בלאט 1 פון 3

חוה"מ אין וואשינגטאן

געשריבן: מיטוואך אפריל 08, 2015 12:54 am
דורך פארוואס נישט
חוה"מ אין וואשינגטאן:
חוה"מ איז א טאג וואס מ'דארף ארויסגיין פארברענגען מאכן א שמחת יו"ט. ח"ו נישט מבזה זיין.
האב איך היי יאר מחליט געווען גענוג געווען מיט ניו יארק, מ'וועט אוועקפארן ערגעץ, די שאלה איז נאר געווען ווי?
נאך לאנגע דיני ודברים איז געבליבען וואשינגטאן - עיר הבירה, א פלאץ מיט נישט צופיל אידן אסאך שיינע פלעצער ווי צוגיין בקיצור א שטיקל וויקעישאן אויך,מ'האט געמאכט באשטעלונגען מיט די האטעל אין רעדי טא גא.
חוה"מ איז אנגעקומען אין מ'לאזט זיך ארויס די 4 שעה'דיגע וועג נאך'ן מאכן עטליכע סטאפס איז מען אנגעקומען קיין וואשינגטאן
איך האב געמיינט אז ס'איז עפעס א פארשטיפטע פלאץ, למעשה קוקט עס אויס פונקט ווי וויליאמסבורג אדער מאנסי ווי מ'גייט זעהט מען היימישע אידן מיט קערידשעס שפאציר'ן
איך גיי אריין אין ארטיגע ביהמ"ד דאווענען מנחה /מעריב זעה איך א פילע ביהמ"ד פון כמעט נאר היימישע אידן שטריימל - בעקיטשע - ווייסע זאקן אין אלעס
די עולם שמועסט געשמאק איבער דברים העומדים על הפרק ווארשע/רייזמאנ'ס/ווייט האוז וכו' מ'שטעלט זיך צו מנחה קודם האט מען געליינט ביי מפטיר האט יעדער מיטגעזונגען 'כאאאלה' פאר שמו"ע רופט עפעס א בארא פארק'ע אויס "מוריד הטל".
נאך מנחה האט די רב פארגעלערנט א שיעור אין די ארבעה בנים ווי ער האט שיין צולייגט פארוואס ס'שטייט את בלשון נקיבה אין נאך.
שפעטער האט מען געדאווענט מעריב, עפעס א מאנרא יונגערמאן וואס האט פארפאסט ברכו האט געמאכט א ברכו נאך ספירה.
ביים ארויסגיין זעה איך צוויי אינגעלייט וואס האבן געמאכט א שטיקל עקסידענט טוישן זיך אויף נאמבערס 'אין שטאט וועט מען זיך שוין מסדר זיין'
אזוי ווי מ'גייט נאר שפירט מען זיך ווי אינדערהיים

געשריבן: מיטוואך אפריל 08, 2015 1:24 am
דורך פער בריסטאו
ברוך הבא פארוואס נישט

געשריבן: מיטוואך אפריל 08, 2015 2:55 am
דורך אפטימיסט
זיס. איך האף נאך צו קאווערן וואשינגטאן די סי, אהער א לאנגס און א ברייטס. וויזיטן אלע פראמינענטע רעגירונגס בנינים, די ווייסע הויז, טרעפן הויכראנגיקע לעגיסלאטורן, באזוכן היסטארישע פלעצער, וכו'. איז שייך צו טרעפן דעם פרעזידענט? איך האב א שטארקע תשוקה דערצו.

געשריבן: מיטוואך אפריל 08, 2015 3:00 am
דורך גערעכטער
שלום עליכם 'פארוואס נישט'.

געשריבן: מיטוואך אפריל 08, 2015 8:46 am
דורך פארוואס נישט
ברוכים תהיה
עליכם שלום
דעם פרעזידענט קען מען קיינמאל נישט טרעפן אין נאך מער אפילו אריינגיין אין די אלע אפישעל פלעצער דארף מען מאכן רעזיוועיטאנ'ס

געשריבן: מיטוואך אפריל 08, 2015 4:20 pm
דורך פלאחותיך
די האלאקאוסט מוזעאום איז נישט פאר קיין חוה"מ ס'איז צו ביטער און ברענגט מרה שחורה,

חודש אב איז גוט פארדעם

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 2:26 am
דורך אפטימיסט
איך רעד בכלל, איך וויל טרעפן דעם פרעזידענט

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 10:42 am
דורך באדינער
אפטימיסט האט געשריבן:איך רעד בכלל, איך וויל טרעפן דעם פרעזידענט

כ'הער וואס די זאגסט.......

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 10:50 am
דורך פערדל
סארא גליקן האסט ג'טראפן אינעם?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 11:41 am
דורך בערקא
ער וויל אריינכאפן א גאלף מיט אים

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 11:42 am
דורך Sprint
אומרים חז"ל (ברכות ט' ע"ב): "א"ר יוחנן לעולם ישתדל אדם לרוץ לקראת מלכי ישראל ולא לקראת מלכי ישראל בלבד אלא אפילו לקראת מלכי עכו"ם שאם יזכה יבחין בין מלכי ישראל למלכי עכו"ם

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 11:52 am
דורך בוידעם
וואס איז דאס רייזמאנס?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 12:06 pm
דורך בערקא
א נאמען פון א פלאץ

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2015 6:06 pm
דורך Gevald Geshrigen
אני הקטן בין יעך געווען אינעם עיר הבירה עטליכע יאר צוריק און עס איז געווען א ניש־קשה'דיגער וואקאציאן.
א גוט פלאץ איז די נעשאנעל מאל וואס האט אין איין געגנט א געוואלד מיט מוזעאמס און אויך אלע פרעזידענטן

איך בין געווען אפאר טעג און איינגעשטאנען אין האטעל אין באלטימאר וואס איז סך הכל אביסל מער ווי א האלבע שעה פון די סי

געשריבן: דינסטאג מארטש 06, 2018 11:04 pm
דורך דריידל
קומענדיגע וואך איז אין פלאן צו מאכן א סטאפ אין וואשינגטאן, ווייסט איינער ווי ס'איז די נענסטע מקוה?

געשריבן: מיטוואך מארטש 07, 2018 7:55 pm
דורך Gevald Geshrigen
ווען איך בין דארטן געווען האב איך מיר באנוצט מיט די באלטימארער פעסיליטיס סיי פאר מקווה שחרית, מנחה ומעריב און און אויך צו קויפן געהעריגע כשרע עסן.
באלטימאר איז בערך א האלבע שעה פונעם סענטער אין די סי אבער טרעפיק איז אלס א שטיקל אישו (ווענד זיך אין צייט פון טאג)

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 08, 2018 9:35 am
דורך דריידל
Gevald Geshrigen האט געשריבן:ווען איך בין דארטן געווען האב איך מיר באנוצט מיט די באלטימארער פעסיליטיס סיי פאר מקווה שחרית, מנחה ומעריב און און אויך צו קויפן געהעריגע כשרע עסן.
באלטימאר איז בערך א האלבע שעה פונעם סענטער אין די סי אבער טרעפיק איז אלס א שטיקל אישו (ווענד זיך אין צייט פון טאג)

גוגל מעפס זאגט אז פון קעפיטאל היל ביז אגודת ישראל אין באלטימאר איז א קנאפע 50 מייל און געדוירט בערך א שעה צו פארן.
ווייסט איינער פון א נענטערע מקוה?
אין בכלל, איז דא ערגעץ ווי מ'קען סורטשן פאר מענער מקוה?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 08, 2018 10:41 am
דורך קיקיון
וואס איז מיט SILVER SPRING ? אפשר נענטער ווי באלטימאר
זעט אויס ווי גאנץ א שיינער ישוב

