שאלעשידעס
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 02, 2007 11:06 pm
יא, קענסט שוין אריינברענגען די אייער, ביזדערווייל עלעך זינגען אביסל זמירות.
חאהיי אדו... וברוך צורי באהאהאדוישעם טיסהאלייל נאהאפשי.............
- טאטי, ווי גיימער היינט דאווענען שאלעשידעס?
אוי, צאמאה נאפשי אל אדוהוהושעם ימאליי שובע..........
- אבער טאטי ווי גיימער היינט פאר שאלעשידעס?
- הערשעלע, יעצט זינגט מען זמירות, נאך זמירות עמער זען
מזמור לדוד אייאייאייאיי אדושם רוהוהואי לאהוי עכסאר........... ושבתי בבית ה' לאורך ימים
- נא, מאמי וואס איז געווארן מיט די אייער? - יאיא נאך איין סעקונדע. אקעי מוישעלע ביז מאמי ברענגט די אייער לאמער הערן וואס האסטו עפעס געלערנט דעי וואך?
- אבער טאטי, וואס גיימער טון בא שעלעשידעס?
- אקעי הערשעלע לאמעך הערן ווי ווילסטו גיין בא שאלעשידעס.
- אה איך וויל גיין צו בני יאנקל, טאטי. הערסט בני יאנקל. נישט דע זכרון יאנקל ווי מ'יז געווען לעצטע וואך, נאר צו בני יאנקל, דארטן ארויף דע לאנגע בארג. דארט איז דא גוטע קאלער סאודע, און אויך אסאך צו עסן. אקעי טאטי. אקעי?
- נונו הערשעלע, עמער שוין זען דעמאלס.
- וואס איז טאטי, האסט נישט ליב יענע שול?, אויב נישט קענעך אויך באשטיין מ'זאל גיין צו תפארת יאנקל, ווייסט דארט ווי מאטי טרויבנקוועטשער דאוונט. דארט קען מען אויך האבן אסאך פאן, וואס? ס'יז צו ווייט? סאו כ'בין שוין גרויס כ'קען שוין גיין צו א ווייטע שול, זעסט אפי' מאטי טרויבנקוועטשער קומט דארט. אקעי טאטי צו בני יאנקל אדער צו תפארת יאנקל.
- און פארוואס טאקע נישט צו זכרון יאנקל, דארט ווי לעצטע וואך?
- אה ווייל דארט זאגט מען זייער לאנג טוירע, און מעמוז זיין זייער שטיל, און איך קען נישט זיין אזוי שטיל פאר אזוי לאנג.
- נו וואס גייט דא פאר, פארוואס עסט מען נישט די אייער, די טשולנט איי איז דאך שוין אויסגעקילט? האא?
- יא הערשעלע'ן גייט אין לעבן שוין צו וויסן ווי מעגייט פאר שאלעשידעס. נו הערשעלע, זעסט שוין די טשולנט איי איז שוין אויסגעקילט. לאמיר יעצט עסן טשולנט, און מעט שוין רעדן וועגן שאלעשידעס שפעטער.
אקעי, יעדער האט שוין אויפגעגעסן די טשולנט? וואסי דאס שיינדי קריגסטיך ארום מיט חעזקי, דו טשולנט איז דאך שוין אויסגעקילט...........................
יא, זארגט אייך נישט די סעודה האט זיך ב"ה גע'ענדיגט אן דעם וואס הערשעלע איז געוואויער געווארן ווי מען גייט פאר שאלעשידעס, פשוט ווייל כאנאך אליינישט געוואוסט. אבער נישט געמאכט, ס'אט מיך נישט געשטערט צום נאכמיטאג שלאף, וועלכער איז מיין געשמאקסטער שלאף פון דעם גאנצן וואך. מ'האט ב"ה אריינגערוקט א דרייערל, ענדליך זיך אויפגעכאפט, און מ'גייט לערנען אביסל בני יששכר. סהייסט סידאל אלול, ניין?
איך עפן אויף דעם טיר פון צימער, און וואס מיינט איר, יא, הערשעלע ווארט מיך שוין אפ, ושאלה בפיו, ........איר קענט עס אליין אריינפילן................ יא, שאלעשידעס. נו, כאשוינישט קיין כח, פיין הערשעלע מ'עט מערצעשעם גיין אין א שול ווי די האסט ליב. יעצט ביסטו צופרידן? יא?.
- יא טאטי, און געדענק טאטי, נאר בני יאנקל אדער תפארת יאנקל, נישט זכרון יאנקל פון לעצטע וואך, אויך נישט תולדות יאנקל, און אויך נישט בית יאנקל, און אוודאי נישט נצח יאנקל. ווייסט דארט ביי די קארנער פון אונזער הויז, אקעי טאטי.
- אקעי הערשעלע. ---- איימעניט, וואס האט ער געזאגט דארט די לעצטע, נצח יאנקל ביים קארנער פון אונזער הויז? אינטערעסאנט אז ער געדענקט נאך אפי' וועגן דעם שול, כאדאך שוין נישט אריינגעטרעטן דארט, כ'מיין כ'געדענק שוין אפי' נישט ווילאנג. כאשוין פשוט פארגעסן אז דער שול לעבט נאך אפי'. אידאס אן אינטרעסאנטער שול. אנגענויבן מיט די סטעפס ארויפצוגיין, שמאלע געדרייטע סטעפס, מיט האלב איינגעפאלענע אנכאפערס, און למען השם, א צעטל וואס איז מודיע דעם עולם מ'זאל אכטונג געבן ווען מ'גייט ארויף די טרעפן ווייל ס'שטייט דאך ונשמרתם ........ כאילו אן דעם צעטל פארשטייט מען נישט אליין.
ווען מ'קומט שוין אן אינעווייניג איז אזוי. דער פאדערצימער איז אזא קליינטשיג'ס אזוי ערגעץ צווישן ד' על ד' און ז' על ז'. און דאס איז דער פאדערצימער, דער שמש שטוב, דער קאווע שטיבל, דער קויט רום, און בייטאג אדער ביי א שמחה ווען סקומען פרויען, (זאל נישט אויסגערעט זיין), דינט דאס אויך אלס ווייבער שול, וואס טאקע צוליב דעם איז אין דעם צימער אויך דא איינס פון די צוויי אהאלב ביהכ"ס פון דעם שול. (און דעמאלס דארפ'ן די מענער ארום קריכן ביז אין די בעק צו די עמערדשענסי עקזיט, וואס כ'וויל בעסער נישט אראפלייגן וואס מ'דארף אלס אדורך גיין ביז מ'קומט אן צו דעם טיר דארט.) ס'ערשטע באגעגן איך זיך מיט דעס בעסקעט מיט די מקוה האנטוכער. איימעניט, דער בעסקעט? סידאך דא דארט צוויי, איינס פאר די ריינע, און איינס פאר די .......... שטייצעך. איך צייל אפ דארט פונקטליך פיר גענוצטע האנטיכער, און ניין זויבערע, און כ'מיין טאקע זויבערע, נישט קיין נייע אבער זויבער, סהייסט יעדעס איינע האט לפחות פיר און אהאלב לעכער דערינען. כ'האב אזא חשד אז דער רב דא האט עפעס א אפמאך מיט עפעס א מקוה אז די מערסטע אפגענוצטע האנטיכער, די וואס דער גוי ניצט שוין אפי' נישט פאר א שמאטע, די האנטיכער זאל מען אנשטאט ווארפן אין מיסט, ברענגען צו עם אין שול. איך הייב זיך נאר אויף די אויגן, באגעגן איך א שיינעם געשריבענעם צעטל, געשריבן מיט דריי אנדערע מינע מעדשיק מארקער'ס, און צוויי אנדערע קאלער פען'ס. און דער צעטל זאגט יאוונע ויאסנע, אז אויב האט איר נישט באצאלט די פולע פרייז פון צוויי טאללער, און ערב שבת פיר טאללער, דאן זאלט איר ניטאמאל חלומ'ען פון אריינגיין דא, ווייל דער רב האט שוין אנגעזאגט דעם מקוה אז ער זאל פשוט נישט רייניגן די יעניגע וועלכע צאלן נישט דעם פולן פרייז. יא אזוי ווי איר הערט, נישט "כ"טובל ושרץ בידו נאר טאקע ממש טובל ושרץ בידו. גאנץ איינפאך דער מקוה וועט אייך אריינלייגן צווישן די פינגער, אזוי אומבאמערקבאר, א גאנץ שרצ'ל, און איר וועט ארויסגיין אפשר נאך מער טמא ווי איר זענט אריינגעקומען. אין מיינט איר אז דער צעטל איז שוין פערטיג? עה, ווייט נאך דערפון. כ'אדעך אייך געזאגט דריי מעדשיק מארקערס און צוויי אנדערע פענעס, נו מ'דארף דאך עפעס שרייבן מיט די אלע געצייגן.
גייט דער צעטל ווייטער מיט א שארפקייט, אפי' שבת אינדערפרי טארט איר נישט קומען דא אויב האט איר נישט באצאלט פרייטאג דעם פולן פרייז פון פיר טאללער. טאמער זענט איר יא געקומען דא שבת בבוקר און איר זענט נישט געווען פרייטאג און באצאלט ............ דאן טארט איר נישט נוצן קיין האנטוך, (אויב עס איז נאך דא, שטייצעך). און יעצט קומט ער צו צום אויספיר, אז אויב האט איר נישט געהאט קיין ברירה און איר זענט אנגעקומען אהער שבת צופרי און איר זענט נישט געווען דא פרייטאג און באצא....................... דאן מוזט איר זיך פארנעמען בכל חומר נדרים ושבועות, אז נאך שבת וועט איר צוריק אהער קומען, און באצאלן דעם פולן פרייז. האט איר געהערט. יא, נאר אזוי וועט דער מקוה איינגיין אייך צו רייניגן, אנדערש בלייבט איר טמא, אזוי זאגט בפירוש דער פילפארביגער צעטל אויף'ן וואנט.
שטיי איך מיר אזוי ביים צעטל, און כ'פארטראכט זיך אין א חקירה. ווי וועט זיין אויב מ'איז בלית ברירה אנגעקומען אהער שבת בבוקר און מען איז נישט געווען דא פרייטאג און וכו', און מענאט זיך אונטער גענומען לויט אלע תנאים אהער צוברענגען ס'געלט מאצע שאבעס, און .............. יא מ'האט פארגעסן צו ברענגען, וואס געשעט דאן. ווערט מען צוריק טמא למפרע, קומט דער מקוה יעצט צולויפן און ער שטיפט מיר אריין צווישן די פינגער א ווארעם'ל אדער יעצט בלייב איך שוין ריין. און אויב יא, גייט מיין חקירה ווייטער, אויב האב איך מחליט געווען מאצע אז כ'פייף מעכאן און כ'ברענג נישט ס'געללט, אבער פאר ראשעשאנע האבעך דעסיידעט צו מאכן טשיווע, און כלויף אריבער צום רב און כ'ברענג אים ס'פולע פרייז. וואס געשענט יעמאלט, ווער איך יעצט למפרע צוריק ריין, אדער ווייל כ'אדעמאלס זיך אנגעפיפן און געווארן צוריק טמא, קען איך שוין נישט ווערן יעצט ריין. און אזוי שטיי איך מיר פארטיפט אין מיין חקירה, און כ'פארגעס אינגאנצן אויף וועלכן פלאנעט כ'בין בכלל, ווען פלוצלינג שטרעקט זיך אויס א האנט צו מיר מיט א ברייטן שלום עליכם.
שלום עליכם ר' איד, כ'פארשטיי אז איר זענט דא ניי אינעם געגנט ברוכים הבאים, איר קענט דא שטענדיג קומען דאוונען, דא איז דא א פיינע מקוה, איר זעט דאך אליין, יעדן טאג איז דא פרישע האנטוכער מיט זייף (כ'האב אנגעהויבן אזוי מיט די אויגן צו זיכן די זייף, ווייל כ'אבעס אינגאנצן נישט געזען, אבער צום סוף האבעך באמערקט לעבן טיר א קליין טישא באקס מיט זיבן שטיקלעך צובראכענע זייף). פארשטייט זיך אז איר וועט באצאלן מקוה געלט ווייל ס'קאסט דאך אסאך, און איר קענט דא אלעמאל קומען דאווענען מ'העט אייך געבן א גוטן פלאץ צו זיצן אויך פאר אייערע קינדער, אבער קומט נישט שפעט ווייל מ'דאווענט נישט דא שטייט, מ'דאווענט מיט פיל כוונה, אבער נישט שטייט, שבת נאכמיטאג וועלעך פארלערנען דא פרקי אבות און איר זענט געלאדנט צו קומען, איך זאג אייך איר וועט נישט חרטה האבן, דא איז א פול סערוויס שול, אלעס שטעלט מען צו, אויב וועט אייך בעז"ה געבארן ווערן א אינגעלע וועלעך מערצעשעם זיין אפי' מוהל, דער עיקר איז איר זאלט אייך דא פילן באקוועם, דאס אלעס. . נו, איר גייט דא אין מקוה יעצט? איר האט שוין געצאלט מקוה געלט?.
-ניין איך גיי נישט יעצט, כ'אנאר אזוי געוואלט זען וואס דא איז.
-העהע וואס הייסט וואס דא איז, דא איז די שענסטע געשמאקסטע שול אין די גאנצע געגנט. נווווווווו וואס שטיי איך דא און כ'בין אייך אזוי מסביר וועגן ס'שוהל, איר וועט דאך שוין קומען דא דאווענען היינט ביינאכט וועט איר אליין זען.
זען, אבער נאך ווי, כ'אשוין יעצט געזען מיט וועם כ'אב דא צוטוהן און כ'אמעך ארויסגעפיצט פון דארט אזוי נאר ווי דער רב האט זיך אויסגעדרייט פון מיין פנים, מיט א פעסטע החלטה, אז דעם שוהל דארף מען זען אויסצו מיידן פאר יעדן קאסט.
אבער נישט אלעמאל גייטעס אזוי ווי מעוויל. און א האלבע שעה פארן זמן קלינגט דער טעלעפאן, און דער רב אליין איז אויפ'ן אנדערן זייט טרייבל, און ער איז מיר פשוט מודיע ווען מ'דאוונט היינט ביינאכט, ווייל ער האט זיך געכאפט אז ס'יניש שיין געווען פון עם אז ער האט אזוי לאנג און שיין פארברענגט מיט מיר און ער האט מיר גארנישט מודיע געווען ווען מ'דאוונט. כ'אפשוט געטראכט אז וועסט נאך מיינען אז כ'וויל נישט אז זאלסט קומען. איז רוף איך דיך יעצט אן אז כ'וויל זאלסט קומען און כ'על דיך זען מיט ג-ט באריכיס הילף פונק אין א דרייפערטל שעה.
קיין גרויסע ברירות האבעך שוין נישט געהאט, און על אפכי ועל חמתכי בינעך געגאנגען דאוונען דארט'ן אין נצח יאנקל, און וואס מיינט איר. כ'קום אן אזוי פונקט צו דער צייט, און איר האט זיך טאקע נישט טועה געווען, כ'בין געווען ס'צווייטער איד אין סמעדריש. יא, דער רב דער ערשטער און איך דער צווייטער. נאנא, כ'אמעך שוין געראכטן אז דא העט שוין זיין א לאנגס און א ברייטס, און כ'הייב אן אזוי זוכן עפעס א ספר'ל אין וואס אריין צו קוקן ביז ר'וילעם קומט צוגיין.
אבער דער רב זעט אויס האט מיך נאך נישט גענוג מקרב געווען און ער קומט צו צו מיר און הייבט מיר אן מסביר זיין, אז אנדערע רבנים קענען פשוט נישט אזוי לערנען, ממילא איז זייער גאנצער חיות, דאס גרויסע מנין, משא"כ ................ מיין חיות ליגט אין פסק'ענען שאלות, שרייבן תשובות, פארלערנען שיעורים מדי יום ביומו און מדי שבת בשבתו (יאיא וואס מיינט איר נישט איין שיעור א טאג נאר עטליכע), האלטן דרשות און מעורר זיין יודישע הערצער לאבינו שבשמים, דאס איז מיין חיות, ממילא דארף איך נישט קייין גרויס מנין.
רבותי ס'יזייער שווער איבער צוקייען דעם גאנצען דרשה, נאר איין זאך, אז ער האט מיר אזוי אנגעדארשנט ביז ס'ישוין געווען א גאנצער מנין, נישט ששה, נאר א גאנצער מנין. אבער איינמאל סישוין געווען מנין, אההה האט מען זיך גענומען דאוונען מיט אזא חיות אז נאכפאר כ'אמעך געכאפט אז מען דאוונט שוין, האט שוין דער רב געהאלטן ביי שים שלום פון די הויכע שאמענעסרע. און פאר וואס ווי ווען שטייט ער לעבן מיר מיטן טלית ........... יא, א נייער איינוואוינער, קבלת שבת.
- אבער רב טייערער כ'אדאך נאכנישט געדאוונט קיין שאמענעסרע פון מנחה,. אבער פלוצלינג זעט אויס האט עם עפעס געכאפט ס'אויער, און ער איז טויב געווארן, ער הערט נישטאמאל מיינע פראטעסטן, ער פאקט מיר ארויף ס'טלית אויף'ן פלייצע, און ואייגעגי, דער קאטער איז נעלם געווארן, און ס'גאנצע עולם שטייט און ווארט אויף מיר. און מ'הייבט שוין אן נו'קענען, ס'ידאך שפעט, טירחה ד'ציבורא, האלט נישט אויף, גיי שוין, העסט שוין ענדיגן א צווייט מאל.
יא, ס'האט מער קיין סך נישט געהאלפן, און כ'בין שיינער הייט צוגעגאנגען צום עמוד. און וואונדער איבער וואונדער, ווי נאר כ'אצוגעטרעטן צטם עמוד, איז דער רב שוין דא געווען אויפן וועג צו זיין שטענדער, און ער מאכט נאר אזאוי א קליינער סטאפ ביי מיר און מורמלט מיר אריין אין די אויערן כהאי לישנא: נישט מאריך זיין, דאוונען מיט כוונה אבער נישט לאנג.
גלייבט מיר ס'האט נישט געדויערט לאנג, כ'אמעך נאר געוואלט זען אויף די אנדערע זייט טיר. ס'אט מיך שוין נישט געשטערט די טרעפ אינדרויסן אויף וועלכן כ'על דארפן גיין אין די טונקל מיט דעם צובראכענעם אנכאפער. אבי ארויס פון דא.
אבער נישט אזוי שנעל. דערוילעם דארט האט ווייזט אויס שוין געקענט דעם חברה'מאן זייער'ן און אויפן לעצטן קדיש האט מען שוין געדארפט מוותר זיין ווייל ס'ישוין קוים געווען מזומן. בין איך דאך געבליבן דער איינציגער קרבן דארט, האטער מיך ווידער אפיר גענומען נאכ'ן דאווענען. נא ר יוד שוין גע'ענדיגט חומש רשי די וואך?, הא? קום כ'על דעך אביסל מהנה זיין מיט דברי תורה. כ'בין זיכער עסט הנאה האבן, קענסטעס אפי' איבערזאגן ביים סעודה. יא דער מלבי''ם טייטשט אויפן פסוק ....................... .................... א ............... .............. נא, האבעך אייך געזאגט איר וועט הנאה האבן, אבער יעצט אז איר האט שוין דברי תורה איבער צוזאגן ביים סעודה קענט איר שוין אהיימגיין. יא, איימעניט. מערצעשעם שחרית מארגן האלב נאך ניין פונקטליך. אויך אזוי ווי היינט נישט קומען שפעט ווייל .................. און מארגן נאכמיטאג קומט איר מערצעשעם צום פרקי אבות שיעור פערטל פאר זיבן, כ'זאגייך ר'עציך באלעקן די פינגער'ס. פיין, גוטשאבעס גוטשאבעס. ענדלעך דריי מיט א פערטל שעה נאכן זמן בינעך אנגעקומען אהיים צו טרעפן מיינע צושראקענע אידענע מיט די קינדערלעך אינרויסן פון הויז ארומגענומען מיט די געטרייע נייע שכנים וועלכע האבן איר פרובירט צו בארוהיגן אז איר מאן וועט זיכער באלד אהיימקומען, ער מסתמא געגאנגען דאווענען אין נצח יאנקל, זארגט נישט ביז חצות וועט ער זיין אינדערהיים.
שוין מער לאז איך מיך שוין נישט פון דעם וואגאבונט, זאל ער מהנה זיין א צווייטן מיט פרקי אבות שיעור, ווייל מיר האט ער שיער נישט ארויסגענימען די נשמה מיטן פרייטיג צונאכטס שיעור. גענוג געווען. ס'פעלן ב"ה נישט קיין שוהלן אין געגנט. ס'הייסט זכרון יאנקל, היכל יאנקל, בית יאנקל, בני יאנקל, תולדות יאנקל, תפארת יאנקל, עטרת יאנקל, יא מ'עט שוין דאווענען ערגעץ, נאר נישט אין נצח יאנקל. און כ'האב טאקע מקיים געווען שוין וויפל? איינס, צוויי, דריי, (און דערביי צייל איך אזוי מיט די פינגער'ס), יא, דריי און אהאלב יאר שוין נישט אריינגעטרעטן אהין, דער רב האט טאקע גערופן, מודיע געווען ווען מען דאוונט, אז זיצן אויף ראשעשאנע יאמקיפער זענען זייער ביליג, און נאך אפאר אזעכע עניינים, אבער גענוג איז גענוג, און כאמעך נישט געלאזט.
------------------
ע"כ חלק א'
ההמשך בקרוב אי"ה.