בלאט 1 פון 2

אנטלאפן פון תפיסה! נעבעך!

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 2:27 am
דורך הלשון
ברעכענדע נייעס: צוויי מערדער זענען אנטלאפן פון מאקסימום–סעקיוריטי טורמע אין קלינטאן ניו יארק.

פאר דריי וואכן נאכאנאנד האט די היסטארישע אקט פארנומען די הויפט נייעס אויף אלע מידיע נעצן. זוך אקציעס, שפעקולאציעס, און רומארס זענען אנגעגאנגן אויף א העפטיגע פארנעם.

פארוואס זיי האבן זיך געטרויעט, צו טוהן דעם זעלטן-געוואגטן שריט, איז נישט מער ווי פארשטענדליך. גיי לעב אויס דיינע יארן אין תפיסה...

ג-ט האט באשאפן דעם מענטש בעולם הזה, ער זאל לעבן אויף דער פריי. נוצן זיין שכל צו קענען מאכן באשלוסן. ארבעטן, עסן, שלאפן, לויט ווי דער מענטש שפירט פאר ריכטיג.

אין חד גדיא (טורמע) איז דאס נישט פארהאן!

ווען מען הייסט דיר גיין שלאפן, מוזטו זיין אין בעט. אזויפיל אזייגער מוזטו בל כרחך זיין ערוועקט, אז נישט ווערסטו גע'קנס'ט. רעדן אויפ'ן טעלעפאן, ליינען צייטונגען, גיין ארבייטן, אלעס אלעס איז גענוי אנגעצייגט, ווען און וויפיל, אין די פארשריפטן פונעם פארשאלטענע תפיסה. דער מענטש ווערט פארוואנדלט אין א מעטאלענע ראבאט.

אויב איז די גזר דין בלויז צייטווייליג (עטליכע חדשים/יארן רח"ל), איז גענוג און נאך ביטער. ווי קען מען דאס אויסהאלטן אפילו בלויז איין טאג. אבער סוף כל סוף, קוקט מען ארויס אויף די ליכטיגקייט ביים עק פון טונעל.

"לעבנסלענגליכע טורמע"! דאס איז שוין א זאך וואס לאו כל מוחא סביל דא. א מענטשליכע מוח קען דאס בשום אופן דערהייבן. לעבן אויף אייביג אונטער אומגעהויערע פרעשור. זיך לאזן פירן ביים נאז, דורך קורצקעפיגע נארישע צוויי-פיסיגע בהמות.

"ערגער קען שוין נישט זיין", "הענגן אויף א תלי' אינמיטן שטאט לוינט זיך שוין ענדערש – כאטש וועל איך קענען זעהן די זון און אטעמען פרישע לופט" – אזעלכע און ענליכע מחשבות הייבן אן צו פייניגן דאס געוויסן.

"מ'גייט אנטלויפן"! דאס איז געווען די החלטה פון די צוויי קאלט-בלוטיגע רוצחים, וואס האבן געדינט א לעבנסלענגליכע טורמע טערמין, אינעם שטרענג-באוואכטן תפיסה.

איי, אנטלויפן פון א תפיסה איז גארנישט אזוי פשוט. "וואס האט מען צו פארלירן"? איז דער תירוץ. דא איז דאך זיכער נישט קיין תכלית, לאמיר טוהן וואס קען מען, זיך ארויסצוזעהן פון דעם פינסטערן גלות.

שטעלט זיך דאך די פראגע: סוף כל סוף האט מען דאך אין תפיסה א שטיקעלע לעבן. מען באקומט פרישע עסן יעדן טאג. מען האט א בעט מיט א ביה"כ אנע צאלן רענט...

נישט געזארגט. זיי האבן אויסגערעכענט דעם אנטלויף אקציע מיט גרויס עקספערטיז. חדשים לאנג האט מען פלאנירט יעדע דעטאל. מען האט אנגעקניפט פארבינדונגען מיט חברה פון די אנדערע זייט. מענטשן וואס לעבן אינדרויסן אויף די פרייע וועלט, האבן צוגעשטעלט נויטיגע געצייג זיך צו קענען ארויסדערווישן פון דעם פארפאנצערטן און פארמויערטן תפיסה צעל.

איינמאל מ'וועט שוין זיין אויף די אנדערע זייט, וועט ווי אפגעשמועסט, זיי אפווארטן א דרויסענדיגער וואס וועט זיי פירן צום ריכטיגן פרייהייט.

