קערעסטיער תשע"ה-תשע"ו

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

הקשר
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2013 9:25 pm

תגובהדורך הקשר » מיטוואך ינואר 06, 2016 9:06 pm

אויב איינער וויל זיך משתתף זיין לע״נ אדער לזכות מען דארף נישט צופיל איבערקייען די זכות פון א מקוה, דא ביי דיע פראיעקט נאך פארן עס ביינוצען האבן שוין אידן נדבנים געזען ישועת. עני טיים קען מיר אישי. ישר כח און תזכה למצוות.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20330
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג ינואר 07, 2016 4:18 pm

הקשר האט געשריבן:ביים זיך אומקוקען אויף די ארבעט עס זאל זיין די בעסטע און שענסטע מקוה אונעם גאנצען האריזאנט בתכלית הכשרות והגשמיות. אזויווי ר׳ ישעילע האט געוואלט.

קיינמאל נישט געהערט אז ר' ישעי'לע האט געוואלט האבן דאס בעסטע און שענסטע מקוה אינעם גאנצן האריזאנט. וואו איז די מקור דערפאר?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 07, 2016 9:50 pm

סאכדעס האט געשריבן:
הקשר האט געשריבן:ביים זיך אומקוקען אויף די ארבעט עס זאל זיין די בעסטע און שענסטע מקוה אונעם גאנצען האריזאנט בתכלית הכשרות והגשמיות. אזויווי ר׳ ישעילע האט געוואלט.

קיינמאל נישט געהערט אז ר' ישעי'לע האט געוואלט האבן דאס בעסטע און שענסטע מקוה אינעם גאנצן האריזאנט. וואו איז די מקור דערפאר?

אזוי מסברא.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

א מוח
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 18, 2013 9:28 am

א מופת פון ר׳ ישעי׳לע

תגובהדורך א מוח » מוצ"ש ינואר 09, 2016 10:51 pm

ביי מיר האט דאס פאסירט...
דינסטיג פרשת וארא האט מיך א ניו דשערזי פאליס אפגעשטעלט מיטן גאנצן קנאק ארויס פארענדיג פון 17 צום טראוועי, איך האב געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ און מנדב געווען לעי״נ ר׳ ישעי׳ בן ר׳ משה $1 פאר צדקה, נישט מער און נישט ווייניגער דער פאליס האט ארויס געבעקט און ופרח לו איש האמת. זי״ע

הקשר
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2013 9:25 pm

תגובהדורך הקשר » מוצ"ש ינואר 23, 2016 8:12 pm

השבת נועם הנשמות, הערליכע שבת יארצייט פון הרה״ק רבי ישראל אברהם אלטר לאנדא אבד״ק עדעלין חתן הרה״ק רבי ישעילע זי״ע איז געפראוועט געווארען און די נייעם הכנסת אורחים דקעריסטער.
צוגעלייגטע
image.jpeg
לעצט פאראכטן דורך הקשר אום מאנטאג ינואר 25, 2016 2:57 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

הקשר
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2013 9:25 pm

תגובהדורך הקשר » מוצ"ש ינואר 23, 2016 8:13 pm

ביים כשרן די נייע קאך וואס וועט זיין צוגעשטעלט פאר א גאנץ יאר.
צוגעלייגטע
image.jpeg
לעצט פאראכטן דורך הקשר אום מוצ"ש ינואר 23, 2016 9:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הקשר
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2013 9:25 pm

תגובהדורך הקשר » מוצ"ש ינואר 23, 2016 8:15 pm

הרה״ח רבי משה יוסף פריעדלענדער מעיר בארא פארק ביים צורעכטן דאס עסן לכבוד שבת.
צוגעלייגטע
image.jpeg

הקשר
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2013 9:25 pm

תגובהדורך הקשר » מוצ"ש ינואר 23, 2016 8:16 pm

א טיעמה בריווח דאנערשטאג נאכט.
צוגעלייגטע
image.jpeg

הקשר
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2013 9:25 pm

תגובהדורך הקשר » מוצ"ש ינואר 23, 2016 8:17 pm

ביים צוענדיגען די לעצטע הכנות עס זאל אלעס קלאפן לכבוד שבת.
צוגעלייגטע
image.jpeg

הקשר
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2013 9:25 pm

תגובהדורך הקשר » מוצ"ש ינואר 23, 2016 8:18 pm

סעודת כיד המלך נוסח קערעסטיר.
צוגעלייגטע
image.jpeg

הקשר
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2013 9:25 pm

תגובהדורך הקשר » דאנארשטאג ינואר 28, 2016 8:23 pm

האפענטליך ארויפצולייגן נאך בילדער פון שבת און פון די קביעות מזוזה אויף די נייע הכנסת אורחים בית לאנדא, אין די זאלבע צייט וויל איך דא בעטן פון אינזערע טייערע ברידער עס פעלט נאך אויס אסאך געלד צו ענדיגן די מקוה עס זאל זיין גרייט לכבוד די יארצייט מיט אלע באקוועמליכקייטן, מדארף נישט זאגן די גרויסע מצוה פון מקוה, און דא איז עס לעילו נשמת הרה״ק ר ישעילע זי״ע, ווער עס וויל זיך נאך משתתף זיין קען זיך מעלדן און אישי, די מצוה איז זייער גרויס, אהן א שיעור ארויסגעהאלפענע פון די מקוה אליינס.

