט?

דאכצעך אז איז ניט פארהאנדען א מענער מקווה אין די גלילות אויף די קאנאדישע זייט

געשריבן: זונטאג פעברואר 02, 2020 12:58 pm
דורך קו הישר
ארלאנדא האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך וויל איינשטיין אויף די קאנעדישע זייט, ווי איז די נענסטע מקוה דארט?

דאכצעך אז איז ניט פארהאנדען א מענער מקווה אין די גלילות אויף די קאנאדישע זייט

יעדע האטעל האט א שווים באסיין. אין די פריע פארטאג שעה'ן איז עס גענצליך ליידיג. כשר וישר לכל הדעות.

געשריבן: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:14 pm
דורך ארלאנדא
קו הישר האט געשריבן:
ארלאנדא האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך וויל איינשטיין אויף די קאנעדישע זייט, ווי איז די נענסטע מקוה דארט?

דאכצעך אז איז ניט פארהאנדען א מענער מקווה אין די גלילות אויף די קאנאדישע זייט

יעדע האטעל האט א שווים באסיין. אין די פריע פארטאג שעה'ן איז עס גענצליך ליידיג. כשר וישר לכל הדעות.

;l;p- ;l;p-

גערעכט

געשריבן: זונטאג פעברואר 02, 2020 4:39 pm
דורך הר גריזים
ארלאנדא האט געשריבן:
קו הישר האט געשריבן:
ארלאנדא האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך וויל איינשטיין אויף די קאנעדישע זייט, ווי איז די נענסטע מקוה דארט?

דאכצעך אז איז ניט פארהאנדען א מענער מקווה אין די גלילות אויף די קאנאדישע זייט

יעדע האטעל האט א שווים באסיין. אין די פריע פארטאג שעה'ן איז עס גענצליך ליידיג. כשר וישר לכל הדעות.

;l;p- ;l;p-

גערעכט

חוץ אויב די פילטער ארבעט (זוחלין)