אין די זעלבע צייט, וואס ביים תפיסה וועט מען זיי זוכן מיט לעכט, און האפן יעדע ליאדע מינוט אויף זייער צוריקקער, וועלן זיי זיך געפינען ווייט ווייט פונעם טונקעלן צעל און פשוט און גראד האקן א לעבן. לעבן א פרייע לעבן מיט אלע תענוגי עולם הזה, וואס זענען צוריקגעהאלטן געווארן פון זיי זיצענדיג אונטער די גראטעס.

* * *

די פלאן האט אויסגעזעהן גאר גונסטיג און געשמאק. א סארקאסטישע שמייכל, ווערט אנגעהאנגן אלס לעצטע וואונטש, און זיסע נקמה אין די רשעות'דיגע סיסטעם וואס האט אונז געפייניגט יומם ולילה.

אבער די רעאליטעט, איז געווען גאר גאר אנדערש ווי געראכטן. איי איז דאס געווען א ביטערע פיל אראפצושלינגן, ווען מ'האט זיך געטראפן אויף די אנדערע זייט, און ערשט דאן געוואיר געווארן, אז לא אוהבים ולא קאר, אבל יש דובים ויש יער.

אין איין אויגנבליק זענען אלע פלענער צונישט געווארן. פון די געטרייע מיטארבייטערס, וועלכע גייען שטיין צו הילף, איז נישט געווען קיין זכר. עס וויל זיך צוריקגיין, אבער ווי זאגט די וועלט: צוריק גייט א קאזע. בלייבן ווי אן אפגעשמיסענער אינמיטן גאס איז דאך זיכער נישט קיין עסק. בלית ברירה נוצט מען אויס די שוץ פונעם נאכט-פינסטערניש און מען לויפט אריין אין די נאסע זומפיגע קאלטע וואלד, מורא האבנדיג פון די אייגענע שאטן.

* * *

ויהי ערב ויהי בוקר

די וועלט האט זיך דערוועקט צום היסטארישן נייעס. אלע אינסטאנצן זענען געשטעלט געווארן אויף הויך-אלערט.

נאך א טאג-צוויי ווען מען האט נישט געפינען קיין שום שפורן פון זיי, האט די המון עם אליינס געוועבט די מעשה: די תפיסה סיסטעם איז אדורך און אדורך פארפוילט. די צוויי חברה זענען שוין זיכער אין מעקסיקא אדער קאנאדע, ווי זיי לאכן הויך אויפ'ן קול, צוקוקענדיג אויפ'ן טעלעוויזיע ווי די מאסיווע "מענהאנט" נאך זיי, גייט אן מיט'ן פולסטן פארע...

אבער אין די זעלבע צייט זענען די צוויי אנטלאפענע שוין גארנישט געווען צו מקנא זיין. אנשטאט אין תפיסה זענען זיי געווען טאג און נאכט אינעם געדיכטן וואלד, און געוואנדערט צופיס לאנגע שטרעקעס פון מיילן ווייט, אן איינער זאל זיי פארזארגן מיט געהעריגע עסן, טרינקן, קליידונג, בעטן אא"וו.

די קאשמארישע טעג און נעכט וואס איז אויף זיי אריבער, בפרט אין די לעצטע טעג ווען זיי האבן זיך אפגעטיילט און געוואנדערט אפגעמוטשעט עלנד אליין, איז אוממעגליך צו שילדערן.

די טראגישע און ביטערע ענדע איז נאך ערגער פון אלעם. איינער איז געפאלן א פגר צום שאס פון די גרעניץ מארשאלס, זייענדיג קראנק און שיכור. דער צווייטער איז ערנסט פארוואונדעט געווארן, און וועט עווענטועל צוריקגעפירט ווערן אין טורמע, אונטער פיל שווערערע אומשטענדן.

אוי ווי גוט וואלט געווען צו בלייבן אינעם "האנאר בלאק" פון די קלינטאן טורמע, ווי זיי האבן גענאסן פון מערערע פריווילעגיעס.

* * *

הרבה עשו כריטשארד ודעוויד ולא עלתה בידם

ליידער ליידער, בעוה"ר, מאכט זיך צווישן אידישע קינדער אזעלכע, וואס מחמת כובד הגלות, קומען זיי צום החלטה, אז אנטלויפן פונעם "האנאר בלאק" (ערליכע פרומע לעבנסשטייגער) איז די עווענטועלע גאולה צו זייערע שווערע נסיונות און דריקענישן.

