שאלעשידעס

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

שאלעשידעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

יא, קענסט שוין אריינברענגען די אייער, ביזדערווייל עלעך זינגען אביסל זמירות.

חאהיי אדו... וברוך צורי באהאהאדוישעם טיסהאלייל נאהאפשי.............

- טאטי, ווי גיימער היינט דאווענען שאלעשידעס?
אוי, צאמאה נאפשי אל אדוהוהושעם ימאליי שובע..........
- אבער טאטי ווי גיימער היינט פאר שאלעשידעס?
- הערשעלע, יעצט זינגט מען זמירות, נאך זמירות עמער זען

מזמור לדוד אייאייאייאיי אדושם רוהוהואי לאהוי עכסאר........... ושבתי בבית ה' לאורך ימים

- נא, מאמי וואס איז געווארן מיט די אייער? - יאיא נאך איין סעקונדע. אקעי מוישעלע ביז מאמי ברענגט די אייער לאמער הערן וואס האסטו עפעס געלערנט דעי וואך?

- אבער טאטי, וואס גיימער טון בא שעלעשידעס?
- אקעי הערשעלע לאמעך הערן ווי ווילסטו גיין בא שאלעשידעס.
- אה איך וויל גיין צו בני יאנקל, טאטי. הערסט בני יאנקל. נישט דע זכרון יאנקל ווי מ'יז געווען לעצטע וואך, נאר צו בני יאנקל, דארטן ארויף דע לאנגע בארג. דארט איז דא גוטע קאלער סאודע, און אויך אסאך צו עסן. אקעי טאטי. אקעי?
- נונו הערשעלע, עמער שוין זען דעמאלס.
- וואס איז טאטי, האסט נישט ליב יענע שול?, אויב נישט קענעך אויך באשטיין מ'זאל גיין צו תפארת יאנקל, ווייסט דארט ווי מאטי טרויבנקוועטשער דאוונט. דארט קען מען אויך האבן אסאך פאן, וואס? ס'יז צו ווייט? סאו כ'בין שוין גרויס כ'קען שוין גיין צו א ווייטע שול, זעסט אפי' מאטי טרויבנקוועטשער קומט דארט. אקעי טאטי צו בני יאנקל אדער צו תפארת יאנקל.
- און פארוואס טאקע נישט צו זכרון יאנקל, דארט ווי לעצטע וואך?
- אה ווייל דארט זאגט מען זייער לאנג טוירע, און מעמוז זיין זייער שטיל, און איך קען נישט זיין אזוי שטיל פאר אזוי לאנג.

- נו וואס גייט דא פאר, פארוואס עסט מען נישט די אייער, די טשולנט איי איז דאך שוין אויסגעקילט? האא?
- יא הערשעלע'ן גייט אין לעבן שוין צו וויסן ווי מעגייט פאר שאלעשידעס. נו הערשעלע, זעסט שוין די טשולנט איי איז שוין אויסגעקילט. לאמיר יעצט עסן טשולנט, און מעט שוין רעדן וועגן שאלעשידעס שפעטער.

אקעי, יעדער האט שוין אויפגעגעסן די טשולנט? וואסי דאס שיינדי קריגסטיך ארום מיט חעזקי, דו טשולנט איז דאך שוין אויסגעקילט...........................

יא, זארגט אייך נישט די סעודה האט זיך ב"ה גע'ענדיגט אן דעם וואס הערשעלע איז געוואויער געווארן ווי מען גייט פאר שאלעשידעס, פשוט ווייל כאנאך אליינישט געוואוסט. אבער נישט געמאכט, ס'אט מיך נישט געשטערט צום נאכמיטאג שלאף, וועלכער איז מיין געשמאקסטער שלאף פון דעם גאנצן וואך. מ'האט ב"ה אריינגערוקט א דרייערל, ענדליך זיך אויפגעכאפט, און מ'גייט לערנען אביסל בני יששכר. סהייסט סידאל אלול, ניין?

איך עפן אויף דעם טיר פון צימער, און וואס מיינט איר, יא, הערשעלע ווארט מיך שוין אפ, ושאלה בפיו, ........איר קענט עס אליין אריינפילן................ יא, שאלעשידעס. נו, כאשוינישט קיין כח, פיין הערשעלע מ'עט מערצעשעם גיין אין א שול ווי די האסט ליב. יעצט ביסטו צופרידן? יא?.
- יא טאטי, און געדענק טאטי, נאר בני יאנקל אדער תפארת יאנקל, נישט זכרון יאנקל פון לעצטע וואך, אויך נישט תולדות יאנקל, און אויך נישט בית יאנקל, און אוודאי נישט נצח יאנקל. ווייסט דארט ביי די קארנער פון אונזער הויז, אקעי טאטי.
- אקעי הערשעלע. ---- איימעניט, וואס האט ער געזאגט דארט די לעצטע, נצח יאנקל ביים קארנער פון אונזער הויז? אינטערעסאנט אז ער געדענקט נאך אפי' וועגן דעם שול, כאדאך שוין נישט אריינגעטרעטן דארט, כ'מיין כ'געדענק שוין אפי' נישט ווילאנג. כאשוין פשוט פארגעסן אז דער שול לעבט נאך אפי'. אידאס אן אינטרעסאנטער שול. אנגענויבן מיט די סטעפס ארויפצוגיין, שמאלע געדרייטע סטעפס, מיט האלב איינגעפאלענע אנכאפערס, און למען השם, א צעטל וואס איז מודיע דעם עולם מ'זאל אכטונג געבן ווען מ'גייט ארויף די טרעפן ווייל ס'שטייט דאך ונשמרתם ........ כאילו אן דעם צעטל פארשטייט מען נישט אליין.

