געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
מיטוואך יוני 17, 2015 11:59 pm
איך זיץ מיר אזוי ביי א חתונה פון מיינס א קרוב. און מען האלט אינמיטן אויסגראמען די זיידע פון די אנדערע זייט, ווי איר פארשטייט אליין האט עס מיר גאנץ קנאפ אינטערעסירט.
געווענליך די צייט אינמיטן די נאכט פיר איך מיך נישט אויסצוהערן קיין גראמען אויף עפעס א פרעמדע מענטש. איך שלאף מיך פיין רואיג אין מיין בעט ענדערש. אבער יעצט האב איך קיין צוויי ברירות נישט געהאט, נאר געדארפט דארט זיצן און זיך צוהערן.
איז מיר איינגעפאלן א געוואלדיגע געדאנק וויאזוי מען קען לייזן די פראבלעם מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע. איז אזוי.
מען וועט אנריפן דעם בדחן נאך פאר די חתונה, און מיט אים איבערגיין פונקטליך אלע פרטים פון אלע וועם מען דארף אויסגראמען.
און דער בדחן וועט נישט דארפן שטיין אינמיטן די נאכט ווי א נער אינמיטן מארק, נאר ער וועט זיך זיצן ביי זיך אינדערהיים מיט זיין ספעשיל מייק און אריינגראמען די אלע גראמען פאר אלע קרובים און מחותנים אין א ריקארדער, און ער וועט עס אריבער שיקן צו די זאל, ווי עס וועט זיין געשטעלט איינער מטעם די זאל, וואס ער וועט זיך אוועק זעצן נאך פאר די חתונה, און אריינלייגן איעדנס גראמען אין א עקסטרע MP3 פלעיער. און מען וועט עס לעבעלען מיט א נאמען.
אלע גראמען וועלן זיין די זעלבע לאנג. ווי אויך די שטיקל ווי מען גראמט אויס די באבע וועט מען קענען מאכן עקסטער.
ווען עס וועט קומען די מצוה טאנץ, וועט מען אויסטיילען אלע פלעיערס פאר איעדעם מיט זיין נאמען. - מיט עיר פאונס פארשטייט זיך.
אלע באטייליגטע וועלן זיך אנצונדען אין זייער אויער די גראמען ווי מען גראמט אים אויס. קיינער וועט נישט דארפן צופלאצט ווערן אינמיטן נאכט, הערענדיג ווי מען גראמט יענעם אויס. און בערך אין די זעלבע צייט וועט יעדער איינער ענדיגן אויס הערן זיינע גראמען. ( ווער עס וועט האבן איינגעשלאפן אינמיטן וועט קענען מאכן ריוויינד....)
דעמאלטס וועט זיך יעדער אויפשטעלן צו א ספעציעלע גרויסע גארטל מיט ספעשיל שטיקלעך.
און פארשטייט זיך אז איעדער וועט בלייבן מיט זיין עיר פאונס אין זיין אויער און איעדער וועט טאנצן אויף זיין ניגון וואס ער האט ליב, וואס וועט ווערן ספעציעל אריינגעפראגרעמט פון פאראויס, לויט די פארלאנג...
יויש וועט דאס זיין אינטערעסאנט!!
מען וועט אריינקומען אין זאל עס וועט זיין טויט שטיל אין מען וועט זעהן ווי מענטשען זיצן אין שאקלען זיך פון גרויס התעוררות. דערנאך וועט מען זעהן ווי איעדער שטעלט זיך אויף און מען נעמט זיך טאנצן (פארשטייט זיך אז די זאל איז נאך אלץ טויט שטיל. אבער יעדער טאנצט פעסט.. )
עס האט געוואלדיגע מעלות די סיסטעם.
לאמיר פראבירן אויסרעכענען.
מען וועט קענען באצאלן די שבת געלט מיט קרעדיט קארד.