"ווי לאנג קען מען לעבן אין א באקס"?! "די פרומע לעבן איז דאך א תפיסה"!!! טריט און שריט טיילט מען מיר איין וואס איך מעג יא און וואס איך מעג נישט. מען לאזט מיר נישט נוצן מיין אייגענע שכל.

לעומת זה קוקט אויס ווי אויף די אנדערע זייט איז אזוי זיס און געשמאק. ספעציעלע ארגאניזאציעס שטייען צום הילף פון די אנטלאפענע, זיך צו אריענטירן אינעם נייעם לעבנס שטייגער אויף די פרייע וועלט.

מזמן לזמן דערוועקט מען זיך צו אזא הימל-שפאלטענדע געשעעניש. אידישע הערצער ווערן צוריסן. גוטע אידן ווערן געשטעלט אויף הויך-אלערט, און דאגה'נען וואס מען קען טאן דאס צו מונע זיין אין די צוקונפט. אנדערע האבן גאר מעשיות צו דערציילן, אז די איינציגע לעזונג איז, צו פיקסן די סיסטעם וועלכע טויג נישט.

אבער אין די זעלבע צייט, דרייען זיך נעבעך ארום די פארוואגלטע נשמות, און זוכן די ענדלאזע מזל און גליק, וואס האט זיי לויט'ן פלאן געזאלט אפווארטן תיכף ביים טויער פון תפיסה.

צוריק צו לויפן איז נישט אזוי פשוט, מען האט שוין אויסגעטאן די תפיסה קליידער און זיי פארביטן מיט נארמאלע אנשטענדיגע מלבושים. זיך ארויסשטעלן ווי אן אפגעפאטשע לוזער איז דאך נישט קיין עסק. אנטלויפט מען אנשטאט עלנד אליין, אין זומפיגע וועגן וועלכע זענען אנגעשטעקט מיט נחשים ועקרבים.

אין די זעלבע צייט וואס עס גייען ארום רומערס צווישן די אלץ-ווייסערס, אז יענער האט זיך פיין געסעטלט, ער האט שוין געקויפט א הייזקע במקום פלוני על שפת הים, און געניסט מכל טוב וטב, טוט זיך אפ אין די הארץ פון די לויפענדע א שווערע שטורעם. מען בענקט זיך צו ווארעמקייט, משפחה ליבליכקייט, און עפעס תכלית וואס טוט באפרידיגן דעם נפש האדם. מען איז אנידערגעשלאגן און דעפרעסט, און עפ"י רוב נאך ערגער, ה"י.

גארנישט דא וואס צו מקנא זיין. אן אמת'ע רחמנות במלוא מובן המילה.

אנשטאט זיך שושקען איבער נישט געשטויגענע אורזאכן און פאקטן, לאמיר מתפלל זיין אז די אלע אנטלאפענע זאלן ווי אמשנעלסטן אומגעקערט ווערן צום האנאר בלאק, נאך איידער זיי ווערן חלילה צושאסן און פארוואונדעט. עס זאל זיי ליכטיג ווערן ברוחניות ובגשמיות, וילמדו תועים בינה און טרעפן בסייעתא דשמיא די ריכטיגע וועג.

יה"ר שנזכה כולנו לגדל דורות ישרים ונאמנים לד' ולתורתו. בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, און אלע צובראכענע הערצער זאלן אויפגעראכטן ווערן מתוך שמחה ונחת, ויתגדל ויתקדש שמי' רבא בעגלא ובזמן קריב ואמרו אמן.

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 5:39 am
דורך Iphone
פיין! שכח

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 5:50 am
דורך קרייסלער
שפתים ישק! הלבלר ״הלשון״ של הלב

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 5:53 am
דורך עירמאנט'ער
פיינע פעדער
דבר בעתו מה טוב
זייער זייער שיין

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 6:58 am
דורך צו געזונט
אויסקומענדיג מיר צו האנדלען מיט עטליכע פון די גליקליכע אנטלאפענע פונעם אידישן לעבנס שטייגער, איז מיר אויסגעקומען זיי זאגען, לויט זייער שפראך און דערהער... אז: לדעתי איז א מענטש בארעכטיגט און ער האט א בחירה, אבער א בחירה מיינט אז דו האסט "אויסגעוועלט" א נייע וועג, נישט אז דו האסט "אוועקגעווארפען" עפעס. סתם לויפן איז קיין דערהער, אויב האסטו א גוט אויסגערעכנטן פלאן וואו אנצעקומען, מה טוב ומה נעים, אבער סתם לויפן און שרייען איך בין אויף דער פריי איז קיין דערהער נישט.