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » מיטוואך אפריל 06, 2016 3:55 pm

נאך פסח קומט פאר א נסיעה לכבוד די יארצייט פין ר' ישעיה'לע קרעסטירער
פין זינטאג ביז דאנערשטאג ל' ניסן - ד' אייר
מען וועט אויך זיין אין פראג, מקווה הבעש"ט, טאכוב, נקלשבורג, פרעשבורג, איהעל קרעסטיר אין נאך.

איך פלאן צי פארען, ווער וויל מיטקומען?

מען קען זיך איינשרייבען ביי 718-564-6433

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » זונטאג מאי 01, 2016 6:25 am

דוקטור האט געשריבן:נאך פסח קומט פאר א נסיעה לכבוד די יארצייט פין ר' ישעיה'לע קרעסטירער
פין זינטאג ביז דאנערשטאג ל' ניסן - ד' אייר
מען וועט אויך זיין אין פראג, מקווה הבעש"ט, טאכוב, ניקלשבורג, פרעשבורג, איהעל קרעסטיר אין נאך.

איך פלאן צי פארען, ווער וויל מיטקומען?

מען קען זיך איינשרייבען ביי 718-564-6433

yid
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » זונטאג מאי 01, 2016 2:41 pm

only 700 dollars leaving tuesday 6pm return thursday 3pm
https://www.hop2.com/flight/traveler?Co ... cid=N7C3V8

ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2014 5:10 pm

תגובהדורך ניסעל » מאנטאג מאי 02, 2016 4:21 pm

אני הקטן האט פותח געווען דעם אשכול.
קען מיר אפשר איינער צייגען וויאזוי מען
טוישט דעם קעפעל?

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג מאי 02, 2016 4:26 pm

גיי צו דיין ערשטע תגובה
וועסטו האבן א אפשן פון פארריכט

דארט קענסטו פארריכטן דאס קעפל אויך
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2014 5:10 pm

תגובהדורך ניסעל » מאנטאג מאי 02, 2016 4:28 pm

נסיעה תש'ע"ו
2 options
1) leaving NYC 5:40 arriving bud 10:40
2) leaving 9:00 arriving bud 2:00

מען גייט אי"ה קיין איהעל ליסקא אין קערעסטיר
Sleeping overnight in Hotel
Flight back in NYC Wednesday 2:30.

אלעס אריינגערעכענט פאר 1250

מען קען זיך רעזערווירן ביי kerestir@gmail.com

דאכט זיך אז די נסיעה איז באגלייט ביי הרב אברהם רובין

ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2014 5:10 pm

תגובהדורך ניסעל » מאנטאג מאי 02, 2016 4:34 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:גיי צו דיין ערשטע תגובה
וועסטו האבן א אפשן פון פארריכט

דארט קענסטו פארריכטן דאס קעפל אויך


.נאופס, מיין עדיט קנעפל איז ניקס עוועיליבל אויף מיין ערשטע תגובה.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג מאי 02, 2016 4:39 pm

רעדט צו די באאמטע
(קוק ווער ס'איז אחראי אויף דיין אשכול)
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6275
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג מאי 02, 2016 4:51 pm

מען קען נאר עדיטן א תגובה ביז א געוויסע צייט, קענסט באריכטן די תגובה און א מנהל/אחראי וועט קעיר נעמען. (נישטא אזא זאך מער ווי אחראי אויף א געוויסע פארום)
וואו איז דָוִי?

הקשר
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2013 9:25 pm

היינט פארגעקומען

תגובהדורך הקשר » דינסטאג מאי 03, 2016 1:42 am

א קראנטע היינטיגע מעשה'לע וואס האט היינט פאסירט, אליין געהערט פון בעל העובדא:

א אינגערמאן וואס גרייט זיך אויף א שמחה אין זיין משפחה'לע ב"ה בליעה"ר, וואס דארף איהם אפצוקאסטן א היבשע סומע געלט, ואין בידו לפורטה אפילו שוה פרוטה, איז ער געווארן צובראכן און באזארגט, מאין יבוא עזרי, פון ווי וועט ער נעמען די סומע, ווען די ארעמע כלי-קודש וועידשעס קלעקן קוים אויף די טאג טעגליכע, ער שעמט זיך שוין צו בארגן, און ער האט נישט פון וועמען.

זיך טוב'לענדיג פאר'ן דאווענען, האט איהם דער אויבערשטער חונן דעת געווען, און ער האט געטראכט און מתפלל געווען במחשבה איך טובל מיך לכבוד ולעילוי נשמת פון הייליגן צדיק רבי ישעי'לע ב"ר משה מקערעסטיר זי"ע, רבוש"ע העלף מיר אין זכות פון דעם צדיק רבי ישעי'לע, איך זאל האבן דאס געלט וואס איך דארף יעצט אזוי וויכטיג, און איך ווייס ניטאמאל ווי זיך צו ווענדן.

אזוי ווי ער קומט ארויס פון מקוה, קלינגט זיין סעלפון, אן ארבייטס קאלעגע איז אויפ'ן ליין, און יענער זאגט עם, ער האט עפעס ליגן פונקט א סכום פון 3000 דאלער וואס ער זעהט נישט ער זאל דאס דארפן פאר זיך אין דער נאנטע צוקונפט, אפשר דארף ער פונקט א הלוואה, אויפ'ן טערמין אז ווען ער וועט דאס איהם צוריק בעטן זאל ער עס איהם באצאלן ביז א צען טאג דערויף....!

דער אינגערמאן שטייט געפלעפט, משתאה לדעת, וויאזוי ממש אויפ'ן מינוט איז הצליח ה' דרכו, זיין הארציגע תפלה בזכות דעם הייליגן צדיק רבי ישעי'לע איז אויפ'ן ארט אנגענומען געווארן.

פרעגט ער דעם קאלעגע זאג מיר וואס עפעס האסטו מיך גערופען יעצט... וואס עפעס פונקט מיך... ענטפערט יענער כ'ווייס באמת אליין נישט, איך האב 500 קאנטאקטס אין מיין פאון, איך האב נישט קיין אהנונוג פארוואס איך האב עפעס באשלאסן דאס צו אפפערן פונקט פאר דיר... און פארוואס פונקט יעצט..

האט ער דערציילט פאר'ן קאלעגע וואס דאס איז יעצט פארגעקומען, בכוחו של אותו צדיק וקדוש דער הייליגער רבי ר' ישעי'לע קערעסטירער זיעועכ"י.

קערעסטיר
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2016 10:28 am
לאקאציע: קערעסטיר

קערעסטיר ע״ו

תגובהדורך קערעסטיר » פרייטאג מאי 06, 2016 2:37 am

ברוך השם דאס יאר קומט גרויסע טשענדש און קערעסטיר צו פארגרינגרען די משתתפים וואס קומען זיך אויסבעטן.
און בית נאוה קודש וועט מען נישט קענען עסן איז נאר צוגעשטעלט פאר דאווענען מעריב שחרית מנחה ומעריב בליל ד׳
די קוויטעל שטוב וועט פון 10 אינדעפרי זיין נאר פאר מנינים תהילים אזוי ווי רבי ישעילע האט געזאגט ער וועט שטענדיג דארט זיין.
פירוואטע קארס און באסעס וועלן נישט קענען ארויפארען עס וועט זיין צוגעשטעלט דו ספעשיל באסעס יעדע 10 מינוט אראפ און ארויף.
יעדע שעה וועט זיין סעודית הילולא בראשות הרבנים הגאונים שליט״א נכדי רבינו זי״ע.
ברוך השם מיט גרויס פרייד טוען מיר מעלדן אז מהאט געשטעלט ביה״כ אויבן ביים פעלד צו ערשטען מאל.
מהאט צוגעלייגט נאך פענס און אהל אזוי ווי מעווארט א הייסע טאג.
דאס אלעס איז צום פארדאנקען משפחת רבי מאיר יוסף רובין לרפו״ש וואס האט די חזקה די טאג פונעם יארצייט שוין דו לעצטע 20 יאר אלעס זאל קלאפען על צד היותר טוב.
לעצט פאראכטן דורך קערעסטיר אום פרייטאג מאי 06, 2016 11:56 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » פרייטאג מאי 06, 2016 2:53 am

ווי גייט מען עסן?

קערעסטיר
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2016 10:28 am
לאקאציע: קערעסטיר

תגובהדורך קערעסטיר » פרייטאג מאי 06, 2016 8:38 am

און א טענט אינמיטען לאט.

אפשר
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

תגובהדורך אפשר » פרייטאג מאי 06, 2016 12:46 pm

מודעות און אנווייזונגען.
צוגעלייגטע
Kerestir 1.jpg
Kerestir 2.jpg


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט