Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

הערות אויף טהור עינים'ס שאלעשידעס ארטיקל

מאנטאג ספטמבר 03, 2007 12:17 am

א באריכט וועט נאכפאלגן

Advertisement

מאנטאג ספטמבר 03, 2007 10:24 am

און בעזערעסאשעם נאכ'ן באריכט א באריכט.

מאנטאג ספטמבר 03, 2007 10:30 am

עס קוקט אויס ווי ער פלאנט צו גיין ווייטער מיט נאך פארזעצונגן, אידאך א געוואלדי זאך וואס דרך אגב האט געטון אפצוטיילן די קאמענטארן.

טהור, סאו פאר סאו סאו סאו גוד, איך מיין אז די אקציע צו טרעפן נאטורליך איז א פארגאנגנהייט, מיר האבן א פארטרעטער.

מאנטאג ספטמבר 03, 2007 10:32 am

ס'איז נישט קיין תירוץ אז די האסט א פארטרעטער מיזט עים נאכאלץ טרעפן

מאנטאג ספטמבר 03, 2007 11:16 am

טהור, עי וואן!

זאג, דו האסט נישט צופעליג א שול?... אויב זאגסטו אזוינע שאלעישדעס טוירעס יעדע וואך בין איך דיין מתפלל... איך וועל זיך שוין אליין מיטברענגען א האנטוך פאר די מקוה, אבער מער ביהכ"ס וועסטו יא מוזן צושטעלן...

מאנטאג ספטמבר 03, 2007 11:37 am

יאנקל טהור וואס זאגסטו עפעס גוט'ס?

דו ביסט דאך גוט... ריזיג עקסעלענט. כ'בין דאך ממש מקנא..

מאנטאג ספטמבר 03, 2007 12:53 pm

טהור, אזא ווארימע שעלעשידעס, שוין לאנג נישט געהאט, (כ'רעד אינמיטן די וואך.) מעכטיג, ריזיג, ועוד ועוד.

מאנטאג ספטמבר 03, 2007 3:19 pm

א גרויסן שיינעם דאנק פאר דיר טהור עינים, זייער שיין אויסגעטייטשט די פריוואטע רבנים מיט וועם מיר גייען היינט צום טיש.

מאנטאג ספטמבר 03, 2007 3:31 pm

abimlaibt האט געשריבן:א גרויסן שיינעם דאנק פאר דיר טהור עינים, זייער שיין אויסגעטייטשט די פריוואטע רבנים מיט וועם מיר גייען היינט צום טיש.


מיט וועם, אדער צו וועם?

מאנטאג ספטמבר 03, 2007 4:20 pm

ניין אויסדרוקלעך נישט צו וועם...
נאר מיט וועם, ווייל צו א טיש "מוז" מען נישט גיין, דאווענען מוז מען.

מאנטאג ספטמבר 03, 2007 4:33 pm

נו!
כקען קוים ווארטן אויף די פארזעצונג קומט אי"ה

מאנטאג ספטמבר 03, 2007 5:05 pm

פיין פיין, גאר פיין, טהור עינים, האלט עס אן!

(איך האף אינעם צווייטן טייל וועסטו מער רעדן פונעם אשכול-קעפל... דערווייל האב איך נאר געזען מקוה-שרצים און וואגאבונטן, אבער קיין הערינגל צו שאלע-שידעס)

מאנטאג ספטמבר 03, 2007 9:35 pm

הרב ריינער, קהל נצח יאנקל האט זיך היינט אראפגעזעצט ביי געדעקטע טישען צו דיסקוסירען דיין ארטיקל אין וועלכע זיי זענען אזוי שארף אראפגעריסען געווארען דער רב, מקוה איד, שמש אין קלינער האט ארויסגעברענגט אז די האנטוכער באשילדיגונג איז נאך ס'ערגסטע פון אלעם, "א חוצפה אזאנס צו קלערן אז איך נעם יענעמ'ס שמאטעס" האט ער געשריגען פאכענדיג מיט די האנט,"איין באשעפער ווייסט אז זייט די אונגארישע רעוועלוציע האב איך נאך קיין איין האנטוך נישט צוגעשטעלט, אלעס איז אריגינעל"

די הויפט רעזעלוציע -טהור- איז געווען, דיך אנצוריפען און פרובירען איבערעדען אז דו זאלסט נאכאמאל קומען דעם שבת ביי שאלאשידעס צו הערן די טוירע, די רביצין וועט ספעציעל קומען מיט די שטערן-טיכל ברענגען ס'רעשט פון די טשאלענט לכבודך.

בי עוועיר!


טהור, ביזט מיך מחיה מיט דיינע קענטעניסען! האלט אן!

דינסטאג ספטמבר 04, 2007 1:59 pm

רייייייייייייינער!

מוראאאאאאאאאאדיג!!!!!

איין זאך נאר ביטע זאג מיר וואסערע סמעדריש דאסיז אזוי כ'זאל וויסן ווי נישט אריינצוטרעטן!!!!!!!!

דינסטאג ספטמבר 04, 2007 2:20 pm

דולה ומשקה א וואו ביסטע???
ביטע, ביטע, פארעכט די טעותי הדפוס, שטעל אויס די פערעגראפן כדבעי, און יאללא... אריין אין סמעטענע...
**

טהור-עינים,
סופער, סופער. עי וואן. געוואלדיג.
איך קען דיר זאגן בפה מלא, אז די קרעטשמע האט שוין לאנג, לאנג, נישט געזען אזא גוטס א ווי דיין היצטיגער ארטיקל, און ווער רעדט נאך פון דיין צווייטער ארטיקל וואס שטייגט איבער פי כמה דיין ערשטער. ס'איז אזא גוטס אזש דאס שמאלץ גיסט זיך מיט אן איבערפלוס. און לאמיר טאקע גיין אחת לאחת.

קודם דאס ערשטער טייל פונעם ארטיקל, דאס הייסט דער באשרייבונג פון דעם נצח יעקב שול; דער רב מיט זיינע גוטע מדות; די כאזעריי מיט וואס ער שטעלט זיך אהער; און ועל כולם זיין אויפנאמע און אויפפירונג מיט די זוי גערופענע קלאמפערשטע מתפללים, איז עפעס הפלא'דיג אראפגעלייגט, פלוס ס'באגאסן מיט אזא זאפט און הומאר שזה זמן לא ראיתי. און ווער רעדט נאך פונעם צווייטען טייל פון דיין ארטיקל, וואס ווי געזאגט שטייגט דאס איבער פי כמה דיין ערשטער ארטיקל. כ'בין געזעצן, אזוי מיטן אפענעם פנים, און געלאכט אין פנים אריין צום קאמפיוטער, נישט שוינענדיג דיין שווערס כבוד... סליחה, ס'געווען עפעס סאומטינג ספעשל אז כ'אב נישט געקענט קוקן אויף דיין שווערס כבוד, כ'האף אז דו פארשטייסט מיך, אמת?

דינסטאג ספטמבר 04, 2007 2:51 pm

ריינער;

אוי ביסטו גוט, איך האב אזאנס געלאכט אז מיין סקרין איז פאר'חזר'ט (אפשר קען מען בעטן דיין שווער זאל אויפרוימען...), יישר כח.

זארעך;

ער רופט זיך דולה ומשקה נישט מסדר, סאו אפשר טאקן לייגסטו צו א האנט.

דינסטאג ספטמבר 04, 2007 2:55 pm

מסכים, צום באפעל! דא האסטו מיין האנט, זאג מיר נאר וואס כ'דארף טון דערצו און יאללא.

דינסטאג ספטמבר 04, 2007 4:59 pm

טהור;

האסט מיר איבערראשט מיטן צווייטן טייל ארטיקל! געווענליך איז א פארזעצונג עטוואס שוואכער פונעם ערשטן, ווייל דער עולם ווייסט שוין מער ווייניגער דעם שניט און אינהאלט פונעם אשכול, מען ווארט בלויז עס זאל זיך אויסלאזן און תנצב"ה.

דו האסט אונז אבער געהאלטן געשפאנט מיט אפענע מיילער, טאקע ביז יגדיל תורה ויאדיר.

א שיינעם דאנק!

דינסטאג ספטמבר 04, 2007 6:07 pm

טהור

פאר די בוקס!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

דינסטאג ספטמבר 04, 2007 8:39 pm

ווער האט געזאגט דעם טהור'ן אז ער קען שרייבן?

ווער ס'האט עס געטון, זאל זיין געבענטשט!

וברכה מיוחדת להרב אב"ד נצח יאנקל, ותשואות חן לו.

דינסטאג ספטמבר 04, 2007 10:09 pm

טהההההההההההור, יוי ביסטו מעכטיג, און איך האמעך איינגערעדט ביים ערשטן חלק אז די שעלעשידעס איז א ווארעמער.

טענקס א מיליאן.

מיטוואך ספטמבר 05, 2007 8:24 am

טהור קעניינעהארע, אפילו די גערוך פון די שול ביי שאלעשידעס האב איך געקענט שפירן פון צווישן דיינע שורות..... דער אלטער סעלמאן מיטן צעשטיקלטן הערינג... מורא'דיג.

מיטוואך ספטמבר 05, 2007 10:57 am

טהור,

יו אר די מען,

האסטו מיך געמאכט לאכן, נאכאמאזעל אז ס' קיינער נישט געווען אין אפיס מיט מיר, זיי וואלטן געמיינט איך בין אראפ פין זינען.

קיפל איט אחפ.

זונטאג דצמבר 16, 2007 6:21 pm

טהור עס איז נישט ס'יושר!
לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צו זיין אין אזא קליינע שול צו שאלאשידעס איך מיז דיר זאגן איך האב אפאר מאל זיך צושמייכלעט צו זיך אלייענס עס איז געווען בזיונית..

זונטאג דצמבר 16, 2007 9:40 pm

אוואו איז טהור'ל פארשוואונדען געווארן?
שרייב א תגובה

Advertisement