מנינים

כשר רעסטאאנען

געשריבן: פרייטאג מארטש 09, 2018 12:47 pm
דורך Gevald Geshrigen
סילווער ספרינג איז בגלילות באלטימאר אבער עס אז קאנסידערד א מער מאדערניזירטע ישוב א בחנה ווי בארא פארק ווס. פלעטבוש
אין באלטימאר ביי רב קאסטאלאוויץ און רב טויב זענען חסידישע שולן

איך האב מיר באנוצט שחרית / מקווה ביי רב קאסטאלאוויץ און מנחה/מעריב ביי אגודת ישראל.
יעצט כאפ איך מיר טאקע אז דער האטעל ווי איך בין איינגעשטאנען איז געווען א גוטע צען פופצן מינוט פון די שולן בין איך טאקע געווען נענטער צו די סי מיט א שיינע פאר מייל
סילווער ספרינס איז טאקע נענטער אבער נישט אזוי גרויס
ביים סעווען מייל (שוין געטוישט די נאמען דאכט זיך) קענסטו טרעפן כמעט א יעדן איינציגן כשרן פראדוקט מיט אלע הכשרים פונקט ווי אין ניו יארק וואס איז לכאורה נישט דא אזא סעלעקשן אין סילווער ספרינגס. לדוגמא געהעריגע חלב ישראל פראדוקטן

געשריבן: פרייטאג מארטש 09, 2018 1:56 pm
דורך קיקיון
Gevald Geshrigen האט געשריבן:סילווער ספרינג איז בגלילות באלטימאר אבער עס אז קאנסידערד א מער מאדערניזירטע ישוב א בחנה ווי בארא פארק ווס. פלעטבוש
אין באלטימאר ביי רב קאסטאלאוויץ און רב טויב זענען חסידישע שולן

אויך איז דא קהל חסידים "דער חסידישער כולל" http://godaven.com/detail.asp?Id=19582&Name=Baltimore דערווייל אין א טרעילער האבען זיי נאך נישט קיין אייגענע מקוה


איך האב מיר באנוצט שחרית / מקווה ביי רב קאסטאלאוויץ קהל מחזיק תורה מיסודו של הרבש'טערנהעל סמוך ונראה צו די אגודה און מנחה/מעריב ביי אגודת ישראל.
יעצט כאפ איך מיר טאקע אז דער האטעל ווי איך בין איינגעשטאנען איז געווען א גוטע צען פופצן מינוט פון די שולן בין איך טאקע געווען נענטער צו די סי מיט א שיינע פאר מייל
סילווער ספרינס איז טאקע נענטער אבער נישט אזוי גרויס
ביים סעווען מייל(שוין געטוישט די נאמען דאכט זיך) קענסטו טרעפן כמעט א יעדן איינציגן כשרן פראדוקט מיט אלע הכשרים פונקט ווי אין ניו יארק וואס איז לכאורה נישט דא אזא סעלעקשן אין סילווער ספרינגס. לדוגמא געהעריגע חלב ישראל פראדוקטן

http://sevenmilemarket.com/
עס איז צוגעקומען נאך א כשר סומערמארקעט https://seasonskosher.com/#!_/Baltimore

חלב ישרא' מילך האט באלטימאר אייגענע

געשריבן: פרייטאג מארטש 09, 2018 3:40 pm
דורך ס'טעגהערט אזאנס
האב איך געטרייט צו מאכן רעזערוואַציע פאר דעי חוה"מ הבעל"ט
שוין אלעס פארנומען..

געשריבן: פרייטאג מארטש 09, 2018 3:45 pm
דורך ווישוואש
רעזערוואציע וואו?

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2018 6:25 pm
דורך וואס עפעס?
לקראת חוה״מ הבעלט..
וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט עסן ווען מפארט אהין אין פסח?

אויכעט, וואו פונקטליך האט די עולם באזיכט חוה״מ?

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2018 7:19 pm
דורך ארום די זייגער
וואס איז שייך עסן? אביסל מצה מיט בענענעס

You can see the whites house from outside.
Holocaust Museum
There is a air and space museum.
Mint

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:55 pm
דורך הסרפד
Spy Museum