חינוך ביי יונגלעך: די חילוק צווישען די חסידים און די ליטאים

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

חינוך ביי יונגלעך: די חילוק צווישען די חסידים און די ליטאים

תגובהדורך מחותן » מיטוואך אפריל 22, 2015 6:40 pm

די פארגאנגענע חוה"מ פסח בין איך געווען בי א חינוך אסיפה ווי עס האבן זיך באטייליגט עטליכע מחנכים פון סאטמער און פון דרויסען פון סאטמער, איך האב דארט געהערט א נקודה וואס איז מיר געווען היבש אינטערסאנט, און איך וויל עס מיטיילען מיטען ציבור.

_____

מען האט אמאל אנגעפרעגט הגאון ר' יצחק הוטנער זצ"ל {אינטערסאנט אז עס איז נישט קיין עקסטערע אשכול פינעם גאון, ער איז געווען פון די גרעסטע הוגי דיעות ביי די ליטאים דא אין אמעריקע אפילו דער בעל דברי יואל זצ"ל האט אים שטארק מחבב געווען און מחשיב געווען זיין מיינוג} הלמאי אז ביי די ליטאים שפילט מען באל ביז די 13 יאר, מען לייגט דגוש אז די יונגליך - קינדער זאלן זיך אויסגעבן, משא"כ אין סאטמער וועלן די יונגלך זיצען אין האראווען אויף תורה און ווען א בחור ווערט 13 יאר האלט ער שוין נאך מסיים זיין עטליכע מסכתא'ס אין ש"ס, מען האט אים גע'טענה'ט אז עס זעט אויס ווי די סאטמערע שטייען אויף א העכערע דרגה ווי די ליטאים.

האט ער געענפערט: א קינד דארף זיך אויסגעבן א קינד דארף זיך שפילען, ביי די ליטאים נעמט די קינדער און ביז די 13 לאזט מען זיי שפילען, מען לאזט אז זיי זאלן אויפוואקסן נאטירליך, ווען עס קימט צו די 13 קימען זיין אריין אין ישיבה און זיי אנדטעקען א נייע וועלט, זיייער מוח איז דעמלאטס רייף אויפציכאפען די גמרא און זיי כאפען זיך דערצו מיט חשק אלץ א - כמעט - נייע זאך, משא"כ אין סאטמער האלט מען אראפ די יונגע קינדער ווי א ספרינג, מען שטיפט אריין אין זיי בלעטער אויף בלעטער גמרא, מען דערקוועטש אים אז ער זאל לערנען און פארשטיין זאכען וואס במציאות קען ער נאך נישט געהעריג אינגאנצן פארשטיין, ווייל אז א קינד'ס מוח ביי 10-11-12- איז נאך נישט עכט רייף קלאר צו פארשטיין א שטיקעל גמרא, און ווען דער בחור גייט ארויס פון חדר אריין אין ישיבה האט ער שוין נישט די פרישקייט, די גמרא איז ביי אים א אלטע זאך, זיין מוח איז שוין פארדרייט און כאפט שוין נישט ווי אזוי מען דארך עכט אפלערנען א שטיקל גמרא, די ספרינג וואס מען האט צוקוועטשט די לעצטע יאר דריי יאר זיכט אויפצושפרינגען און עס טויג נישט, די תוצאה וועט זיין אז דער בחור וועט אין זיין לעבן נישט קענענן אליינס אפלערנען א שטיקעל גמרא ער וועט קיינמאל נישט פילען א עכטע שמחה דערין, און מען האט אים בארויבט זיין סיפור החיים פון זיינע קינדער און טיענעיטש יארען, ע"כ פון זיין ענטפער.

