חג שמח עם ישראל? - יום העצמאות? ליינט און שטוינט!!!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
חג שמח עם ישראל? - יום העצמאות? ליינט און שטוינט!!!
חג שמח עם ישראל!
עטץ זענטס צוריסן און צושליסן בין האומות, כשה אחת בין שבעים זאבים אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט, אין די גאנצע וועלט ציטערן אידן צו וואקן; ווער רעדט נאך פון זיך צו אידענטיפיצירן אלס איד, טאג איין טאג אויס הערט מען אנטעסימיטישע אטאקעס איבער די וועלט, עפעס וואס מ'הערט נישט קעגן קיין שום ראסע, אלעס באשולדיגט מדינת ישראל!
חג שמח עם ישראל!
מ'האט מייסד געווען א מדינה עס זאל זיין שלום, עס איז געגאנגען פון אוהב שלום צו רודף שלום.... וואס דער מדינה גייט דורך, יעדן טאג לעבט מען אין א שרעקליכע פחד פון א ראקעט וואס קען פאלן יעדע רגע, סירענעס צוקלינגען זיך, א מדינה וואס זייער (זייער? אמעריקע'ס) בודזשעט רעכנט אפיציעל אריין מיליאנען פאר א ראקעט פארטיידיגונגס סיסטעם, א מעכטיגע אלארם סיסטעם וואס דארף אלארמירן די איינוואוינער אז "אונז לעב מיר רואיג"!
די מדינה ציטערט פון אלע אירע שכנים, מוסלעמענע וועלף וועלעכע ווילן איר צופליקן, עס רעגענען ראקעטן ווי שניי אין אנטארטיקע, יעדע פאר יאר זענט איר פארמישט אין בלוטיגע קריגן ווי עס פאלן צענדליגער סאלדאטן ביז די וועלט צווינגט אייך צו א פייער אפשטעל און גיבן צייט פאר די טעראריסטן זיך צוריק מאביליזירן און אטאקירן דאס לאנד!
חג שמח עם ישראל!
ענקער דאללער איז אין די אדמה, שוין דריי מאל געטאפלט כדי שטערקער צו מאכן דעם שקל אבער גארנישט. ענקער עקאנאמיע איז פונדעמענטאל שוואך, געבויעט אויף לופט, שוואכסטע פרנסות, ארימסטע מענטשן, אבער..... אונז האמיר א מדינה! ענקער רעגירונג איז פארפאולט תוכו כברו, קארופטירטע פאלאטישאנס פירן דעם רעגירונג, קיין איין פרעמיער זינט איר התייסדות האט נישט געענדיגט אין פרידנס!
צו ענקער אייגענע סימבאלישע פלעצער, היסטארישע מאנומענטן וועלעכע מ'האט 'צוריקגענומען' מוזט איר פארן מיט שטארקע וואך ווייל אונז האמיר א מדינה, א שטייגער ווי קבר רחל, אלטשטאט. סתם אזוי שטעטלעך ווי מ'האט מורא דורכצופארן ווייל איגנטליכע אראבערס ווארפן שטיינער, אפאר יונגאטשעס טעראריזירן א גאנצע לאנד מיט איר מעכטיגן מיליטער אינאיינעם! אייערע אייגענע פריינט שפייען אייך אין פנים אריינגערעכנט אמעריקע אייער געוועזענער בעסטער פריינט. ארויסרעדן קעגן מדינת ישראל איז געווארן געהעריג ערלויבט, קיינער קימערט זיך ניטאמאל, אנטעסעמיטיזם וואקסט ווי אויף הייבן, איך מיין עס איז צייט אפצוצייכענען 67 יאר פון האס און שנאה צו כלל ישראל! יא יא איך קען די אלע תירוצים אז ביז היינט איז אויך געווען אנטיסעמיטיזם, אבער היינט האט עס א סיבה און א שטארקע סיבה! אזא שטאפל ווי היינט איז עס נאך קיינמאל נישט געווען, איבערהויפט ווען מ'האנדלט דא מיט א מ'כלומר'שט 2015 דעמאקראטישער אויפגעקלערטער וועלט! יא היטלער האט געהארגעט 6 מיליאן אידן! יא אידן האבן געליטן פון פאגראמען אלע יארן, און פאר דעם האט מען אויפגעשטעלט א מדינה און קוק ווי אונז האלט מיר!
האט מען אויפגעשטעלט א מדינה צו וויינען און קלאגן ווי שטארק מען רודפ'ט אונז? אויב יא! כל הכבוד! מישאן עקאמפלישד! הוי וויפיל אידיש בלוט אונזער גליקליכער מדינה האט אונז געקאסט, מיט אזא שלום ווער דארף מחלוקת!
חג שמח עם ישראל!!!

