Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פאליטיק

דאנערשטאג יוני 18, 2015 5:00 pm

ווען א בעל דרשן וויל גוט אראפלייגן א ענין, הייבט ער אן מיט א געשמאקע מעשה, און ער מאכט זיכער אז פון דער סיפור אליין זאל מען שוין ארויסהערן אלע פרטים וואס ער וויל ארויסברענגען.

די תורה הק' האט תרי"ג מצות עשה, און שס"ה לא תעשה'ס, מיר טרעפן כמעט נישט אין די תורה הק' א מעשה וועגן איינע פון די מצוות, ווי שמירת שבת, כיבוד אב ואם, השבת אבידה. ווען עס קומט אבער צו לשון הרע און מחלוקות, האט דער תורה הק' אונז ארויסגעברענגט די ענינים מיט פאסירונגן וואס איז געשעהן אין כלל ישראל, וממנו ילמדו ויקחו מוסר.

ווען עס וואלט געשטאנען סתם אין די תורה הק' אז מען טאר נישט מחזיק זיין במחלוקות, וואלט מען זיך געקענט פארשטעלן אז דער רבוש"ע מיינט דא, סתם א מחלוקה'לה איבער שטותים און נארישקייטן, און מען רעדט דא צו ליידיגייער'ס וואס זיכן צו מאכן צרות אין ביהמ"ד.

דא האט אונז דער תורה דערציילט א מעשה מיט גאנץ א אנדערע דערהער. שטעלט זיך פאר, עס קומען עטליכע אנפירער פון כלל ישראל, דערהויבענע עובדים און משפיעים, בעלי דעת וואס שטייען בראש כל דבר שבקדושה, זיי האבן א שם טוב צווישן דעם עולם, ובראשם שטייט א חשובער יחסן, א קלוגער באזעסענער מענטש, א בעל רוח הקודש, און הונדערטע אידן קומען אונטער אים, מיט טענות אויף דער מנהיג העדה, און נישט סתם נארישע קריטיק, זיי האבן אמת'ע טענות וואס קענען אויפברויזן יעדע בר דעת. וויאזוי וואלט דער עמך איד דאס אנגעקוקט? וואס וואלט א פשוט'ער בעל הבית געזאגט צו אזא מעשה?

צדיקים האבן שוין געזאגט, אז בשעת מעשה איז נישט געווען אזוי פשוט צו וויסן מיט וועמען מ'דארף האלטן.

דער תורה הק' וויל אונז לערנען א לימוד לדורות, אז נישט קיין חילוק ווער איז פירט די מערכה, אנטלויף פון מחלקות כמטחוי קשת.

די זעלבע ביי לשון הרע, האט דער תורה אונז דערציילט א מעשה מיט חשוב'סטע פערזענליכקייטן אין כלל ישראל, וואס מען האט דארט גערעדט ענינים רוחניים. אבער ס'איז געשעהן וואס ס'איז געשהען. און דער תורה הק' האט נישט געהאלטן דער מעשה בסוד, זיבן טעג האט זיך גאנץ כלל ישראל אויפגעהאלטן ביז מרים ווערט אויסגעהיילט, און מיר האבן א מצוה צו געדענקען דער מעשה אלע דורות. ס'איז איינע פון די שש זכירת "זכור את אשר עשה ה' אלוקיך למרים בצאתכם ממצרים".

א נקודה בדרך דרוש: דער פסוק הייבט אן די מעשה פון קרח און העכער יעדע נאמען שטייט "בן" איז דער שאלה פארוואס?

מיר קומען ח"ו נישט זאגן קיין פשט, אבער על פי דרוש קען מען אפשר זאגן, אז די ענינים פון זיך היטן פון מחלוקות, ליגט אויף יעדע טאטע אריינצובאכן אין זיינע קינדער.