האבן דארט עטליכע מחנכים גערעדט אז ליידער זעט זיך עס שטארק אן ביי די היינטיגע בחורים, זיי שפרינגערן ארויס פון די הויט ביי 14 - 15 -16 ...
ווען א 14 יעריגע בחור'ל קימט אריין אין ישיבה קטנה האט ער שוין א "פייל" מיט זיין גאנצע עבר פון די 9 יאר, כאטש אז א טייל בחורים זענענן נאך אפילו נישט כשר צו ליינען די מגילה אדער באקען ער"פ מצות וויבאלד זיי האבן נאך נישט קיין שתי שערות, דאך זענענן זיי שוין אפגעסטעמפעלט מיט טיטלען ווי שוואכע/גיטע/נישט מתמיד/יא מתמיד אא"וו, דער בחור איז נאך א אפרוח שלא פתח עינו אבער ער דארף זיך שוין שלאגן זיך שוין מיט זיין עבר און שולד געפילען אז אין כתה ט האט ער נאר געקענט 70% פון די פארהער, און כיתה ח נאר 65% אין כיתה ז איז ער יא געווען בעסער, און ער איז אנגעוויזען אויף די מנהל פון ישיבה צו באקימען נאך א "טשאנס" אין לעבן, דער מנהל דערמאנט אים אז ער פון די וואס האבן אין כתה ט זיך נישט געשטעלט צום גרויסען פארהער, אא"וו..

די תוצאות דערפון קלאפט אויס אין די גרויסע מתיבתה'ס, די בחורים האלטען שוין דאן נאך 8 - 9 אנגעצויגענע יארען מיט ירידות און עליות, און די תוצאות רעדן פון זיך אליינס, די מצב הישיבות ביי די 18 יעריגע בחורים איז איבריג אויסצושמיסען.. {איך רעדט נישט פון די 40% גיטע בחורים}

די ליטאים מהלך זעט אויס צו זיין אסאך אסאך בעסער, מען רוד'פ'ט נישט די קינדער בשעת מען דארף זיי נישט רודפ'ן, מען זיי לאזט הוצקענענן בשעת זיי זענענן נאך אינטער די בר מצווה, און ווען זיי קימען אריין אין ישיבה קימען זיי אריין מיט א פרישקייט, זיי נעמען אויף די נייע לימוד מיט א שמחה, זייערע יארען פון די 13 ביז די 16 זעט אויס צו זיין גרינגער ווי די ביי די חסידים.

___

מען האט אויסגעשמיעסט נאך א חילוק וואס די ליטאים האבן אין זייערע ישיבות און די חסידים האבן נישט.
די ליטאים האבן די מושג פון א משגיח, דער משגיח איז אויפן זעלבן לעוועל ווי דער ראש ישיבה נאר ער לערענט א אנדערע לימוד, ער איז דער וואס געט מוסר און השקפה, יסודות און מהלך החיים, אפילו אויב א בחור איז ליידער נישט אזוי מצליח אין לערנען האט ער אבער נאך א עריע ווי ער קען קונה זיין. משא"כ ביי אונז חסידים איז נישט דא אזא מושג פון אויסלערנען השקפה, אמונה בשם, מציאות השם, ווייל מען רעדט נישט פון די זאכען, אהבה בשם איז בסך הכל א מושג וואס מען ווערט געוואר פינעם קדשות לוי אויפן פירוש פון ראשון לחשבון עוונות, קיינער רעדט נישט צו די בחורים קיין פנימות, און אויב איז דא א בחור וואס האט נישט די בעסטע קאפ און איז נישט די גרעסטע מתמיד זיצט מען מיט א תהילים אז ער זאל בשלום אדורוך גיין די בחור'שיע יארען אנשטאט אים עפעס אויסלערנען וואס ער זאל אהיים נעמען אויף א גאנץ לעבן.

מה דעתכם?
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום פרייטאג אפריל 24, 2015 11:02 am, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2229
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מיטוואך אפריל 22, 2015 6:49 pm

ערשטנס א יישר כח פארן אויפברענגען א שטארק אינטערסאנטע טעמע אין וואס מ'קען אסאך דעבאטירן.

ערשטנס די פאקטן. איז אין די ליטווישע וועלט טאקע דא א קלענערע צאל אויסווארפן?

