איטס (''נאט'') פאר סעיל.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

איטס (''נאט'') פאר סעיל.

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך יוני 24, 2015 8:26 pm

בס"ד

וואלווי, אדער ר' וואלף ווי מ'ריפט עם שוין היינט, דרייט זיך ארום אויף די בארא פארקער גאסען היבש פארטראכט, קעניינע הארע א משפחה מיט קינדער - געזונט און לעכטיג ב"ה, פרנסה איז אויך ניש קשה ער ברענגט אהיים א שיינע וועידזש, אבער וואס דריקט עם איז פלאץ, יא ער מיט די געזונדל זענען שוין אויסגעוואקסען די דירה און מ'דארף שוין טרעפען עפעס גרעסערס,גראדע אלס א שיינע פארדינער קען ער זיך ערלויבען דעם דאון פעימענט פאר א הייזקע אין שטאט, אבער ער זיכט עפעס וואס זאל פאסען פערפעקט,געגנט, שכנים, נאנט צו זיין בית מדרש'ל, א שפאן אוועק פון זיין פעיווערט טעיקאוט און בעקעריי, א פארקינג ספאט אין פארענט, בקיצור ער זיכט עפעס וואס יעדער זיכט, און ס'שווער צו כאפען א פעט פישל ווען יעדענ'ס כאפער ליגט אין זעלבען וואסער...


שפאצירענדיג אראפ פארטי סיקס סטריט, גלייבט ער נישט וואס זיינע אויגען זעהען - א רעלאטיווע נייע הויז ממש צום סייז וואס ער זיכט, קעגן איבער ווי עס וואוינען אפאר חברים זיינע, און אינעם גארטען (יא,עס האט אפילו א גארטען!!) שטייט א for sale סיין, ער טראכט נישט צוויי מאל גייט צו צום טיר און קלינגט דאס בעל, א עלטערע איד מיט א בא'חן'טע שמייכעל עפענט אויף און וואלווי געט א פרעג ס'איז אמת? די הויז איז פאר סעיל, דער איד שטרעקט אויס א האנט, שלום עליכם ר' איד איך הייס בעריש קלינגער קומט אריין עט מען רעדען ביזנעס.


זיי גייען ביידע אריין און וואלווי באטראכט אלעס און ס'הייבט עם אן שמעקען מער און מער, מאכט אייך באקוועם ר' וואלף שרייט דער אלטער בעת ער לויפט אריין אין קיטשען און קומט צוריק מיט א פלאש אראנדזש דזשוס און א שאכטעל ראגעלעך ,נו מאכט א ברכה געט ער א זאג ,וואלווי גיסט זיך אן א קאלטען גלאז דזשוס און ס'נעמט זיך פארען א שמיעס, ער פרעגט עם איבער זיין יוחס בשעת ר' בעריש פרעגט וואלווי ווי ער האט געלערענט אלס בחור, וואס ער טוט פאר פרנסה וכו' זיי ווערען אפילו געוואר אז זיי שעירען א קאזין,און אז וואלווי'ס עלטער פעטער איז געווען א חברותא נאך אין גאלאנטא מיט ר' בעריש'ס יונגערע ברודער.... ס'ציהט זיך א רואיגע בא'טעם'טע פארברענג, נאך דריי פערטל שעה רופט זיך וואלווי אן, תחלית ר' בעריש, וויפיל ווילט איר פאר אייער הויז?


דער עלטערע ר' בעריש ווערט ערנסט און מיט א קלארע שטומע געט ער א זאג א סכום, וואלווי שפרונגט אויף, עה עה ר' בעריש טייערע, דעס איז דאך דאפעלט ווי דער מארקעט וועליו, איר זענט זיכער אז דאס איז די פרייז, ר' בעריש קוקט עם אן און מיט א שטייפע קול זאגט ער,יא דאס איז ווי סאך איך בעהט, אז איר ווילט נישט איז נישט, אינגאנצען צובראכען שפאצירט וואלווי ארויס מיט א זויערע פנים טראכטענדיג ווי זיין גאנצע חלום איז זיך צובלאזען ווי א באבעל, שוין אז ס'נישט באשערט טראכט ער מסתמא האט מען צוגעגרייט פון הימל פאר מיר עפעס בעסערס.


ס'לויפען אריבער עטליכע חדשים און וואלווי גייט נאכאמאל אריבער דעם זעלבען גאס און וואונדער איבער וואונדער דער פאר סעיל סיין הענגט נאך דארט, ער קלינגט דעם בעל, ר' בעריש עפענט די טיר, אה וואלווי וואס מאכסטו, ווי גייט עס ביי דיר, אנטשולדוגט ר' בעריש האקט עם וואלווי איבער, כ'זעה אז איר זיכט נאך אלס צו פארקויפען דאס הויז, אפשר קען מען רעדען דערוועגען? ר' בעריש צושמייכעלט זיך, אודאי קום אריין, כ'האב יעצט אויף געשטעלט דאס קעסל, קום כ'על דיר מאכען א קאווע און מ'וועט רעדען ביזנעס געהעריג ביים טיש.


שוין, צופיל ברירות האט ער נישט געהאט, ער זעצט זיך אוועק מאכט א ברכה און אודך פארפירט זיך א געשמאקע שמיעס ציווישען זיי, נאך צוואנציג מינוט האט שוין וואלווי'ס געדולד געפלאצט און ער פרעגט ר' בעריש, סאו וויפיל ווילט איר היינט פארען הויז, ווי ערשטוינט ווערט ער ווען דער אלטער ווארפט נאך א גרעסערע נאמבער ווי ס'פריעדיגער מאל, וואלווי ווערט נערוועז, איך פארשטיי אייך נישט ר' בעריש איר זעהט דאך אז קיינער וויל נישט צאלען די פרייז פארוואס זענט איר ארויף אנשטאטס עס צו נידערען? אויב האלט איר נישט ביים פארקויפען נעמטס אראפ די סיין אינדרויסען און פארטיג, צו וואס משוגע מאכען די מענטשהייט?


ר' בעריש געט א קרעכטץ, איי וואלוועלע וואלוועלע וואס זאל איך דיר זאגען, כאניש קיין ברירה און דיר פארציילען די אמת, פאר א האלב יאר צוריק נישט מער געדאכט איז מיין לעבענס באגלייטערען צוריק צו איר אייבעגע רוה און מיך איבערגעלאזט איינער אליין, די קינדער אונזערע וואוינען אין די מרחקים מעבר לים און איך בין געווען זייער זייער לאונלי, כ'האב נישט געהאט מיט וועם צו שמיעסען און פארברענגען, און ס'איז מיר פשוט נמאס געווארען אויף צו שטיין יעדען אינדערפרי. איז מיר איינגעפאלען אן המצאה, כ'אמיר באשטעלט אזא קליינע סיין עס געשטעלט אינדרויסען, און זייט דאן האב איך ב"ה כסדר קאמפאני מיט וועם צו פארברענגען ,יונגעלייט ווי דו קלאפען אריין, ווייל זיי זענען אינטערסירט צו קויפען דעם הויז - וואס כ'האלט בעצם בכלל נישט ביים פארקויפען אבער וואס יא, כ'בין גרייט צו פארקויפען היסטאריע און סיפורים פונעם אמאל ,דורך טון די נייעס הערען א אינטערסאנטע ווערטל וכו', אזוי פארברענגען מיר אינאיינעם געשמאק א שעה צייט דאן הערט ער די אבנארמאלע פרייז, גייט אהיים און צעהן מינוט שפעטער קלאפט א צווייטער אריין וחוזר חלילה און אזוי שטופ איך מיר די שעות....


****

עס רודערט זיך אין די 'אידישע וועלט', עס פליען נאמבערס און די הויכע הונדרעטע טויזענטערס אזש מ'קען זיך דאכטען אז מ'רעדט דא פון עפעס א גרויסע ריעל עסטעיט דיעל, ס'האלט שוין אט אט ביי א מיליאן, ס'טאנצט איבער דער מעלאנע מארק, וואן פוינט טא וואן פוינט טרי,ס'הייבט זיך העכער און העכער, אבער רבותי דאס זענען נישט קיין דאלארען נאר א מספר פון תגובות וואס אייוועלט האט דערגרייכט!!! יא א מ-י-ל-י-א-ן!!!! תגובות דורך אויס די לעצטע פאר יאר, שטובעלעך און הייזקע'לעך ווי מיר האבען געשמאק פארברענגט ,צו זאל זיין אין דברי תורה אדער נייעס, מוזיק צו גרעפיקס, דירות קריזעס, השקפה ענינים, סתם פלוידערייען און וואס נישט (חוץ פארשטייט זיך לשה''ר רכילות וכו')ס'איז א פלאץ ווי א איד קען זיך אויסלופטערען דעם קאפ אויף א כשר'ן אופן,און ווי חסד ווערט אפגעראכטען שלא על מנת לקבל פרס, און ניין מיר האלטען עס נישט ביים פארקויפען פאר קיין שום געלט אין די וועלט , איט איז "נאט" פאר סעיל!!


ביי די געלעגענהייט וויל איך פערזענליך באדאנקען אלע מנהלים און אחראים כל אחד בשמם הטוב יבורך וואס מאכען זיכער אז אלעס זאל פארען געשמירט, און ספעציעל פארען ארענדער וואס מאכט זיכער אז מיר האבען דעם פלאץ צו פארברענגען, ווי אויך פאר אלע ניקס וואס שרייבען און זענען אונז מהנה מיט זייערע טאלאנטען, ס'מיר א כבוד און א זכי' צו האבען א קליין חלק אין דעם פיינעם מקום, און איך האף מיטען אייבערשטען'ס הילף אייך ווייטער מהנה צו זיין און אין די זעלבע צייט הנאה האבען פון די געשמאקע סביבה דא בדיבוק חברים וידידים ביי די נעקסטע מיליאן תגובות!
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך יוני 24, 2015 8:32 pm

העי! ס'גראמט נישט?
סא שרייבן אן גראמען קענסטו אויך? ס'פילט זיך נישט ווי זינגען אף טאאן?!

