אז מ׳באצאלט נישט, צאלט מען!
קרעדיט: טשאדעלע באדעלע
אנינטערסאנטע געשעעניש האט פאסירט אין ליווערפּאָל / Liverpool - א קליינע געגענט אין ענגלאנד, ווי א האטעל וואס האט זיך געדארפט ווידער_עפענען אין די קומענדע טעג האט געמיזט אפרופן די פלענער.
דער ״טרעוועלאדזש״ האטעל וואס האט דעם היינטיגן אינדערפרי געענדיגט א קאנסטראקציע פראיעקט אויף זייער בנין, בשעת די רייניגונגס פירמע זענען שוין געווען טעיטיג צו ענדיגן אויפריינוגען און צוגרייטן דעם האטעל צום ווידער_עפענונג, האט אן ארבעטער פון די קאנטראקטאר וואס האט אנגעפירט די איבערבוי פראיעקט געמאכט א מכה בפטיש.
עפעס א געפעך האט ער געהאט מיט זיין בעה״ב וואס האט אים פארפעלט צו באצאלן עפעס איין פּעי טשעק פון £600, און ווי ס׳ווייזט אויס האט דער ארבעטער היינט אינדערפרי, זעהענדיג אז דער האטעל אייגענטומער האלט אט אט ביים געבן סיין_אףף פאר זיין בעה״ב, באשלאסן לערנען בלק מיט זיין ארבעט׳ס געבער.
ער האט געוואלט זיכערמאכן אז זיין בעה״ב איז נישט עובר אויף לא תלין פעולת שכיר, ווייל איינמאל זיין בעה״ב ערפילט אפציעל דעם קאנטראקט, וועט ער אטאמאטיש עובר זיין אויפן לאו. האט ער געזיכט א וועג צו ״עקסטענדן״ דעם קאנטראקט אויף נאך אפאר חדשים, אזוי פארדינט ער מער צייט...
ער האט זיך צוגעשארט צו איינע פון די טראקטאר׳ן וואס זענען געשטאנען אינדערויסן, זיך אריינגעזעצט דערין און צוגעפארן צום גרויסן טויער פונעם האטעל, ארויפצופארן די טרעפּ האט ער נישט געהאט קיין שוועריקייטן, ווייל די מאשין וואס ער האט געדרייווט איז דאך געבויט ממש פאר דעם.
קודם האט ער אראפגענומען דעם גרויסן - נארוואס אונסטאלירטער שיינע גלארזערנע טויער, אזוי האט ער געהאט פלאץ אריינצופארן אינעוויינוג ווי א מענטש, און איינמאל ער איז שוין געווען אינעוויינוג איז זיין ארבעט אנגעקומען גרינג.
בשעת זיין אקציע האט דער אנגעווייטאגטער ארבעטער כסדר געשריגן נאכאמאל און נאכאמאל, ״ככה יעשה לאיש וואס באצאלט נישט זיינע ארבעטער״...
זיינע געלעמטע קאלעגעס וואס זענען געשטאנען אינדרויסן, זעהנדיג וויזוי זייער ארבעט גייט לתמיון פארענט פון זייער אויגן זענען געווען שאקירט ביזן הימל. זיי האבן געשטאנען מאכטלאז ביז דער יקיש האט געענדיגט אפגעטאן זיינס און צוריק ארויסגעפארן פונעם זעלבן טיר ווי ער איז אריינגעפארן, הערשט דעמאלטס האבן זיי באוויזן צו פארלעשן דעם טרעקטאר.
ס׳האט גענומען איבער צוואנציג מינוט ביז פאליציי זענען אנגעקומען אויפן צענע, דער ״פיקסער מען״ איז אבער שוין לאנג נישט דארט געווען.
#בונה ע״מ לסתור
#דע בעגינינג אוו די ענד
--
קליפ אפגעכאפט פון אינדרויסן.
https://drive.google.com/file/d/1z8852n ... t0nyf/view
קליפ אפגעכאפט פון אינעוויינוג.
https://www.dropbox.com/s/2fp5do95um7f7 ... 7.mp4?dl=0
https://drive.google.com/file/d/1OtEiVs ... Zr-57/view
-----
איינער האט געעפענט א gofundme צו אים שאפן די £600, אבער עס שוין אריינגעקומען איבער £6,000
https://www.gofundme.com/unpaid-travel- ... -edge-lane