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מיטוואך אפריל 22, 2015 6:50 pm

בס"ד

גראדע, א וויכטיגע שמועס וואס איז באמת גוט צו לופטערן, אבער אן פראסקעס ביטע.

אבער א שטיקל קשיא דא, מען טענה'ט זיך אויף די חינוך ביי די 8,9,12, 15, 18, וכו' וכו'. ביי וועלכע עלטער שטעלט מען די סוף פון די שטודיע צו זעהן די אויספיר, אקעי, דאס איז דער ליטווישער חינוך ווס. דער חסידישער חינוך, און לאמיר זעהן תכלית וואס זענען די רעזולטאטן.

קען זיין אז מען שטעלט די ליניע ביי די 18, אבער די אמת'דיגע רעזולטאטן קומען ערשט ארויס ביי די 35 נאכ'ן טועם זיין די עול פון לעבן און זעהן וויאזוי מען האט זיך געספראוועט דערמיט. קען זיין מען שטעלט די ליניע ביי די 40 לויט ווי די קינדער זענען אויסגעוואקסן ביז שידוכים עלטער, אבער פארט פארפאסט מען צו זעהן דעם אויספיר ביי די 18, 25, 30, אא"וו, צייטן ווען די חינוך האט אויך אסאך צו זאגן כאטש מען וויל לאזן גיין ביז די פערציג און ערשט דעמאלט פארגלייכן.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך אפריל 22, 2015 7:03 pm

מהאט אמאל פארציילט פאר א ליטווישן גדול אז אין פולין (פארן קריג) זענען טויזענטער בחורים געזיצן אין די ישיבות/שטיבלעך און געלערנט, בעת וואס אין ליטע האט מען נישט געזען די ציפערן, האט ער גענטפערט יא יא, איין בחור אין די ליטע, איז חשוב ווי הינדערט בחורים אין פוילן.

מהאט דאס איבערגעזאגט פאר א חסידישן גדול, האט ער געזאגט אז איה"נ די ליטווישע בחורים וואס זיצן אין ביהמ"ד זענען מורא'דיג, נאר קעגן יעדע בחור דארט וואס לערנט, דרייען זיך הינדערט אין די גאס.

מברויך ברענגען סטאטיסטיקס, פון דראפאוטס, ביינונז אפי' איינער קען נישט לערנען, האט ער נאר שאנסן צו זיין א ווארימע חסידישע איד, אין די ליטע ווען איינער איז נישט דערביי, איז ער אטאמאטיש א דראפ אוט, און איז ווערד זילטש.

סאיז אינטערסאנט צו ברענגען סטאטיסטיקס.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8750
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך אפריל 22, 2015 7:19 pm

מחותן האט געשריבן:האט ער געענפערט: א קינד דארף זיך אויסגעבן א קינד דארף זיך שפילען, ביי די ליטאים נעמט די קינדער און ביז די 13 לאזט מען זיי שפילען, מען לאזט אז זיי זאלן אויפוואקסן נאטירליך, ווען עס קימט צו די 13 קימען זיין אריין אין ישיבה און זיי אנדטעקען א נייע וועלט, זיייער מוח איז דעמלאטס רייף אויפציכאפען די גמרא און זיי כאפען זיך דערצו מיט חשק אלץ א - כמעט - נייע זאך, משא"כ אין סאטמער האלט מען אראפ די יונגע קינדער ווי א ספרינג, מען שטיפט אריין אין זיי בלעטער אויף בלעטער גמרא, מען דערקוועטש אים אז ער זאל לערנען און פארשטיין זאכען וואס במציאות קען ער נעך נישט פארשטיין, ווייל אז א קינד'ס מוח ביי 10-11-12- איז נאך נישט עכט רייף קלאר צו פארשטיין א שטיקעל גמרא, און ווען דער בחור גייט ארויס פון חדר אריין אין ישיבה האט ער שוין נישט די פרישקייט, די גמרא איז ביי אים א אלטע זאך, זיין מוח איז שוין פארדרייט און כאפט שוין נישט ווי אזוי מען דארך עכט אפלערנען א שטיקל גמרא, די ספרינג וואס מען האט צוקוועטשט די לעצטע יאר דריי יאר זיכט אויפצושפרינגען און עס טויג נישט, די תוצאה וועט זיין אז דער בחור וועט אין זיין לעבן נישט קענענן אליינס אפלערנען א שטיקעל גמרא ער וועט קיינמאל נישט פילען א עכטע שמחה דערין, און מען האט אים בארויבט זיין סיפור החיים פון זיינע קינדער און טיענעיטש יארען, ע"כ פון זיין ענטפער.

איך האלט ביי די שורה, און איך בין מגיב פאר איך ליין ווייטער.

איך וויל איר זאלט מיר ברענגן באווייז אז ער האט דאס געזאגט, מיין מיינונג איז אז ער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט, א קינד פון 10-11-12 יאר פארשטייט נישט קיין גמרא??? איר זענט אויפן קאפ געפאלן?

מען האלט אראפ די קינדער ווי א ספרינג??? כ'האב קיין מושג פון וואס איר רעדט, באל איז עפעס די איינציגסטע זאך ווי מען קען זיך אויסגעבן? האט איינער אמאל אפגעהאלטן א קינד פון זיך אויסגעבן? האלט מען דען צוריק די אלע לויפעריי שפילן וואס זיי שפילט זיך?

און אייער ווערטער צום סוף איז עפעס זייער מאדנע, אפלערנען א שטיקל גמרא האט מיט ווי אזוי מען לערנט אויס דעם קינד, קיין שום חילוק צו ער איז געווען צוקוועטשט צו נישט.

שפירן א עכטע שמחה קען מען אפי' מען איז צוקוועטשט, נישט אנדערש ווי די אלע אנדערע סארט זאכן וואס אפי' די ליטאים האלטן זיך אפ, די סיבה דערצו איז ווייל די קינד כאפט ניטאמאל אז ער דארף צו זיין צוקוועטשט מיטן נישט מעגן שפילן באל, אמת ס'קען זיך מאכן אז פארשידענע עלטערן ווייסן נישט ווי אזוי עס איבערצוגעבן די מעסידזש פארן קינד, אבער צו זאגן אז דאס איז די רוב??

עכ"פ איך האלט אז אדער האט ער בכלל קיינמאל גארנישט געזאגט אין דעם נושא, אדער האט מען פארדרייט בכוונה זיינע ווערטער און זיין תשובה איז גאר עפעס אנדערש.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך אפריל 22, 2015 7:20 pm

דער ענין פון א משגיח אין א חסידישע ישיבה,ברויך א ערנסטע תיקון, פילע צעבראכענע (ליין, שוואכע קעפ, אדער די אבאוו עווריטש, וואס ווערן צוגעקלאפט פון די מצויינים) בחורים האבן נישט ווער סזאל קוקן אויף זייער זייט, נאכדעם וואס פאר דעם הויך באשפריצטן למדן מגיד שיעור פאסט נישט זיך אראפ צו לאזן.

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2229
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מיטוואך אפריל 22, 2015 7:37 pm

דאס איז גאר א צווייט נושא. ס'איז בכלל נישט קיין סתירה מיטן מהלך בעצם, ס'האט זיך פשוט אזוי אויסגעשטעלט אין די גרויסע ישיבות.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך אפריל 22, 2015 7:41 pm

מידער האט געשריבן:דאס איז גאר א צווייט נושא. ס'איז בכלל נישט קיין סתירה מיטן מהלך בעצם, ס'האט זיך פשוט אזוי אויסגעשטעלט אין די גרויסע ישיבות.


ריכטיג, צוריק צום נושא

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך אפריל 22, 2015 7:50 pm

@למעלה, איך האב געשריבען:

מחותן האט געשריבן:וייל אז א קינד'ס מוח ביי 10-11-12- איז נאך נישט עכט רייף קלאר צו פארשטיין א שטיקעל גמרא,


יא, אמת אז ער זאגט גוט נאך די גמרא און ער פארשטייט למחצה לשליש ורביע, אבער ער איז נאך נישט ביין זיין הויך פינקט פון אנטווינקלען אז ער זאל פארנעמען פינקט ווי ביי די 13 - 14

הגע בהעצמך די זעסט דאך אז אין כיתה ח לאזט מען נאך אויס כמעט אלע שווערע תוס' און מען לערענט נישט קיין מהרש"א, וויבאלד מען פארשטייט אז זיי זענענן נאך נישט גרייט דערצו,
אבער לויט זיין ענטפער קימט אויס אז אפילו דאס וואס מען לאזט נישט אויס און מען לערענט יא איז אויך צו אסאך, און מען דארף לערנען נאך ווייניגער, מען דארף נישט פראבירען אז ביי די 12 זאל ער שוין "פארשטיין", עס איז צייט דערצו ביי די 13 - 14.

___

ביי יעדעם איינעם הייסט צוקוועשט אנדערש, אבער לויט זיין ענטפער איז משמע אז פאר א יונגעל פון א 11 א האלב יאר איז צו סאך יונגעל א פולע סדר פארטאס, א פולע סדר היום אינמיטען טאג מיט אסאך גמרא, א פולע סדר ביינאכט מיט גמראך, ענדערש לאז דעם יונגעל טיען אקטיוועטיס און שפילען באל אין די זימער, און ווינטער שפילען מיט אדנערע זאכען, ער וועט גארנישט פארשפילען אויב ער וועט ווערן די מתמיד ביי די 13 און אהאלב.
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום מיטוואך אפריל 22, 2015 7:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5028
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך אפריל 22, 2015 7:51 pm

עטליכע הערות.

קודם, וואס מידער האט שוין געפרעגט, איז באמת דארט דא מער דראפאוטס? אדער דא איז עס פשוט מער ניכר?

צווייטענס, פון א משגיח דארט וועט א שוואכער בחור יא קונה זיין?

פליען אויף א בייק, און 'מלך', זענען וויינגער עקסערסייז ווי באל?

יעצט צי די פראבלעמען. עס איז קלאר דא ביי אונז די שוואכקייט אז מען וואקסט אויף מיט א שמאלן דרך הלימוד, זייער אסאך בחורים וואקסן נישט אויס די גמרא פון כיתה ט' און אין די ישיבות מוטשעט מען זיך געפערליך מיטן שיעור עיון. נאר וואס דען, ר' שמשון פינקוס האט שוין געשריגן פאר די ליטווישע די זעלבע זאך, דארט איז עס אויך דא. און ביי אונז איז אויך דא גוטע לערנערס.

און נאך אלעם, נאך די חתונה בלייבט פון די אלע 'גוטע לערנערס' גארנישט, א חוץ די פראצענט 'אמתע בני תורה' ווואס פראצענטואל מיין איך אז עס איז די זעלבע ווי ביי די חסידישע, נאר דארט איז עס מער - ווייל זייער פאפיולעישאן איז מער, און אויך ווייל די 'אויסוואקסן עידזש' איז אססאאך שפעטער ווי ביי חסידים.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 18, 2014 10:47 pm

תגובהדורך רמונים » מיטוואך אפריל 22, 2015 8:01 pm

שמא מינות נזרקה בו?
די תורה זאגט מכאן ואילך אספי לי' כתורא.

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך אפריל 22, 2015 8:04 pm

רמונים האט געשריבן:שמא מינות נזרקה בו?
די תורה זאגט מכאן ואילך אספי לי' כתורא.

די תורה זאגט אויך: ישא אשה ואחר כך ילמוד תורה, אונז טוה מיר אזוי?
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך אפריל 22, 2015 8:06 pm

שמא מינות?! ביסט דאהי??

___

די ענטפער אויף דיי פראגע איז: א תורא האט אויך א לימיט, און א קלענערע אקס האט א גרעסרע לימיט..