פיינע ארטיקל! גראמי איז "נאט פאר סעיל" ער בלייבט ביי אונז!
הק' איש ימיני

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מיטוואך יוני 24, 2015 8:39 pm

יישר כח ר' גראם פאר'ן ארטיקל און פאר'ן דעליווערן די דאנק פאר יעדעם

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17470
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך יוני 24, 2015 11:32 pm

גא"מ

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך יוני 24, 2015 11:39 pm

הערליכע ארטיקל!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יוני 24, 2015 11:41 pm

שיין שיין גראם!!

יא, א ישר כח דארף מען געבן צו יעדע צייט, יעצט איז א גוטע געלעגענהייט!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

כרם
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » דאנארשטאג יוני 25, 2015 12:25 am

?אפשרטאקע האט געשריבן:יישר כח ר' גראם פאר'ן ארטיקל און פאר'ן דעליווערן די דאנק פאר יעדעם

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג יוני 25, 2015 7:16 am

?אפשרטאקע האט געשריבן:יישר כח ר' גראם פאר'ן ארטיקל און פאר'ן דעליווערן די דאנק פאר יעדעם

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1159
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג יוני 25, 2015 7:26 am

?אפשרטאקע האט געשריבן:יישר כח ר' גראם פאר'ן ארטיקל און פאר'ן דעליווערן די דאנק פאר יעדעם

גא"מ

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5728
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג יוני 25, 2015 10:02 am

נאכנישט געליינט. אבער א יישר כח קען מען נאך אלס אפגעבן.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דאנארשטאג יוני 25, 2015 10:13 am

זייער זייער שיין געשריבן!

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » דאנארשטאג יוני 25, 2015 12:08 pm

געלעגער האט געשריבן:הערליכע ארטיקל!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג יוני 28, 2015 6:19 pm

דער משל געפעלט מיר זייער, איז עס אייגנס?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג יוני 29, 2015 9:47 pm

א דאנק אייך אלע פארען קאמענטירען אבער די ריכטיגע דאנק קומט צו ענק חברי הקרעטשמע וואס ערמעגליכען ס'זאל זיין מיט וועם צו פארברענגען.

@גערעכטער, קוק דעם לינק אין מיין חתימה וועסטו טרעפען אפאר ארטיקלעך נישט אויפען גראם... ס'נעמט מיר אבער גאנץ לאנג אפצושרייבען און אויף גראמען קען איך ארויסברענגען די מעסעדזש שנעלער ,אבער ס'דא צייטען וואס מ'מוז אוועק קוקען די אייגענע באקוועמליכקייטען און טון וואס איז יושר.

@לכאורה, דער מעשה האב גראדע געהערט כלי ראשון פונעם בעל העובדה (נישט דער 'מוכר'...)
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג יוני 30, 2015 12:21 am

הייסט דאס אז עס איז כלל נישט קיין משל, נאר ממש א מעשה שהיה? אזא זאך ברויך א רוף צום לאקאלן הילפס ארגעניזאציע, "אן עלטערער איד וויל קאמפאניע".
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דינסטאג יוני 30, 2015 11:48 am

שטארק הנאה געהאט.

@לכאורה: פארוואס דארץ מען באלמוטשענען ארגאנציזאציס וען דער איד גיט זיך אזוי שיין אליין אנייצע?
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג יוני 30, 2015 11:52 am

ווייל דער איד איז אויף דעם אופן ליידער עובר בלא יודעים אויף גניבת דעת
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג יוני 30, 2015 12:03 pm

זייער שיין הרב גראם!
מיר האבען הנאה געהאט פון די מעשה-משל, און פון די נמשל!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
אייסוויי
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 1:03 pm

תגובהדורך אייסוויי » מאנטאג יולי 06, 2015 2:18 pm

אפשר קען גמא"ט ביטע מסביר זיין וואס א שייכות דער משל איז מיטן נמשל.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג יולי 06, 2015 4:03 pm

אייסוויי האט געשריבן:אפשר קען גמא"ט ביטע מסביר זיין וואס א שייכות דער משל איז מיטן נמשל.

וואס מיינט גמא"ט?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 18, 2014 10:47 pm

תגובהדורך רמונים » מאנטאג יולי 06, 2015 4:04 pm

גראם מיט א טעם

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג יולי 06, 2015 4:08 pm

דער שרייבער רופט זיך אבער "אגמ"ט"
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג יולי 06, 2015 4:45 pm

קוק נאר אן, א 'נאט' פאר סעיל סיין האט מיר אריינגערופען דא...

הערליך!
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
אייסוויי
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 1:03 pm

תגובהדורך אייסוויי » מאנטאג יולי 06, 2015 6:43 pm

לכאורה האט געשריבן:דער שרייבער רופט זיך אבער "אגמ"ט"


האסט מיר מעכטיג אפגעפרעגט.

אוועטאר
לייבוש'ל
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 26, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לייבוש'ל » מאנטאג יולי 06, 2015 6:51 pm

שיין שיין , גוט ארויסגעברענגט די זאך. א דאנק !

@אייסוויי, ס'דא ווייפיי אין קעמפ?
מיט א שמייכעל און גוט ווארט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט