העלפט משפחת HERZFELD באקומען א הענדיקעפ ווען

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:30 pm

קול מבשר נעמט איבער די קומפיין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. גרין »

אין א פרישע אינטערוויו אויף קולמע אנטשפרעכט הרב דרעזדנער אז " א ווען וועט זיין" אין קולמע וועט אנפירן א מאסיווע קאמפיין!
1-1-4
אוועטאר
טאטלע
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטלע »

פר בן בקר האט געשריבן:איך האב געווארט אויף דעם תגובה.זיכער זענען זיי אנטיסעמיטן.
האסטו אדורך געליינט די אנדערע מעשיות פון די וואס האבן יא געווינען? יעדעס איינס רייסט די הארץ. איך ווייס נישט וואס איך וואלט געטוהן ווען איך דארף באשטעטיגן.

אויף די שאלה ווי אזוי זיי האבן געוואוסט אז זיי זענען יודען, ס'איז דאך קלאר געשטאנען 96,500 וואוטס, ווער נאך קען דאס באווייזן?

(אגב, פון זייערע וועבסיייט זעט נישט אויס אז זיי רעכענען בכלל ווער ס'האט מערסטע, נאר די טאפ 10 האט מען באטראכט זייערע מעשה,
איך ווייס נישט ווער ס'האט אנגעדרייט די גאנצע סאמטוכע, קען מען דאס לייגן אויף די רשימה פון דארכפעלער פון קולמבשר ע"ע מארטין גראסמין ועוד).

וואס איז די דארכפעל עס איז געווען א קידוש השם
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

קידוש השם וועט זיין ווען כלל ישראל וועט טאקע צושטעלען א ווען.
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

א אינטערסאנטע נקודה זאגט דער ראביי אויף קול מבשר אז וויבאלד עס איז געווען אזויפיל סיגנעטשערס פאר זיי האבן זיי מחליט געווען אז דע הערצפעלד וועט סיי ווי אזוי באקומען א ווען פין די קאמיניטי האבן זיי געוואט פאר א צוייטען.
ל.רוזן
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:07 am

Re: העלפט משפחת HERZFELD באקומען א הענדיקעפ ווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ל.רוזן »

private האט געשריבן:א אינטערסאנטע נקודה זאגט דער ראביי אויף קול מבשר אז וויבאלד עס איז געווען אזויפיל סיגנעטשערס פאר זיי האבן זיי מחליט געווען אז דע הערצפעלד וועט סיי ווי אזוי באקומען א ווען פין די קאמיניטי האבן זיי געוואט פאר א צוייטען.


ער זאגט אן השערה אז עס קען זיין אז דאס איז די טעם.


Sent from my LGMS323 Using ForumTouch for Android
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

גוט צו וואוסען פאר נעקסטיים
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

הנגיד ר' שלמה יודא רעכניץ האט יעצט געמאלדן אז ער איז מנדב א הענדיקעפ ווען פאר משפחת הערצפעלד! מי כעמך ישראל!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אפטימיסט האט געשריבן:הנגיד ר' שלמה יודא רעכניץ האט יעצט געמאלדן אז ער איז מנדב א הענדיקעפ ווען פאר משפחת הערצפעלד! מי כעמך ישראל!

WOW!!! יהא שכרו כפול מן השמים!!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

אויף די אינטערוויו אויפ ק"מ מיט די רב פון טינעק ווערט ארויסגעברענגט אז אפילו איינער איז עס מנדב, האט אבער יעדער א חלק דערין,
ווייל מיט אזויפיל שטימען איז געווארן א אנצע נייעס פון דעם, ס'איז געווארן זייער פאפולער און צושפילט די נושא, און דאס האט אנגעווארעמט דעם הרב רעכניץ.

ייש"כ הרב רעכניץ, און, ייש"כ כלל ישראל
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

זײ גײען יא באקומען דעם ספעציעלען אוטוי מאשיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

ווי עס ווערט באריטעט היינטיגען אווענט וועט הרב הנגיד ר שלמה יהודה רעכניץ שליט"א פון לאס אנג'עלעס קאליפארניע מנהל פון דעם ארגענעזאציע בריאות העלט קעיר מנדב זײן דעם פאנטאסטישען סכום פון $63000.

הרב ר שלמה יהודה איז געווארען זײער איבער גענומען פון דעם שװערען מצב און װאס די פאמיליע געפונט זיך און געווארט מיט שפאנונג וואס דער אויסקום פונעם פארמעסט גייט זיין און ווי נאר ער איז געוואר געווארען אז די פאמיליע האט פארלוירען דעם פארמעסט האט ער פארגעשלאגען עס צינעמען אויף זיינע קאסטען. ן
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

בענקעל האט געשריבן:ווי עס ווערט באריטעט היינטיגען אווענט וועט הרב הנגיד ר שלמה יהודה רעכניץ שליט"א פון לאס אנג'עלעס קאליפארניע מנהל פון דעם ארגענעזאציע בריאות העלט קעיר מנדב זײן דעם פאנטאסטישען סכום פון $63000.
ן

וואס איז דאס?
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

ר' ישראל דוד ווייס פלעגט זאגן, א שאד אז סאיז נישט דא א מצוה אז יעדער איד ברויך האבן 100K מזומן אונטערן קערה פסח, ווייל ווען סוואלט געווען אזא מצוה וואלט יעדער איד געהאט דאס געלט, די וועלט וואלט זיך איבערגעדרייט, אבער יעדער וואלט געהאט!
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

חשבון הנפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו.

אבער יעצט איז צייט פאר חשבון הנפש,
אויב מיט אביסל השתדלות קען ווערען אויפגעטון אזוי פיל, בבחינת יבא הנס מכל מקום, לאמיר טארכטן וויפיל נאך ציבראכענע יודן קענען ווערען אויפגעראכטן?

נקודה למחשבה!
מיר אלע האבן געהערט דעם טאטע'ן רעדן אויף קולמבשר אויף יודיש (אביסל פארהאקט, אבער דאך יודיש),
לאמיר אריינטראכטן, ווען ער קען נישט קיין יודיש וואלט אויך געווען די זעלבע אויסגאנג?
וואלטן מיר אויך געטוהן און געשדתל'ט? וואלטן מיר אנגעקומען צו 96,000 וואוטס?
וויפיל נענטער האבן מיר געשפירט צו די פרשה ווייל ער איז דאך משלנו (לשוננו מכיר)?
זאל איינער מוחל זיין און ארויפלייגן א בילד פון דעם טאטען, און מיר וועלען גוט מתבונן זיין צו ווען דער יוד קומט אריין אין בית מדרש בעטען הילף צו וואלט ער דא באקומען.

עס זענען דא נאך צענדליגע יודן וואס קענען נוצן אביסל הילף, לאמיר זיך נישט אפשטעלן דא. לאמיר זען אז די מצוה זאל זיין גוררת מצוה. אפגעזען צו יענע רעדט יודיש אדער ענגליש אדער סיי וואס.
לעצט פארראכטן דורך פר בן בקר אום פרייטאג יולי 03, 2015 9:57 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

" " " אני עמך
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1320
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

פר בן בקר האט געשריבן:


וואלטן מיר אויך געטוהן און געשדתל'ט? וואלטן מיר אנגעקומען צו 96,000 וואוטס?
וויפיל נענטער האבן מיר געשפירט צו די פרשה ווייל ער איז דאך משלנו (לשוננו מכיר)?
זאל איינער מוחל זיין און ארויפלייגן א בילד פון דעם טאטען, און מיר וועלען גוט מתבונן זיין צו ווען דער יוד קומט אריין אין בית מדרש בעטען הילף צו וואלט ער דא באקומען.





דער צובראכענער פאטער ביים העלפן זיין זון
אטעטשמענטס
20150703_101036.jpg
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

צווייפעל האט געשריבן:ר' ישראל דוד ווייס פלעגט זאגן, א שאד אז סאיז נישט דא א מצוה אז יעדער איד ברויך האבן 100K מזומן אונטערן קערה פסח, ווייל ווען סוואלט געווען אזא מצוה וואלט יעדער איד געהאט דאס געלט, די וועלט וואלט זיך איבערגעדרייט, אבער יעדער וואלט געהאט!

;l;p-
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

אבי.גערעדט האט געשריבן:
פר בן בקר האט געשריבן:


וואלטן מיר אויך געטוהן און געשדתל'ט? וואלטן מיר אנגעקומען צו 96,000 וואוטס?
וויפיל נענטער האבן מיר געשפירט צו די פרשה ווייל ער איז דאך משלנו (לשוננו מכיר)?
זאל איינער מוחל זיין און ארויפלייגן א בילד פון דעם טאטען, און מיר וועלען גוט מתבונן זיין צו ווען דער יוד קומט אריין אין בית מדרש בעטען הילף צו וואלט ער דא באקומען.





דער צובראכענער פאטער ביים העלפן זיין זון

יישר כח פאר דעם בילד, הוא הדבר אשר דיברתי, מ'דארף גוט אריינטראכטן צו ווען מ'ווייסט ווי ער קוקט אויס וואלטן מיר אויך אזוי געשטאנען צו די האנט
(את חטאי אני מזכיר, ווען איך האב געהערט זיין [צוהאקטע] יודיש האב איך זיך געמאלן אין קאפ א בילד פון איינער מיט א שטיקל בערדל...
די מוסר השכל איז גרויס ווי ווייט מיר ווערן משוחד פון אפאר יודישע ווערטער, און באמת וואלטןן מיר זיך פונקט אזוי געדארפ צטשטעלן צו יעדער ציבראכענע יוד).
לעצט פארראכטן דורך פר בן בקר אום פרייטאג יולי 03, 2015 2:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

כ'זע נישט פארוואס זאלסט טראכטן אז מען וואלט אים נישט געשטאנען צום האנט, ווייל ער איז נישט קיין חסידישער איד קומט אים נישט הילף וואס קומט בכלל נישט אן שווער?
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

חשבון הנפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

דאס זאג איך טאקע (עי' לעיל), אז מיר דארפן גוט אריינטראכטן וואס וואלט געווען ווען מ'רעדט פון א יוד וואס קיין ווארט יודיש קען ער נישט וואלטן מיר איהם אזוי געהאלפן?
(לעצטע וואך אין לוח הציבור איז געווען א בקשה פון והחזקת בו מ'זאל שטיצן א יוד פון איראן וואס האט געפענט א שא ריפעיר אויף 13 עוו. איז געשטאנען דארט אז דער יוד איז א שומר תורה ומצוות (מסכים!), און אז ער שיקט די קינדער און היימישע מוסדות (וואס קומט עס דא אריין?), און אז זיינע קינדער גייען מיט לאנגע פיאות (איר הערט- ס'קומט זיך אים הילף ווייל זיינע קינדער גייען מיט לאנגע פיאות).
לעצט פארראכטן דורך פר בן בקר אום פרייטאג יולי 03, 2015 3:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך ווייס נישט צו א טשייניק האקט אזוי הויעך ווי דו האקסט דא. סתם מאכן אידן פאר ראסיסטן? ווען מ'הערט דעם איד רעדן קען מען אויסגיין וואסערע צער ער האט און ווי שטארק ער איז מיט זיין אמונה. מאכסט עס דען אויס וואסערע קאפל ער גייט און צו ער רעדט אידיש צו נישט?
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

RT

איך פארשטיי באמת נישט וואס @פר וויל דא, אבי געהאקט כאילו איינער וואלט אים נישט געהאלפן, און בויעט שוין גג על גג
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ער האלט שוין זאגאר ביים מאכן די חשבן הנפש פארוואס טאקע מ'וואלט אים נישט געהאלפן..
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

אשריכם ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

איך זאג אייך נאך א בפירוש'ע לוח הציבור. מ'דארף העלפען דער יוד פון איראן ווייל זיינע קנדער האבן לאנגע פיאות.
אדרבה איך בין מפליא די @מחותן און @געלעגער וואס איז זיי אפילו נישט אדוך געלאפן אזא מחשבה. אשריכם.
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

ווייל איין **** פין לוח הציבור שרייבט אזוי שמורסט עס אן אויף גאנץ כלל ישראל? אז דו האלטס שוין ביי חשבון הנפש ?
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

חשבון הנפש דארף מען מאכן פארן חושד זיין כלל ישראל
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”