א גליקליכער מאן וועט נישט דרש'נען פון זיין אזוי פערהאסטען פערגאנגענהייט, ער וועט זיך קאנצטעטרירן אויף זיין הוה און עתיד. וואס ביי די חברה זיינען זיי צופיל פערנומען מיט מסביר זיין זייער עבר

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 7:55 am
דורך מי יודע
שפתים ישק!!! געוואלדיגע ווערטער!!!
;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 8:04 am
דורך לכאורה
WOW
כ'האב נישט געדענקט אז מיר פארמאגן דא אזא "לשון" לימודים

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 9:01 am
דורך farshlufen
שיין, שארף.

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 9:03 am
דורך לאמפ
גאר גוטע צושטעל! פליסיג געשריבן. ;l;p- ;l;p-

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 9:06 am
דורך שאהן הענניטי
שטארק הנאה געהאט פונעם צושטעל

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 9:42 am
דורך צווייפעל
זייער גוט, מקען צולייגן אז די פרוי איז ווי די ייצר הרע, זי שמייכל א גאנצע צייט, און ווען סקומט למעשה איז זי נישטא צו באקומען, גיי אין דער אדמה...

די זעלבע זאך דער ייצר הרע, זאגט צו אלעס גוטס.. סוכ"ס הוא היימר הרע הוא המלאך המות.

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 9:53 am
דורך ווישוואש
לאמפ האט געשריבן:גאר גוטע צושטעל! פליסיג געשריבן. ;l;p- ;l;p-

קרייסלער האט געשריבן:שפתים ישק!

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 10:12 am
דורך פארבינדן
שיין געזאגט. ריכטיג ארויסגעברענגט.

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 10:21 am
דורך סמארט גאי
זייער שיין,

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 11:03 am
דורך ענדע צדיק!
א טיפישער דבר בעתו ארטיקל! הערליך שיין צולייגט, א געשמאק צו ליינען!

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 11:16 am
דורך א גראם מיט טעם
פון פרייהייט אנטלאפען
וועם טוסטו בלאפען
מיינסט ס'דיר בעסער
אויפגעריסען תורה שלעסער
צו א עתיד אן גדרים
מאכען פון אסור מותרים
אבער א שוטה ביסטו
זיך איינשפארען טוסטו
אין תפיסה פארבינדען
חירות פארשווינדען
דער גאס דער פוץ
אנגעפולט מיט שמוץ
פריי איז נאר דער
וואס צום בורא געטריי איז ער

טענקס הלשון, פיינע ווארע, גוט ארויסגעברענגט.

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 11:41 am
דורך יאנקעלע קליגער
געוואלדיג!!!
אזוי שיין און קלאר ארויסגעברענגט!
ייש"כ, הלשון!

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 11:44 am
דורך מילכיגער
שפתיים ישק!!!!!

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 11:53 am
דורך תמימות
אזוי?! ענדערש זיין אין ערליכען תפיסה לעבן?
אפשר ענדערש זוכן צו מאכן דעם תפיסה'ן לעבן פאר א גן עדן עלי אדמות?

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 12:22 pm
דורך הלשון
תמימות האט געשריבן:אזוי?! ענדערש זיין אין ערליכען תפיסה לעבן?
אפשר ענדערש זוכן צו מאכן דעם תפיסה'ן לעבן פאר א גן עדן עלי אדמות?

איינער האט געזאגט אנדערש?

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 3:13 pm
דורך לכתחילה אריבער
אויסנאם פיינער ארטיקל!! שיין געשריבן, געוואלדיגע דערהער, גוטער צושטעל!

ישר כח.

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 3:20 pm
דורך קאווע באנדל
ישר כח! געוואלדיג הנאה געהאט צו ליינען.

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 3:49 pm
דורך פארוואס נישט
הערליך שיין
ש'כח

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 4:17 pm
דורך green sunday
געוואלדיג, שכח
שכח פאר א גראם מיט א טעם פארן פארן ציענדיגען

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2015 6:45 pm
דורך וואס א חילוק
איך האלט נישט אז די פרומע לעבן איז א לעבן פון זיין איינגעקוועטשט אוואו א תפיסה!! ולענ"ד איז עס נישט אזא גוטע צוזאמשטעל ווייל אויב עפעס זענען די אנדערע (אוועקגעפאלנע) אין א תפיסה! און נישט די ערליכע וואס קען זיך קאנטראלירן! און מ'קען זעהן אויף די אלע וואס גייען אוועק פון די מכלומירשטע צוקוועטשטע לעבן ווי צוקוועטשט זיי קוקן אויס!!