ווען מ'קומט שוין אן אינעווייניג איז אזוי. דער פאדערצימער איז אזא קליינטשיג'ס אזוי ערגעץ צווישן ד' על ד' און ז' על ז'. און דאס איז דער פאדערצימער, דער שמש שטוב, דער קאווע שטיבל, דער קויט רום, און בייטאג אדער ביי א שמחה ווען סקומען פרויען, (זאל נישט אויסגערעט זיין), דינט דאס אויך אלס ווייבער שול, וואס טאקע צוליב דעם איז אין דעם צימער אויך דא איינס פון די צוויי אהאלב ביהכ"ס פון דעם שול. (און דעמאלס דארפ'ן די מענער ארום קריכן ביז אין די בעק צו די עמערדשענסי עקזיט, וואס כ'וויל בעסער נישט אראפלייגן וואס מ'דארף אלס אדורך גיין ביז מ'קומט אן צו דעם טיר דארט.) ס'ערשטע באגעגן איך זיך מיט דעס בעסקעט מיט די מקוה האנטוכער. איימעניט, דער בעסקעט? סידאך דא דארט צוויי, איינס פאר די ריינע, און איינס פאר די .......... שטייצעך. איך צייל אפ דארט פונקטליך פיר גענוצטע האנטיכער, און ניין זויבערע, און כ'מיין טאקע זויבערע, נישט קיין נייע אבער זויבער, סהייסט יעדעס איינע האט לפחות פיר און אהאלב לעכער דערינען. כ'האב אזא חשד אז דער רב דא האט עפעס א אפמאך מיט עפעס א מקוה אז די מערסטע אפגענוצטע האנטיכער, די וואס דער גוי ניצט שוין אפי' נישט פאר א שמאטע, די האנטיכער זאל מען אנשטאט ווארפן אין מיסט, ברענגען צו עם אין שול. איך הייב זיך נאר אויף די אויגן, באגעגן איך א שיינעם געשריבענעם צעטל, געשריבן מיט דריי אנדערע מינע מעדשיק מארקער'ס, און צוויי אנדערע קאלער פען'ס. און דער צעטל זאגט יאוונע ויאסנע, אז אויב האט איר נישט באצאלט די פולע פרייז פון צוויי טאללער, און ערב שבת פיר טאללער, דאן זאלט איר ניטאמאל חלומ'ען פון אריינגיין דא, ווייל דער רב האט שוין אנגעזאגט דעם מקוה אז ער זאל פשוט נישט רייניגן די יעניגע וועלכע צאלן נישט דעם פולן פרייז. יא אזוי ווי איר הערט, נישט "כ"טובל ושרץ בידו נאר טאקע ממש טובל ושרץ בידו. גאנץ איינפאך דער מקוה וועט אייך אריינלייגן צווישן די פינגער, אזוי אומבאמערקבאר, א גאנץ שרצ'ל, און איר וועט ארויסגיין אפשר נאך מער טמא ווי איר זענט אריינגעקומען. אין מיינט איר אז דער צעטל איז שוין פערטיג? עה, ווייט נאך דערפון. כ'אדעך אייך געזאגט דריי מעדשיק מארקערס און צוויי אנדערע פענעס, נו מ'דארף דאך עפעס שרייבן מיט די אלע געצייגן.

גייט דער צעטל ווייטער מיט א שארפקייט, אפי' שבת אינדערפרי טארט איר נישט קומען דא אויב האט איר נישט באצאלט פרייטאג דעם פולן פרייז פון פיר טאללער. טאמער זענט איר יא געקומען דא שבת בבוקר און איר זענט נישט געווען פרייטאג און באצאלט ............ דאן טארט איר נישט נוצן קיין האנטוך, (אויב עס איז נאך דא, שטייצעך). און יעצט קומט ער צו צום אויספיר, אז אויב האט איר נישט געהאט קיין ברירה און איר זענט אנגעקומען אהער שבת צופרי און איר זענט נישט געווען דא פרייטאג און באצא....................... דאן מוזט איר זיך פארנעמען בכל חומר נדרים ושבועות, אז נאך שבת וועט איר צוריק אהער קומען, און באצאלן דעם פולן פרייז. האט איר געהערט. יא, נאר אזוי וועט דער מקוה איינגיין אייך צו רייניגן, אנדערש בלייבט איר טמא, אזוי זאגט בפירוש דער פילפארביגער צעטל אויף'ן וואנט.

שטיי איך מיר אזוי ביים צעטל, און כ'פארטראכט זיך אין א חקירה. ווי וועט זיין אויב מ'איז בלית ברירה אנגעקומען אהער שבת בבוקר און מען איז נישט געווען דא פרייטאג און וכו', און מענאט זיך אונטער גענומען לויט אלע תנאים אהער צוברענגען ס'געלט מאצע שאבעס, און .............. יא מ'האט פארגעסן צו ברענגען, וואס געשעט דאן. ווערט מען צוריק טמא למפרע, קומט דער מקוה יעצט צולויפן און ער שטיפט מיר אריין צווישן די פינגער א ווארעם'ל אדער יעצט בלייב איך שוין ריין. און אויב יא, גייט מיין חקירה ווייטער, אויב האב איך מחליט געווען מאצע אז כ'פייף מעכאן און כ'ברענג נישט ס'געללט, אבער פאר ראשעשאנע האבעך דעסיידעט צו מאכן טשיווע, און כלויף אריבער צום רב און כ'ברענג אים ס'פולע פרייז. וואס געשענט יעמאלט, ווער איך יעצט למפרע צוריק ריין, אדער ווייל כ'אדעמאלס זיך אנגעפיפן און געווארן צוריק טמא, קען איך שוין נישט ווערן יעצט ריין. און אזוי שטיי איך מיר פארטיפט אין מיין חקירה, און כ'פארגעס אינגאנצן אויף וועלכן פלאנעט כ'בין בכלל, ווען פלוצלינג שטרעקט זיך אויס א האנט צו מיר מיט א ברייטן שלום עליכם.

שלום עליכם ר' איד, כ'פארשטיי אז איר זענט דא ניי אינעם געגנט ברוכים הבאים, איר קענט דא שטענדיג קומען דאוונען, דא איז דא א פיינע מקוה, איר זעט דאך אליין, יעדן טאג איז דא פרישע האנטוכער מיט זייף (כ'האב אנגעהויבן אזוי מיט די אויגן צו זיכן די זייף, ווייל כ'אבעס אינגאנצן נישט געזען, אבער צום סוף האבעך באמערקט לעבן טיר א קליין טישא באקס מיט זיבן שטיקלעך צובראכענע זייף). פארשטייט זיך אז איר וועט באצאלן מקוה געלט ווייל ס'קאסט דאך אסאך, און איר קענט דא אלעמאל קומען דאווענען מ'העט אייך געבן א גוטן פלאץ צו זיצן אויך פאר אייערע קינדער, אבער קומט נישט שפעט ווייל מ'דאווענט נישט דא שטייט, מ'דאווענט מיט פיל כוונה, אבער נישט שטייט, שבת נאכמיטאג וועלעך פארלערנען דא פרקי אבות און איר זענט געלאדנט צו קומען, איך זאג אייך איר וועט נישט חרטה האבן, דא איז א פול סערוויס שול, אלעס שטעלט מען צו, אויב וועט אייך בעז"ה געבארן ווערן א אינגעלע וועלעך מערצעשעם זיין אפי' מוהל, דער עיקר איז איר זאלט אייך דא פילן באקוועם, דאס אלעס. . נו, איר גייט דא אין מקוה יעצט? איר האט שוין געצאלט מקוה געלט?.
-ניין איך גיי נישט יעצט, כ'אנאר אזוי געוואלט זען וואס דא איז.
-העהע וואס הייסט וואס דא איז, דא איז די שענסטע געשמאקסטע שול אין די גאנצע געגנט. נווווווווו וואס שטיי איך דא און כ'בין אייך אזוי מסביר וועגן ס'שוהל, איר וועט דאך שוין קומען דא דאווענען היינט ביינאכט וועט איר אליין זען.