ס'איז געווען ביי א משפחה שמחה, כדרך העולם שמועסט מען פון די דברים העומדים על הפרק, ס'איז געזעצן דארט א איד וואס געהערט צו א חסידות שנתפרדה לשנים. און מ'האט אים אפיר געהאלטן מיט עטליכע סענסעטיווע שאלות. און דער איד האט ניטאמאל געוויסט פון וואס מען רעדט!

ער דאווענט אין יענע ביהמ"ד, ער שיקט זיינע קינדער דארט, ער האלט זיך באמת נאנט צו דער מקום, אבער ער ווייסט פון גארנישט וואס קאכט זיך! און ער איז בכלל נישט קיין נאר, ער איז פשוט א ערליכע בעל הבית, וואס האט זיין גאנץ לעבן געארבעט אויף זיך, צו היטן דער דיבור.

ער האט אפילו איידמער פון ביידע קהילות, אבער ביי אים שטוב איז שלום ושלוה, ער שרייט נישט: שאַ, נאָ, "נישט ביי מיר אין שטוב!"

ער האט פשוט אזוי נאטירלעך מחנך געווען זיינע קינדער, אז מחלוקות און לשון הרע האט נישט קיין מקום אין זיינע ד' אמות!

און יעדער וואס וויל האבן ערליכע קינדער, וואס זאלן זיך היטן פון די זאכן, דארף ער דאס איינווארצלען ביי זיך, און אטאמאטיש וועט דאס אריבער גיין צו די קינדער.

צוריק צום מעשה קרח, מען דארף פארשטיין, וואס איז געווען קרח'ס חשבון, ער איז דאך געווען פון דערהויבענע אידן אין כלל ישראל, צו וואס האט אים אויסגעפעלט די גאנצע מעשה?

רבי משה הדרשן פרעגט שוין די קשיא, "קרח שפקח היה מה ראה לשטות זה?" נאר וואס, 'עינו הטעתו'. ער האט טאקע געהאט גאנץ לאגישע טענות, אבער ער האט געמאכט א גרויסן טעות. ער האט געמיינט אז ער מיינט נאר לשם שמים. אמאל ווען א מענטש הייבט אן וועלן עפעס ברוחניות, זיין רצון מתחילה איז נאר דער באשעפער און לרבות כבוד שמים, אבער ערגעץ אינדערמיט האט ער געמאכט א שטיקל טעות, ער איז געווארן פארנארט פון זיין 'יצר טוב' און זיין גאנצע לשם שמים איז אראפ טיף אין דער ערד, און אפילו מיטגעשלעפט מיט זיך די יונקי שדים שלא טעמו טעם חטא. דאס ווייזט אונז ווי הארב די עבירות פון לשון הרע און מחלוקת איז ביים רבונו של עולם.

און אזוי שטארק ווי מ'איז מקפיד אויף דעם אין הימל, פונקט אזוי פארלייגט דער יצר הרע כוחות צו ברענגען ווי מער קרבנות. ביי די מעשה פון קרח האבן די אידן געזען מיט די אייגענע אויגן א נייע בריאה, א זאך וואס איז נאכנישט געווען זייט ששת ימי בראשית, עס וואלט לכאורה געדארפט בלייבן אין די ביינער פון די צוקוקער כאטש אויף א יאר-צוויי, און זיי זאלן וויסן אז פון מחלוקות און קריגעריי אויף א מנהיג בישראל דארף מען אנטלויפן ווי פון ברענעדיגע קוילן, און למעשה זעען מיר "וילונו כל עדת בני ישראל 'ממחרת' על משה ואהרן", קוים פיר און צוואנציג שעה שפעטער און מ'קריגט זיך שוין ווידער אויף משה רבינו, און נישט סתם א קריגעריי, נאר זיי מיינען דעם אייבערשטן אליין, "אתם המתם את עם ה'"...

