דער צובראכנע פענסטער

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום פריעדמאן
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 2:12 pm

דער צובראכנע פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום פריעדמאן »

א פרייליכן ערב פסח

"א כשר'ן פורים און א פרייליכן פסח", פלעגט ווינטשן אן אלטע אידענע פאר אירע קינדער און אייניקלעך, צולייגנדיג, "מיין טאטע ע"ה פלעגט זאגן: אין פורים וועט שוין זיין פרייליך, מיט אייבערשטענס הילף. אבער אז ס'קומען אריין אזויפיל מאכלים פון פרעמדע שטיבער, דארף מען האפן אז אלעס זאל זיין כשר וישר. פסח, ווייטער, אז מ'הארעוועט אזוי אויסצורוימען דעם חמץ, וועט שוין זיין כשר. מ'דארף נאר בעטן אז מיט די אלע אנשטרענגונגען זאל מען אריינקומען אין יום טוב מיט א פרייליכע שטומונג."

ר' פסח איז נישט קיין גרינגער אורח. אז מען וויל אנקומען צום געהויבענעם יום טוב גרייט מיט זיינע מצוות דאורייתא ודרבנן, צוזאמען מיט די מנהגים און מאכלי יום טוב, דארף מען אריינלייגן אסאך ארבעט און כח. מ'דארף אבער האלטן פאר די אויגן דורכאויס די אנגעצויגענע וואכן, אז די אלע זאכן זענען נישט נאר הכנות למצוה, נאר יעדע זאך איז א מצוה פאר זיך. מענטשן רעדן פון "ענדיגן" פסח'דיג מאכן, "אנקומען" צום פסח, מ'דארף אבער געדענקען אז די הכנות צום פסח איז א מצוה פאר זיך. און אז ס'איז א מצוה, דארף מען עס טון מיט חשק און שמחה.

אט דער חלק, איז אפשר דער שווערסטער פון חודש ניסן. צדיקים האבן געווארנט אז מען זאל זיך היטן פון כעס ביי די הכנות צום פסח, און צוגעלייגט אז ס'איז אפשר נאך ערגער פון א משהו חמץ. דאס אלעס איז גרינג נאכצוזאגן, און אפילו מקיים זיין, פאר'ן נסיון. דער קונץ איז ווען דער קליינער לויפט אריין מיט א קיכעלע אין א שטוב וואס איז נארוואס פסח'דיג געווארן, אדער דער בחור'ל פארזעט בטעות אן ערנסטע חומרא, און אפילו הכי בלייבן בשמחה, אדער על כל פנים נישט ווערן אין כעס, דאס איז אן עבודה קשה אשר צוה ה' אלוקינו אתכם.

דאס קומט נישט פון זיך אליין. עס פאדערט א הכנה און א החלטה גמורה פון פריער: "קיין זאך אין דער וועלט וועט מיך נישט מכשיל זיין מיט'ן הארבן איסור פון כאילו עובד..."

דער וואונטש פון אלע עלטערן איז אז די קינדער זאלן גיין אין זייערע פוסטריט, פראווען דעם הייליגן יום טוב מיט נישט ווייניגער חומרות און זהירות ווי זיי האבן צוגעזען אינדערהיים, און עס ווייטער איבערגעבן לדורות הבאים בשמחה. אויב א קינד וואקסט אויף הערנדיג א גאנצן חודש קרעכצן און שרייען, באקומט ער גאר אן אנדער בליק אויפ'ן יום טוב, ווי ווען אט דער יערליכער חודש איז פול מיט שמחה און חביבות המצוה. יא, קינדער מעגן וויסן אז 'ערליך' איז 'שווערליך', אבער נאכמער דארפן זיי הערן און פילן אז 'ערליך' איז 'הערליך'!

מיר דארפן געדענקען, דער רשע פון דער הגדה, איז נישט סתם א שגץ, א גאסן יונג. ער איז געווען א גאנץ חודש ניסן אינדערהיים, ער האט צוגעזען די הכנות צום יום טוב. ער זיצט אפילו ביים סדר און האלט מיט, אבער ער פרעגט, "מה העבודה הזאת לכם?" די גאנצע עבודה קשה די לעצטע פאר וואכן איז געווען "לכם". כ'האב גארנישט געהערט דערמאנען דעם אויבערשטנ'ס נאמען דא. ביים חכמ'ס עלטערן, דאגעגן, איז עס געווען "העדות והחוקים אשר צוה ה' אלקינו אתכם!"

פונקט ערב פסח, ווען ס'איז אפט אנגעצויגן אינדערהיים, קומען נאך צו פרישע נסיונות און מ'דארף געדענקען אז ס'איז א נסיון און עס לוינט זיך צו שטארקן.

ליינט א מעשה, וואס מ'קען זיך פון דעם פיל לערנען: א בחור'ל האט געהאלפן פסח'דיג מאכן, און כדי צו מאכן א אויסגעצייכנטע ארבעט, האט ער ארויסגענומען דעם גאנצען פענסטער און גוט ארומגעוואשן פון אלע זייטן, און פלוצלונג...

טראך... טראך... טראך...

די קליינע האבן געשריגן א הויכע פרייליכע "מזל טוב" און די גרויסע זענען געבליבן שפראכלאז. אזא שאדן און נאך אויף א אומגעבעטענע טובה?..

דער טאטע קומט אהיים און ער זעט פאר זיך א הויפן מיט שויבן און א פארשעמטע שומר שטייט איבער דעם.

"ברוך ה'" רופט ער זיך אן מיט א פרייליכע שטימע, "זאל מען האבן אפגעקומען מיט דעם".

"יישר כח הערשל", זאגט דער טאטע ווייטער, "ווער ווייסט פון וועלכע צרה דו האסט אונז באהיטן, לאמיר דאנקן דעם באשעפער אז דער געלט שאדן איז אויסגעגאנגען אויפן פענסטער און נישט אויף עפעס טייערער פון דעם".

"נאדיר פינף דאלער אלס הכרת הטוב" , זאגט דער טאטע מיט צופרידנהייט "גיי קויף דיר עפעס איבערצובייסן, דו האסט מיר זיכער געראטעוועט פון עפעס א גרויסע צרה".

אזא מעשה דארף מען נישט צו שטארק צונעמען, דאס איז ווערד א מיליאן דאלער קעש!

רוב אנשים פשוטים כמונו, וואלטן אנגעהויבן מיט א באשולדיגונג, לכל היותר וואלט מען געבליבן שטיל אבער מיט די אויגן געווארפן בייזע בליקן.

שמייכלן?... בלייבן רואיג?... געבן אויסלייז געלט?... דאס איז שוין גאר א הויכע מדריגה!

דער וואס לעבט מיט אמונה און בטחון, ער גלייבט אז אלעס קומט פון אויבן, ער קען בלייבן רואיג און אפילו שמייכלן! זיין חשבון איז פשוט, פארוואס זאל איך גיין ווייזן א ביטערן פנים פאר מיין בחור'ל, ווען ער סך הכל נאר געווען דער שליח פון באשעפער?

פארשטייט זיך אז מ'דארף אויסלערנען קינדער וואס צו יא צו טון און וואס נישט, אבער די ערשטע דריי שעה נאך עס פאסירט א מעשה'לה דארף מען חזר'ן איין זאך "גם זו לטובה" "כל מה דעביד רחמנא לטב עביד" און גארנישט מער.

ס'איז זיכער, אז די הדרכה וואס קינדער זעען אויף די עלטערן ווי אזוי צו ראגירן ווען עס פאסירט עפעס א שאדן, איז אסאך מער ווערד ווי דער בעסטער מוסר דרשה וויאזוי מ'דארף וואשן א פענסטער... דער בילד פון א טאטע און מאמע'ס רואיגע פנים ווען עס פאסירט א געלט שאדן וכדומה, און טאקע ווען איינער איז שולדיג, איז ווערד א מיליאן דולער.

זיך אליינס טאר מען אויך נישט באשולדיגן, אמאל מאכט זיך דער מענטש האט געטון עפעס א נארישקייט און ער קען זיך נישט מוחל זיין.
דער חתם סופר טייטשט, "גם כי אלך בגיא צלמות" אפילו איך האב זיך אליינס אריינגעפירט צום דעם פראבלעם, ס'איז מיין אייגענע נארישקייט און בטלנות, אפילו דעמאלס "לא אירא רע" , וועל איך זיך מחזק זיין מיט אמונה און בטחון און גלייבן "כי אתה עמדי".
לעצט פארראכטן דורך שלום פריעדמאן אום פרייטאג מארטש 13, 2015 12:33 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

הערליך! שלום, א גרויסן דאנק.
הק' איש ימיני
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

איך זאג עס אנע גרייזען
דיין פעדעדער איז אייזען
נאכאמאל געטון באווייזען
אונזער זעהל געטון שפייזען
נישט ווערען אין שטוב קיין בייזען
ערב פסח חלילה ארויס פון די גלייזען
נאר א שמייכעל אדווערטייזען.

נ.ב. שוין געזאגט אמאל, אייער שריפט איז ערשט קלאסיג, טא פארוואס זעהט מען עס נישט אין אנדערע אשכולות?
האופ טא סי יא מאר אפטען,
אגרמ"ט.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פיין געזאגט ר' שלום, אזוי ווי שטענדיג
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

איר ברענגט דאך אזוי גוט ארויס פארוואס זיך צו האלטן רואיג אבער נאך אזא שיין שטיקל פון אייך איז שווער זיך צו האלטן רואיג... :grin:
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
פערדל
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2011 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדל »

אוי ווי גערעכט ס'דאך דער עיקר זעך האלטן רואיג און דעי זמנים
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

זייער זייער שיין. מ'זאגט פון איינע פון די צדיקים דאכט זיך פון הגאון רבי משה זצ"ל אז די וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר שמירת שבת אין אמעריקא אבער געקרעכעצט אויף די פארלוירענע ארבעט האבן די קינדער אפגעלאזט ווייל מה לי לצרה הזאת משא"כ די וואס האבן עס געטון מיט שטאלץ און שמחה של מצוה. ממש דאס וואס דו שרייבסט און שיין ארויסגעברענגט לגבי אונזער הלוך ילך. הערליך דער פשט פונעם בן חכם לעומת דער בן הרשע דפח"ח
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
lekaf zechis
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lekaf zechis »

אגוטן טאג

איך האב געוואלט מוסיף זיין אויף דער ענין פון דעם נושא וואס איז ממש דבר בעתו מה טוב
ווען מען זאגט אויף הושענא רבא
''הושענא נפש מבהלה
מיינט מען אזעלכע זמנים פון יאהר ערב שבת ערב יו''ט חודש ניסן וכדומה
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3237
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

זייער הנאה געהאט פון די ווארהייט אינעם ארטיקל.
העמער נאר זעהן צו מ'העט עס קענען אויספירן
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”