ליבעריל קויבעק
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 08, 2014 2:43 pm

תגובהדורך ליבעריל קויבעק » מיטוואך אפריל 22, 2015 8:15 pm

וואס מיינט א ליטווישע ישיבה??????
די ליטווישע ישיבות וואס איך קען האבן די קינדער די זעלבע חינוך וואס איך האב געהאט אין מיין חסידישער ישיבה מיט איין אויסנאם אז זיי שפילען באל אין אינז האבן געשפילט פריזבי

אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

תגובהדורך פינטל » מיטוואך אפריל 22, 2015 8:28 pm

איז מען דא נאריש?? צוקוועטשט? ווער האט געשטעלט דעם יסוד אז ביז די דרייצן אויב מען לערנט איז מען צוקוועטשט? לאזט זיך שווער גלייבן אז רבי יצחק האט אזאנס געזאגט...

און אפשר הייסט עס צוקוועטשט ביז די צוואנציג? לויט דעם יסוד אז א קינד ברויך זיך אויסגעבן, מאי שנא טינעיזשער מילד? וא"כ בטלה... ח"ו.

פעלט דען עפעס ביי אונז, כמיין אז די ליטאים מעגן זיך פארשטעקן פאר די חסידים מיט זייערע דראפאוטס, ופוק חזו... כמיין בן חמש למקרא וכולי איז דען געגעבן געווארן עקסקלוסיוו פאר חסידים? (אגב, לויט דעם איז מיר שוין פארענטפערט די בן שמונה עשרה לחופה ביי די ליטאים...)
אייביג צום פינטל...

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6380
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך אפריל 22, 2015 8:32 pm

פינטל האט געשריבן:כמיין בן חמש למקרא וכולי איז דען געגעבן געווארן עקסקלוסיוו פאר חסידים? (אגב, לויט דעם איז מיר שוין פארענטפערט די בן שמונה עשרה לחופה ביי די ליטאים...)

העי העי
בן חמש עשרה לתלמוד שטייט אויך
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » מיטוואך אפריל 22, 2015 8:34 pm

די ליטאים האלטן דאך אויך אז מען דארף חתונה האבן ביי די ווייסעך וויפיל און ארויסגיין מיט די צוקניפטע פארדעים א מנין מאל, סא זייער דרך בכלל איז קאמפליטלי דיפפרענט

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך אפריל 22, 2015 8:38 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:
פינטל האט געשריבן:כמיין בן חמש למקרא וכולי איז דען געגעבן געווארן עקסקלוסיוו פאר חסידים? (אגב, לויט דעם איז מיר שוין פארענטפערט די בן שמונה עשרה לחופה ביי די ליטאים...)

העי העי
בן חמש עשרה לתלמוד שטייט אויך


יאפס..

הוּא הָיָה אוֹמֵר,
בֶּן חָמֵשׁ שָׁנִים לַמִּקְרָא,
בֶּן עֶשֶׂר לַמִּשְׁנָה,
בֶּן שְׁלשׁ עֶשְׂרֵה לַמִּצְוֹת,
בֶּן חֲמֵשׁ עֶשְׂרֵה לַתַּלְמוּד,
בֶּן שְׁמוֹנֶה עֶשְׂרֵה לַחֻפָּה,

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מיטוואך אפריל 22, 2015 8:43 pm

לדעתי, לדעתי, יעדע טעמע וואס ברענגט דעבאטעס אין א מהלך און יסודות וואס איז קלאר געווען די דעת גדו"י בלי ספק (עז אפפאזד צו סתם מהלכי החיים וואס טוישן זיך מיט די יארן ווי למשל בייקס וכדו') איז נישט דאס פלאץ אויף אייוועלט.