א פליאה עצומה! די זעלבע ביי די מעשה אין פרשת שלח, די מרגלים האבן באקומען א מיאוס'ער עונש, וואלט זיך געדארפט האבן געלערנט א לעקציע, אבער אין פסוק שטייט גאנץ עפעס אנדערש. וישכימו 'בבוקר', דער אנדערע צופרי און מ'פאלגט ווייטער נישט... "ויעפילו ויעלו על ראש ההר", זאגט רש"י "לשון עזות". וואס איז פשט?!

מ'האט דאך געזען אז ס'לוינט נישט? אלא מאי, דער יצר-הרע אויף הירוס און מחלוקת רוהט נישט קיין איין מינוט, ער גייט נישט מיט קיין לאגיק, ער כאפט אריין וועמען ס'לאזט זיך און ער מאכט שנעל פארגעסן.

מיר רעדן זיך נישט איין אז דער אשכול וועט אים מעביר זיין פון זיין פאָסטן, מיר האבן א הבטחה "ובני קרח לא מתו". מיר רעדן דא צום יחיד, דער וואס האט שכל, זאל אנטלויפן דערפון ווי פון פייער! אויב האט מען א שכן אדער א חבר וואס האט אלעמאל נייעס... פון דעם און פון יענעם, דארף מען אנטלויפן פון אים, אז מען זעט עס זיצן מענטשן וואס האבן א לויזן שפראך דארף מען אפציען פון דארט ווי שנעלער. מיר זעען דא אין די פרשה, אז די שכנים זענען נעבעך ביטער אריינגעפאלן.

אין פרשת שלח זעט מען ווי דער צדיק כלב בן יפונה האט מורא געהאט ער זאל נישט נכשל ווערן בעצת המרגלים, איז ער געגאנגען מתפלל זיין ביים מערת המכפלה. אז דער אויסדערוועלטער צדיק האט זיך געדארפט אויסשטרעקן בפישוט ידים ורגלים ער זאל זיך קענען האלטן ביי זיינ'ס, דארפן מיר פשוט'ע מענטשן, וואס ווילן כאטש זיין אביסל אפגעהיטן, אודאי בעטן בהשתפכות הנפש: "אלהי, נצור לשוני מרע, ושפתי מדבר מרמה".

Advertisement

דאנערשטאג יוני 18, 2015 6:04 pm

זייער שיין א גרויסן ישר כח.

פרייטאג יוני 19, 2015 8:58 am

שלום,
אווי אייביג, קלאר און און צום פוינט,
געשריבען אין א געשמאקע פאזיטיווע שפראך,
ייש"כ.

פרייטאג יוני 19, 2015 9:50 am

א גרויסן ש'כח ר' שלום! ס' שטארק וויכטיג צו רעדן דערפין,
האבעך אמאל געזען א בריוו פון הייליגן בעל התניא ווי ער שרייבט קלאר פאר זיינס א חסיד (דאכט זיך ר' משה) וואס מתנגדים האבן אים געפערליך גערוידפט, די בעל התניא בעט זיך ביי אים ער זאל זיי גארנישט צירוק זאגן ווייל "כל הצרות והתלאות הזמן באים ממחלוקת לשם שמים"
האט איינער די בריוו? ביטע ארויפברענגן
אידעלעך, שטייט אוועק פון מחלוקת! לאז יענעם רעדן, דו רוף דיך נישט אן, אנטלויף! וועסט זיך פארשפארן אסאך פראבלעמען בזה ובבא..

פרייטאג יוני 19, 2015 10:15 am

ייש"כ ר' שלום!

הרב בידערמאן ברענגט צו די וואך דעם יערות דבש, ס'איז גוט אוועקצולייגן..
עטעטשמענטס
יערות דבש.JPG

פרייטאג יוני 19, 2015 10:54 am

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:שלום,
אווי אייביג, קלאר און און צום פוינט,
געשריבען אין א געשמאקע פאזיטיווע שפראך,
ייש"כ.
שרייב א תגובה

Advertisement