חוה"מ אין וואשינגטאן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

חוה"מ אין וואשינגטאן

תגובהדורך פארוואס נישט » מיטוואך אפריל 08, 2015 12:54 am

חוה"מ אין וואשינגטאן:
חוה"מ איז א טאג וואס מ'דארף ארויסגיין פארברענגען מאכן א שמחת יו"ט. ח"ו נישט מבזה זיין.
האב איך היי יאר מחליט געווען גענוג געווען מיט ניו יארק, מ'וועט אוועקפארן ערגעץ, די שאלה איז נאר געווען ווי?
נאך לאנגע דיני ודברים איז געבליבען וואשינגטאן - עיר הבירה, א פלאץ מיט נישט צופיל אידן אסאך שיינע פלעצער ווי צוגיין בקיצור א שטיקל וויקעישאן אויך,מ'האט געמאכט באשטעלונגען מיט די האטעל אין רעדי טא גא.
חוה"מ איז אנגעקומען אין מ'לאזט זיך ארויס די 4 שעה'דיגע וועג נאך'ן מאכן עטליכע סטאפס איז מען אנגעקומען קיין וואשינגטאן
איך האב געמיינט אז ס'איז עפעס א פארשטיפטע פלאץ, למעשה קוקט עס אויס פונקט ווי וויליאמסבורג אדער מאנסי ווי מ'גייט זעהט מען היימישע אידן מיט קערידשעס שפאציר'ן
איך גיי אריין אין ארטיגע ביהמ"ד דאווענען מנחה /מעריב זעה איך א פילע ביהמ"ד פון כמעט נאר היימישע אידן שטריימל - בעקיטשע - ווייסע זאקן אין אלעס
די עולם שמועסט געשמאק איבער דברים העומדים על הפרק ווארשע/רייזמאנ'ס/ווייט האוז וכו' מ'שטעלט זיך צו מנחה קודם האט מען געליינט ביי מפטיר האט יעדער מיטגעזונגען 'כאאאלה' פאר שמו"ע רופט עפעס א בארא פארק'ע אויס "מוריד הטל".
נאך מנחה האט די רב פארגעלערנט א שיעור אין די ארבעה בנים ווי ער האט שיין צולייגט פארוואס ס'שטייט את בלשון נקיבה אין נאך.
שפעטער האט מען געדאווענט מעריב, עפעס א מאנרא יונגערמאן וואס האט פארפאסט ברכו האט געמאכט א ברכו נאך ספירה.
ביים ארויסגיין זעה איך צוויי אינגעלייט וואס האבן געמאכט א שטיקל עקסידענט טוישן זיך אויף נאמבערס 'אין שטאט וועט מען זיך שוין מסדר זיין'
אזוי ווי מ'גייט נאר שפירט מען זיך ווי אינדערהיים

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » מיטוואך אפריל 08, 2015 1:24 am

ברוך הבא פארוואס נישט
My Life Has Become More And More Colorful

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » מיטוואך אפריל 08, 2015 2:55 am

זיס. איך האף נאך צו קאווערן וואשינגטאן די סי, אהער א לאנגס און א ברייטס. וויזיטן אלע פראמינענטע רעגירונגס בנינים, די ווייסע הויז, טרעפן הויכראנגיקע לעגיסלאטורן, באזוכן היסטארישע פלעצער, וכו'. איז שייך צו טרעפן דעם פרעזידענט? איך האב א שטארקע תשוקה דערצו.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4251
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך אפריל 08, 2015 3:00 am

שלום עליכם 'פארוואס נישט'.
הק' איש ימיני

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » מיטוואך אפריל 08, 2015 8:46 am

ברוכים תהיה
עליכם שלום
דעם פרעזידענט קען מען קיינמאל נישט טרעפן אין נאך מער אפילו אריינגיין אין די אלע אפישעל פלעצער דארף מען מאכן רעזיוועיטאנ'ס

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מיטוואך אפריל 08, 2015 4:20 pm

די האלאקאוסט מוזעאום איז נישט פאר קיין חוה"מ ס'איז צו ביטער און ברענגט מרה שחורה,

חודש אב איז גוט פארדעם
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » דאנארשטאג אפריל 09, 2015 2:26 am

איך רעד בכלל, איך וויל טרעפן דעם פרעזידענט

אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

תגובהדורך באדינער » דאנארשטאג אפריל 09, 2015 10:42 am

אפטימיסט האט געשריבן:איך רעד בכלל, איך וויל טרעפן דעם פרעזידענט

כ'הער וואס די זאגסט.......

אוועטאר
פערדל
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2011 2:52 pm

תגובהדורך פערדל » דאנארשטאג אפריל 09, 2015 10:50 am

סארא גליקן האסט ג'טראפן אינעם?

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » דאנארשטאג אפריל 09, 2015 11:41 am

ער וויל אריינכאפן א גאלף מיט אים

אוועטאר
Sprint
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 08, 2010 10:48 pm

תגובהדורך Sprint » דאנארשטאג אפריל 09, 2015 11:42 am

אומרים חז"ל (ברכות ט' ע"ב): "א"ר יוחנן לעולם ישתדל אדם לרוץ לקראת מלכי ישראל ולא לקראת מלכי ישראל בלבד אלא אפילו לקראת מלכי עכו"ם שאם יזכה יבחין בין מלכי ישראל למלכי עכו"ם

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג אפריל 09, 2015 11:52 am

וואס איז דאס רייזמאנס?
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » דאנארשטאג אפריל 09, 2015 12:06 pm

א נאמען פון א פלאץ

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג אפריל 12, 2015 6:06 pm

אני הקטן בין יעך געווען אינעם עיר הבירה עטליכע יאר צוריק און עס איז געווען א ניש־קשה'דיגער וואקאציאן.
א גוט פלאץ איז די נעשאנעל מאל וואס האט אין איין געגנט א געוואלד מיט מוזעאמס און אויך אלע פרעזידענטן

איך בין געווען אפאר טעג און איינגעשטאנען אין האטעל אין באלטימאר וואס איז סך הכל אביסל מער ווי א האלבע שעה פון די סי

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מארטש 06, 2018 11:04 pm

קומענדיגע וואך איז אין פלאן צו מאכן א סטאפ אין וואשינגטאן, ווייסט איינער ווי ס'איז די נענסטע מקוה?

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך מארטש 07, 2018 7:55 pm

ווען איך בין דארטן געווען האב איך מיר באנוצט מיט די באלטימארער פעסיליטיס סיי פאר מקווה שחרית, מנחה ומעריב און און אויך צו קויפן געהעריגע כשרע עסן.
באלטימאר איז בערך א האלבע שעה פונעם סענטער אין די סי אבער טרעפיק איז אלס א שטיקל אישו (ווענד זיך אין צייט פון טאג)

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מארטש 08, 2018 9:35 am

Gevald Geshrigen האט געשריבן:ווען איך בין דארטן געווען האב איך מיר באנוצט מיט די באלטימארער פעסיליטיס סיי פאר מקווה שחרית, מנחה ומעריב און און אויך צו קויפן געהעריגע כשרע עסן.
באלטימאר איז בערך א האלבע שעה פונעם סענטער אין די סי אבער טרעפיק איז אלס א שטיקל אישו (ווענד זיך אין צייט פון טאג)

גוגל מעפס זאגט אז פון קעפיטאל היל ביז אגודת ישראל אין באלטימאר איז א קנאפע 50 מייל און געדוירט בערך א שעה צו פארן.
ווייסט איינער פון א נענטערע מקוה?
אין בכלל, איז דא ערגעץ ווי מ'קען סורטשן פאר מענער מקוה?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג מארטש 08, 2018 10:41 am

וואס איז מיט SILVER SPRING ? אפשר נענטער ווי באלטימאר
זעט אויס ווי גאנץ א שיינער ישוב

מנינים

כשר רעסטאאנען

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » פרייטאג מארטש 09, 2018 12:47 pm

סילווער ספרינג איז בגלילות באלטימאר אבער עס אז קאנסידערד א מער מאדערניזירטע ישוב א בחנה ווי בארא פארק ווס. פלעטבוש
אין באלטימאר ביי רב קאסטאלאוויץ און רב טויב זענען חסידישע שולן

איך האב מיר באנוצט שחרית / מקווה ביי רב קאסטאלאוויץ און מנחה/מעריב ביי אגודת ישראל.
יעצט כאפ איך מיר טאקע אז דער האטעל ווי איך בין איינגעשטאנען איז געווען א גוטע צען פופצן מינוט פון די שולן בין איך טאקע געווען נענטער צו די סי מיט א שיינע פאר מייל
סילווער ספרינס איז טאקע נענטער אבער נישט אזוי גרויס
ביים סעווען מייל (שוין געטוישט די נאמען דאכט זיך) קענסטו טרעפן כמעט א יעדן איינציגן כשרן פראדוקט מיט אלע הכשרים פונקט ווי אין ניו יארק וואס איז לכאורה נישט דא אזא סעלעקשן אין סילווער ספרינגס. לדוגמא געהעריגע חלב ישראל פראדוקטן

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג מארטש 09, 2018 1:56 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:סילווער ספרינג איז בגלילות באלטימאר אבער עס אז קאנסידערד א מער מאדערניזירטע ישוב א בחנה ווי בארא פארק ווס. פלעטבוש
אין באלטימאר ביי רב קאסטאלאוויץ און רב טויב זענען חסידישע שולן

אויך איז דא קהל חסידים "דער חסידישער כולל" http://godaven.com/detail.asp?Id=19582&Name=Baltimore דערווייל אין א טרעילער האבען זיי נאך נישט קיין אייגענע מקוה


איך האב מיר באנוצט שחרית / מקווה ביי רב קאסטאלאוויץ קהל מחזיק תורה מיסודו של הרבש'טערנהעל סמוך ונראה צו די אגודה און מנחה/מעריב ביי אגודת ישראל.
יעצט כאפ איך מיר טאקע אז דער האטעל ווי איך בין איינגעשטאנען איז געווען א גוטע צען פופצן מינוט פון די שולן בין איך טאקע געווען נענטער צו די סי מיט א שיינע פאר מייל
סילווער ספרינס איז טאקע נענטער אבער נישט אזוי גרויס
ביים סעווען מייל(שוין געטוישט די נאמען דאכט זיך) קענסטו טרעפן כמעט א יעדן איינציגן כשרן פראדוקט מיט אלע הכשרים פונקט ווי אין ניו יארק וואס איז לכאורה נישט דא אזא סעלעקשן אין סילווער ספרינגס. לדוגמא געהעריגע חלב ישראל פראדוקטן

http://sevenmilemarket.com/
עס איז צוגעקומען נאך א כשר סומערמארקעט https://seasonskosher.com/#!_/Baltimore

חלב ישרא' מילך האט באלטימאר אייגענע

ס'טעגהערט אזאנס
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 21, 2018 5:33 pm

תגובהדורך ס'טעגהערט אזאנס » פרייטאג מארטש 09, 2018 3:40 pm

האב איך געטרייט צו מאכן רעזערוואַציע פאר דעי חוה"מ הבעל"ט
שוין אלעס פארנומען..
שריי ניש, מ'קען נאך מיינען ביזט ג'רעכט!!

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4044
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » פרייטאג מארטש 09, 2018 3:45 pm

רעזערוואציע וואו?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג מארטש 19, 2018 6:25 pm

לקראת חוה״מ הבעלט..
וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט עסן ווען מפארט אהין אין פסח?

אויכעט, וואו פונקטליך האט די עולם באזיכט חוה״מ?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » מאנטאג מארטש 19, 2018 7:19 pm

וואס איז שייך עסן? אביסל מצה מיט בענענעס

You can see the whites house from outside.
Holocaust Museum
There is a air and space museum.
Mint

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג מארטש 19, 2018 11:55 pm

Spy Museum


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 34 געסט