זען, אבער נאך ווי, כ'אשוין יעצט געזען מיט וועם כ'אב דא צוטוהן און כ'אמעך ארויסגעפיצט פון דארט אזוי נאר ווי דער רב האט זיך אויסגעדרייט פון מיין פנים, מיט א פעסטע החלטה, אז דעם שוהל דארף מען זען אויסצו מיידן פאר יעדן קאסט.

אבער נישט אלעמאל גייטעס אזוי ווי מעוויל. און א האלבע שעה פארן זמן קלינגט דער טעלעפאן, און דער רב אליין איז אויפ'ן אנדערן זייט טרייבל, און ער איז מיר פשוט מודיע ווען מ'דאוונט היינט ביינאכט, ווייל ער האט זיך געכאפט אז ס'יניש שיין געווען פון עם אז ער האט אזוי לאנג און שיין פארברענגט מיט מיר און ער האט מיר גארנישט מודיע געווען ווען מ'דאוונט. כ'אפשוט געטראכט אז וועסט נאך מיינען אז כ'וויל נישט אז זאלסט קומען. איז רוף איך דיך יעצט אן אז כ'וויל זאלסט קומען און כ'על דיך זען מיט ג-ט באריכיס הילף פונק אין א דרייפערטל שעה.

קיין גרויסע ברירות האבעך שוין נישט געהאט, און על אפכי ועל חמתכי בינעך געגאנגען דאוונען דארט'ן אין נצח יאנקל, און וואס מיינט איר. כ'קום אן אזוי פונקט צו דער צייט, און איר האט זיך טאקע נישט טועה געווען, כ'בין געווען ס'צווייטער איד אין סמעדריש. יא, דער רב דער ערשטער און איך דער צווייטער. נאנא, כ'אמעך שוין געראכטן אז דא העט שוין זיין א לאנגס און א ברייטס, און כ'הייב אן אזוי זוכן עפעס א ספר'ל אין וואס אריין צו קוקן ביז ר'וילעם קומט צוגיין.

אבער דער רב זעט אויס האט מיך נאך נישט גענוג מקרב געווען און ער קומט צו צו מיר און הייבט מיר אן מסביר זיין, אז אנדערע רבנים קענען פשוט נישט אזוי לערנען, ממילא איז זייער גאנצער חיות, דאס גרויסע מנין, משא"כ ................ מיין חיות ליגט אין פסק'ענען שאלות, שרייבן תשובות, פארלערנען שיעורים מדי יום ביומו און מדי שבת בשבתו (יאיא וואס מיינט איר נישט איין שיעור א טאג נאר עטליכע), האלטן דרשות און מעורר זיין יודישע הערצער לאבינו שבשמים, דאס איז מיין חיות, ממילא דארף איך נישט קייין גרויס מנין.

רבותי ס'יזייער שווער איבער צוקייען דעם גאנצען דרשה, נאר איין זאך, אז ער האט מיר אזוי אנגעדארשנט ביז ס'ישוין געווען א גאנצער מנין, נישט ששה, נאר א גאנצער מנין. אבער איינמאל סישוין געווען מנין, אההה האט מען זיך גענומען דאוונען מיט אזא חיות אז נאכפאר כ'אמעך געכאפט אז מען דאוונט שוין, האט שוין דער רב געהאלטן ביי שים שלום פון די הויכע שאמענעסרע. און פאר וואס ווי ווען שטייט ער לעבן מיר מיטן טלית ........... יא, א נייער איינוואוינער, קבלת שבת.

- אבער רב טייערער כ'אדאך נאכנישט געדאוונט קיין שאמענעסרע פון מנחה,. אבער פלוצלינג זעט אויס האט עם עפעס געכאפט ס'אויער, און ער איז טויב געווארן, ער הערט נישטאמאל מיינע פראטעסטן, ער פאקט מיר ארויף ס'טלית אויף'ן פלייצע, און ואייגעגי, דער קאטער איז נעלם געווארן, און ס'גאנצע עולם שטייט און ווארט אויף מיר. און מ'הייבט שוין אן נו'קענען, ס'ידאך שפעט, טירחה ד'ציבורא, האלט נישט אויף, גיי שוין, העסט שוין ענדיגן א צווייט מאל.

יא, ס'האט מער קיין סך נישט געהאלפן, און כ'בין שיינער הייט צוגעגאנגען צום עמוד. און וואונדער איבער וואונדער, ווי נאר כ'אצוגעטרעטן צטם עמוד, איז דער רב שוין דא געווען אויפן וועג צו זיין שטענדער, און ער מאכט נאר אזאוי א קליינער סטאפ ביי מיר און מורמלט מיר אריין אין די אויערן כהאי לישנא: נישט מאריך זיין, דאוונען מיט כוונה אבער נישט לאנג.

גלייבט מיר ס'האט נישט געדויערט לאנג, כ'אמעך נאר געוואלט זען אויף די אנדערע זייט טיר. ס'אט מיך שוין נישט געשטערט די טרעפ אינדרויסן אויף וועלכן כ'על דארפן גיין אין די טונקל מיט דעם צובראכענעם אנכאפער. אבי ארויס פון דא.

אבער נישט אזוי שנעל. דערוילעם דארט האט ווייזט אויס שוין געקענט דעם חברה'מאן זייער'ן און אויפן לעצטן קדיש האט מען שוין געדארפט מוותר זיין ווייל ס'ישוין קוים געווען מזומן. בין איך דאך געבליבן דער איינציגער קרבן דארט, האטער מיך ווידער אפיר גענומען נאכ'ן דאווענען. נא ר יוד שוין גע'ענדיגט חומש רשי די וואך?, הא? קום כ'על דעך אביסל מהנה זיין מיט דברי תורה. כ'בין זיכער עסט הנאה האבן, קענסטעס אפי' איבערזאגן ביים סעודה. יא דער מלבי''ם טייטשט אויפן פסוק ....................... .................... א ............... .............. נא, האבעך אייך געזאגט איר וועט הנאה האבן, אבער יעצט אז איר האט שוין דברי תורה איבער צוזאגן ביים סעודה קענט איר שוין אהיימגיין. יא, איימעניט. מערצעשעם שחרית מארגן האלב נאך ניין פונקטליך. אויך אזוי ווי היינט נישט קומען שפעט ווייל .................. און מארגן נאכמיטאג קומט איר מערצעשעם צום פרקי אבות שיעור פערטל פאר זיבן, כ'זאגייך ר'עציך באלעקן די פינגער'ס. פיין, גוטשאבעס גוטשאבעס. ענדלעך דריי מיט א פערטל שעה נאכן זמן בינעך אנגעקומען אהיים צו טרעפן מיינע צושראקענע אידענע מיט די קינדערלעך אינרויסן פון הויז ארומגענומען מיט די געטרייע נייע שכנים וועלכע האבן איר פרובירט צו בארוהיגן אז איר מאן וועט זיכער באלד אהיימקומען, ער מסתמא געגאנגען דאווענען אין נצח יאנקל, זארגט נישט ביז חצות וועט ער זיין אינדערהיים.

שוין מער לאז איך מיך שוין נישט פון דעם וואגאבונט, זאל ער מהנה זיין א צווייטן מיט פרקי אבות שיעור, ווייל מיר האט ער שיער נישט ארויסגענימען די נשמה מיטן פרייטיג צונאכטס שיעור. גענוג געווען. ס'פעלן ב"ה נישט קיין שוהלן אין געגנט. ס'הייסט זכרון יאנקל, היכל יאנקל, בית יאנקל, בני יאנקל, תולדות יאנקל, תפארת יאנקל, עטרת יאנקל, יא מ'עט שוין דאווענען ערגעץ, נאר נישט אין נצח יאנקל. און כ'האב טאקע מקיים געווען שוין וויפל? איינס, צוויי, דריי, (און דערביי צייל איך אזוי מיט די פינגער'ס), יא, דריי און אהאלב יאר שוין נישט אריינגעטרעטן אהין, דער רב האט טאקע גערופן, מודיע געווען ווען מען דאוונט, אז זיצן אויף ראשעשאנע יאמקיפער זענען זייער ביליג, און נאך אפאר אזעכע עניינים, אבער גענוג איז גענוג, און כאמעך נישט געלאזט.

------------------

ע"כ חלק א'
ההמשך בקרוב אי"ה.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ריזיג!!! ריזיג!!!

כ'מוז דערגיין ווער ב'באהאלט זיך אונטער'ן פשוט'ן ניק "טהור עיניים".

וויפיל מליצות אין דעם תגובה, אזויפיל מלאכים זאלן זיין אויפ'ן דאך. (ס'שטימט נישט? ס'גראמט נישט? נו וואסי אז ס'שטימט נישט? איינעראטיך געפרעגט צי ס'שטימט אדער נישט? וואס מישטעך אריין, הא?)
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

געוואלדיג!!!!!!!!!!!!!!!!
9/11/01

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 9/11/01 »

מעיזשאאאאאאאאאר!!!!!!!!!!!
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

וואס האסטו געשריבען?

מעיאאאאאאאאאאאאאאאארר!!!!!!!!
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

סטויג נישט

קאמענטארן דא? אדער אין פארברענגען?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ביטע דא נישט ממשיך זיין מיט קיינע קאמענטארן. גיין דא
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

שאלעשידעס חלק ב'

---------------

- טאאאאאטי, האסט שוין גע'ענדיגט לערנען? מ'דאף שוין גיין צו שאלעשידעס, אפי' די געסט וואטן שוין. שששששששששששששששששששששששששששש ששששששששששששששששששש שששששששששששששששששששש
- אבער טאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאטי הערסט נישט מדאף שוין גיין צו שאלעשידעס, אלע געסט ווארטן שוין.

- אה, וואס? שאלעשידעס? געסט? אה יא טאקע, כאשוין נגאנצן פאגעסן ווי כ'האלט דא, יא, מגייט שוין, איימעניט, וויפל אזייגער איז, אה מדאף שוין טאקע באלד גיין.

אבער אוי וואס גייט דא פאר, אזעכע קרעמפן האבעך שוין לאנג נישט געהאט, סידאך ממש שוידערליך, כפאשטיי אפי' נישט וויזוי כאגעקענט זיין אזוי פאטראכט אן צו פילן די בויך קרעמפפן וואס האבן מיך דא געכאפט, ממש א פחד, נאשוין כ'על דא מוזן פרובירן עפעס ערלעדיגן, אפשר העטעס בעסער ווערן ווייל אויב נישט ווייסעך נישט ווי כ'על בכלל קענען גיין אין שול מיט אזעכע ווייטאגן. נו מילא סתם א שבת וואלט עך נאך געקאנט אזאנס אדורכשטיפן, אבער נישט יעצט מיט אלע געסט דא, ס'פאסט נישט, דער שווער, די שוואגערס, בפרט נאך דער שוואגער דער דיין, דער פעטער יעקעלע, מקען נישט אזוי, ממוז גיין אין סמעדריש אריין היינט.

נאך א האלבע שעה פון כאנעס, איז דער מצב געווארן עטוואס בעסער און די געסט א שיין ביסל אנגעצויגענער. וואס טוט מען דא, די בויך ערלויבט מיר קוים צו שטעלן א טריט ארויס פון שטוב, און דער זייגער זאגט אויך נישט קיין גוטע נייעס, וויזוי העטעס שוין אויסקוקן אריינצומארשירן אין בעסמעדריש אריין א גאנצער מיליטער ווען מ'האלט שוין באלד ביי קדושה, און יעדער וועט קוקן...........

און דעמאלס, יא, פונקט אזוי די רגע איז מיר בייגעפאלן אנייצע, אבער נישט סתם, נאר אזאנייצע וואס וועט מיר לייזן אלע פראבלעמען אויף איינמאל.

יא חברה, רבותי מ'העמער גיין דאווענען יעצט ביי שאלעשידעס צו נצח יאנקל, יא, דא ביים קארנער. (פשוט, אזוי איז אלעס גע'סאלווט, די בויך, אפאר טריט ביזן קארנער קען מען נאך גיין, און דארט ווארט מען נאך זיכער אויף מנין, -הע, דער רב האלט מסתמא יעצט האסטידש דארט עפעס איינעם וואס איז נעבעך אריינגעפאלן אזוי אום וויסנדיג - אזוי אז מיר וועלן אנקומען אזוי כמעט א מנין אויף אמאל וועט מען זיך תיכף שטעלן), יא עטץ הערטס, עטץ מוזט נישט אלע קומען אהין, ס'יז אביסל א אינטערעסאנטע שול (שוין, יעצט קען מען שוין נישט האבן קיין טענות אויף מיר, כאדאך זיי געזאגט), אויב איר ווילט קענט איר גיין צו תפארת, זכרון, בית, תולדות, בני, ................... אבער איך קען פשוט נישט גיין ווייטער, די מאגן לאזט מיך נישט.

- וואס טאאאאאאאאאטי, מגייט צו נצח יאנקל? געדענקסט נישט?
- שששששששששששש הערשעלע שטילער, סינישיין צו שרייען אזוי הויעך אינמיטן גאס, אויסערדעם מיינעך אז סישוין בעסער געווארן זייט דריי און אהאלב יאר צוריק.

קיין גרויסע ברירה האטער סייווי נישט געהאט מיין הערשעלע, און אלע מיינע געסט האבן אויך געזאגט, (מסתמא ווייל ספאסט אזוי), נע מ'העמער שוין גיין מיט דיר. מיין דיין שוואגער האט נאך געזאגט אזוי, אויב ס'איז אינטרעסאנט העמער דעך אלע הנאה האבן, און מיט דעם האט ער אונז אלעמען אפגע'פסק'נט, צו נצח יאנקל אויף שאלעשידעס.

מארשירן מיר אזוי די גאנצע גרופע צום קארנער, און איך כאפ מיר אן דעם בויך פון ווייטאג. און ביז געציילטע סעקונדן האמער זיך אלע אזוי ארויפגעדראפעט די שווערע טרעפ, בשעת יעדער עקסטער פרעגט מיך וואס אידאס דא, דאס דארף יעדער אדורכגיין אנצוקומען אין דעם שוהל?, יאיא זאג איך דאס איז נאר דער אנהויב.

שוין ב"ה גע'ענדיגט זיך דראפען אויף די טרעפ, איך שטיי שוין ביים טיר, יא די זעלבע צובראכענע הענטל פון דריי און אהאלב יאר צוריק. מיט א רציחה געב איך א שלעפ דעם טיר אין יאג זיך אריין אינעווייניג, א שנעלער בליק אויף רעכטס האט מיר פארזיכערט אז דער מקוה צעטל מיט אלע קאלירן הענגט נאך דארט במלוא הודה והדרה, אזוי אויך האב איך באמערקט דעם בעסקעט מיט די אכט אהאלב אגעניצטע מקוה האנטוכער. אבער קיין צייט אויף הסברים פאר מיין משפחה האב איך נישט געהאט יעצט, מ'דארף דאך אנהייבן דאוונען, עפן איך אויף ברייטהארציג דעם טיר צום סמעדריש, און איך לאדן איין אלע מיינע געסט אריינצוקומען, און אזוי שטייענדיג דארט האב איך נאך עספיעט צו הערן ווי דער רב זאגט דארט פאר איינעם פון די פיר אידן וועלכע זענען שוין פון פריער געווען דארט: נא, האב איך דיר געזאגט אז ביז כ'וועל ענדיגן דעם דבר תורה וועט שוין זיין מנין? אבי איר האט זיך געזארגט. ...............

און דער רב, מיטן זעלבן שמייכן ווי פאר דריי אהאלב יאר צוריק, האט אונז אלע מקבל פנים געווען מיט א ברייטע שאלעמלייכעם, און זיך גארנישט געזוימט, נאר תיכף אנגעהויבן, און קיין פשרות און וויכוחים: יעצט קומט איר? ווי זענט איר אלע געווען ביים פרקי אבות שיעור, הא, וואס זענט איר נישט געקומען דעמאלס, איר ווילט מיר זאגן אז איינער פון אייך קען שענער פארלערנען? האאאאאאאא?, (שוין איך בין געווען צופרידן אז ער נעמט זיך נישט פערזענליך צו מיר), אבער מיין יונגסטער שוואגער (איר מוזט פארשטיין ער האט דאך נישט געקענט דעם רב, און צוליב זיין יונגקייט האט ער זיך אביסל דערשראקן) האט זיך גענומען די מיה מודיע צו זיין פארן גע'עהרטן רב אז: מיר האבן דאך נישט געוואוסט אז איר לערנט פאר פרקי אבות. וווווווואאאאאאאאאאאסססססס????????????, דרייט זיך אויס דער רב צו מיר מלא תימא, דאס מיינט אז איר האט גארנישט מודיע געווען אייערע געסט וועגן מיין פרקי אבות שיעור? וואס איז מיט אל תמנע טוב מבעליו, און סתם אזוי ביטול תורה דרבים. פון די אלע זאכן האט איר גארנישט מורא. איך פאשטיי אייך נישט איר זענט דאך א חסידישער יונגערמאן. אנשטאט ענפערן, האבעך אנגעהויבן נערוועז קוקן פונעם רב צום זייגער און צוריק, אזוי אפאר מאל ביז דער רב האט געכאפט דעם רמז. און צוגעקומען צו מיר און אויסגערופן הויעך אזוי אז יעדער זאל הערן: איר זענט דאך אונזער שטענדיגער בעל תפילה, ווען איר זענט דא בין איך נישט מוותר אייך צו הערן. איר זענט מכובד מיט מנחה. שטייצעך אזער האט נישט פארגעסן דעם לחש: מיט כוונה אבער בזריזות (דאסמאל וואלט איך סייווי אזוי געטון ווייל מ'האט שוין באלד נישט געטארט דאוונען).

אה בארכעשעם, גע'ענדיגט מיטן מנחה, און מ'גייט זיך וואשן צו שאלעשידעס, מיין שווער וואשט זיך דער ערשטער, זעצט זיך צום טיש און נעמט תיכף לחם משנה און וויל שוין מאכן א מויצע ווען פלוצלינג, טררררררראאאאאאאאאאאאאאאאאאך. דער רב געט עם א כאפ דאס האנט. און שטעלט עם אפ. איימעניט מ'קען נישט דא אזוי מאכן איין מענטש לחם משנה אויף צוויי בילקעס, ס'ינישדא גענוג. וואס מיינט איר, איר ווייסט וואס בילקעס מיט הערינג און טונא קאסט היינט אפ, כ'קען זעכס נישט ערלויבן, זאל יעדער איינער זיך וואשן נאכדעם עמער זען וויפיל לחם משנה ס'ידא. איר דארפט אייך נישט פארשטעלן, איך מייין אז עצץ ווייסט פונקליך וויזוי איך האב מיך געפילט דאמאלס, אבער וואס קעמען טון, כאנאר מתפלל געווען אז דאס זאל שוין זיין דאס ערגסטע.

שוין ענדלעך זעך גאוואשן, צום סוף איז געווען דריי און אהאלב סעטס פון לחם משנה, און מ'האמער זעך שטייצעך צוטיילט דערמיט, צוזאמען מיט די אנדערע פיר יודן פון שול, ערשט יעצט איז דער רב צוגעגאנגען צום שאפע און ארויסגענומען צוויי גרויסע היימישע חלות, מיט א סעט י"ב חלות דערצו, און אנגעהויבן מאכן יאמטעוו, מסדר געווען אלע חלות שיין, ארויסגענומען פון אונטערן באלעמער דעם שיינעם זאלץ מעסטל, מיטן גרויסן מעסער און געגאנגען זיך וואשן, שוין, חלה וועט שוין זיין כאטשיק צו עסן, ווייל עפעס אנדערש האמער דערווייל נאכנישט געזען. אבער וואס מיינט איר,דער רב האט געמאכט א הויכן מויצע און אן קיין שום שהיות צוגערופן מיין שמואלי אווי ער וואלט געווען זיינער, איינגעוויקלט ביידע היימישע חלות אינעם גרויסן האנטוך, (חוץ זיין שטיקל וואס ער האט זיך אויסגעשניטן, שטייצעך), און געשיקט שמילי'ן מיט ס'גאנצע פעקל ארויף צו די רעביצין, יא וואס קען מען טאן די רביצין איז דאך אויך נישט געמאכט פון עפעס ווייסעך וואס, און זי דאף אויך עסן שאלעשידעס. שוין יעצט אז די רביצין איז שוין קער גענומען, איז געקומען די צייט קער צו נעמען פון אונז, דער רב רופט צו מיין צווייטן זון און פרעגט עם שטיל וויזוי ער הייסט: יאנקי, ענפערט ער (נא וויזוי דען) אה יאנקי ביסטאך א וואויל יונגל, ווילסטאך אוודאי אז זיידי מיט טאטי זאלן האבן שאלעשידעס, איז גיי צום פרידשידער און נעם ארויס פון דארט, דארט עסטו טרעפן דעם גאנצן שאלעשידעס רעדי, מ'דאףעס נאר ארויסנעמען און אראפלייגן אויףן טיש.

געגאנגען, יאנקי לויפט צו צום פרידש, און דער אוילעם רייצט זיך שוין דעם אפעטיט. ס'הייסט מ'גיייט דאך שוין ענדליך עסן שאלשידעס נאך אזוי פיל ווארטן. נו, וואס מיינט איר, מ'האט זיך טאקע נישט גענארט. יאנקי האט ארויסגענומען פון דארט א גאנצער טעלער מיט הערינג, נאך א גאנצער טעלער מיט ...... וואס? אה איימעניט, דאס איז שוין גארנישט אזוי פשוט דער טעלער איז געווען איינגעטיילט אין דריי, א דריטל טונא א דריטל אייער און נאך א דריטל אליווס, יא, ארייכער שאלעשידעס, און יאנקי הייבט אן מארשירן צום טיש מיט די אלע סחורה אווי ער וואלט ווען געהאט דא געבראטענע קאטשקעס, און מיר הייבן זיך אן שארפן די נעזער אויף דאס ביסל הערינג, אבער אווי יאנקי האט זיך נאר דערנענטערט אין די ד' אמות פונעם טיש האט דער רב עם צוגעריפן צו זיך, אראפ גענומען צוויי הערינג'לעך און אונגעהויבן ציילן הויעך, איינס צוויי דריי אא"ו ביז אכט, יא אכט שטיקעלעך הערינג האבן זיך געטראגן מיט א שטאלץ אויף אויבערפלאך פונעם טעלער, און דער רב איז געווען אין א דילעמא, וואס טוט מען דא. ער האט זיך נישט געראכטן אויף צוועלעף מענטשן מיט אפאר קינדער. אבער ער האט זיך שנעל אנייצע געגעבן, ער נעמט אפיר ס'מעסערל און הייבן אן אפערירן, יא ער צושניידט אלע הערינגלעך איינע ביי איינע, און רופט אויס הויעך: די הערינג איז נישט פאר די קינדער, די קינדער זאלן עסן אנדערע זאכן.

אצינד שטעלט אייך אליין פאר, אז ביז צירקע צוויי און אהאלב מינוט איז שוין נישט געווען קיין זכר פון קיין הערינג אדער פון עני אנדערע זאך וואס יאנקי האט פריער ארויסגענומען, און הערשעלע האט ניטאמאל עספיעט אראפצוציפן עפעס פאר זיך. האט ער מיר אנגעהויבן דרייען א קאפ הויעך אזוי אז יעדער האט געהערט.
- טאטי כאדער געזאגט אז כ'וויל נישט קומען דא, כבין אזוי הונגעריג און דארשטעריג כאנאך גאנישט געגעסן און סישוין גאנישדא. טאאאאאאטיייייייי כ'וויל עפעס עסן.

נאך פאר כ'אב אפי' געקענט זאגן הערשעלען ער זאלעס נישט זאגן הויעך, האט שוין דער גאנצער עוילם געהערט און זיך אנגעהויבן שטויסן אונטערן טיש, און דער רב האט געכאפט אז ס'מעשה טויג נישט, רופט ער זיך אן שנעל: אוי כ'האב אינגאנצן פאגעסן פון די פיש, הערשעלע ביסט הונגעריג, לויף ארויף צו די רביצין און זאג אז כ'אגעבעטן זי זאל אראפ שיקן מיט דיר די פיש וועסטו האבן צו עסן, ביזדערווייל יאנקעלע, דו האסט דאך אזוי שיין סערווירט דעם עולם, נו ברענג ארויס פון די קלאזעט דארט אין פאדערצימער אביסל סעלצער, הערסט צוויי סעלצער זאלסטו ברענגען, נישט קארגן, דער עולם איז דארשטיג.

אינצווישן איז שוין הערשעלע אנגעקומען מיט די ...... פיש יא, פיש. און וואס מיינט איר סתם אזוי עפעס פיש, נאאאאאא סעלמאן פיש, יא, הערשעלע האט געטראגן א רינדיגן טעלער אויף וועמען ס'זענען אזוי מאיעסטעטיש געווען אויסגעשטעלט צוויי גאנצע סלייסעס סעלמאן פיש, און נישט סתם, נאר געבאקענע סעלמאן. און ווי איך קוק מיר אזוי איין אין די פיש קוקן זיי מיר עפעס אויס זייער באקאנט, ערגעץ ווי האב איך זיי שוין געזען, און כ'פראביר זיך צו דערמאנען, און יגעת ומצאת תאמען. יא, דינסטאג בינעך געווען ביי א חתונה ווי כ'אדארט געזען טאקע אט די פישלעך, און כ'דערמאן זיך טאקע אז כ'אדעם רב אויך געזען ביי די חתונה, און כ'מיין אז כ'אב אפי' געזען דארט א שאפינג בעג ארויסשטעקן פון זיין טאש. נא, נישטא קיין ציייט צו טראכטן דער רב כאפט דעם טעלער צושניידט יעדן שטיקל אין דרייען און דערלאנגט אהין הערשעלען איינס פון די זעקס פריש געמאכטע סלייסעס, און גיסט עם נאך אן דערביי דאס לעצטע דריי אנסעס סעלצער וואס איז נאך געבליבן, (אויך נאר ווייל ער האט עס געוואטשט פאר הערשעלען), און היידא, געגאנגען, אסקיני סידאסא דימיימעניסא, טראלללאאאאאאאאאלללללללללליייייייייי לללללללללללאאאאאאאאאאאאאאאאלללללללללללללללאאאאאאאאאאאאאאאללללללללללייייייייייייייייייי. ........ לללאאאלללייייייי, .............

יא, מכבד געווען דעם שווער מיט אודה און דעם שוואגער מיט ברוך קלעליען, דעם אנדערן שוואגער מיט דרור יקרא, און דעם פעטער מיט ידיד נפש, און שששששששששששששששאאאאאאאאאאאאאאאאאא שטיללללללללללללל. דער רב הייבט אן תורה, אוואדע שטייט אין פסוק, און א ענלעכע פסוק אין, פרשת ......... און דעראראכייעם זאגט אז............... און שטייט אין מאור ושמש ................. און אין בני יששכר .............. און לויט דעם קען מען פארשטיין דעם מהרש"א אין מסכת שבת וואס זאגט ........................ וגו' וכ', פינעוו, צען, פופצן מינוט, פינעוו אין צוואנציג, א האלבע שעה, דערוילעם קוקט שוין אויף די זייגער'ס און מ'טופעט מיט די פוס, אבער דער רב איז יעצט ערגעץ אין די עליונים און ווייסט נישט פון חיות צו זאגן, ביז...... הערשעלע האט עם צוריק געברענגט צום חיות. דהיינו, ער האט געטראפן אין שול איינעם פון די אלע פיקטשער ספרים, (כאנישט געזען פונקטליך צו דעם משניות שבת פון פעלדהיים, צו די ד' מינים פיקטשער ספר, צו אפשר גאר דער עוז והדר ראשעשאנע גמרא), און ער מיט מוישי, שמילי און יאנקי האבן זיך גענומען לערנען א שיעור בעיון דערינען, ביז זיי האבן גענצליך פארגעסן ווי זיי זענען, און דער שיעור זייערער האט אנגעהאויבן ווערן העכער און העכער, ביז הערשעלע האט א געשריי געטאן הויעך, "דער פיקטשער הענגט אין אונזער קלאס". און ויקץ ............ דער רב האט זיך אויפגעכאפט, און........... אנגעהויבן ווייזן הערשעלען אז ער קען בעסער, וואסא כיצפע איז דאס, הא, ווי לערנען די קליינע מחוצפים, איך וויל רעדן מיטן מענאל, אזאנע קינדער, שרייען אינמיטן דעם רב'ס טוירע, הא, טהור'ל ווי שיקסטו דיינע קינדער, הע, קענסט זיי נישט אליין מחנך זיין, וועל איך דאס טון אנשטאט דיר. מיין שכן ביי דער לינקער זייט האט מיך גע'ציפט די האנט, דער פון דער רעכטער זייט, האט געציפט די פוס דער פון קעגן איבער האט געשטויסן און דער פעטער איז ארויסגעלאפן און ס'קיסע אריין אז ער זאל נישט אויסשיסן הויעך. אבער דער רב האט טאקע מקיים פסק געווען, הערשעלען האט ער אוועגעזעצט אויבן אן לעבן זיך, יאנקי'ן האט ער געשיקט לעבן ארון קודש, שמילי'ן לינקס און מוישי'ן אין ווינקל, און פערטיג, דערכערעץ זאל מען האבן ווען דער רב רעדט. נונו, ס'האט אונז גארנישט געהאלפן, אשעה מיט א פערטל האט אונזער רב צאם געדרעשעט, ממצרים ועד הנה, איבער שכם און איבער יוסף, אבי אונז זאלמער געדענקען וואס ער קען.

אבער אזוי ווי אלעס ענדיגט זיך, (יא, אפי' דער ארטיקל האט אויך א סוף), האט זיך דער שאלעשידעס אויך אנגעהויבן ענדיגן, און דער רב האט געשיקט הערשעלען ברענגען וויין פון די רביצין, שמילי'ן ברענגען א בעכער פון די רביצין, און מוישי'ן ברענגעם אביסל ם'אחרונים, (יאנקי'ן האט ער פאר סאם ריזן געלאזט מנוחה דאס מאל), און פרעגט מיר הויעך, אזוי לעיני כל ישראל, ווער איז דא דער גרעסטער תלמיד חכם צווישן מיינע געסט, ווייל ער וויל דעם גרעסטן תלמיד חכם מכבד זיין. נא, אזוי פראנט פון יעדעם איינעם, האבעך נישט קיין ברירה און כ'זאג עם אז לפי דעתי איז דער שווער דער גרעסטער תלמיד חכם, דער שווער האט פראטעסטירט, אז ער איז גאר דער קלענסטער ת"ח אבער ס'אט עם קיין סך נישט געהאלפן, דער רב האט מקבל געווען מיין דעה, און גיסט אן דעם בעכער, און יא, ער איז מכבד דעם שווער אויפצוהייבן דעם כוס צו ברכת המזון .......................................

יא, גע'ענדיגט בענטשן, און אויפן וועג צום עמוד, מורמלט דער רב מיר אזוי אריין אין די אויערן אז ס'האט עם אויסגעזען אז דער שווער האט הנאה געהאט פון דעם כבוד. נעקסט טרעט דער רב צו צום שוואגער דער דיין, און רופט אויס מיט פאטאס, דער דיין וועט אונז מהנה זיין מיט א מארעוו פארן עמוד, און ווארט נישט קיין רגע, כאפט עם אן ביים ארעם און פירטו עם צו ביזן עמוד און זיננגט אויס הויעך.

ועהיהיהיהיהיהיהיהי ראכים..... כאנאך עספיעט צו זען פאר ברכו ווי ער זאגט עם אריין דעם אלטן לחש: מיט כוונה............... און זעט אויס אז דער רב געזענגנט זיך אזוי בטבע אפ זייער שווער פונעם שבת, אנדערש קאן איך נישט פארשטיין פארוואס ס'האט עם געדויער גאנצע זיבעצן מינוט דער שטילער שאמענעסרע. אבער אפי' דאס האט זיך אויך גע'ענדיגט, און דער דיין הייבט אן לעבעדיג זאגן קדיש,

- דאמירן בעלמא ואמרו אמן
- ויהי נועם ה' ............
פאטש אין די בימה האט אונז אלעמען איבערגעהאקט דעם נארוואס אנגעהויבענעם ויהי נועם. און דער רב אליין שטייט דארט, און רופט אויס אז דא אין דעם שול איז דא אזא מנהג אלץ הכרות הטוב, טוט דער עולם בשעת'ן זאגן ויהי נועם, אפרייניגן די טישן פון שאלאשידעס, און צאמלייגן אלע טישטוכער. יא, אזוי ווי איר הערט, ס'איז א מנהג דא.

און איך קוק מיך אזוי אום און כ'זעה אז די פינעוו אלטגעזעסענע מתפללים פוילן זיך טאקע נישט, (זיי האב שוין געוואוסט אז ס'עט סייווי נישט העלפן) און כאפן זיך תיכף צו צו די סחורה'נע טישטוכער פון די אלע טישן און נעמען אראפ און הייבן אן צאמלייגן, איך ווידער מיט מיינע אלע געסט האבן זיך געמאכט אזוי נישט זעעוודיג און נישט הערנדיג, אלע האמער זעך פלוצלינג אויסגעדרייט צו די וואנט, און געווארן זייער פארטיפט אין דעם ויהי נועם.

אבער נישט מיט אונזער רב, ער האט שוין עקספיריענס מיט זעכע כעוורע ווי אונז, און אזוי פון אונטער די ברילן באמערק איך ווי ער גייט צו צום שוואגער ביים עמוד און זאגט עם ער זאל נאכנישט אויסלאזן ואתה קדוש ביז ער הייסט נישט, און דער רב פוילט זיך גארנישט, הייבט אן ארום גיין ס'גאנצע סמעדריש און הייבט אן טיילן ארבעט, ס'ערשטע איז ער צו געקומען צו מיר און מכבד געווען אפרייניגן דעםויבן אן ס'האט נישט געהאלפן גארנישט, ס'גאנצע אויבן אן, דערנאך צום שווער, און צום פעטער און פון דארט צו די שוואגער'ס, שוין געווען פערטיג מיט אלע טישן, אבער דעם בעל תפילה האט ער נאכנישט געגעבן א דשאב. אבער נישט געזארגט, א יוד געט זיך אנייצע, האט ער דעם באלטפילע געהייסן אוועק פאקן אלע ספרים, און פאר זיך האט ער איבער געלאזט דעם ארבעט פון צאם לייגן דעם טלית, און נישט פארגעסן זיך אנצורופן הויעך: איר זעט איך ארבעט אויך.

איר קענט אייך אליין פארשטעלן ווי ס'אט אויסגעקוקט דארט ווען דער פעטער מיט די לאנגע ווייסע בארד און דער שווער מיט'ן אויסגעפוצן לייכט קאלירטן שאלעשידעס בעקיטשע זענען נעבעך געשטאנען דארט ווי פאר'משפט'ע, און אפגעקלינט אלע טישן איינס ביי איינס און דערנאך צאמגעלייגט די טישטוכער.........................

און יעצט טייערע לייענער,האב איך צו אייך א פערזענליגע בקשה, אויב לאכט איר היצט, דאן זייט מוחל און דעקט אייך צו ס'פנים, אבער גוט, כ'וויל נישט אז דער פעטער מיטן שווער זאלן זען ווי כ'אזיי צונאר געמאכט אזוי פארן גאנצן קרעטשמע.

ה' חפץ למען צדקו יגדיל תורה ויאדיר, יתגדל ויתקדש שמי' רבא, ...................... דאמירן בעלמא ואמרו אמן

עלינו לשבח, לאדון הכל .................... ונאמר והי' ............. אישומיעכאד.

נא ווי האט איר הנאה געהאט פון מיין שעלעשידעס טוירע, כאגעוויסט איר האט נאך אזאנס נישט געהערט.

א גוטע וואך
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך i follow »

WOW וויש אפ די שטויב און ארויף
עפנסטו אויף א טרעידינג acc.ביי Robinhood?
ביטע ניץ מיין לינק, עס איז זה וזה נהנה

http://join.robinhood.com/joelf26

פאר WeBull ניץ
https://act.webull.com/ne/E11BIxckwGWT/ ... 1452_A_pop
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

i follow האט געשריבן:WOW וויש אפ די שטויב און ארויף



יישר כח פארן ארויפ ברענגן
ארויס געפרינט שפעטער ליינען
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אין מילים! ווי נעמט מען היינט אזא ארטיקל. Wow!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

wow דער איז געווען גוטע נייעס! ווי איז ער היינט ער איז געגאנגן ארבייטן?
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

וואפאפאטאפא דער איז וואוילע נייעס סכלל נישט אוועקצומאכן
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

;l;p- ;l;p-
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:;l;p- ;l;p-


אזא אלטער ארטיקל... שוין איינמאל אן אלטער בענענע....
אבער אן ארגאנישע... ס'איז נאך גאנץ געשמאק...
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

געוואלדיג !!!!!! רייך און הומאר!
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1541
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

;l;p- :grin: :smile: :-( :o :shock: :lol: :P
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

Amazing!
אוועטאר
תחקמוני
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 4:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תחקמוני »

ס'איז הערליך!!!
כ'האב נאר איין קשיא וויפיל אותיות האסטו אראפגענומען? ס'איז פיין, מיט די לשונות.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”