והמנהלים יחליטו (וועגלייך זיי האבן שוין מגיב געווען דא...)
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5588
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אפריל 22, 2015 8:44 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:האט ער געענפערט: א קינד דארף זיך אויסגעבן א קינד דארף זיך שפילען, ביי די ליטאים נעמט די קינדער און ביז די 13 לאזט מען זיי שפילען, מען לאזט אז זיי זאלן אויפוואקסן נאטירליך, ווען עס קימט צו די 13 קימען זיין אריין אין ישיבה און זיי אנדטעקען א נייע וועלט, זיייער מוח איז דעמלאטס רייף אויפציכאפען די גמרא און זיי כאפען זיך דערצו מיט חשק אלץ א - כמעט - נייע זאך, משא"כ אין סאטמער האלט מען אראפ די יונגע קינדער ווי א ספרינג, מען שטיפט אריין אין זיי בלעטער אויף בלעטער גמרא, מען דערקוועטש אים אז ער זאל לערנען און פארשטיין זאכען וואס במציאות קען ער נעך נישט פארשטיין, ווייל אז א קינד'ס מוח ביי 10-11-12- איז נאך נישט עכט רייף קלאר צו פארשטיין א שטיקעל גמרא, און ווען דער בחור גייט ארויס פון חדר אריין אין ישיבה האט ער שוין נישט די פרישקייט, די גמרא איז ביי אים א אלטע זאך, זיין מוח איז שוין פארדרייט און כאפט שוין נישט ווי אזוי מען דארך עכט אפלערנען א שטיקל גמרא, די ספרינג וואס מען האט צוקוועטשט די לעצטע יאר דריי יאר זיכט אויפצושפרינגען און עס טויג נישט, די תוצאה וועט זיין אז דער בחור וועט אין זיין לעבן נישט קענענן אליינס אפלערנען א שטיקעל גמרא ער וועט קיינמאל נישט פילען א עכטע שמחה דערין, און מען האט אים בארויבט זיין סיפור החיים פון זיינע קינדער און טיענעיטש יארען, ע"כ פון זיין ענטפער.

איך האלט ביי די שורה, און איך בין מגיב פאר איך ליין ווייטער.

איך וויל איר זאלט מיר ברענגן באווייז אז ער האט דאס געזאגט, מיין מיינונג איז אז ער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט, א קינד פון 10-11-12 יאר פארשטייט נישט קיין גמרא??? איר זענט אויפן קאפ געפאלן?

מען האלט אראפ די קינדער ווי א ספרינג??? כ'האב קיין מושג פון וואס איר רעדט, באל איז עפעס די איינציגסטע זאך ווי מען קען זיך אויסגעבן? האט איינער אמאל אפגעהאלטן א קינד פון זיך אויסגעבן? האלט מען דען צוריק די אלע לויפעריי שפילן וואס זיי שפילט זיך?

און אייער ווערטער צום סוף איז עפעס זייער מאדנע, אפלערנען א שטיקל גמרא האט מיט ווי אזוי מען לערנט אויס דעם קינד, קיין שום חילוק צו ער איז געווען צוקוועטשט צו נישט.

שפירן א עכטע שמחה קען מען אפי' מען איז צוקוועטשט, נישט אנדערש ווי די אלע אנדערע סארט זאכן וואס אפי' די ליטאים האלטן זיך אפ, די סיבה דערצו איז ווייל די קינד כאפט ניטאמאל אז ער דארף צו זיין צוקוועטשט מיטן נישט מעגן שפילן באל, אמת ס'קען זיך מאכן אז פארשידענע עלטערן ווייסן נישט ווי אזוי עס איבערצוגעבן די מעסידזש פארן קינד, אבער צו זאגן אז דאס איז די רוב??

עכ"פ איך האלט אז אדער האט ער בכלל קיינמאל גארנישט געזאגט אין דעם נושא, אדער האט מען פארדרייט בכוונה זיינע ווערטער און זיין תשובה איז גאר עפעס אנדערש.

RT למעלה, נאר איין זאך וואס דארף א תיקון, דאס האלטן קינדער אין חדר אזויפיל שעות אין טאג, אקעי לאו דוקא, זיי דארפן נישט זיצן אינדערהיים אויפן מאמעס קאפ אויך נישט, אבער זיי מעגן האבן מער צייט זיך צו לופטערן, אזוי קלער איך (ווער פרעגט מיך....)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » מיטוואך אפריל 22, 2015 8:44 pm

מחותן האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:
פינטל האט געשריבן:כמיין בן חמש למקרא וכולי איז דען געגעבן געווארן עקסקלוסיוו פאר חסידים? (אגב, לויט דעם איז מיר שוין פארענטפערט די בן שמונה עשרה לחופה ביי די ליטאים...)

העי העי
בן חמש עשרה לתלמוד שטייט אויך


יאפס..

הוּא הָיָה אוֹמֵר,
בֶּן חָמֵשׁ שָׁנִים לַמִּקְרָא,
בֶּן עֶשֶׂר לַמִּשְׁנָה,
בֶּן שְׁלשׁ עֶשְׂרֵה לַמִּצְוֹת,
בֶּן חֲמֵשׁ עֶשְׂרֵה לַתַּלְמוּד,
בֶּן שְׁמוֹנֶה עֶשְׂרֵה לַחֻפָּה,



די לעצטע שורה האלטן זיי דאך אויך נישט איין (בשיטה)

רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 18, 2014 10:47 pm

תגובהדורך רמונים » מיטוואך אפריל 22, 2015 8:45 pm

מטעמים האט געשריבן:
רמונים האט געשריבן:שמא מינות נזרקה בו?
די תורה זאגט מכאן ואילך אספי לי' כתורא.

די תורה זאגט אויך: ישא אשה ואחר כך ילמוד תורה, אונז טוה מיר אזוי?

עפן א שו"ע און לערן דורך סימן א' אין אהע"ז און סימן רמה אין יורה דעה.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5588
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אפריל 22, 2015 8:46 pm

מחותן האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:
פינטל האט געשריבן:כמיין בן חמש למקרא וכולי איז דען געגעבן געווארן עקסקלוסיוו פאר חסידים? (אגב, לויט דעם איז מיר שוין פארענטפערט די בן שמונה עשרה לחופה ביי די ליטאים...)

העי העי
בן חמש עשרה לתלמוד שטייט אויך


יאפס..

הוּא הָיָה אוֹמֵר,
בֶּן חָמֵשׁ שָׁנִים לַמִּקְרָא,
בֶּן עֶשֶׂר לַמִּשְׁנָה,
בֶּן שְׁלשׁ עֶשְׂרֵה לַמִּצְוֹת,
בֶּן חֲמֵשׁ עֶשְׂרֵה לַתַּלְמוּד,
בֶּן שְׁמוֹנֶה עֶשְׂרֵה לַחֻפָּה,

נו נו, קיינער איז נישט מחולק, בין די 15 דאוונט מען די גמרא, און נאכדעם לערנען מען עס
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

תגובהדורך א איד אין גלות » מיטוואך אפריל 22, 2015 8:48 pm

מילכיגער האט געשריבן:לדעתי, לדעתי, יעדע טעמע וואס ברענגט דעבאטעס אין א מהלך און יסודות וואס איז קלאר געווען די דעת גדו"י בלי ספק (עז אפפאזד צו סתם מהלכי החיים וואס טוישן זיך מיט די יארן ווי למשל בייקס וכדו') איז נישט דאס פלאץ אויף אייוועלט.

והמנהלים יחליטו (וועגלייך זיי האבן שוין מגיב געווען דא...)

גערעכט, און די ענין פון בייקס פעלטס זיך אויס א ברייטערע ביאור, דאס האט נישט מיט קיין יסודות החינוך, ענדערש מיט די יסודות השטעטליך.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך אפריל 22, 2015 8:49 pm

נו, טאקע דאס איז דער פראבלעם, נאך פינף יארן דאווענען די גמרא, לערנט זיך עס עפעס נישט ביי די 15.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הכל הבל און 23 געסט