בלאט 1 פון 1

ענדליך!!! לייק דיסלייק אפשן!

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 2:24 pm
דורך שמאטע
יא יא, אזוי גייט עס!

מיר - חברי אייוועלט.קאם - זיץ מיר על סיר הבשר, און מיר זענען פארנומען מיט דעם און מיט יענס (אויף אידיש זאגו מען עס "על דא ועל הא") און ס'פאלט אונז פשוט נישט איין צי אריינטראכטען אין די אויסטערלישע כוחות וואס די הנהלה - ברשות ארענדער ירום הודו - לייגט אריין אינעם סייט.

די אמת קען מען דן זיין דען עולם לכף זכות, אז היות קיינער האט דאך נישט קיים עקסעס צום מנהלים פארום, ממילא פון וואו זאלן זיי בכלל וויסען וואס עס פירט זיך אפ אינטער די קוליסען.

און טאקע פון דעם ווילען מיר דא היינט רעדן. און נישט סתם רעדן, נאר טאקע מבשר זיין די בשורה טובה אויף וואס אסאך חברים קוקן אזוי ארויס שוין עטליכע יאר(!).

מ'וועל מיר אנהייבען מיט א שטיקעל הקדמה:
ס'איז פאר יעדעם באקאנט אז אייוועלט איז מתחל‏ה אן געווען היבש פרימעטיוו געבויט לויט די דעמאלטסדיגע סטאנדארטן.

במשך השנים איז די סייט זיך ציוואקסען צו איינס פון די מערסט באקאנטע סייט ביים היימישען עולם. פרעג א איד ביי אייך אין שול אויב ער האט שוין אמאל געהערט פון 'אייוועלט.קאם', און איר וועט זיין סורפרייזט אז ער האט גאר 2 ניקס אויף אייוועלט....

די וועלט זאגט א ווערטעל "מיט'ן עסן קומט די אפעטיט". און מיר זאגן "מיטן שרייבען קומט די אפעטיט". מיט די צייט האט די הנהלה אנגעהויבען ערהאלטן פראגעס פונעם ציבור בנוגע געוויסע פיטשערס מיט וואס דער סייט קען ווערען מער און מער באקוועם פאר די חשובי שרייבערס.

ס'איז געקומען פארלאנגען אויף אסאאאאך קלייניגקייטען, און אויך גרעסערע זאכן. פארשטייט זיך אז וויבאלד אלע איינגעשטעלט אין די הנהלה‏ זענען אידן וואס ארבייטען על המחיה ועל הכלכלה א גאנצען טאג, און ווען ס'קומט צו אייוועלט זענען זיי דא אינגאנצען "שלא על מנת לקבל פרס"!! דעריבער איז פארשטענדליך (אזוי האפן מיר עכ"פ) אז נישט יעדע שינוי וואס ס'איז יעמאנד איינגעפאלן האט מען געקענט געהעריג צושטעלן. אמער, יעדע שינוי פאדערט כוחות, צייט, געדולט, און ועל כולם - - - "געלט"!

אבער, היות אז מיר ווילען דאך, און מיר שפירען די אחריות פון אנפירען מיט אזא נאבעלע פראיעקט, און מיר ווילען אז אין די עתיד זאלן טאקע ווי מער אידן נהנה זיין פון אייוועלט. דעריבער איז די הנהלה געקומען צי א החלטה אז מען וועט זעהן וואס ס'איז די מערסטע פארלאנגטע שינוי, און מ'וועט זעהן וויסאך כוחות, צייט, געדולט, געלט דאס פאדערט, און אויב ס'וועט זיין בכדי שיעשו וועט עס די הנהלה פראבירען ציצושטעלען.

נו, אומר ועושה. די געטרייע אחראים און מנהלים האבן זיך ארויסגעלאזט זוכן וואס ס'איז די שינוי וואס איז פארלאנגט געווארען דורך רוב רובם פונעם עולם. און מיר האבן אנגעטראפען אז די אפשען פון א "לייק /דיסלייק קנעפל"‏ איז - לכאורה. לויט אונזער געפינסען - די מערסטע דעבאטירטע אישו צווישען די שפאלטענעס פון אייוועלט.

ווען מיר האבן זיך געוואנדען צום חשובע'ן ארענדער מיט די געפינס, האט ער (און מאנכע פון די מנהלים) גע'טענה'ט אז למעשה איז אויך דא א גרויסע קעגנערשאפט אויף די גאנצע "לייק / דיסלייק אפשען", און אז די הנהלה טוט שוין יא עפעס צו צולייגען א נייע אפשען וויל מען דאך זיכערמאכן אז דער עולם וועט טאקע הנאה האבן דערפון.

למעשה האט די הנהלה זיך פאראייניגט אז די אפשען פון א "לייק / דיסלייק באטען" איז א זאך אויף וואס די מערהייט מעמבערס האבן געשטימט אז זיי דארפן עס "יא" - זעהט דא: viewtopic.php?f=2&t=6751 (*), און דעריבער האט די הנהלה באשלאסן צו גיין ווייטער מיט'ן פלאן.

(*) הגה: די הנהלה האט דירעקט נישט געעפענט א אייגענע אנקעטע אויף די אישו צוליב וואס מיר האבן געהאלטן אז אזא גרויסע טויש באלאנגט אויסשליסלעך פאר די חשובע מעמבערס צי דיסקאסירען.

דעריבער. קומען מיר דא מבשר זיין די בשורה טובה, אז בעזר השם וועלען מיר אין די קומענדיגע טעג אינסטאלירען דעם "לייק / דיסלייק" באטען, מיט וואס מען וועט זיך קענען באדאנקען פאר א תגובה (אדער חלילה פארקערט. ס'זאל זיך אודאי נישט מאכן).

ליתר שאת. היות געוויסע האבן אויפגעברענגט די טענה אז ס'וועט זיך קענען מאכן אז ‏א ניק זאל זיך זעלבסט 'לייק'ן. אדער אז א ניק זאל ניצן די 'דיסלייק' באטן צו זיך אפרעכענען מיט א צווייטע ניק. דעריבער זענען מיר געקומען צי די החלטה, און מיר האבן ממנה געווען צוויי נייע אחראים ה"ה "שמאטע" און "מילכיגער" וואס זיי וועלען אננעמען סיי וועלכע קאמפלעין אויף א פאלטשע 'לייק / דיסלייק' אין פאל איר באמערקט אזאנס.

מיר האפן אז די שינוי וועט זיין א שינוי לטובה, און ס'וועט נתרבה ווערען ספסלי בית קרעטשמתינו צי אלעמענס צופרידענהייט.

הנהלת אייוועלט.
בשם, מנהלים, אחראים, גבאים.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 2:25 pm
דורך וויכטיג מאכער
חחחח, שמאטע! מעסיוו! ס'קען ארויסגיין...

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 2:54 pm
דורך וויכטיג מאכער
עני אחראי ביי א קאמפיוטער? איך האב א פראבלעם מיט מיינע סעטינגס, איך קעניש רוקן גאניש! איך קען באשטיין ארויסצולייגן די תגובות היינט, מ'זאל מיינען אז סיז אן אפריל פולס וויץ...

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:11 pm
דורך גוגל
געלעגער האט געבלאקט מיין סעטינגס, און יעצט איזער אויף לאנטש!!! וויכי ער האט מסתם אויך געבלאקט דיינס, טריי עם צו טעקסטען

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:14 pm
דורך שמאטע
אויף די טעסט סייט ארבייט עס שוין אין גרויסען.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:15 pm
דורך לאדיךארויס
אה! וויכי, דא ביסטו! סיז ביז_יונה'ס! א גאצע אשכול האט געליעקט! פיר עס שנעל צוריק אין מלמדים שטיבל!
viewtopic.php?f=3&t=26286

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:04 pm
דורך יין המשומר
יעצט באקומען דעם לינק פון "קרעטשמע" אין אישי צו אינסטאלירן אויף מיין אקאונט דעם נייעם לייק קנעפל, און עס ארבעט.
יישר כח מנהלים

(פארוואס קען מען נישט מאכן ס'זאל ארבעט אויטאמאטיש? יעדער מוז ווארטן אויפן לינק אין אישי?)

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:31 pm
דורך גערעכטער
רייט קליק אויף דעם און דרוק CTRL, ALT, SHIFT, SPACE BAR,בילד דערנאף פעיסט עס אריין אנהאלטנדיג די עסקעיפ קי.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 9:29 pm
דורך מילכיגער
להוי ידוע אז גי גאנצע מעשה איז נישט אמת. מ'האט מיר אנגעטראגן דעם זשאב אבער מ'האט זיך נאך נישט געקענט פארגלייכן איבער די קאמפענסאציע חלק און ממילא איז געבליבן אז נאך יו"ט וועט מען זיך אראפזעצן. שמאטע'ניו רעדט זיך איין אז אזוי וועט ער מיר שטעלן פאר א פאקט.

ס'א שאד די צייט. אז דו ווילסט ווייטער האנדלען האסטו מיין נומער

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 9:45 pm
דורך שמאטע
מילכיגער האט געשריבן:להוי ידוע אז גי גאנצע מעשה איז נישט אמת. מ'האט מיר אנגעטראגן דעם זשאב אבער מ'האט זיך נאך נישט געקענט פארגלייכן איבער די קאמפענסאציע חלק און ממילא איז געבליבן אז נאך יו"ט וועט מען זיך אראפזעצן. שמאטע'ניו רעדט זיך איין אז אזוי וועט ער מיר שטעלן פאר א פאקט.

ס'א שאד די צייט. אז דו ווילסט ווייטער האנדלען האסטו מיין נומער

האסט פארזעהן די חלק אז די אשכול איז א דרעפט וואס איז בטעות ארויס אין פובליק.
(איך האב נישט אויסגעמעקט דיין נאמען פון די ליסט ווייל איך האלט אז אונז קעמער עפעס אויסארבייטען פאר יעדענס בענעפיט. פאר מער "קוק דיין אישי")

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:37 pm
דורך שמו
למעשה יש לייק או אין לייק?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:39 pm
דורך א גראם מיט טעם
לייק איט אר נאט, שמאטע ביסט פיין!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 8:40 am
דורך פלאחותיך
Ok Misis, me finish

Dis "SHMATA" me "LIKE

Dis Very good SHMATA

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 9:20 am
דורך green
שמאטע!



like.jpg
לייק!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 9:33 am
דורך קרוץ מחומר
די עצם לייק-דיסלייק אישו איז מיר (כ'רעד לעצמי) נישט אזא וויכטיגע ארטיקל, אבער דאס אז א דאנק דעם פלאטשקעט ארויס פונעם מערפ"י פעי"ל (דארט ווי הרב שמאטע איז יעצט שקוע ראשו ורובו) זאפטיגע מים קרים אויף מיין נפש עייפה, דאס איז שוין איין מאל א לייק, אבער נאך ווי!!!