איעדער וועט זיך אליין קענען אנשטעלן זיין וואליום. מען וועט נישט דארפן לויפן צו די שפילער אגאנצן צייט ער זאל מאכן העכער אדער שטילער.
ווי אויך אויב איינעם וועט נישט געפעלן וויאזוי מען ריפט אים אויס, וועט ער גאנץ פשוט קענען גלייך אויסלעשן זיין מאשין, און קיינער דארף נישט מיטהאלטן זיינע בזיונות.
ווי אויך וועט מען קענען זאגן פארן בדחן מעלות פונעם באטרעפנדן וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, וואס אין געווענליכע אומשטענדען וואלט ער זיך געשעמט אז מען גראמט אים אזוי אויס. אבער מיט דעם סיסטעם איז די מעשה אינגאנצן אנדערש. נאו מאר בזיונות וואט סא עווער......
איך רעד שוין נישט פונעם עזרת נשים וואספארא געוואלדיגע אויפטרעף דאס איז.
ווייל ווי באקאנט איז דא זייער א ווייטאגליכע טעמע לגבי דעם ענין. ווייל נישט אלע מענער פון איין משפחה זענען אייניג, און זייער אסאך מאל קען מען זייער וויי טוהן אייגענע משפחה. מיט דעם וואס מען גראמט אויס יעדעמס שבחים און עס זיצט זיך דארט א וואוילע פרוי און אויף איר מאן איז נעבעך נישטא וואס צו זאגן (ווי יענער האט געזאגט ״בעסער מ׳זאגט נישט״)
אבער מיט אינזער סיסטעם איז נישטא די דאגה. וויבאלד די פרוי וועט נישט הערן וויאזוי מען גראמט יענעם אויס זי וועט נאר הערן די געוואלדיגע שבחים פון איר מאן. וואס אין זעלבע צייט איז דאס געווארן אריינגעפראגרעמט ביים שוואגער אלס דזשאק, אין ער קאולערט זיך פאר געלעכטער....
מען וועט קענען אריינלייגן די דזשאקס פון די בעסטע ליצים. און אויב איינער וועט זיין אין די מוד פאר אביסל געלעכטער, זאל ער קענען אויפמישען צו די פייל, און זיך קענען קאולערען פאר געלעכטער.
סא בשעת איינער וועט זיצן מיט גרויס התעוררות, וועט דער צווייטער וויינען פאר געלעכטער.
די גאנצע זאך וועט נישט נעמען צו לאנג ווייל יעדער וועט דאך ווערן אויסגעגראמט אין די זעלבע צייט אין ווי אויך טאנצן די זעלבע צייט. אין נאך א שטיקל צייט לויט די פארלאנג פון די מחותנים וועט זיך יעדעמס מיוזיק אפשטעלן און... אהיים
Advertisement
דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:19 am
איין פראבלעם איז נאר דא וואס וועט טון די מחותן'ס חבר וואס באקומט נישט קיין מצוה טאנץ?
מ'וועט מוזן טיילן סדאקא צעטלעך מיט פענס...
איצל בוסט גוט
דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:45 am
פיינע געדאנק דאס
דאנערשטאג יוני 18, 2015 6:57 am
פיינע וואזשנע פייבאל דאס!!!
כ'זומ אבער זאגן אז כ'בין עפעס נישט רואיג מיט אזא סארט סיסטעם... ווייל עפטער אלל לעבן מיר היינט אין תש15 אין די ענעסעי מיט די עפביאיי און אלע אנדערע רעגירונגס אגענטורן האבן פולע אויערן אנגעשפיצט אויף אונזערע דיווייסעס. וא"כ, קומט אויס אז זיי וועלען ווארשיינליך אויפלעבען פון די געדאנק אז מער דארפן זיי נישט ליינען קיין אימעילס און הערן טעלעפאן קאלס כדי צו צוזאמשטעלן א פראפייל אויף סיי וועמען. נאר אנשטאד קענען זיי פשוט 'אויסהערן' די גאנצע ליסטע פון 'שבחים' און הערן פונקטליך וואו פלוני ארבייט 'הלכה ולא למעשה' (אדער לא הלכה ולא מעשה), און כ'וויל נישט טראכטען די רעזולטאטען...
ווידער א אנדערע פראבלעם קען זיך מאכן אין פאל וואס פלוני'ס אשת חבר וועט בטעות קריגען די נישט ריכטיגע טרעק, און אנשטאד הערן איר מאנ'ס מעלות וועט זי ליידער הערן די מעלות פון רחי'ס מאן... אדער חני'ס מאן... יויש!.... ס'שלום בייעס פראבלעם וואס דאס קען חלילה אנמאכן (אנמאכן מיט א מ')... שטעלט אייך פאר מיסטער מאנשמאטשוויטש שטעלט זיך אויף טאנצען אויף די בן בג בג ניגון און איידער ווי וואס ווען שטייט אים די אשת חבר פאר די אויגן און באזידולט אים "הלמאי חני'ס מאן קען טוען כך וכך, און דו לויזקייט קוים וואס דו רירסטעך?!"..
ס'נישט געשמאק..
אבער כ'גלייב אז אונזערע סייענטיסטען קענען אויפקומען מיט א לעזונג אויף די פראבלעם.
ונזכה ונחיה וימים ידברו
דאנערשטאג יוני 18, 2015 7:17 am
פריקן גוטע נייעס!
פאר די זעלבע געלט מאך ענדערש אז די מחותן זאל קריגן די סידי און אויסהערן נאך די חתונה כאילו ער שטייט דארט ביי מצוה טאנץ... שטעלט אייך פאר יעדע מחותן גייט אהיים צוועלעווע פון זיין קינדס חתונה און ער קומט אהיים קאנעקט זיך צו א סידי און ווערט פאר'דביקות'ט און דענראך טאנצט ער אליין מצוה טאנץ..... אה... יעדער וואלט זיך אזוי מחי' געוועו
דאנערשטאג יוני 18, 2015 7:24 am
סאיז שוין געוועהן א אשכול וועגען די איידיע כגעדענק נישט ווען און ווי
דאנערשטאג יוני 18, 2015 8:09 am
וועט אויסקוקען ווי ביים נירענבערגער טריבונאל נאכן קריג, מיט די עירפאונס אין אויער.
הנאה געהאט, יישר כח
דאנערשטאג יוני 18, 2015 8:18 am
שאהן הענניטי האט געשריבן:וועט אויסקוקען ווי ביים נירענבערגער טריבונאל נאכן קריג, מיט די עירפאונס אין אויער.
הנאה געהאט, יישר כח
מען וועט נאר נישט הענגען קיין מענטשען נאכדעם...
( כ׳האף זיי וועלן זיך נישט אליין הענגען...)
דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:09 am
מתוק כדבש... מ'ברויך דאס איינפירן ווי שנעלער
דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:40 am
גוט גוט !!!
ביי די שורה האב איך אויסגעפלאצט
איצל פיצל האט געשריבן:מען וועט אריינקומען אין זאל עס וועט זיין טויט שטיל אין מען וועט זעהן ווי מענטשען זיצן אין שאקלען זיך פון גרויס התעוררות. דערנאך וועט מען זעהן ווי איעדער שטעלט זיך אויף און מען נעמט זיך טאנצן (פארשטייט זיך אז די זאל איז נאך אלץ טויט שטיל. אבער יעדער טאנצט פעסט.. )
דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:08 am
סידעך שוין דא פינקי'ס "בדחנות האטליין"..
דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:47 pm
פיינע איידיע דאס איצל
דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:49 pm
געזעהן אזא געדאנק די וואך אין 'בולעטין', אויב איינער האטעס ביטע אויפזוכן דארט
דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:33 pm
חחחח איצל!! גוטער פלאן!!
כ'האב א הוספה.... די גארטל וואס יעדער וועט אנהאלטן, יעדער טאנצט דאך אנדערשט... ווען עס האבן אזעלעכע זטיקלעך וואס וועט מיט בלוטוט ארבייטן מיט די אייגענע העדפאונס טאנצן מיט די ביט אזוי ווי די לעצטע משוגעת מיט די קאלער לייטס!
דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:46 pm
גוט גוט
דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:59 pm
א געוואלדיגע בייפאל, ממש פון הימל האט מען דיר עס אריינגעשיקט!
די פראבלעמן זענען גארנישט קעגן די מעלות, ס'איז דאך מוראדיג!
די שאלה איז נאר, וואס טוט חתן כלה? וועלכע העדפאונס טוען זיי אן? וועם הערן זיי אויס? מיט וועם טאנצט דער חתן נאכדעם? איין גרויסע רינג?
דאנערשטאג יוני 18, 2015 5:45 pm
גיט געפרעגט ר׳ שמעלקא.
אבער אנפארטשענעטלי איז די ארטיקל באמת געווארן אפגעשריבן ביי א חתונה א שטיק צייט צוריק ווי איך בין צופלאצט געווארן אויסהערינדיג די גראמען פון פרעמדע מענטשען. איך האב דעמאלטס נישט געטראכט פון חתן כלה.
אדרבה עמער מוזען אריינקלערן א גיטע עצה
איעדער איז מכובד ארויסצוהעלפן...
דאנערשטאג יוני 18, 2015 6:18 pm
איך האב געהערט בשם א בדחן, אז ער האט געזאגט אז ער האלט אז היינטיגע צייטן דארף זיין א ספעציעלע "בדחן אינשורענס", היות לעצטענס אזי דא כמה וכמה משפחות וואס זענען שוין מקצר מיטן אויסרופן אלע פעטער'ס, מען רופט זיי בכלל נישט אויס נאר זיי טאנצן צוזאמען מיט'ן זיידן, ממילא צאלן זיי נישט איין שבת געלט, אדער רופט מען זיי אויס אלע צוזאמען שנעל, וואס דעמאלטס פארשטייט זיך אז מען געט נאר א סינגל אזוי ווי מען געט פאר שמש ביים "מי שברך" ביים ברית, נו זאגט דער בדחן אז ער האט זיך גערישט אויסצוגראמען אלע פעטער'ס און מאכן א פעסטע מוציא, ביזדערווייל גייט ער אהיים ליידיג...
די עצה דערפאר איז אינשורענס, אז ווען ס'מאכט זיך אזוי אז דער עולם צאלט נישט שבת געלט כדבעי וועט מען קענען קלעימען אינשורנעס און זיי וועלען דאס באצאלען.
על כן "איצל פיצל" פאר די מאכסט דיין רעוועלאציע, זאלסטו קודם אויפמאכן די נייע אינשורענס וואס וועט זיין א מוז פאר יעדער בדחן.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 6:20 pm
פיינעם ארטיקעל און א וואזשענע בייפאל. ייש"כ.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 7:09 pm
פיינע נייעס דאס..
דאנערשטאג יוני 18, 2015 8:15 pm
אנעים זמירות האט געשריבן:פיינעם ארטיקעל און א וואזשענע בייפאל. ייש"כ.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 8:28 pm
אנעים זמירות האט געשריבן:פיינעם ארטיקעל און א וואזשענע בייפאל. ייש"כ.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 9:37 pm
היות כ'בין א נוגע בדבר בין איך שטיל, אבער די שריפט איז פיין.
פרייטאג יוני 19, 2015 12:28 am
נישט שלעכט.
פרייטאג יוני 19, 2015 2:07 am
כ'האלט אז אזא איידיע פאר די גאנצע חתונה קען סאך בעסער ארבעטן..
ווי פאלגענד:
ביים טיר פון זאל גייט זיין א שאכטל פון משינדלעך מיט עירפאנס און יעדער וועט נעמען א סעט.. און מען קען זיך אליינס אנשטעלן דערויף וואס מען וויל הערן. חסידישע ניגונים-אפדעיטיד זאכן-הארא-קידאטשקע.. פון וועלכע מזישין און זינגער ער איז און די מאאד-ווי לאנג פון יעדע סעט. אלעס וויאזוי ס'שמעקט אים אויפן מינוט..
ווען די לכה דודי רינג גייט נאך אזוי שטייט פארן (יעדער מיט די הענט אזוי פון הינטערוויילעכץ), גייען שוין די בחורים האפקענען די אנדערע עק זאל א פיינעם הארא..
ווען א רבי'לע קומט אריין ווען די בחורים האלטן אינמיטן טאנצן פעסט די הארא גייט די חתן'ס ברידער שנעל צו לויפן צום חתן (אזויווי מען פלעגט העלפן אויפהייבן די חתן'ס גארטל און די תש.. יארן) און שנעל טוישן זיין טרעק צו 6סטע הקפה ניגון אז ער זאל טאנצן די זעלבע ביעט ווי די רבי'לע..
אוו אויך גייט זיין די 'ווזשנא' אידן וואס קענען נישט געהעריג דעם נייעם סיסטעם וויאזוי מען שטעלט עס אן.. ביים ערשטן גייט ארבעטן א דיסקא סא ער גייט בלית ברירה טאנצן ארויף און אראפ.. און די נעקסטער גייט טאנצן וואקעדיג אזוי שטייט. (די לעצטער וואס האט געהאט זיין משינדעל איז שוין אהיים ביי די פלייש סא ס'ארבעט נאך אממ פהה)
א קאזין מיט א הויכע שטימע גייט שטיין אינמיטן זאל און שרייען "מעריב" און אלע אידן וואס טאנצן נישט יעצט וועלן הערן דאס קול און זיך שטעלן אינמיטן זאל פאר א מנין און ווער ס'וויל קען ווייטער טאנצן..
די מענעגער גייט ארום גיין צו די בחורים 11:25 ווייזינדיג מיט די הענט אז מען זאל מאכן פארווערד ביז לשנה הבא ווייל ביז 5 מינוט ענדיגט זיך די טאנצעריי און די זאל.
זייער אסאך פראבלעמען קען מען אויסמאדן מיט אזא סיסטעם...
ערשטענס די אלע פעטער'ס וואס גייען ליידיג פון די צייט ביי די לאנגווייליגע חתונה נאכט וועלן נישט צו לויפן יעדע 3 מינוט צום זינגער זאל זינגען א ניגון וואס איז אים יעצט בייגעפאלן ווייל זיין אייניקעל האט עס געזינגען נעכטן נאכט..
נאכדעם גייט זיך סטאפן מיט די אלע עגענטס און די ישיבות וועגן שפילערס זינגערס קווייער. יעדער חבר פונעם חתן קען הערן יענע מזישין און זינגער וואס ער גלייכט.
נישטא קיין העכער און שטילער מער..!! 2 געשמאקע קאזין'ס וועלן שמועסן מיט א רוהיגקייט אויף א שטיקל קוגל (פאר זיי איז געווען גענוג צו טאנצן 10 מינוט די ערשטע טאנץ) אן דארפן איבערשרייען די מוזיק.. 2 פיס ארויפציר זיצט זיך א בחור'ל און שאקעלט מיט די הענט ווייל ער האט געטראפן אויפן משינקע עפעס א ווארימע שטיקל פון 'עם בי די' וואס זיין טאטע לאט אים עכט נישט הערן אינדערהיים..
זאג נאר דעס איז נישט מער אינטערעסאנט צו זיין א טויט שטילע זאל און יעדע רינג טאנצט אויף א אנדערע טעמפא?????