קערעסטיער תשע"ה-תשע"ו

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

תגובהדורך חכם לב » מיטוואך מאי 11, 2016 6:56 pm

שכינתא בגלותא

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:32 pm

תגובהדורך חרוזים » מיטוואך מאי 11, 2016 6:56 pm

יא יא שכינתא בגלותא
אבער אין דעם גרויסן הסתר פנים איז דא אסאך מאל ווי דער באשעפער באווייזט אז ער איז דא
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org

חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

תגובהדורך חכם לב » מיטוואך מאי 11, 2016 6:57 pm

חרוזים האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:סגייט שוין פון די נאז די גאנצע אויפגעבלאזענע וויאזוי הייסט עס...

שעפעלע זיסער, ווישט אייך אפ די נאז, און בליקט נישט אריין מער אין דעם אשכול



און וואו זאל איך קוקן ווען ס'ליגט א צעטיל אויף מיין תפלין בייטל אין שול?

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:32 pm

תגובהדורך חרוזים » מיטוואך מאי 11, 2016 7:00 pm

ווער איז דער מחוצף וואס האט זיך דערוואגט ארויף צו לייגן א שמוציגן ליפלעט אויף דיין תפילין???????
שליידער דאס אראפ און מאך זיך נישט צו טון!!!!!!!!!


חברה שוין צייט זיך צו בארוהיגן, לאז אידן וואס ווילן ישועות דאס נעמען און באקומען און געהאלפן ווערן
און ווער ס'וויל נישט, מיר האבן נאך קיינעם נישט געצווינגען צו נעמען ישועות ביי אונז, און מיר האבן נאך קיינעם נישט געסטראשעט, אז אויב קומט ער נישט דורך אונז איז ער חלילה פארפאלן
ס"ה זאגן מיר איבער די ווערטער פון דעם הייליגן צדיק רבי ישעי'לע וואס האט אליינ'ס געזאגט, אז ווילאנג מ'וועט ממשיך זיין מיט זיינע מעשי החסד וועט ער ממשיך זיין מיט די ישועות, און דאס איז וואס מיר טוהן
ווילסט נישט, מוסטו נישט
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org

ארטיסטראפאל
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2009 1:18 pm

תגובהדורך ארטיסטראפאל » דאנארשטאג מאי 12, 2016 10:29 am

נעכטן האט די בעה"ב פון פיטעקס ר' מנחם האפפמאנן געגעבן א סעודה כיד המלך אין פיטעקס לעי"נ ר' ישעי'לע, ער האט מיך געבעטן ארויסצושיקן אן אייגנארטיגע הזמנה צו אלע איינגעשטעלטע, איך האב דאס געמאכט (קליק צו פארגרעסערן).

עימיצער פון אונז האט עס געפאוסט אויף סאושעל מידיע און פון דארט האט זיך עס שטארק צושפרייט, און איך האב באקומען אנפראגעס פון אלע זייטן.
צוגעלייגטע
Ptex.jpg

ארטיסטראפאל
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2009 1:18 pm

תגובהדורך ארטיסטראפאל » דאנארשטאג מאי 12, 2016 10:32 am

למעשה ליגט נישט דא קיין גרויסע חכמה, עס האט מיר נישט געדויערט אזוי לאנג, צוזאמענגעשלעפט אפאר אלטע פאנטס, גענומען די צוויי בילדער אטאטשירט און עס צוזאמענגעשטעלט, די ווערטער זענען ארויסגעקומען אן קיין חשבון, מיט הומאר צוזאמענצושטעלן די עבר מיט'ן הווה.

און מיט אנטשולדיגונג פאר די אלטע וואס טענה'ן אז די דאטומען שטימען נישט.
צוגעלייגטע
27624.jpg
8552009--1.jpg

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4591
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג מאי 12, 2016 10:39 am

געוואלדיג וואספארא פונט האסטו גענוצט פאר "רייכע לאנטש"?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

עמרם יודא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 26, 2014 11:30 am

תגובהדורך עמרם יודא » דאנארשטאג מאי 12, 2016 10:44 am

ג׳ אייר =party day

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג מאי 12, 2016 12:32 pm

ארטיסטראפאל האט געשריבן:נעכטן האט די בעה"ב פון פיטעקס ר' מנחם האפפמאנן געגעבן א סעודה כיד המלך אין פיטעקס לעי"נ ר' ישעי'לע, ער האט מיך געבעטן ארויסצושיקן אן אייגנארטיגע הזמנה צו אלע איינגעשטעלטע, איך האב דאס געמאכט (קליק צו פארגרעסערן).

עימיצער פון אונז האט עס געפאוסט אויף סאושעל מידיע און פון דארט האט זיך עס שטארק צושפרייט, און איך האב באקומען אנפראגעס פון אלע זייטן.


סאליד סאליד. שעפעריש ביז גאר.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג מאי 12, 2016 12:37 pm

עמרם יודא האט געשריבן:ג׳ אייר =party day


וואס טוט מעניש פאר רבי ישעי'לע, נו שיק ארויף נאך א דעניש.

אוועטאר
י. ירושלמי
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 5:20 pm
לאקאציע: אין ירושלים ד'אמעריקע

תגובהדורך י. ירושלמי » דאנארשטאג מאי 12, 2016 12:49 pm

הרב חרוזים מיט'ן שותף הרב מטרנה שיחי' לאורך ימים ושנים טובים,
א בקשה מקרב לב בשם צענדליגער מעמבערס דא, גייטס צוריק אין כולל ווי שנעלער, און לויט'ס צוריה די מענטשהייט דא.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג מאי 12, 2016 12:50 pm

י. ירושלמי האט געשריבן:הרב חרוזים מיט'ן שותף הרב מטרנה שיחי' לאורך ימים ושנים טובים,
א בקשה מקרב לב בשם צענדליגער מעמבערס דא, גייטס צוריק אין כולל ווי שנעלער, און לויט'ס צוריה די מענטשהייט דא.

בתנאי אז איר לאזט צורוה די מענטשהייט ביי מיר
געדענקט, פאר יעדע פאון קאל נעכטן ביי מיר אין שטוב, איז איין תגובה דערקעגן אויף אייוועלט!!!!

אוועטאר
י. ירושלמי
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 5:20 pm
לאקאציע: אין ירושלים ד'אמעריקע

תגובהדורך י. ירושלמי » דאנארשטאג מאי 12, 2016 12:54 pm

יהיה כן האט געשריבן:
י. ירושלמי האט געשריבן:הרב חרוזים מיט'ן שותף הרב מטרנה שיחי' לאורך ימים ושנים טובים,
א בקשה מקרב לב בשם צענדליגער מעמבערס דא, גייטס צוריק אין כולל ווי שנעלער, און לויט'ס צוריה די מענטשהייט דא.

בתנאי אז איר לאזט צורוה די מענטשהייט ביי מיר
געדענקט, פאר יעדע פאון קאל נעכטן ביי מיר אין שטוב, איז איין תגובה דערקעגן אויף אייוועלט!!!!


זעט איר שוין אליין (זעי די תגובה אראפ אביסל) ווער עס האט אייך געקאלט. דארפן זיי נישט צוריק גיין אין כולל ???
לעצט פאראכטן דורך י. ירושלמי אום דאנארשטאג מאי 12, 2016 5:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג מאי 12, 2016 12:55 pm

נישט פארגעסן נאכצורוימען...

הו ווער האט זיך באהאלטן דארט אונטערן ריקן, אופס אונטערן באנק...?
צוגעלייגטע
IMG_0787.JPG

Efroiach
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 12:59 pm

תגובהדורך Efroiach » דאנארשטאג מאי 12, 2016 1:23 pm

כ'מיין דא איז די פאסיגע פלאץ מפרסם צו זיין די מעשה וואס איך אליין האב בייגעוואוינט מיט מיינ'ס א קרוב אין זכות פון רבי ישעי' ב"ר משה מ'קערעסטיר זי"ע

מיין קרוב האט מיט צייט צוריק געהאט א סורדזשורי און די פראצידור דאס אויסצוהיילן האט פארלאנגט חדשים פון טערעפי, לויט די דאקטאר ברויך מען צוריקומען נאך 40 מאל פאר טערעפי, אבער די אינשורענס האט נאר געוואלט באצאלן 20 וויזיטס, פאריגע וואך איז געווען די לעצטע וויזיט וואס די אישורענס האט באצאלט, מיין קרוב האט נישט קיין געלט צו פינאנצירן די אלע טערעפי און האט דעריבער באשלאסן נישט צו גיין צום דאקטער'ס אפיס, די נאכט פון די יארצייט האב איך פון מיין טאש געגעבן א סכום צדקה לע"נ ר' ישעי' ב"ר משה זי"ע אז מיין קרוב זאל האבן א ישועה,
ס'נישט דורך קיין 12 שעה, און מען רופט פון דאקטאר'ס אפיס פרעגן ווען מען קומט די וואך, מיין קרוב האט זיי גע'ענטפערט אז ביי די לעצטע וויזיט פאריגע וואך האט מען שוין געזאגט פארן דאקטער אז מען גייט מער נישט קומען ווייל די אינשורענס וויל עס נישט באצאלן, די סעקרעטערי אויף די אנדערע זייט טרייבל זאגט אז די דאקטער האט געזאגט אז איר קענט קומען גענצליך אומזיסט אפילו די אינשורענס באצאלט נישט...
לעצט פאראכטן דורך Efroiach אום דאנארשטאג מאי 12, 2016 1:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג מאי 12, 2016 1:36 pm

י. ירושלמי האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
י. ירושלמי האט געשריבן:הרב חרוזים מיט'ן שותף הרב מטרנה שיחי' לאורך ימים ושנים טובים,
א בקשה מקרב לב בשם צענדליגער מעמבערס דא, גייטס צוריק אין כולל ווי שנעלער, און לויט'ס צוריה די מענטשהייט דא.

בתנאי אז איר לאזט צורוה די מענטשהייט ביי מיר
געדענקט, פאר יעדע פאון קאל נעכטן ביי מיר אין שטוב, איז איין תגובה דערקעגן אויף אייוועלט!!!!


איך האב אייך נישט געקאלט נעכטן, קיין אנונג וואס איר ווילט ווייסט איר אליין אויך נישט.

ווי איך פארשטיי רעדט ער צו די מענטשן וועמען איר האט אדרעסירט, נישט צו אייך, ער איז נאר מוסיף צו אייער אויסבראך, סאו פארוואס אנשרייען איינעם וואס איז אויף דיין זייט?

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:32 pm

תגובהדורך חרוזים » דאנארשטאג מאי 12, 2016 2:11 pm

הרב י. ירושלמי
איך האב הנאה געהאט פון אייער אויסברוך

י. ירושלמי האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
י. ירושלמי האט געשריבן:הרב חרוזים מיט'ן שותף הרב מטרנה שיחי' לאורך ימים ושנים טובים,
א בקשה מקרב לב בשם צענדליגער מעמבערס דא, גייטס צוריק אין כולל ווי שנעלער, און לויט'ס צוריה די מענטשהייט דא.

בתנאי אז איר לאזט צורוה די מענטשהייט ביי מיר
געדענקט, פאר יעדע פאון קאל נעכטן ביי מיר אין שטוב, איז איין תגובה דערקעגן אויף אייוועלט!!!!


איך האב אייך נישט געקאלט נעכטן, קיין אנונג וואס איר ווילט ווייסט איר אליין אויך נישט.


דאס הייסט איר זעהט "אלעס" שווארץ, אפי' איינער איז אויף אייער זייט, זענט איר אויך צושפילט אויף אים

און לאמיר איבערבעטן מיינע גוטע(?) פריינד דא אויף דעם וועלט'ל, אונזער מעסידזש איז מחמת "טעות" און פראבלעם פון "איזי וואויס" ארום געפארן צוויי אדער דריי מאל אין מאנסי, (און אין ב"פ) דאס איז א חוץ פון נאך צוויי ארגעניזאציעס וואס זענען אויך ארום געפארן אויף רבי ישעי'לעס נאמען,

מיר בעטן אייך איבער, ווער ס'האט צוריק געקאלט בעטן מ'זאל אים אראפ נעמען פון די ליסט, האבן מיר געגעבן זיין נאמבער פאר "איזי וואויס", ואתכם הסליחה

אבער ב"ה א ריזן ציבור האבן צוריק גערופן און באשטייערט שיינע סכומים, כלל ישראל האט זיך ב"ה זייער שיין צוגעשטעלט, און רבי ישעי'לע האט דעליווערט צענדליגע ישועות וואס איך אליינ'ס ווייס שוין יעצט נאר פון דעם יומא דהילולא קדישא

זאל דער רבוש"ע אייך באצאלאן אלעס גוט'ס ברו"ג.
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג מאי 12, 2016 2:20 pm

אין זכות פון ר' ישעי'לע זי"ע, זאלן די אלע וועלכע דרייען א קאפ אין זיין נאמען, זיך טרעפן בעסערע געשעפטן, ואנחנו ניכנס לחיים טובים ולשלום, סטאפן קריכן אויף די געהירן

מטרנה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 05, 2016 4:09 pm
לאקאציע: ירושלים עיר הקודש

תגובהדורך מטרנה » דאנארשטאג מאי 12, 2016 2:35 pm

און ענדיג צו די ברכה אינגאנצן
און די אלע וואס העלפן ארויס פאר ארימע אידן, על שמו ולזכרו, זאלן געבענטש ווערן בכל טוב וטב, סיי די עסקנים, און סיי די אלע וואס העלפן זיי ארויס
מטרנ"ה ר"ת מ'ציל ט'ויזנער ר'בבות נ'פשות ה'נצרכות

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג מאי 12, 2016 2:41 pm

מטרנה האט געשריבן:און ענדיג צו די ברכה אינגאנצן
און די אלע וואס העלפן ארויס פאר ארימע אידן, על שמו ולזכרו, זאלן געבענטש ווערן בכל טוב וטב, סיי די עסקנים, און סיי די אלע וואס העלפן זיי ארויס

די נאכט איז מיר ר' ישעי'לע געקומען אין חלום (אן אלטער יוד מיט א ווייסע בארד און פאות) און מיר גאזאגט איך זאל זיין רואיג, איך זאל מיך נישט זארגן, איבער א יאר וועט מערצעשעם זיין אסאך גבירים פון די סארט ביזנעסער,

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:32 pm

תגובהדורך חרוזים » דאנארשטאג מאי 12, 2016 2:44 pm

אמן
איך האף דו וועסט זיין צווישן די גבירים
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » דאנארשטאג מאי 12, 2016 2:49 pm

יהיה כן האט געשריבן:אין זכות פון ר' ישעי'לע זי"ע, זאלן די אלע וועלכע דרייען א קאפ אין זיין נאמען, זיך טרעפן בעסערע געשעפטן, ואנחנו ניכנס לחיים טובים ולשלום, סטאפן קריכן אויף די געהירן

איך גראדע בין זייער צופרידן מיט די קערעסטירע אשכולות און די פראפאגאנדע דא אויף איי וועלט.
אזוי ווערט מען כאטשיג אפגעראטעוועט פון די צודראדעלטע טראמפ און וואלן\פריימערי אשכולות וואס יאווענען זיך דא יעדע מינוט און מ'קען זיך נישט ארויס זען פון די מאראסט, יעדע פארום איז אנגעפיקעוועט מיט טראמפ.

קערעסטיר אשכולות זענען וועלקאם ווי קיינמאל בעפאר, א מחיה צו לייענען.

אוועטאר
י. ירושלמי
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 5:20 pm
לאקאציע: אין ירושלים ד'אמעריקע

תגובהדורך י. ירושלמי » דאנארשטאג מאי 12, 2016 5:51 pm

יהיה כן האט געשריבן:אין זכות פון ר' ישעי'לע זי"ע, זאלן די אלע וועלכע דרייען א קאפ אין זיין נאמען, זיך טרעפן בעסערע געשעפטן, ואנחנו ניכנס לחיים טובים ולשלום, סטאפן קריכן אויף די געהירן


אמן כן יהי רצון! זאלן זיי אלע געהאלפן ווערן אין זיין זכות מיט פרנסה בכבוד, און אראפ קריכן פון עים & פון אונז.

חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

תגובהדורך חכם לב » דאנארשטאג מאי 12, 2016 6:03 pm

Efroiach האט געשריבן:כ'מיין דא איז די פאסיגע פלאץ מפרסם צו זיין די מעשה וואס איך אליין האב בייגעוואוינט מיט מיינ'ס א קרוב אין זכות פון רבי ישעי' ב"ר משה מ'קערעסטיר זי"ע

מיין קרוב האט מיט צייט צוריק געהאט א סורדזשורי און די פראצידור דאס אויסצוהיילן האט פארלאנגט חדשים פון טערעפי, לויט די דאקטאר ברויך מען צוריקומען נאך 40 מאל פאר טערעפי, אבער די אינשורענס האט נאר געוואלט באצאלן 20 וויזיטס, פאריגע וואך איז געווען די לעצטע וויזיט וואס די אישורענס האט באצאלט, מיין קרוב האט נישט קיין געלט צו פינאנצירן די אלע טערעפי און האט דעריבער באשלאסן נישט צו גיין צום דאקטער'ס אפיס, די נאכט פון די יארצייט האב איך פון מיין טאש געגעבן א סכום צדקה לע"נ ר' ישעי' ב"ר משה זי"ע אז מיין קרוב זאל האבן א ישועה,
ס'נישט דורך קיין 12 שעה, און מען רופט פון דאקטאר'ס אפיס פרעגן ווען מען קומט די וואך, מיין קרוב האט זיי גע'ענטפערט אז ביי די לעצטע וויזיט פאריגע וואך האט מען שוין געזאגט פארן דאקטער אז מען גייט מער נישט קומען ווייל די אינשורענס וויל עס נישט באצאלן, די סעקרעטערי אויף די אנדערע זייט טרייבל זאגט אז די דאקטער האט געזאגט אז איר קענט קומען גענצליך אומזיסט אפילו די אינשורענס באצאלט נישט...



געהאט א ענליכע מעשה, מיט איין שינוי אז די צדקה האב איך געגעבן לע"נ א צווייטן צדיק.

קיינער איז נישט מחולק אז גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהם, נאר די גמרא (עירובין ס"ד.) זאגט שוין אויף די וואס זאגן שמועה זו נאה וכו'

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » מיטוואך מאי 18, 2016 12:09 pm

kyshtiper האט געשריבן:שווערע עקסידענט אין קערעסטיער

זאגט א קאפיטעל תיהלים לרפואתו
״יהודא בן אירית״
״בנימין בן רחל״


די משפחה בעט נדבות אויף זיי צי אהיים טראגען קיין לאנדאן.

http://www.gofundme.com/24qaxxyj?pc=&rc ... 764e065880


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: צוקער וואסער און 16 געסט