אימעדזש, קריטיש פאר ביזנעס? טראכט איבער...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5729
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג מאי 31, 2015 12:01 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:שטארק הנאה סיי פון די שפראך און סיי פון די נקודה!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג מאי 31, 2015 12:50 pm

נאך אויף די נושא.

א חבר מיינער איז געווען א נייער גארדיען אינשורענס אגענט. ער האט געהאט א צוגאנג צו טרעפן גוטע קאנעקשאנס מיט מיט גאנץ גרויסע ביזנעס לייט, נישט דייקא אידן.

אין די ארבעט הא ער געטראגן א הארטע העמעד מיט ווייסע שטרייפן אויף ווייס, שיינע געפרעסטע מכנסיים אז מען געקענט כאפן אן ערענסטע שניט פונעם.. סוועיד שיך... און כמובן א שטיקל גרוכע. ווערהענד דא ביינונז האט ער געטראגן א גאבן וואלענעם ׳טלית קורטעין׳ און אן גרויסן דזי ענד דזשי...

איין טאג האט ער געברויכט אפדראפן עפעס פאר איינעם פון זיין ״בעדער״ קלייענטס... עס איז געווען ערב שבת זייענדיג אין טרענזיט... האטער באשלאסן אז ער לויפט ארויף מיט גאנצן היימישע טראגע., מסתם וועט דער ביזי גוי ניטאמאל דארט זיין...

ער לויפט ארויף, דראפט עס אפ, און רייסט אראפ די טרעפ... ווען צו זיין שאק באמערקט ער, דעם קליענט בעקבותיו... יואלי, שרייט ער, i like better this way...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

חסד שבמלכות
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 28, 2014 10:23 am

תגובהדורך חסד שבמלכות » זונטאג מאי 31, 2015 12:54 pm

שטארק זיך האט געשריבן:נאך אויף די נושא.

א חבר מיינער איז געווען א נייער גארדיען אינשורענס אגענט. ער האט געהאט א צוגאנג צו טרעפן גוטע קאנעקשאנס מיט מיט גאנץ גרויסע ביזנעס לייט, נישט דייקא אידן.

אין די ארבעט הא ער געטראגן א הארטע העמעד מיט ווייסע שטרייפן אויף ווייס, שיינע געפרעסטע מכנסיים אז מען געקענט כאפן אן ערענסטע שניט פונעם.. סוועיד שיך... און כמובן א שטיקל גרוכע. ווערהענד דא ביינונז האט ער געטראגן א גאבן וואלענעם ׳טלית קורטעין׳ און אן גרויסן דזי ענד דזשי...

איין טאג האט ער געברויכט אפדראפן עפעס פאר איינעם פון זיין ״בעדער״ קלייענטס... עס איז געווען ערב שבת זייענדיג אין טרענזיט... האטער באשלאסן אז ער לויפט ארויף מיט גאנצן היימישע טראגע., מסתם וועט דער ביזי גוי ניטאמאל דארט זיין...

ער לויפט ארויף, דראפט עס אפ, און רייסט אראפ די טרעפ... ווען צו זיין שאק באמערקט ער, דעם קליענט בעקבותיו... יואלי, שרייט ער, i like better this way...

גוט גוט!!!
איך האב שוין כעין זה געהערט א אויסדרוק פון א גויטע א טערעפיסט, וואס דרייט זיך בין אחב"י, האט זי אויסגעדרוקט איר וואונדער אויף די שייטלעך, האט זי געזאגט אזוי:
"דיין תורה הייסט זיך אפשערן, וואס איז די דזשאוק פון זיך אנטון א שייטל? וועמען ווילסטו פאפן? ווילסט דערציילן פאר יעדן, מיין תורה הייסט מיר שערן, כ'האב נישט קיין ברירה, אבער איך פרוביר כאטש צו אימפרעסן כאילו איך פאלג נישט די תורה, מ'מאכט די שייטל ווי מער יומען העיר צו פרובירן צו איינרעדן ווי מער מענטשן אז איך פאלג נישט וואס מיין תורה הייסט, ווען איך זע א פרוי מיט א טיכל מאכט זיך אויף מיר א געוואלדיגע אימפרעישאן, איר לבוש זאגט, איך שעם מיך נישט מיט וואס מיין תורה הייסט".
דאס האט געזאגט א גויטע, ואנו אנה אנו באים
לעצט פאראכטן דורך חסד שבמלכות אום זונטאג מאי 31, 2015 12:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג מאי 31, 2015 12:55 pm

בס"ד

שטארק זיך האט געשריבן:נאך אויף די נושא.

א חבר מיינער איז געווען א נייער גארדיען אינשורענס אגענט. ער האט געהאט א צוגאנג צו טרעפן גוטע קאנעקשאנס מיט מיט גאנץ גרויסע ביזנעס לייט, נישט דייקא אידן.

אין די ארבעט הא ער געטראגן א הארטע העמעד מיט ווייסע שטרייפן אויף ווייס, שיינע געפרעסטע מכנסיים אז מען געקענט כאפן אן ערענסטע שניט פונעם.. סוועיד שיך... און כמובן א שטיקל גרוכע. ווערהענד דא ביינונז האט ער געטראגן א גאבן וואלענעם ׳טלית קורטעין׳ און אן גרויסן דזי ענד דזשי...

איין טאג האט ער געברויכט אפדראפן עפעס פאר איינעם פון זיין ״בעדער״ קלייענטס... עס איז געווען ערב שבת זייענדיג אין טרענזיט... האטער באשלאסן אז ער לויפט ארויף מיט גאנצן היימישע טראגע., מסתם וועט דער ביזי גוי ניטאמאל דארט זיין...

ער לויפט ארויף, דראפט עס אפ, און רייסט אראפ די טרעפ... ווען צו זיין שאק באמערקט ער, דעם קליענט בעקבותיו... יואלי, שרייט ער, i like better this way...

גיי זיי מסביר...
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5449
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג מאי 31, 2015 1:04 pm

יישר כח שטארק זיך

עס דערמאנט מיר אין מיין נישט געשריבענעם ארטיקל פאר סעילסלייט, פארוואס זיי פאלן דורך, און וואס זייערע טעותים זענען

מעיבי וואן דעי
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג מאי 31, 2015 1:08 pm

שכח פאר אלע מגיבים ומסכימים..

מזל,
וואס איז אייער מיינונג אויף די עצם באשרייבונג (פתיחת האשכול)
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג מאי 31, 2015 2:01 pm

שטארק זיך איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין ארטיקעל.

יישר כח.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » זונטאג מאי 31, 2015 3:10 pm

דאס איז פיינע נייעס...
יעצט פארשטיי איך נאך א פשט אין די ניגון איי אידעלע, שטארק זיך, שטארק זיך אידעלע.
זאך איך קאמענטירן? ווי שטארק זיך זאגט, מ'קען אסאך אריינטראכטן וואס דארט האט געקענט זיין די סיבה.
קודם זאל שאינו יודע ארויסלייגן זיינע סודות, נאכדעם וועל איך אריינרעדן.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג מאי 31, 2015 3:31 pm

בס"ד
שטארק זיך האט געשריבן:שכח פאר אלע מגיבים ומסכימים..

מזל,
וואס איז אייער מיינונג אויף די עצם באשרייבונג (פתיחת האשכול)


פינעף שטערנדיגער ארטיקל.

קען זיין דער בעה"ב האט נאר געקענט "ווערן" דער סעילסמאן נאכ'ן "דורכפאל" פונעם אפיציעלן מענטש דערפאר, "כאפסט"? אנשטאט אים מיאוס קאפענען און ברענגען יאוש אויף ביידע, האט ער זיך אנגעגארטלט, איבערגענומען די לייצעס פונעם משנה למלך, און אליינס געווארן דער מלך. א געוואלדיגע לעקציע, עמוק, אויף ביזנעס, און אויף אלגעמיין אין לעבן.

איצט וועגן די באשרייבונג אויפ'ן שרייבעראמעטער, ווי איר האט אנגעפרעגט. יעדע פאר שורות בליצן ארויס זעלטענע שרייבעריי און קריעטיוו פינקען, מתוק מדבש.

למשל, ס'איז דא אסאך, אויך קיוט, למשל "באהאלטן אין מצה טאש," וואס צייגט אויף די זאפטיגע אימפולסן וואס בארייכערן קוואליטי שרייבן. אבער איך וויל ארויסברענגען מער פון די "נעקסטע" שטאפל.

* געשריבן היבש פעליטאניש און פראוואקירנד, בכדי צו סטימולירן די כוחות המחשבה

* אויף שמואל׳ס קאסטן, רישט מען מאיר׳ן איין א ווארדראוב. סוט, ברילן, טאשקע, יוקאן, טעבלעט... עס גלאנצט א מחי׳... און מלאזט זיך אין וועג אריין.

* דער האט געמאכט אן איינדרוק ווי דאס צווייטע-קומען פון ׳ווארן באפעט׳... (ער קען גוט גראמאטיק, שרייבן קורץ, און געליינט אסאך)

* ער, שמואל, וועט זיך מיטכאפן צו עטליכע פראספעקטס, אנעליזירן פון דער נאענט וויאזוי מאיר גייט צו צום ענין. און מען וועט פרובירן דערגרונטעוון, וואס אזאנס קען דא פארגיין, אז א טאפ-נאטש פראדוקט, א טאפ-נאטש סעילסמאן, מיט צוגעפאסטע קליענטן, און קיינע סעילס... און לויט די אנאלעסיסמען וועט מען רעווייזן די פראצעדור. (סטרוקטור פון נערעטיוו, לשונות, פערפעקט, אפילו מ'וואלט געקענט נוצן בעסערע אידיש און ספעלינג.)

* מיט זיין סיגניטשור וואלק... אינטרעדוסט זיך מיט קלאס, נעמט אן דעם כיבוד צו זיצן. און מיט א אערא פון קאנפידענץ. ("שטארקע" זאץ, בכל המובנים. אבער איך לאך... נישט געקענט טרעפן א ווארט פאר AURA... און אפילו אזוי, וואו איז דער ן' ביים א...)

*א זעלטן ווארימע הענד-שעיק, (א וואלוטע וואס דשזעי פי מארגן האנערט נישט) ותו לא. (דריי קריעטיוו בליצן אין איין שאס, די איינע ווארט "וואלוטע" הייבט די גאנצע שורה)

* גארנישט געטוישט... וואס יא? אנטוישט! (חוש צו אזעלכע ווערטער-שפילן איז א מתנה פון הימל, קריטיש פאר גוט שרייבן בכלל, און פאר גוטע "קעפלעך" בפרט, אבער עס איז זעלטן, און ניין עס האט נישט דוקא מיט בדחנות אדער פאעזיע)

* נאך עימיצן אונטער וועמענס אבגעריבענעם וועסטל זיצט א גאלדענער טלית קטן מיט פלעקן פון ברוין... פינעף שטערנדיגע בארד... פיאות, איין (צו זיין קרעדיט) געמאכטע און דאס צווייטע אונטער קאנסטרוקציע... (נאך א זעלטענער חוש, צו "בארגן" ווערטער פון אנדערע פלאנעטן און זיי אהערברענגען מיט גוטן אדער בייזן... למשל, פינעף שטערנדיגער..... וויכטיגער מענטש? בילדינג? פענטאגאן? גענעראל? ניין, די .... בארד...!!! ווידער, קאנסטראקשען פון וואס? בילדינג, הייוועי, סוכה, ניין... די פיאות...! ווען מ'טוט עס "גוט" (נישט צופיל-קעזיש, ווי "זכר למקדש כתפילין" וואס איז קיוט אבער נישט פאר 'עדאלטס' אין פרינט), מאכט עס מענטשן "קלעבן" צום ארטיקל. זאת ועוד, די שילדערונג בפרטיות איז נישט נאר א גוטע אימעדזשינעישאן, נאר אויך גוטע קריעטיוו סטרוקטור פון סצענע-ווערטער.)

*ווען דער רעדט דארף מען א שירעם (אביסל בחוריש, אבער כנ"ל זאפטיגע אימפולס)

איצט, צוריק צו די לעכצנדע קליענטן...
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » זונטאג מאי 31, 2015 3:56 pm

כ׳שטעל זיך פאר אז די ארטיקלען גייען האבן א המשך וואס וועט אונז ברענגען צו א געוויסע נקודה, ע״כ וועל איך ווארטן.

---
@מזל מידיע, בקיצור זאגט איר wow אין אידיש...
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5047
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג מאי 31, 2015 4:02 pm

יואל שווארטץ האט געשריבן:@מזל מידיע, בקיצור זאגט איר wow אין אידיש...

;l;p-
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2622
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג מאי 31, 2015 4:07 pm

זייער גוט געשריבן.

אויב מעג איך געססען, פון מאיר׳קע פעלט ענטוזעאזם, און דאס איז די איינע איגרידיענט וואס שטיפט א מענטש פאר עקשאן. דער פראספעקט קען זיין הונדערט פראצענט קאנווינסד אז דער פראדוקט איז פאר אים, און יעצט איז די ריכטיגע צייט דאס צו איינהאנדלען, אבער פאר עפעס א סיבה, יאגט ער זיך נישט צו סיינען אויפן פלאץ, און די סיבה איז קאמפארט זאון. סיי וואספארא טשעינזש א מענטש ברויך מאכן, איז עס אומבאקוועם. דא קומט אריין ענטוזעאיזם. ווען דער סעילסמאן איז אזוי ענטוזעאסטיש אז עס גיסט זיך אריבער צום פראספעקט, דאן ווערט ער טשעינזש מיינדעד, און ער נעמט עקשאן.

קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובהדורך קאווע באנדל » זונטאג מאי 31, 2015 4:29 pm

WOW איז דאס אמת! מורה'דיג!
הגם מעקען גארניש ארויסנעמן אויף למעשה אבער דאך ליגט דערין אסאך אמת,
בדידי הוה עיבדא סיי מאיר אין סיי שמואל... האבעך געהאט אמאל א מיטינג האב איך מיך געגרייט מיט א שויער אין שמעקעדיגע פעפיומען, שיין באקליידעט, ארייגעלייגט די (וואלענע) ציצות אינטערן העמד, ויסעו! גענימן א טעקסי קיין מאנהעטן וכו' וכו' אקיצור כמאיר הנזכר למעלה... למעשה האב איך מיך געטראפן מיט א אלטן פוילישן בן שבעים לשיבה... וואס האט זיך ניטאמאל געקענט פארגלייכן מיט מיין אויסגעקראצטע ענגליש...
ווידעראום בין איך אמאל אנגעקימן צו א מיטינג שפעט קימענדיג מיט א טרעין, אויסגעשוויצט נאכן זיכן דעסטענעישן א האלבע שעה איבער די לאנגע גאסן, איך האב מיך אראגעזעצט מיט דוירעכגעווייגטע מלבישים מיטן טלית קטן ביים האלז וכו' וכו' אקיצור כשמואל הנזכר למעלה... און וואס מיינט איר? למעשה האב איך זייער נושא חן געווען ביי יענעם און אלעס איז געפארן געשמירט...
סוף דבר: יעדער האט ליב ווען מען איז אריגענעל.
I'm sorry for writing in English. I don't have a Yiddish keyboard right now

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג מאי 31, 2015 4:30 pm

מזל,
איצט איז מיין שאנס צו זאגן wow,
א גרויסן יישר כח פאר די מיקרא-אפהאנדלונג פון מיינע ווערטער.
איך נעם ארויס א געוואלד דערפון.

וויפיל קום איך אייך פאר די פראפעשאנאל אנאלעסיס?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2622
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג מאי 31, 2015 4:35 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:זייער גוט געשריבן.

אויב מעג איך געססען, פון מאיר׳קע פעלט ענטוזעאזם, און דאס איז די איינע איגרידיענט וואס שטיפט א מענטש פאר עקשאן. דער פראספעקט קען זיין הונדערט פראצענט קאנווינסד אז דער פראדוקט איז פאר אים, און יעצט איז די ריכטיגע צייט דאס צו איינהאנדלען, אבער פאר עפעס א סיבה, יאגט ער זיך נישט צו סיינען אויפן פלאץ, און די סיבה איז קאמפארט זאון. סיי וואספארא טשעינזש א מענטש ברויך מאכן, איז עס אומבאקוועם. דא קומט אריין ענטוזעאיזם. ווען דער סעילסמאן איז אזוי ענטוזעאסטיש אז עס גיסט זיך אריבער צום פראספעקט, דאן ווערט ער טשעינזש מיינדעד, און ער נעמט עקשאן.

כ׳האב אויסגעלאזט פון וואנעט נעם איך אז מאיר איז נישט ענטוזעאסטיש? ווען מ׳איז געביגלט, און אום נאטורליך, איז כמעט אוממעגליך צו זיין ענטוזעאסטיש. די צוויי גייען נישט אינאיינעם

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5851
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג מאי 31, 2015 5:09 pm

איך וויל נישט זיין קיין פורש מן הציבור אבער אזויווי איך בין און די ליין נעם איך מיר דאס רעכט צו שרייבען.

עס איז אמת ויציב אז א פיינעל סעיל קומט פון גיט אויסהערן דעם פאטענציעל קאסטומער און ריספאנדען מיט אפאר שטארקע סעלינג פוינטס.
און א ענטוזיעסטיק סעילסמען "וואס זעהט אויס מענטשליך" קלאוזד דעם דיעל בדרך כלל.

אבער צו זאגען אז עס איז נישט קיין חילוק וויאזוי מען זעהט אויס איז נעריש און פארפירעריש.
יעדער קוקט צו דו ביזט מענטשליך מיט ווערטער און מענטשליך מיט קליידונג. דיינע פאפירען און פארטפאליא מיז זיין "נארמאל" צאמגעפאקט.

דאס איז אלעס אויב דו פארקויפסט א קאמפעטיטיוו פראדוקט אדער סערוויס.
אויב אבער דו ביזט יוניק מיט דיין פראדוקט אדער פרייז קענסטו גיין אנגעטוהן וויאזוי דו ווילסט אבער קיינער גייט נישט וועלן טוהן ביזנעס מיט דיר אויב דו ביזט נישט צייטליך אדער נישט מסודר.

פארוואס שרייב איך עס דא? ווייל דער שטארקי האט אזוי זיס אראפגעלייגט א אינטערסאנטע ציור ווי דער "בעסערע מענטש" קען נישט פיינעלייזען דעם סעיל אבער דער צופלויגענער יא.
וויל איך ווארענען די יונגע סעילסלייט אז דאס איז א זיסע געדאנק אבער און ריעל ביזנעס איז מען מחוייב אנצוקומען נארמאל מענטשליך און מסודר ועל ראשם שמייכלען מיט א אינערליכע שטארק ענטוזיאיזעם וואס זאל זיך אריבערציהען צו די אנדערע מענטשען ארום דיר.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג מאי 31, 2015 5:51 pm

בס"ד
שטארק זיך האט געשריבן:מזל,
איצט איז מיין שאנס צו זאגן wow,
א גרויסן יישר כח פאר די מיקרא-אפהאנדלונג פון מיינע ווערטער.
איך נעם ארויס א געוואלד דערפון.

וויפיל קום איך אייך פאר די פראפעשאנאל אנאלעסיס?

נאך אזא זאפטיגער ארטיקל.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » זונטאג מאי 31, 2015 5:54 pm

@מטעמים, ביזט גערעכט, אבער מען דארף וויסן אז דעס איז איינע פון די זאכן, און נישט "די זאך"

זיין מסודר, וויסן ווען צי שווייגן, וויסן ווען און וואזוי צי בעטן פאר די ארדער

אוועטאר
משהמשה
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2015 5:41 pm

תגובהדורך משהמשה » זונטאג מאי 31, 2015 6:22 pm

green האט געשריבן:שטארק זיך
גאר 'שטארק' ע דיבורים
און די לענגוויטש... יוש, אריינצובייסן

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מאי 31, 2015 7:54 pm

שטארק זיך האט געשריבן:מילכי,
זעהסט דאס איז מיר א כבוד.. איין קלייניגקייט, מיינס אן ארטיקל דערמאנט דיך אין שארקי?...

אז מילכיגער און שטארק זיך רעדן פון דעם "שארקי" מיט אזא זאפט, גייט מיר שוין די נייגער צו ווייסן ווער אין די וועלט יענער איז!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג מאי 31, 2015 9:53 pm

מטעמים
דו ביזט געוויס גערעכט, איך האב דאס זאגאר ארויסגעברענט אין די ערשטע צוויי, און לעצטע פאראגראפן פון מיין ארטיקל.
עיין שם ותמצא נחת
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5851
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג מאי 31, 2015 11:46 pm

שטארק זיך האט געשריבן:מטעמים
דו ביזט געוויס גערעכט, איך האב דאס זאגאר ארויסגעברענט אין די ערשטע צוויי, און לעצטע פאראגראפן פון מיין ארטיקל.
עיין שם ותמצא נחת

תמצא נחת איז איבעראל.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג יוני 01, 2015 10:41 am

שטארק זיך האט געשריבן:נאך אויף די נושא.

א חבר מיינער איז געווען א נייער גארדיען אינשורענס אגענט. ער האט געהאט א צוגאנג צו טרעפן גוטע קאנעקשאנס מיט מיט גאנץ גרויסע ביזנעס לייט, נישט דייקא אידן.

אין די ארבעט הא ער געטראגן א הארטע העמעד מיט ווייסע שטרייפן אויף ווייס, שיינע געפרעסטע מכנסיים אז מען געקענט כאפן אן ערענסטע שניט פונעם.. סוועיד שיך... און כמובן א שטיקל גרוכע. ווערהענד דא ביינונז האט ער געטראגן א גאבן וואלענעם ׳טלית קורטעין׳ און אן גרויסן דזי ענד דזשי...

איין טאג האט ער געברויכט אפדראפן עפעס פאר איינעם פון זיין ״בעדער״ קלייענטס... עס איז געווען ערב שבת זייענדיג אין טרענזיט... האטער באשלאסן אז ער לויפט ארויף מיט גאנצן היימישע טראגע., מסתם וועט דער ביזי גוי ניטאמאל דארט זיין...

ער לויפט ארויף, דראפט עס אפ, און רייסט אראפ די טרעפ... ווען צו זיין שאק באמערקט ער, דעם קליענט בעקבותיו... יואלי, שרייט ער, i like better this way...


דאס איז שוין נישט קיין וויץ בכלל!!! קוים געענדיגט מאכן א פול קלינינג אויף מיין קיבארד און נאכאמאל האב איך שופך דם געוען א קאווע דערויף. אנריעל...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יוני 01, 2015 1:17 pm

רבותי, ביטע שיין איינקויפן אזונס פארן ליינעם דעם אשכול.

(מנהלים ביטע אנקלעבן אנהייב אשכול, ישר כח)
צוגעלייגטע
vtIza.jpg
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג יוני 01, 2015 1:36 pm

שרייבן אויף א טעבלעט האציך פארט זיינע מעלות זעהט אויס...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט