קערעסטיער תשע"ה-תשע"ו

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2014 5:10 pm

קערעסטיער תשע"ה-תשע"ו

תגובהדורך ניסעל » דינסטאג אפריל 14, 2015 2:17 pm

אזוי ווי קומענדיגע וואך מיטוואך פ' תז"מ וועט געפאלען די יארצייט פון הרה"ק מופה"ד רביה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער זיעועכי"א, וואס כידוע זעהט מען נאך אפילו היינט צוטאגס מורא דיגע ישועות ביי די אלע וואס זענען דבוק אין דעם צדיק וקדוש. איך עפען דעם אשכול אין די נייעס אפטיילונג כדי אוזערע חבירים אין ניקים זאלען האבען די מעגליכקייט מיטציהאלטען לעבעדיג די די וואונדערליכע ישועות ה' בזכות דעם צדיק קדוש וטהור. אין צו האבען די מעגליכקייט צו בויען א נאנטען קשר מיט דעם צדיק וקדוש און פועל'ן ישיעות אין רפואות.
מיט דעם וועל איך איינלאדאנען אלע חשובע שרייבערס צו באריכטען די אייגענע ישועות ווי אויך די וואס מען הערט ביי אנדערע, זאל די וועלט הנאה האבען אין דאנקען השי"ת. בזכות ועל דעת דעם צדיק קדוש וטהור רביה"ק ישעי' בן משה זצוק"ל.
אויב נוטיגט איר זיך אין א ישועה, דאן גיבט צדקה (ספעציעל במידי דאכילה) פאר א נוטיגען, זאגט ארויס בפה מלא " לזכות נשמת ועל דעת רביה"ק ישעי' בן משה זי"ע" אויב מעגליך צינדט אויך א ליכטעל אין ביהמ"ד, אין מיט די ריכטיגע אמונה זעצט אייך אוועק צו שרייבן די ישועה דא אויף אונזער וועלטעל.

מי הוא זה
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 7:52 pm

תגובהדורך מי הוא זה » דינסטאג אפריל 14, 2015 2:23 pm

איז דא א גרופ וואס פארט און קומט פאר א נסיעה קיין קערעסיטער נעקסטע וואך ?

ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2014 5:10 pm

תגובהדורך ניסעל » דינסטאג אפריל 14, 2015 2:28 pm

יא

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דינסטאג אפריל 14, 2015 2:38 pm

חיים הערש וויינשטיין (היי & לאו טרעוול) מאכט א נסיעה, בראשות הרה"ג ר' אברהם צבי וואזנאר שליט"א נכד בעל ההילולא
צוגעלייגטע
סדר הנסיעה - קערעטיר ג' אייר תשע''ה.GIF
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דינסטאג אפריל 14, 2015 2:44 pm

דא ברענג איך א מעשה, וואס איז געווען באשריבן אינעם גליון פון רב להושיע (א ארגעניזאציע וואס טיילט פארמילא'ס און נאך וויכטיגע און קריטישע קינדערישע פראדוקטן פאר עניי ארץ ישראל)

און קענענדיג די נעמען פון די בעלי המעשה ווייס איך אז ס'איז 100% קראנט

דער כוח און סגולה פון מלוה מלכה
לט"נ ר' ישעי'לע קערעסטיר'ער
געשעהעניש פון די פארגאנגענע יאר תשע"ד לפ"ק

ס'האט פארציילט א אדם חשוב, א אייניקל פון הרה"ח ר' ירמי' הערש בערקאוויטש ז"ל מגדולי נאמני בית הצדיק הרה"ק ר' ישעי'לע מקערעסטיר זיע"א, וואס ס'האט פאסירט מיט זיינ'ס א נעפיאו.

ומעשה שהיה כך היה, זומער תשע"ג איז דער אדם חשוב געפארן אויף א באזוך קיין מאנטשעסטער, זייענדיג דארט איז זיין נעפיאו צוגעקומען צו אים אנפרעגן, היות ער האלט יעצט פארן אריין גיין אין א גרויסן ביזנעס, און ס'ציטערט איהם דאס הארץ צו ער וועט מצליח זיין, דעריבער וויל ער וויסן וואס דער פעטער קען אים עצה'נען אין דעם פאל.

דער פעטער וואס האט שוין אסאך אפענע ישועות געזעהן היינטיגע צייט'ן בזכות דעם גרויסן צדיק הרה"ק ר' ישעי'לע מקערעסטיר זיע"א, האט איהם געפרעגט, זאג מיר דו וואשט זיך מלוה מלכה יעדע וואך? זאגט אים דער נעפיאו איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך בין בכלל נישט מקפיד דערויף, האט איהם דער פעטער געזאגט, איך האב פאר דיר א געוואלדיגע עצה א סגולה בדוקה, נעם זיך פאר פון היינט אין ווייטער, יעדע וואך זיך צו וואשן מלוה מלכה לזכות פון דעם צדיק ר' ישעי'לע וואס פלעגט אריין לייגן א גרויסע עבודה דערין יעדע מוצאי שב"ק, דערביי צינד א ליכט און געב צדקה לטובת נשמת ר' ישעי' ב"ר משה, דאן אז דו וועסט זיך אויסבעטן וואס די ווילסט, בין איך זיכער אז דאס זכות פונעם צדיק וועט דיר זיכער ביישטיין די זאלסט אי"ה באגליקן.
דער נעפיאו האט זיך גלייך אונטערגענומען, און שוין דעם קומענדיגן מוצאי שבת קודש, האט ער זיך געוואשן מלוה מלכה צינדנדיג דערביי א ליכט, און האט מנדב געווען א סכום הגון לט"נ ר' ישעי'לע, דערנאך האט ער זיך אויסגעגאסן דאס הארץ פארן באשעפער אז די זכות פונעם צדיק זאל מגין זיין אויף איהם ער זאל מצליח זיין אינעם געשעפט, און ב"ה פון יענעם מאנטאג און ווייטער האט זיך זיין מזל דערהויבן און האט אנגעהויבן שיין צו פארדינען.

פארגאנגענעם זוממער תשע"ד, האבן זיך נאכאמאל געטראפן פעטער און נעפיאו, איז דער נעפיאו צוגעלאפן צו זיין פעטער בשמחה גדולה, און זאגט איהם פעטער דו מוזט הערן די השתלשלות פון דיין סגולה, קודם כל בין איך א מבשר טוב, אז זייט פאריאריגן שמועס אונזערע וואש איך זיך מ"מ יעדע וואך לזכות ר' ישעי'לע און ב"ה ביז היינט בין איך ב"ה א גאר שיינער פארדינער, און איך בין מצליח אין מיין ביזנעס.

אבער ס'האלט שוין אסאך ווייטער, א קורצע תקופה נאכדעם וואס איך האב אנגהויבן מיט מיין נייע קבלה, און ב"ה געזעהן גרויס הצלחה, טרעף איך אין א געוויסן מיטוואך מיין עלטערער ברודער אין גאר א שלעכטן שטימונג, וויפיל כ'האב פראבירט דערגיין וואס דריקט איהם, האט ער זיך אלס ארויס געדרייט, ביז כ'האב איהם פשוט געדריקט אז ס'שטייט דאגה בלב איש ישיחנה, און אפי' אויב איך קען איהם נישט העלפן, וועט איהם דאס דאך גרינגער מאכן, נאך א לענגערע צייט האט ער זיך געלאזט איבעררעדן, און ער דערציילט מיר זיין ביטערן שיקזאל, אז ער האלט שוין ליידער יעצט איבער 6 חדשים וואס ער האט נישט באצאלט די רענט, און דער בעל הדירה וויל איהם ארויסווארפן אויפן גאס, איך רעדט שוין נישט די בזיונות, אבער ווי וועל איך זיך ווענדן ווי וועל איך גיין שרייט ער מיט ווייטאג, דערצו האט מען איהם צוריק געוויזן פון שטאט זיין בקשה צו באקומען דירה געלט (וואס דאהי רופט מען דאס סעקשע"ן 8), און זיין טעקס"ט ריטער"ן האט ער אויך נישט באקומען, כ'האב מיט גרויס מיה אויסגעפויעלט ביי מיין בעל הבית ער זאל מיר אויסווארטן ביז דעם קומענדיגן מאנטאג, אבער איך האב נישט קין אנהונג ווי אזוי צו שאפן די שווערע אלפים, און דאס איז שוין א חוץ דעם וואס אויף דאס טאג טעגליכן האב איך אויך נישט, און מ'הונגערט ביי מיר אסאך מאל.

געב איך א זאג פאר מיין ברודער, זעהסט פון הימל האט מען דיר צוגעפירט צו מיר, איך האב פאר דיר א עצה בדוקה וואס איך געניס שוין פון דעם א לענגערע צייט, און איך האב אים געגעבן דיין עצה דערציילט ער ווייטער פאר'ן פעטער, ווען כ'זאג איהם זעהסט א סימן פון הימל, מ'האט דיר דאך געשאנקען נאך א מלוה מלכה במתנה.

מיין ברודער האט זיך גלייך יענעם מוצאי שב"ק געזעצט צו מלוה מלכה געבנדיג צדקה לטובת נשמת ר' ישעי'לע, און זיך דערביי אויסגעבעטן פאר א ישועה גדולה בזכות דעם צדיק ר' ישעי'לע.
דעם קומענדיגן מאנטאג איז געווען זייער א שווערן טאג, מיין ברודער איז געגאנגען דאווענען בשברון לב, ערווארטנדיג דאס ארגסטן, נאכ'ן דאווענען ווען ער איז צוגעגאנגען צו די פאסט באקס, זעהט ער א בריוו פון שטאט, ער געבט א עפן דאס בריוו'ל, און זעהט אז די סעקשע"ן 8 שיקט איהם א בריוו, אז זיי זענען נאכאמאל אריבער זיינע דאקומענטן, און זענען געקומען צו די החלטה איהם יא צו געבן די געלט. מיין ברודער האט ממש אויפגעלאכטן, ווייל דארט איז געווען פונקטליך די סומע וואס ער האט יעצט געדארפט, און ס'איז נאך געבליבן עפעס רעשט אויך, גלייך האט מיין ברודער באצאלט די דירה געלט, און האט זיך מחזק געווען, אז אזוי ווי דער זכות פון דעם צדיק האט מגין געווען אויף איהם צו געהאלפן ווערן מיט די רענט, וועט ער איהם זיכער אויך ביישטיין צו געהאלפן ווערן מיט כדי מחייתו אויך. ס'גייט נישט אריבער א טאג, און אויף צומארגנ'ס ערווארט איהם אין פאסט א טשעק פון די טעקס"ט ריטער"ן, ממש ישועת ה' כהרף עין בזכות דעם צדיק.

ערגעץ אין יענע טעג, קלינגט איינמאל מיין ברודער'ס איידעם צום שווער, אז ער איז יעצט אין שפיטאל מיט די ב"ב, און ער דארף חתמ'ענען אויף א מעדיצינישע באהאנדלונג פאר זיין ב"ב, און ער ווייסט נישט וואס צו טוהן, ער האפט אלעס זאל גיין נאטורליך, אבער זיי סטראשן אז ס'איז ממש א סכנה, זאגט איהם דער שווער ער אויס אז ס'איז נישטא קיין ברירות מאך נישט קיין חכמות און חתמ'ע, נאכ'ן אראפ לייגן די טעלעפאן חאפט זיך דער שווער, וואס האב איך געטוהן איך האב דאך א אדוואקאט "ר' ישעי'לע", גלייך האט מיין ברודער געצינדן א ליכט, און געגעבן צדקה לט"נ ר' ישעי'לע.

ווי מיין ברודער וויל רופן זיין איידעם צוריק צו ציעהן, רופט איהם זיין איידעם מעלדן אז ב"ה ס'דא א מז"ט, און אלעס איז אריבער כשורה אן קיין פראבלעמען.
ענדיגט צו דער נעפיאו, זעהסט, דאס אלעס איז אין דיין זכות, וואס דו האסט מיר מגלה געווען די גרויסקייט פון מלוה מלכה, און פון דעם גרויסן צדיק הרה"ק ר' ישעי'לע פון קערעסטיר זיע"א.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2317
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג אפריל 14, 2015 2:45 pm

אמאל איז עס געוועהן ווילעדניק, דערנאך האט זיך שטיפענישט צו געריבען, אה צו קריסטיר איז מען שוין געפארען פאר'ן קריג... אודאי דארט 'זעהט מען' אותות ומופתים וואס מ'זעהט נישט אין ערגעץ. טוט א טובה פאר דער מענטשהייט, אז דו ווילסט פאהרן פאהר, אבער דער פראפאגאנדע לייג אין דער זייט.
ביים ציון פון דער מהר"ל מפראג זעהט מען נישט די סארט ישועות? האט שוין איינער פרובירט? ר' יונה לאנדא זאגט אז דא אין שכינות קען מען זעהן די זעלבע סארט אזוי גערופענע 'ישועות ומופתים', עד כדי צו געווינען דער לאטערי און סיי וועלעכע שונא דו פארמאגסט באקומט ער גלייך א מפלה...

מי הוא זה
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 7:52 pm

תגובהדורך מי הוא זה » דינסטאג אפריל 14, 2015 2:54 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:חיים הערש וויינשטיין (היי & לאו טרעוול) מאכט א נסיעה, בראשות הרה"ג ר' אברהם צבי וואזנאר שליט"א נכד בעל ההילולא



זיך א גרופ וואס פארט און קומט

יאנקעל פעדראטשיק
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג אפריל 14, 2015 2:56 pm

א שטיקל חילוק איז דא מיט ר' ישעי'לע אז ער איז געווען נישט לאנג צוריק ממילא איז נאך דא עלטערע יודן לאויט"א וואס געדענקען נאך גוט ר' ישעי'לע, און דער עולם פילט מער א שטיקל נאנטקייט,

שטארקע חסיד
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

תגובהדורך שטארקע חסיד » דינסטאג אפריל 14, 2015 3:19 pm

איך זיך א שיתוף צו פארן און קומען ווער עס ווייסט זאל מיר ביטע אריינשיקן

ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2014 5:10 pm

תגובהדורך ניסעל » דינסטאג אפריל 14, 2015 3:19 pm

מר. הוסיף
יימיר האבען געפענט דעם אשכול כדי מרבה זיין ישעות פאר אידן , אין פארמאט פון נייעס. איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבען אין זיך אנשליסן מיט אינטערסאנטע באריכטן כדי מרבה זיין כבוד שמים וכבוד הצדיק לטובת כלל ישראל.
-אלץ א שר האלף ווייסט איר מסתם אז איר קענט עפענען אייערע אייגענע אשכולת ווען איר פילט פאר וויכטיג -ווילאנג עס איז איוסגעהאלטעו מיט די תקנות הקרעטשמע
אז איר איר שפירט אז די אשכול איז נישט פאר אייך, דאן ביטע מאוו אן. זיץ נישט הינטער אייער מאניטער אין מאך קאלט אנדערע. ווי אוך הייב נישט אן מיט די רעטאריק אז איך בין א טרעוועל אגענט אדער אדער א פראפאגאדירער פאר אן ארגענעזאציע
ובזאת יצאתי ואין להוסיף............

צוריק צום נושא

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דינסטאג אפריל 14, 2015 3:32 pm

קודם קענען מיר נישט שאצן קיין צדיקים, אבער ווען ס'איז דא א התעוררות טאר מען דאס נישט אפקילן (פארגעס נישט הכל תלוי במזל אפי' ס"ת שבהיכל, ואפי' קברי צדיקים וד"ל).

דערצו איז דא ספעציעלע צדיקים וואס האבן זיך געמיהט נאך זייער פטירה אויך, וואס אין דעם איז דער הייליגער צדיק ר' ישעי'לע געווען ספעציעל, ווי טויזנטער!!! אידן זענען שוין געהאלפן געווארן ביי זיין "ציון" סיי פאר די קריג (און סיי להבדיל גוים), און סיי נאכן קריג,
דעריבער איז פשוט וואס דער עולם פארט קיין קערעסטיר מער ווי ערגעץ אנדערש.
אזוי אויך, דאס פארטיילן עסן, שטייט דאך אז אין וואס מ'האט עוסק געווען אויף די וועלט מיט דעם קען מען זיך פארנעמען אויף יענע וועלט, דערפאר ר' ישעי'לע וואס האט כל ימיו!!! פארטיילט עסן פאר אידן לכל דורש ומבקש און אפי' ווער ס'האט נישט געבעטן, דעריבער היינט ווען איינער טוט אזוי לעילוי נשמתו, זעהט מען ישועות און רפואות בחוש, שלא כדרך הטבע

אגב האב איך א טוץ מיט לעצטיגע מעשיות, וואס אויב כ'וועל האבן צייט, וועל איך דאס בל"נ ארויף שטעלן

ובזה יצאתי ידי חובתי.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

KUPSTHICK
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 19, 2009 10:01 am

תגובהדורך KUPSTHICK » דינסטאג אפריל 14, 2015 3:41 pm

rubin kerstirir inekilfrom boro park

מי הוא זה
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 7:52 pm

תגובהדורך מי הוא זה » דינסטאג אפריל 14, 2015 3:50 pm

KUPSTHICK האט געשריבן:rubin kerstirir inekilfrom boro park



וואס?

KUPSTHICK
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 19, 2009 10:01 am

תגובהדורך KUPSTHICK » דינסטאג אפריל 14, 2015 4:01 pm

avrum rubin from boro bark

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » דינסטאג אפריל 14, 2015 4:10 pm

אסאך אידן זעהן היינט גרויסע און אפענע ווינדער ביי דעם גרויסען צדיק, מען טאר חלילה נישט מזלזל זיין, עס איז מן השמים יעדע תקופה וועלכע צדיק זאל זיין א סטאנציע פאר ישועות פאר כלל ישראל, די כח הישועה ורפואה ליגט דאך נאר אין האנט פון בוכ"ע וואס אמאל איז דער גרויסער צדיק וקדוש דער צענטער און אמאל א אנדערע

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג אפריל 14, 2015 4:15 pm

באקומען אין אישי:

אלץ איינער וואס האט געהאט א אייגענע ישועה, בין איך פרייליך צו קענען דא שרייבן מיין מעשה

איך בין געווען א עלטערער בחור מיט א פראבלעם, און זיך שטארק געפלאגט מיט א שידוך
די פארגאנגענע ג' אייר האב איך באצאלט פאר א איד זאל פארן מתפלל זיין פא מיר (נאך וואס איך האב נישט געקענט דעמאלטס אליין פארן)

ד' אייר האט מען אנגעהויבן אנטראגן א שידוך, און איך האב חתונה געהאט דעם נעקסטן אדר מיט די זאך ב"ה
כשמ"ו כן הוא

ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2014 5:10 pm

תגובהדורך ניסעל » דינסטאג אפריל 14, 2015 5:15 pm

א חבר דערציילט מיר, ער האט פאריאר עוסק אין א ענין צו שאפן געלט פאר א איד וואס האט זיך פארפלאנטערט אין א געשעפט מיט עטליכע ערילים. דער מצב האט זייער נישט גיט אויגעקוקט. מען האט געדארפט שנעל שאפען קרוב צו א האלבע מעלאנע. ער איז געגאנגען מוט א שותף נאך געלט צי א בקאנטענטען היימישער עלטערער פילאנטראפ (איבער די שמונים). נאכען אויסהערן דעם ביטערען מצב זאגט אים דער פילאנטראפ "מיר קוקט אויס אז דער מצב איז ערגער ווי וואס די שטעלט זיך פאר, אחוץ די געלט עסק, קאן זיך דער פלאנטער ענדיגען מיט אסאך ערגערס, ר"ל." ע"כ הער אויס מיין עצה.קומענדיגע וואך איז ר' ישעי'לע'ס יארצייט איך גיב אייך דא א באדייטענעם סומע, איר זאלט מיט דעם געלט פארן קיין קערעסטיר אויסצובעטן א ישועה פאר ענקער ידיד, דאס איבריגע געלט טיילט אויס פאר צדקה לזכות נשמת ועל דעת רביה"ק ישעי' בן משה זי"ע. הערשט ווען איר קומט צוריק זאלט איר פארזעצען מיט אייער שתדלנות ועסקנות.
גלויבט דער אייבערשטער פירט אויס מיין חבר, מיר האבן געפאלגט דעם איד. ווען מיר צוריק געקומען האבען פארשידנע קארטען פלוצים אנגעהויבען צו פאלן אין פלאץ. מיר זענען מער נישט געגאנגען נאך געלט פאר דעם צוועק ווייל עס האט פשוט נישט אויסגעפעלט. מיר האבען פארגעזעצט מיט מינימאלע שתדלנות, און ביז געציילטע וואכען האט זיך אונדזער ידיד גענצליך ארוסגדרייט אויף א וואונדערבארן אופן שאכמ"ל. זיעוכי"א

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג אפריל 14, 2015 5:19 pm

לוי יצחק בערקאוויטש פון פלעטבוש דערציילט אויך (געווען אויך ק.מ.) ווי אזוי דורך ר' ישעי'לע האט מען ב"ה זיך גע'פטר'ט פון א ערל
כשמ"ו כן הוא

החכמהמאין
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 5:53 pm

אוי קערעסטיר קערעסטיר

תגובהדורך החכמהמאין » דינסטאג אפריל 14, 2015 7:18 pm

כ'בין פאריאר געווען אונטערוועגנס צו אנדערע מקומות הקדושים אין די טעג ארום ג' אייר, נישט האבענדיג אין פלאן בכלל צו זיין אין קערעסטיר, אבער די רבוש"ע המסבב כל הסיבות האט אנדערש געוואלט אין מיר אהין געשיקט קיין קערעסטיר, כ'בין אנגעקומען דארטן ליל שישי (ג' אייר איז געפאלן שבת קודש) און כ'האב פאברענגט דארט גאנ ליל שישי און ערב שבת, כ'מוז אייך זאגן אז כ'האב מיך אליינס נישט געגלייבט צו ווי כ'בין אנגעקומען, דאס דערהויבענקייט און פשוט ב'טעמ'טקייט וואס שפירט זיך דארט ביומא דהילולא איז אומבאשרייבליך,
מיר זענען נישט קיין מבינים צו די חילוקים אין מדריגות פון די צדיקים נישט אין זייערע לעבן וכל שכן ווען זיי געפונען זיך שוין בעולם האמת, אבער ס'איז קרוב לאמת אז צוליב וואס דער גרויסע צדיק וקדוש איז געווען אזוי נאנט צו אונזער דור, און אויך שטארק פארשטאנען צו דעם דור, ער האט דאך געהאלפן ראטעווען אזוי פיל אידן אין אלע זייערע מצבים, איז נישט מער ווי רעכט אז מיר האבן די מעגליכקייט צו זיך שפירן דארטן נענטער ווי אין אנדערע הייליגע מקומות.

החכמהמאין
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 5:53 pm

תגובהדורך החכמהמאין » דינסטאג אפריל 14, 2015 7:23 pm

מי הוא זה האט געשריבן:איז דא א גרופ וואס פארט און קומט פאר א נסיעה קיין קערעסיטער נעקסטע וואך ?

כ'האב געהערט אז ס'איז דא א גרופע וואס פארט אויך קיין סענדזשארטץ, דארטן ליגט הרה"ק ר' יישכר בער קאהן זצוק"ל אב"ד סענדזשארץ וואס זיין יארצייט געפאלט אויך אינעם זעלבן טאג ג' אייר, ווער עס ווייסט מער ביטע מודיע זיין

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך אפריל 15, 2015 1:25 pm

החכמהמאין האט געשריבן:אין מיר אהין געשיקט קיין קערעסטיר, כ'בין אנגעקומען דארטן ליל שישי (ג' אייר איז געפאלן שבת קודש) און כ'האב פאברענגט דארט גאנ ליל שישי און ערב שבת, כ'מוז אייך זאגן אז כ'האב מיך אליינס נישט געגלייבט צו ווי כ'בין אנגעקומען, דאס דערהויבענקייט און פשוט ב'טעמ'טקייט וואס שפירט זיך דארט ביומא דהילולא איז אומבאשרייבליך,

אבער ס'איז קרוב לאמת אז צוליב וואס דער גרויסע צדיק וקדוש איז געווען אזוי נאנט צו אונזער דור, און אויך שטארק פארשטאנען צו דעם דור, ער האט דאך געהאלפן ראטעווען אזוי פיל אידן אין אלע זייערע מצבים, איז נישט מער ווי רעכט אז מיר האבן די מעגליכקייט צו זיך שפירן דארטן נענטער ווי אין אנדערע הייליגע מקומות.


כ'האב געהערט פון איינער וואס האט נישט געהאט קיין קינדער, און ער איז געפארן קיין ליזענסק אויף כ"א אדר, דערנאך איז ער געווען אין קערעסטיר (מיט זיין קבוצה) זאגט ער מיר שפעטער, אז זיין הארץ האט זיך דארט געעפענט אויף א אומנארמאלן פארנעם, און ער האט זיך דארט אויסגעוויינט ווי קיינמאל בעפאר.
ער לייגט אן זיין ישועה אין קערעסטיר (כמובן זייענדיג אין נאך צענדליגע פלעצער, איז זיכער אז זכות כל הצדיקים עמדו לו).
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

היסטאריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובהדורך היסטאריקער » מיטוואך אפריל 15, 2015 2:43 pm

KUPSTHICK האט געשריבן:avrum rubin from boro bark



347-263-1627

אוועטאר
Sprint
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 08, 2010 10:48 pm

תגובהדורך Sprint » מיטוואך אפריל 15, 2015 2:45 pm

איך האב ב"ה זוכה געווען צו מאכן א שמחה נאך 7 יאר

פרטים שוין גשריבן דא

קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 12, 2011 12:31 pm

תגובהדורך קמח » מיטוואך אפריל 15, 2015 3:17 pm

סיפור שלולא הייתי שותף לזה לא הייתי מאמין


לפני שנה הייתי שליח לקערעסטיר
ומעשה שהיה כך היה, שכני הקרוב אלי היה במצב קשה ההוצאה לפועל (מארשעל"ס) באו להוציאו מביתו מחמת שלא שילם את הארנונה קרוב לי"ג שנים (מחמת שלא היה לו לשלם כמובן).
למעשה סוכ"ס אחר התערבות של עסקנים נשאר בביתו, אבל הזמינוהו למשפט אצל הבג"ץ, ולא ידע לשות עצות לנפשו.

שכני ששמע שהנני מתכונן ליסוע לקערעסטיר, ביקש ממני שאהיה שליח עבורו, ושלח עמי את כל החבילה של הבית משפט למען אמסור זאת לר' ישעי'לע ושאכניסנו לתוך הציון הק'.
כמובן שקיימתי דבריו ואחר כמה קאפי' שאמרתי לכבודו, הכנסתי את כל החבילה לתוך הציון.

כאשר חזרתי הביתה, סיפרתי לו מה שעשיתי, ובזה גמרתי שליחתי.

כעבור חצי שנה פגשתיו ושאלתיו מה נשאר בדינו, אמר לי שכני, שיותר לא שמע מהם, וב"ה שכבר יכל למכור את דירתו בלא לשמוע שוב מהם ומדומיהן.

החכמהמאין
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 5:53 pm

תגובהדורך החכמהמאין » מיטוואך אפריל 15, 2015 5:04 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
החכמהמאין האט געשריבן:אין מיר אהין געשיקט קיין קערעסטיר, כ'בין אנגעקומען דארטן ליל שישי (ג' אייר איז געפאלן שבת קודש) און כ'האב פאברענגט דארט גאנ ליל שישי און ערב שבת, כ'מוז אייך זאגן אז כ'האב מיך אליינס נישט געגלייבט צו ווי כ'בין אנגעקומען, דאס דערהויבענקייט און פשוט ב'טעמ'טקייט וואס שפירט זיך דארט ביומא דהילולא איז אומבאשרייבליך,

אבער ס'איז קרוב לאמת אז צוליב וואס דער גרויסע צדיק וקדוש איז געווען אזוי נאנט צו אונזער דור, און אויך שטארק פארשטאנען צו דעם דור, ער האט דאך געהאלפן ראטעווען אזוי פיל אידן אין אלע זייערע מצבים, איז נישט מער ווי רעכט אז מיר האבן די מעגליכקייט צו זיך שפירן דארטן נענטער ווי אין אנדערע הייליגע מקומות.


כ'האב געהערט פון איינער וואס האט נישט געהאט קיין קינדער, און ער איז געפארן קיין ליזענסק אויף כ"א אדר, דערנאך איז ער געווען אין קערעסטיר (מיט זיין קבוצה) זאגט ער מיר שפעטער, אז זיין הארץ האט זיך דארט געעפענט אויף א אומנארמאלן פארנעם, און ער האט זיך דארט אויסגעוויינט ווי קיינמאל בעפאר.
ער לייגט אן זיין ישועה אין קערעסטיר (כמובן זייענדיג אין נאך צענדליגע פלעצער, איז זיכער אז זכות כל הצדיקים עמדו לו).

יעדע תפלה און יעדע גוטע זאך לייגט צו און העלפט אויפעפענען די טויערן אין הימל, מען דארף נאר גלייבן באמונה שלימה אז א יעדנס תפלה און גוטע פעולה וואס קומט ארויס פון א אידיש נפש טוט אויף, כל שכן ווען מיר זענען זיך נאך מדבק צו די פריעדיגע צדיקים,
זכותם יגן עלינו
-אפשר צו די ווערטער זענען פאסיג צו צולייגן די ווערטער וואס הרה"ק משינאווא זיע"א זאגט אויף א פלאץ אין דברי יחזקאל וז"ל כפי זכרוני כעת: כל עשיה שאיזה יהודי עושה מוכרח שיעשה איזה פעולה לטובה. ע"כ בערך לשה"ק.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חיים אשר און 13 געסט