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 854
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm
אפטימיסט, ליידער זייער גוט געזאגט
לאמיר האפן נאך דעם ה' אייר, זיך קענען אמת'דיג פרייען, מיט די גאולה שלימה, ווען אלע פושעי ישראל וועלן ריכטיג תשובה טוהן, און די מדינה של גיהנום וועט אויפגעלייזט ווערן, אן קיין שאדן פאר קיין שום אידיש קינד
בביאת גוא"צ במהרה

כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי

- הילולא דצדיקיא
- שר האלפיים
- תגובות: 2420
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
- לאקאציע: באהלי צדיקים
איך גלייב אז די אינטרנט סערוויס אין מד"י וועט נישט דורך לאזן דעם אשכול
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24602
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:איז נאך היינט דא הלל זאגערס ביום ה' אייר?
קיינמאל נישט געוועהן צווישן דער היימישע יודן אזא זאך
זייטס נישט חושד קיינעם......
לעצט פארראכטן דורך מומחה יוחס אום דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
-
- שר העשר
- תגובות: 21
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 12, 2015 10:52 am
מומחה יוחס האט געשריבן:יצחק דע באנקיר האט געשריבן:איז נאך היינט דא הלל זאגערס ביום ה' אייר?
קיינמאל נישט געוועהן צווישן דער היימישע יודן אזא זאך
זייטס נישט חושד קיינעם......
גיי מאך אביסל סערטש, וועסטו געוואר ווערן, וואס ס'איז געווען די ערשטע יאר
(נאר נאכדעם מאך סערטש וואס איז דאן געווען, כדי די זאלסט זיי פארשטיין)
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי
חסדי אבות האט געשריבן:דוכט זיך אז די רוזשענער רבי'ס האבן געזאגט אן א ברכה.
יא יא
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24602
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
שמו האט געשריבן:מומחה יוחס האט געשריבן:יצחק דע באנקיר האט געשריבן:איז נאך היינט דא הלל זאגערס ביום ה' אייר?
קיינמאל נישט געוועהן צווישן דער היימישע יודן אזא זאך
זייטס נישט חושד קיינעם......
גיי מאך אביסל סערטש, וועסטו געוואר ווערן, וואס ס'איז געווען די ערשטע יאר
(נאר נאכדעם מאך סערטש וואס איז דאן געווען, כדי די זאלסט זיי פארשטיין)
האלא איך האב געמיינט טאקע צו זאגן נאר וועגן דער היימישע יודן
זענען זיי דען געוועהן היימישע יודן ..................
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
- וואס א חילוק
- שר האלף
- תגובות: 1296
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
- לאקאציע: ניי קרוינהייטס
עץ ארז האט געשריבן:אוי האב איך מיך דערשראקן מיטן קעפל!
אפטימיסט האט געשריבן:א מדינה וואס זייער (זייער? אמעריקע'ס) בודזשעט רעכנט אפיציעל אריין מיליאנען פאר א ראקעט פארטיידיגונגס סיסטעם,
עפעס געדענק איך אז ר' יום טוב ערליך זאגט אויף א טעיפ אז מדינת ישראל איז אן אמעריקאנע קאלאני.
גוט ארויסגעברענגט!
אבער מ'קען אויך זעהן פון דעם אז עס קען זיין קליפ און קלאר אז די מדינה ברענגט נאר שלעכטס און ליידער קען זיין אידן וואס טראכטן פארקערט!
לעצט פארראכטן דורך וואס א חילוק אום פרייטאג אפריל 24, 2015 3:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..
אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

מומחה יוחס האט געשריבן:שמו האט געשריבן:מומחה יוחס האט געשריבן:יצחק דע באנקיר האט געשריבן:איז נאך היינט דא הלל זאגערס ביום ה' אייר?
קיינמאל נישט געוועהן צווישן דער היימישע יודן אזא זאך
זייטס נישט חושד קיינעם......
גיי מאך אביסל סערטש, וועסטו געוואר ווערן, וואס ס'איז געווען די ערשטע יאר
(נאר נאכדעם מאך סערטש וואס איז דאן געווען, כדי די זאלסט זיי פארשטיין)
האלא איך האב געמיינט טאקע צו זאגן נאר וועגן דער היימישע יודן
זענען זיי דען געוועהן היימישע יודן ..................
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 7%95%d7%aa
-
- שר העשר
- תגובות: 23
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 8:59 am
- לאקאציע: אינעם אייבערשטענס וועלטל
- גערעכטער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4299
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
- לאקאציע: דא!
שטאלצע_חסיד האט געשריבן:איך בין שטרענג מוחה אויף דאס אפ'חוזק'ען פון ארץ ישראל, אייער רעבע האט אפשר טאקע געהאלטן קעגן די מדינה - אבער איר זענט נישט די איינציגסטע סארט אויף דעם כדור הארץ, ווייל מיין רבי האט יא געהאלטן פון חביבות הארץ...
סאטמארע רבי זצ''ל האט געהאט א שטארקע חביבות הארץ, והיינו דאהני ליה דנגע ליה בליביה כל כך ודוק.
און פרעג איך דיר זענען די 'פאקטן' נישט אמת?? אדרבה לאמיר הערן..
הק' איש ימיני