Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
די אשכול איז פארמאכט

כוללים ומפעלי ישועות, איז ווערט צו ספענדן געלט פאר זיי?

פרייטאג מאי 08, 2015 2:30 pm

ווי א טאג מער עס גייט פארביי ווערן מער מענטשן אויפגעברויזט, מער מענטשן ווערן געוואר פון די היימישע פאנזי סקיעם, מען ווערט געוואר פון מער און מער מענטשן וואס זענענן נעבעך אריינגעפאלען דערין, אבער עקספערטען ווארענענן אז מען האלט נאך ביי אלף, און כלל ישראל וועט נאך גאר אסאך געלט דערלייגען איידער זיי וועלן זיך אויפוועקן און אוועק שטיין פון די אלע שווינדלער..

כלפי מה דברים אמורים? מען האלט שוין א וואך נאך וואס "וועד פועל ישועות" האט צוגעזאגט אז קראנקע וועלן אויסגעהיילט ווערן, שלימזל וועלן רייך ווערן, עלטערע בחורים וועלן טיען שידוכים, ארבייטלאזע וועלן טרעפן א דשאב, וכהנה וכהנה, אבער דערווייל טוישט זיך נישט גארנישט, און קיינער זעט נישט קיין טויש אין זייער מצב.

די עסקנים ווארענן: גלייבט נישט אין די אלע שטותים וואס לוח המודעות פארקויפט, היעט אפ אייער שווער אויסגעהארוועטע געלטער ווייל בשעת איר נייטיגט זיך אין א ישועה האט איר וויכטיגער וואס צו טיען מיט אייער געלט..! גייט נישט נאך די אלע דברי הבל וואס איר זעט אויף לוח המודעות בשעת איר גייט הכנות. גלייבט נישט אין תהילים כולל/חצות/רינגעל/און אין קיין שום מענטש אדער ארגענאזאציע וואס זאגט אייך צו א ישועה, קיינער איז נאך קיינמאל נישט געהאלפן געווארען דורוך זיי.. הפראיירים-לא-מתים-הם-רק-מתחלפים.. גענוג..!

אז איר דארפט א ישיועה זאגט אליינס א קאפיטעל תהילים אדער געבט צדקה, גייט אליינס צו ציון, שיקטס א שליח, גייטס צו א רבי, זייטס מרבה בתורה ובתפילה, און נאר אזוי וועט איר געהאלפן ווערן.
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום מאנטאג מאי 11, 2015 8:18 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל בסך הכל.

Advertisement

פרייטאג מאי 08, 2015 2:36 pm

מחותן האט געשריבן:
נ"ב. די אלע קרן קיימית כאילו מען לערענט משניות נאך אייער 120 יאר האט אויך נישט קיין שום מקור, עס זענענן דא וואס זאגען אז אין די ספרים שטייט אז די נשמה קען ניטאמאל האבן א טובה דערפון.



מקור ביטע.

פרייטאג מאי 08, 2015 2:40 pm

איך האב [כמעט] געוואלט מיטשטימען מיט'ן ארטיקל.
אבער ביים נ"ב האב איך געמאכט א שארט סטאפ. שטייט זיכער גאר גרויסע זאכן ווען איינער לערנט משניות לטובת א נשמה וואס איז בעולם העליון. משנ"ה אותיות נשמ"ה וכו'

פרייטאג מאי 08, 2015 2:43 pm

איך האב אראפ גענימען די נ"ב נאך ווואס איך האב באקימען נאך א פארלאנג באישי, און וויבאלד עס איז א עקסטערע ענין, אבער איך האב עס אמאל דורוך געטיען, עס שטייט אז א נשמה אויף יענע וועלט האט עליה נאר ווען די אייגענע קינדער אדער תלמידים לערנען לטובתה..

פרייטאג מאי 08, 2015 3:05 pm

איך פלעג אויך אמאל זאגן אזוי, אבער איך האב מיר געטראכט "אויב גלייב איך אז א קאפיטל תהלים/א בלאט גמרא/גיין צום צדיק'ס ציון וכדו' העלפט - און דורך א שליח אויך- דאן פארוואס נישט דורך א באצאלטער שליח?! אדרבה, איך כאפ אריין נאך א מצוה".

עס מאכט אודאי נישט אוועק די מיאוס'קייט פון די כוללים/ארגאניזאציס/מוסדות/חסידיות'ס אויפפירונגען און וועג פון אדווערטייזן מיט אלע הבטחות און מעשיות וכדו', אבער אוועקשטעלן "עס העלפט נישט!" "קיינער איז נאכנישט געהאלפן געווארן דורך זיי!", פארוואס עפעס? וואס איז עס אנדערש ווי א פריוואטע שליח אדער א באצאלטער?

פרייטאג מאי 08, 2015 3:18 pm

לב נשבר ונדכה אלוקים לא תבזה, יסוד התפילה איז אמונה אז נאר די באשעפער הערט יעדע ווארט וואס די רעדטסט,נאר ער קען העלפען, און וועט העלפען

הייסען יענעם דאווענען פאר מיר, פעלט מיין אמונה, מיין לב נשבר, עס קען פשוט נישט העלפען בעסער וויא זיך אליין

פרייטאג מאי 08, 2015 3:20 pm

הייסט אז איך זאג פאר מיין ידיד "האב מיר אינזין" איז דאס א חסרון אין מיין אמונה ח"ו?!

פרייטאג מאי 08, 2015 3:22 pm

מיסטעריעז. געטראכט די זעלבע.

א איד זאגט תהלים אדער טוט א דבר טוב לטובת א צווייטע איד טאר עס אויף קיין שום וועג נישט ווערן אוועק געמאכט.

אבער דאס צו פארוואנדלען אין א ביזנעס און קאמפיינען דערפאר ווי פאר א וואלען קמפיין מאכט עס אויסקוקן זייער נישט עטיש.
לעצט פאראכטן דורך בעמבא אום פרייטאג מאי 08, 2015 3:29 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

פרייטאג מאי 08, 2015 3:25 pm

ניין. אבער עס איז נישט וואו ווען איינער וואס זאגט אייך צו א ישועה פאר געלט

בעעבא האקט

פרייטאג מאי 08, 2015 3:27 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:הייסט אז איך זאג פאר מיין ידיד "האב מיר אינזין" איז דאס א חסרון אין מיין אמונה ח"ו?!


בכלל נישט, אבער תפילה איז נישט קיין MAGIC, די אינגרידיענ'ס איז דיין אמונה, און דאס קענסטו אין נאר דו צושטעלען

פרייטאג מאי 08, 2015 3:29 pm

מען צאלט פאר די אלע זיי זאלן האבן אמונה פאר מיר? כ'האב געמיינט אז מען צאלט זיי זאלן צושטעלן די חלק פון תפלה אמונה וועל איך שוין צושטעלן.

פרייטאג מאי 08, 2015 3:31 pm

די עיקר איז אז מחותן האלט אונז שוין נאכאמאל ביזי.


צוריק צום נושא.

פרייטאג מאי 08, 2015 3:36 pm

בעמבא האט געשריבן:די עיקר איז אז מחותן האלט אונז שוין נאכאמאל ביזי.


צוריק צום נושא.

:lol: :lol: :lol:

פרייטאג מאי 08, 2015 3:41 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:מען צאלט פאר די אלע זיי זאלן האבן אמונה פאר מיר? כ'האב געמיינט אז מען צאלט זיי זאלן צושטעלן די חלק פון תפלה אמונה וועל איך שוין צושטעלן.


אמונה מיין איך , ארויסקוקען צום באשעפער פאר א ישועה דורך וויסען אז דאס איז מיין איינציגסטע האפענונג, כגמול עלי אמו, דאס העלפט בדוק כמנוסה, און א יונגערמאן וואס זאגט יעדן טאג פאר געלט קען דאס נישט צושטעלען,

פרייטאג מאי 08, 2015 3:50 pm

לאמיר נעמען תהילים כולל פאר א דוגמא (איך האב גארנישט מיט תהילים כולל) זיי האבן אויף פעיראל נאנט צו הונדרעט יונגעלייט וואס רוב פון זיי זענען בני תורה, דאס איז א חוץ די אפיס ארבעטער, די רמב"ם שרייבט אז די גרעסטע מדריגה אין צדקה איז צושטעלן פרנסה פאר יוד בדרך כבוד דא רעט מען עפי"ר פון בני תורה וואס די צדקה איז אסאך א גרעסערע דרגא, יעצט למעשה זאגן זיי אויס תהילים מיט שטארקע כוונה אויף איין פלאץ ברציפות (פרעגט אייך נאך די תקנות) און האבן אינזין אזויפיל יודן נצרכים, וואס איז שייך שענער פון דעם סיי די שטיצן אזא ארגענעזאציע און סיי זיך מזכיר זיין ביי מער ווי א מנין יודן וואס זאגן תהילים. און אז פריעדמאן אדער קרויז מאכן אויך געלט דערביי איז זיכער גוט אז נאך אפאר יודן פארדינען. זה וזה נהנה. און איך האב פערזענדליך אויך שוין מזכיר געווען נעמען אין געזעהן ישועות. והיינו טעמא חצות כולל.
איי די וועג פון אדווערטייזען.. נא דאס איז די היינטיגע סטייל וואס קען מען טוהן..
נ.ב. עס איז נישט קיין שום סתירה מיטן אליין זאגן תהילים.

פרייטאג מאי 08, 2015 3:51 pm

.
עטעטשמענטס
גוט.PNG
גוט.PNG (77.02 KiB) געזעהן געווארן 1587 מאל

פרייטאג מאי 08, 2015 3:53 pm

אגב
עטעטשמענטס
2d9655589262e27928523b0e11ecb367.jpg
2d9655589262e27928523b0e11ecb367.jpg (29.24 KiB) געזעהן געווארן 1583 מאל

פרייטאג מאי 08, 2015 3:53 pm

איך פארשטיי נישט וואס איר רעדט קאכעדיגע.
דער נצרך איז ווייטער מתפלל, דער נצרך זאגט ווייטער זיין תהלים ער טוט אלעס ביתר עז, ער בעהט זיך אויס ביים טאטן אין הימל ער זאל איהם העלפן, צושטעלן וואס עס פעהלט איהם.
טרעפט ער אינגעלייט וואס פאר עטליכע דאללער זענען זיי גרייט צו זאגן תהלים לזכותו, לערנען ביי חצות לזכותו, גיין צום צדיק'ס ציון לזכותו וכדומה, עפעס שלעכט? פארוואס? א הו"א אז די תפילות זייערע (ווי שטארק זיי זאלן נאר נישט מכוין זיי) מערן נישט די זכותים זיינע?!

(איך האב נאך קיינמאל געגעבן קיין פעני פאר כולל חצות/תהלים)

גבריאל, ווער האט געמאכט די "סטייל" אז נישט זיי???

פרייטאג מאי 08, 2015 3:58 pm

לא הבטחתי לפרסם - בכל זאת הנני מגלה

בעבור תשלום מסוים הנני מוכן ומזומן להגות ולכתוב מעשי פלאות אריגינליים בשפת אידיש
מדי שבוע בשבוע, חודש בחודש, ואפילו מידי יום ביומו - יותר מארבעים יום

ליתר פרטים, באישי...

פרייטאג מאי 08, 2015 4:00 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס איר רעדט קאכעדיגע.
דער נצרך איז ווייטער מתפלל, דער נצרך זאגט ווייטער זיין תהלים ער טוט אלעס ביתר עז, ער בעהט זיך אויס ביים טאטן אין הימל ער זאל איהם העלפן, צושטעלן וואס עס פעהלט איהם.
טרעפט ער אינגעלייט וואס פאר עטליכע דאללער זענען זיי גרייט צו זאגן תהלים לזכותו, לערנען ביי חצות לזכותו, גיין צום צדיק'ס ציון לזכותו וכדומה, עפעס שלעכט? פארוואס? א הו"א אז די תפילות זייערע (ווי שטארק זיי זאלן נאר נישט מכוין זיי) מערן נישט די זכותים זיינע?!

(איך האב נאך קיינמאל געגעבן קיין פעני פאר כולל חצות/תהלים)

גבריאל, ווער האט געמאכט די "סטייל" אז נישט זיי???


אוודאי מערט עס זיינע זכותים, יעדע תפילה העלפט, אבער צו זאגן אז דאס העלפט בעסער און שטערקער וויא אליין בעטן, אזוי וויא זיי טרייען זייער שטארק צו פארדרייען דעם דעת הקהל איז פאלש

פרייטאג מאי 08, 2015 4:00 pm

אפאר יאר ציריק איז געווען א דין תורה וועגען די פנסטער פון די סמבאל

פרייטאג מאי 08, 2015 4:06 pm

אה, דאס האב איך אויך געזאגט אז זייער פראפאגאנדע טויג נישט, שטיי מיר אייניג, ב"ה.

פרייטאג מאי 08, 2015 4:13 pm

מחותן זאגט זייער גיט, ס' זייער שיין יונגעלייט זאגן תהילים, אבער צו מאכן א ביזנעס פון יודישע צרות דאס איז עקעלדיג

פרייטאג מאי 08, 2015 4:47 pm

כ'האב טאקע שוין לאנג געהאלטן אז חברה קדישא איז נישט גלייך, מאכן ביזנעס פון אידישע צרות...

פרייטאג מאי 08, 2015 4:49 pm

און יאך האב נישט געזעהן מחותן זאל אזוינס זאגן
די אשכול איז פארמאכט

Advertisement