בלאט 1 פון 2

הערות אויף טהור עינים'ס שאלעשידעס ארטיקל

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 12:17 am
דורך דרך אגב
א באריכט וועט נאכפאלגן

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 10:24 am
דורך סאכדעס
און בעזערעסאשעם נאכ'ן באריכט א באריכט.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 10:30 am
דורך יאנאש
עס קוקט אויס ווי ער פלאנט צו גיין ווייטער מיט נאך פארזעצונגן, אידאך א געוואלדי זאך וואס דרך אגב האט געטון אפצוטיילן די קאמענטארן.

טהור, סאו פאר סאו סאו סאו גוד, איך מיין אז די אקציע צו טרעפן נאטורליך איז א פארגאנגנהייט, מיר האבן א פארטרעטער.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 10:32 am
דורך 9/11/01
ס'איז נישט קיין תירוץ אז די האסט א פארטרעטער מיזט עים נאכאלץ טרעפן

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 11:16 am
דורך יענטאאש
טהור, עי וואן!

זאג, דו האסט נישט צופעליג א שול?... אויב זאגסטו אזוינע שאלעישדעס טוירעס יעדע וואך בין איך דיין מתפלל... איך וועל זיך שוין אליין מיטברענגען א האנטוך פאר די מקוה, אבער מער ביהכ"ס וועסטו יא מוזן צושטעלן...

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 11:37 am
דורך סאכדעס
יאנקל טהור וואס זאגסטו עפעס גוט'ס?

דו ביסט דאך גוט... ריזיג עקסעלענט. כ'בין דאך ממש מקנא..

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 12:53 pm
דורך איך_הער
טהור, אזא ווארימע שעלעשידעס, שוין לאנג נישט געהאט, (כ'רעד אינמיטן די וואך.) מעכטיג, ריזיג, ועוד ועוד.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 3:19 pm
דורך abimlaibt
א גרויסן שיינעם דאנק פאר דיר טהור עינים, זייער שיין אויסגעטייטשט די פריוואטע רבנים מיט וועם מיר גייען היינט צום טיש.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 3:31 pm
דורך איך_הער
abimlaibt האט געשריבן:א גרויסן שיינעם דאנק פאר דיר טהור עינים, זייער שיין אויסגעטייטשט די פריוואטע רבנים מיט וועם מיר גייען היינט צום טיש.


מיט וועם, אדער צו וועם?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 4:20 pm
דורך abimlaibt
ניין אויסדרוקלעך נישט צו וועם...
נאר מיט וועם, ווייל צו א טיש "מוז" מען נישט גיין, דאווענען מוז מען.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 4:33 pm
דורך פאטאקי08
נו!
כקען קוים ווארטן אויף די פארזעצונג קומט אי"ה

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 5:05 pm
דורך קרעמער
פיין פיין, גאר פיין, טהור עינים, האלט עס אן!

(איך האף אינעם צווייטן טייל וועסטו מער רעדן פונעם אשכול-קעפל... דערווייל האב איך נאר געזען מקוה-שרצים און וואגאבונטן, אבער קיין הערינגל צו שאלע-שידעס)

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 9:35 pm
דורך מיללער
הרב ריינער, קהל נצח יאנקל האט זיך היינט אראפגעזעצט ביי געדעקטע טישען צו דיסקוסירען דיין ארטיקל אין וועלכע זיי זענען אזוי שארף אראפגעריסען געווארען דער רב, מקוה איד, שמש אין קלינער האט ארויסגעברענגט אז די האנטוכער באשילדיגונג איז נאך ס'ערגסטע פון אלעם, "א חוצפה אזאנס צו קלערן אז איך נעם יענעמ'ס שמאטעס" האט ער געשריגען פאכענדיג מיט די האנט,"איין באשעפער ווייסט אז זייט די אונגארישע רעוועלוציע האב איך נאך קיין איין האנטוך נישט צוגעשטעלט, אלעס איז אריגינעל"

די הויפט רעזעלוציע -טהור- איז געווען, דיך אנצוריפען און פרובירען איבערעדען אז דו זאלסט נאכאמאל קומען דעם שבת ביי שאלאשידעס צו הערן די טוירע, די רביצין וועט ספעציעל קומען מיט די שטערן-טיכל ברענגען ס'רעשט פון די טשאלענט לכבודך.

בי עוועיר!


טהור, ביזט מיך מחיה מיט דיינע קענטעניסען! האלט אן!

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 1:59 pm
דורך 9/11/01
רייייייייייייינער!

מוראאאאאאאאאאדיג!!!!!

איין זאך נאר ביטע זאג מיר וואסערע סמעדריש דאסיז אזוי כ'זאל וויסן ווי נישט אריינצוטרעטן!!!!!!!!

