געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2006 8:50 pm
איך קאפי דא אריין א תגובה וואס איך האב געליינט\געזען אדער גאר געשריבן, גיי ווייס.
איך טויש דא איינצלהייטן וואס וועלן זיין צוגעפאסט לויט יעצטיגע אומשטענדן:
וואס קלערסטו ווען וועט הייד פארק אפשטארבן?
משיח גייט אוודאי קומען, איך שטעל מיך נישט פאר אנדערש.
אבער איך קלער אז קען זיין א איך אלץ אלטע איד וואס וועט אפוועטשן אין ווייסעךוואו, און מיין אייניקל א 22 יעריגע אינגערמאן וועט זיין מנהל אין היימישע קרעטשמע. וואס דער פארום וועט גיין אזוי בירושה פאר דריי פיר פינף מנהלים אויפאמאל.
אבער וואס איך האלט באמת אז די אינטערסאנטקייט פונעם אינטערנעט הייבט אן אויסצווועפן, עס גייט ארויסקומען א פרישע באמבע.
חוץ דעם וועט די רייץ צו אידישע שרייבעריי דעמאלטץ שוין לאנג נישט לעבן, ענגליש איז אסאך בעסער פאר שקוצעריי.
......
פים פאם פאאאאםםםםםםם אריין אין א טרוים.... אינעם טיפן מוח קעמערל.... א מיסטעריעזע געשטאלט..... עס גיסט זיך שווייס פון שרעק..... וואס איז דאס???... וואס גייט דא פאר???...... אזוי זעט עס אויס????? יא????...... אוי וויי!!!!!!.... פיםם פאםם פאםם פפפאפאפפאפחחרבררררררררררררררררררררחכחח..... אוי געוואלד!!!!!!!!!!!!! ראטעוועעעעעעטטטט!!!!!!!!!!!..........
איין זאך וואס איך גיי דיר יעצט זאגן טייערע אייניקל, דו גייסט עפענען דעם אשכול, וועסט אפילו נישט וויסן אז איך דיין זיידע איז דער וואס האט געשריבן דעי ווערטער. אבער איך ווייס יא!
דו ווילסט נאכגיין אין מיינע דרכים? געזונטערהייט! אבער קוק דיך נאך וואספארא ענינים מען האט געשריבן אין מיינע צייטן (אינדערהיים) אויף הייד פארק אין אינעם קרעטשמע און וואספארא ענינים דו שרייבסט דא אין היינטצוטאגס! א חרפה און א בושה! וויאזוי וועסטו נישט באהאלטן די פנים פאר משיחן?
ממילא איך, שוין, קוק ווי ערליך און פיין איך האב געשריבן, אבער דו! אויווויי! דו!!!!
איך בעט דיך כאפ זיך בעצייטנס! ווייל עס איז שוין היפש שפעט אזוי אויך! איך האב אויך אמאל געמיינט אז הייד פארק איז די וועלטס גרעסטע תענוג. אהה! עס קומט נישט צו צו רוחניותדיגן תענוג.
זיידי.
נ.ב. קוק זיך צו די הערות וואס גייען דא געשריבן ווערן, און לויט דעם אנאליזיר ווי אמת מיינע ווערטער זענען.
אוקיי?
Advertisement
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2006 9:07 pm
זאג נאר דו ווילסט אז דיין אייניקעל זאל אויך זעהן דיין בילד וואו אזוי דו האסט אויס געקוקט אין די גוטע יארען וואס דו האסט געלייגט נעבן דיין נאמען?
פרייטאג אוגוסט 11, 2006 9:35 am
מעסטער מיינד
מאנטאג פבואר 11, 2008 2:22 am
מ'האלט שוין ביים צווייטן דור ביי די קינדער, נאך אביסל און מ'קומט שוין אן צו די אייניקלעך.
מאנטאג פבואר 11, 2008 9:16 am
חחחאא בני היכלא, גוט.
זיינע קינדער ווי האלטן? גייען אין פאטער'ס דרכים?
למשל וואס
למשל, זיי שרייבן קיינמאל נישט.. וכו'
מאנטאג פבואר 11, 2008 12:05 pm
זיי שרייבען אויך נאר אימיטן די נאכט
.
דינסטאג פבואר 12, 2008 10:03 am
איך בין נישט אזוי באזארגט ווייל די בערן און לייבן וכו' וואס זיי פארציקן אלע חלילה וואס דרייען זיך חלילה חלילה אויף די אינטערנעט, (און צימאל כאפן זיי זיך אריין ווייערלעס אינעם סעלפאן אריין), ווערן אויך שטרענגער און שטרענגער אין לך יום וגו', ממילא ביי אינזערע אייניקלעך גייט שוין די צעטלעך זיין אזוי שרעקעדיג אז זיי וועלן ציטערן.
דינסטאג פבואר 12, 2008 11:04 am
אויף די אייניקליך דארף מען נישט אזוי מורא האבן