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 2:20 pm
דורך זארעכפעפער
דולה ומשקה א וואו ביסטע???
ביטע, ביטע, פארעכט די טעותי הדפוס, שטעל אויס די פערעגראפן כדבעי, און יאללא... אריין אין סמעטענע...
**

טהור-עינים,
סופער, סופער. עי וואן. געוואלדיג.
איך קען דיר זאגן בפה מלא, אז די קרעטשמע האט שוין לאנג, לאנג, נישט געזען אזא גוטס א ווי דיין היצטיגער ארטיקל, און ווער רעדט נאך פון דיין צווייטער ארטיקל וואס שטייגט איבער פי כמה דיין ערשטער. ס'איז אזא גוטס אזש דאס שמאלץ גיסט זיך מיט אן איבערפלוס. און לאמיר טאקע גיין אחת לאחת.

קודם דאס ערשטער טייל פונעם ארטיקל, דאס הייסט דער באשרייבונג פון דעם נצח יעקב שול; דער רב מיט זיינע גוטע מדות; די כאזעריי מיט וואס ער שטעלט זיך אהער; און ועל כולם זיין אויפנאמע און אויפפירונג מיט די זוי גערופענע קלאמפערשטע מתפללים, איז עפעס הפלא'דיג אראפגעלייגט, פלוס ס'באגאסן מיט אזא זאפט און הומאר שזה זמן לא ראיתי. און ווער רעדט נאך פונעם צווייטען טייל פון דיין ארטיקל, וואס ווי געזאגט שטייגט דאס איבער פי כמה דיין ערשטער ארטיקל. כ'בין געזעצן, אזוי מיטן אפענעם פנים, און געלאכט אין פנים אריין צום קאמפיוטער, נישט שוינענדיג דיין שווערס כבוד... סליחה, ס'געווען עפעס סאומטינג ספעשל אז כ'אב נישט געקענט קוקן אויף דיין שווערס כבוד, כ'האף אז דו פארשטייסט מיך, אמת?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 2:51 pm
דורך יאנאש
ריינער;

אוי ביסטו גוט, איך האב אזאנס געלאכט אז מיין סקרין איז פאר'חזר'ט (אפשר קען מען בעטן דיין שווער זאל אויפרוימען...), יישר כח.

זארעך;

ער רופט זיך דולה ומשקה נישט מסדר, סאו אפשר טאקן לייגסטו צו א האנט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 2:55 pm
דורך זארעכפעפער
מסכים, צום באפעל! דא האסטו מיין האנט, זאג מיר נאר וואס כ'דארף טון דערצו און יאללא.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 4:59 pm
דורך קרעמער
טהור;

האסט מיר איבערראשט מיטן צווייטן טייל ארטיקל! געווענליך איז א פארזעצונג עטוואס שוואכער פונעם ערשטן, ווייל דער עולם ווייסט שוין מער ווייניגער דעם שניט און אינהאלט פונעם אשכול, מען ווארט בלויז עס זאל זיך אויסלאזן און תנצב"ה.

דו האסט אונז אבער געהאלטן געשפאנט מיט אפענע מיילער, טאקע ביז יגדיל תורה ויאדיר.

א שיינעם דאנק!

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 6:07 pm
דורך פאטאקי08
טהור

פאר די בוקס!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 8:39 pm
דורך מאשקע
ווער האט געזאגט דעם טהור'ן אז ער קען שרייבן?

ווער ס'האט עס געטון, זאל זיין געבענטשט!

וברכה מיוחדת להרב אב"ד נצח יאנקל, ותשואות חן לו.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 10:09 pm
דורך איך_הער
טהההההההההההור, יוי ביסטו מעכטיג, און איך האמעך איינגערעדט ביים ערשטן חלק אז די שעלעשידעס איז א ווארעמער.

טענקס א מיליאן.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 05, 2007 8:24 am
דורך יענטאאש
טהור קעניינעהארע, אפילו די גערוך פון די שול ביי שאלעשידעס האב איך געקענט שפירן פון צווישן דיינע שורות..... דער אלטער סעלמאן מיטן צעשטיקלטן הערינג... מורא'דיג.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 05, 2007 10:57 am
דורך Chairlift
טהור,

יו אר די מען,

האסטו מיך געמאכט לאכן, נאכאמאזעל אז ס' קיינער נישט געווען אין אפיס מיט מיר, זיי וואלטן געמיינט איך בין אראפ פין זינען.

קיפל איט אחפ.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 16, 2007 6:21 pm
דורך לאז געמאכט
טהור עס איז נישט ס'יושר!
לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צו זיין אין אזא קליינע שול צו שאלאשידעס איך מיז דיר זאגן איך האב אפאר מאל זיך צושמייכלעט צו זיך אלייענס עס איז געווען בזיונית..

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 16, 2007 9:40 pm
דורך פאטאקי08
אוואו איז טהור'ל פארשוואונדען געווארן?