אוועקצוגעבן לשם מצוה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

אוועקצוגעבן לשם מצוה

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג אוגוסט 27, 2007 2:33 pm

די עסקנים ווערן אויפגעפאדערט צו האלטן ארדערונג, מ'קען נישט אזוי אנגיין.

מורים ורבותים, איך וויל אייך אראפלייגן דעם חפץ וואס איך בין גרייט אוועקצוגעבן, און וויסן זאלט איר, גאר שווער קומט דאס מיר אן, מ'רעדט דא פון א לוח וואס כ'האב באקומען אויף פאסט, אבער דאס איז נישט סתם א לוח ווי אלע לוח'עלעך וואס קומען אן ווי רעגן פאר'ן שוועמל, דאס איז שוין "אבער" א לוח.

אויפן דעקל זעהט זיך גראד אן דאס חשיבות וואס איך טראג ביי זיי, זיי שרייבן מיט שיינע אותיות, אז דאס איז: "שי ומנחת זכרון" (איך מוז אריינהאקן א סעקונדע, איר געדענקט אוודאי ווי די ווערטער שטייט אין די תורה, אה יא, ביי א סוטה!! צוגעטראפן..) די קומענדיגע שורה איז "בברכת כתיבה וחתימה טובה" נישט פארטיג, זיי שרייבן ווייטער "לשנת גאולה", און כאטש דאס וואלט שוין לויט אלע דיעות גענוג געווען, האבן זיי זיך אראפגע'גזל'ט פון זייער טייערע צייט און צוגעשריבן "וחיים טובים"! און אט פון דעם לוח רעד איך יעצט..

דאס איז א מתנה פון, נו? איר קענט אייך נישט פארשטעלן, ניין, וואס זאגסטו? הא? איך הער נישט? אקעי, איך וועל אייך נישט אויפהאלטן, איר האט שוין אמאל געהערט פון ".... ..... ......"? די וואס מאכן יעדעס יאר א דינער מיט צענדליגער טויזענטער משתתפים? די מוסד וואס איז געגרינדעט געווארן שוין הונדערטער יאר צוריק? די מוסד וואס אירע פושקעס געפינען זיך היינט אין יעדע שטוב, און ביי אונזערע באבעס איז עס געווען דאס הייליגסטע נאכן שטערן-טיכל? יא! די מוסד, האט זיך אראפגעזעצט היי יאר ווי אלע פארגאנגענע יארן, און געשפירט, אז איך יגר'ל, מוז באקומען א לוח פון זיי, אויב נישט, זענען זיי אויס קאפעליטש מאכער..

און יעצט וויל איך הערן צו איינער מאכט נאך חוזק פון מיר.

איז אזוי, איך האב געשריבן כ'האב באקומען א לוח, באט דאס איז נישט אזוי פשוט ווי איר ווילט עס מאכן, הער איך שרייען דארט פון אינטן: איך האב אויך באקומען איך אויך, ניין, נישט אזא לוח ווי איך האב. ניתי לוח ונחזי, איך וועל עפענען מיין'ס א לוח, און מ'וועט זעהן על מה אנו דנין.

אויפן ערשטן זייט, זעהט איר גראד א העפליכן איינלאדענונג צום דינער וואס וועט פארקומען א' תולדות הבעל"ט, זיי ווייסן גאנץ גוט, אז מיר צו לאדענען, איך זאל ביי זיי א גלעזל סעלצער טרינקן, מוז דאס זיין אין מיין סקעדזשול מינומים דריי חדשים פריער, און כ'האב פאר אייך נייעס, זיי האבן געשפעטיגט! קוקט נישט אויס אז איך זאל עס קענען אריינקוועטשן אינעם סדר היום מיינע.

דערנאך א גאנצע זייט, איך מאך נישט יעצט קיין הלצות, א פול-פעדזש, איז געווידמעט מיך צו בענטשן מיט אלעם גוטן. כ'בין כמעט זיכער, אז ווען דער בלעטל האט ווען נאך אפאר שורות, העטן זיי צוגעלייגט נאך, באט, ווי געזאגט פריער, ס'איז פשוט נישט געווען קיין פלאץ. ווי גייט דער ניגון: וואלט די בלעטל גרעסער געווען, וואלטן די ברכות לענגער געוועזן..

מיר מישן אריבער ס'בלעטל, ניין! כלל נישט, איר מוזט זיך נישט אזוי איינבייגן, איך מיש און איר בלייבט זיצן גראד..

דארט אויבן אויף די רעכטע זייט, געפינט זיך דאס בילד פון די פושקע, די פושקע האט א מעשה פאר זיך, ס'איז אזוי, איר קענט אים געבן א ניקל און ער איז נישט בייז, איר קענט פון אים בארגן אויף אומבאשטימטע טערמינען, זיי האבן מיר נישט איצט געשיקט קיין פושקע, באט פון א בילד האבן זיי זיך שוין נישט געקענט ארויסדרייען.

אויף דעם בלעטל, האבן זיי מיר מיטגעשיקט א קאפי פון א אלטען היסטארישן בריוו. און איך מוז מיט באדויער זאגן, אז אפי' איך האב אין די ערשטע מינוט געמאלדן אז איך בין גרייט דעם לוח אוועקצוגעבן, איז עס אבער נאר אנעם בריוו, דאס בריוו מוז איך ארויסרייסן און אוועקלייגן. בתקוה להבנה.

דערנאך קומט א ליסטע פון דריי פיר זייטן, מיט די נעמען פון די אלע גבאים, וועד ההנהלה (הנאמנים שטייצעך..) וועד הפועל, חברי ההנהלה, וועד האברכים. ווי געזאגט, פיר זייטן מיט פיצי נעמען, ס'וואונדערט מיר, און איך האב מיך אפי' היבש דערשראקן, ווען כ'האב געזעהן און די זייט פון די פושקע ווי זיי שרייבן אז ווען די פושקע ווערט פול, רופט אריין דעם נומבער, און מיר וועלן אריבערקומען צו אייך, רבוש"ע, ס'מיינט א קלארע טרעפיק פאר לאנגע שעהן.. פארוואס טוען זיי דאס? איז דאס טאקע דער עונש פארן ניצן זייער'ס א באקסל פאר מיינע פעניס?

דערנאך קומט די אלע בריוו'ן, איך גיי נישט אריין אינעם סוף פסוק אז קיין איין בריוו האט נישט קיין: בפנינו נכתב ונחתם וכו' מיט צוויי כשר'ע באי ביתם עדות, וואס דאס אליינ'ס צייגט אז דאס איז ווערטלאז, נאר אפי' אן דעם, די בריוון זענען פאלטש! הערט וואס איך זאג אייך, און כ'העל אייך זאגן פארוואס אויך, עס אףף מיי אינפארמעישן, האט דער ירושלים'ער רב, הרב יצחק יעקב ווייס זצ"ל קיינמאל נישט געהאט א גרינע פעדער.. יא! דא אויפן ביכל ווי זיי ווייזן "כתב ידו" ווילן זיי מיר איינרעדן א קאץ אין בויך אז ער האט געשריבן מיט א גרינע-מעטשיק, געט דע העיק אחיט אףף הער..

אהה, יעצט קומט דער עיקר, יא, צו איר גלייבט יא צו נישט, ס'איז אויך א לוח!! ער רעכנט אויס אז יעדן זיבטן טאג איז שבת! ער גיי פאמעלעך טאג ביי טאג וואך ביי וואך, אזוי אז איר קענט עס אפי' נישט לייקענען, כ'מיין סתם אזוי וואלט איך זיי אויך נישט געגלייבט, אבער מיט אזויפיל הסכמות פון קדושי עליון ביזן חת"ס ולמעלה בקודש, און מיט אזויפיל גבאים און וועדי הפעולה בין איך מבטל דעתי, כאטש אפאר זאכן אין לוח האבן כלל נישט קיין פשט.

למשל? אה, איר ווייסט נישט?, יעדן דינער זייערע ווערט דערמאנט מיט גרויסע אותיות, אקעי, כ'פארשטיי, זיי מאכן דאך דעם לוח, אבער ווען זיי האבן ווען אביסל איינזעניש מיטן ציבור, וואלט אזא זאך – ווי נישט דערמאנען ווען די קרעטשמע וואלן גייען זיין – נישט פאסירט!!

איך מוז מיך אפשטעלן א רגע אויף די "מנחה מעריב" וואס זיי האבן דארט אריינגעדריקט, רבותי, לאמיר אייך עפעס אויסלערנען, מ'זאל נישט קיין טעות האבן און זאגן דעם אשרי פון מנחה אזוי ווי זיי דרוקן עס, לויט זיי גייט עס אזוי: ואתה נותן להם את אכלם בעתו: פותח את ידיך למען ירבו ימים וימי בניכם. צו ווי א בלעטל שפעטער וואס שטייט: לכל אשר יקראוהו באמת גדולות עד אין חקר. ס'האט אזא ליין אינטער דעם "אשרי", בי קערפעל.

דערנאך האט עס, יוי, ס'איז א שרעק צו רעדן דערפון, טרערן רינען פון מיינע אויגן, יענע יאר ווען זיי האבן געגרינדעט דעם "כולל שומרי החומות" אזוי קוקט עס אויס, איז געווען א שרעקליכן יאר, נעבעך, איר גייט דורך א רשימה, אוי דאס הארץ רייסט, א מגיפה איז דארט געשען, א ליסט פון 12 בלעטער מיט קדושים וטהורים, אויסגערעכנט לויט די חדשים, 4 מענטשן זענען געשטארבן ב' חשון, 8 אום ג' חשון, אוי, ס'הארץ חלישט.

און זיי ווילן נאך איך זאל מיך איינשרייבן אין זייער קרן.. ווען צוויי שורות פארדעם שטייט: יעדער וואס האט זיך איינגעשריבן איז אויסגערעכנט און די ליסט!

תכלה שנה וקללותיה..


יאפס, אטא דעם לוח בין איך גרייט אייך אוועקצוגעבן, מיטן פלעסטיק וואס קומט פארדעם מ'זאל קענען דערמיט גיין הכנות, כאפט דעם געלעגנהייט וואס מאכט זיך נאר איינמאל א יאר.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג אוגוסט 27, 2007 2:56 pm

איך ווייס שוין נישט וואס דיר צו מורמלען יגר טייערער, דו ביסט עפעס אויסער געווענדליך.

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » מאנטאג אוגוסט 27, 2007 3:03 pm

חחחחחחחחחחחחחח...............

יגר, ביסט אייזן. וואס רעד איך? שטאל! דו ביסט עפעס געוואלדיג. יעדער ארטיקל דיינער טוט איבערשטייגן די אנדערע!
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג אוגוסט 27, 2007 3:32 pm

וואו יגר, דארט יגר...

כ'מיין צו זאגן, וויאזוי ס'יגר'ט זיך, אזוי קרעטשמעט זיך...

ניין, עפעס שטימט נישט דא... לאמיך איבערקוקן...

אה, אזוי גייט עס: בזמן שיגר בקרעטשמע, הוא הודה הוא זיוה הוא הדרה!
An article a day keeps the babies away

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » מאנטאג אוגוסט 27, 2007 4:47 pm

יגר, יו מעיד מיי דעי.

איטערעסאנט אז איך האב נאך דאס יאר קיין לוח פון זיי ניטש באקומען, אוי געוואלד, וואס העט מען לייגן און שמות?

עניוועי, זאל דיר דאס גערעכנט זיין.

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » מאנטאג אוגוסט 27, 2007 6:29 pm

העעעעעעעעעעעעלללללפ!!!!!..... אלקא דמאיר ענני! אלקא דמאיר ענני!! אלקא דמאיר ענני!!!!...... יוי הייליגער באשעפער העלף אין זכות פון ר' מאיר באלאנעס אז קלמן בן געציל בער יענטאאש זאל קענען אויפהערן צו לאכן!!!......

אאאאאאאאאההההההההה..... יגגגגגגרררררררררררררררר!!!!...... יוי ביזטו גוט!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 27, 2007 6:32 pm

אוי האסטו מיר געמאכט לאכן - אויסער דיינע ענגלישע זאצן - פון דעם פאלגענדן פאראגראף:
"און דא קומט איינע פון די הויפט זאכן אין דעם לוח. איר האט א לעבעדיגן בילד פון די אלע סגני נשיאים. מיר וואונדערט עס אביסל, כ'פארשטיי אז ס'דינט א גאר וויכטיגן צוועק, כדאי איר זאלט וויסן ווער ס'איז אין טשארטש ווי מ'זאגט, אבער גראדע האלט איך אז ס'איז גילוי, איינע פון די שרייבט – כמעט זיכער - ביי אונז אין קרעטשמע.."

ביי-די-וועי, איך מוטשע זיך נאך אלץ - אזוי וואלסטו געוואלט - אויף די פינטעלעך ".... ..... ......"...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג אוגוסט 27, 2007 9:36 pm

יגר

איינס אין דער וועלט!!! +++++ recommended
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 12:15 am

יגר, כ'וויל דיר פלעין פארציילן אז דו האסט מיר געמאכט לאכן, ביסט ריזיג, מיט דיינע איידיעס, און די וועג ווי אזוי דו לייגסט עס אראפ.

כ'האב קוים געענדיגט לאכן פונעם עצם ארטיקל, און איך סקרול אזוי אראפ די שכוחות, און איך האמעך פריש גענומען לאכן פון יענטאאש'ס שכוח, ס'איז נאר לידיעה בעלמא.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 11:39 am

הערט אויס, איך לאז נישט, איך לאז נישט אז יגר'ל זאל אוועקגעבן לשם מצווה דעם אזוי היסטארישען לוח....

קוידעם כל נאר פאפא רב דאכצאך שרייבט הינטער מיטן גרינעם פעדער, דער מנחת יצחק האט אזאנס קיינמאל נישט געהאט אין באזיס. אלזא פארפיר נישט אויף די געפלטשעוועטע חתימות דארט.

צווייטנס דארפסטו מיר באצאלן די קלינערס, נעכטן לייענענדיג דיין ארטיקל אנקומענדיג צו דיינע טענות וועגן די וואל-טאג פון די קרעטשמע, האט מיר די אויספלאץ געקאסט מיין וועסטל און הויזן, די גאנצע טאמעטע סאוס האט זיך געגאסן, עס האט אויסגעקוקט ווי כ'קום פון שלאכט-הויז.

דריטנס וויל איך דיר זאגן, אז דער דאיען האט דעם זעלבן לוח, און מוחל עוונות, כ'דארף עס נישט..

פערטנס, דארף מען עקסטער ארויסברענגן לשבח דיין ווארענונג וועגן אשרי דארט, כ'קען נאך ביז היינט נישט פארשטיין וויאזוי אונזערע זיידעס האבן אין די סימכעוואוירע סידורים געזאגט מנחה און מעריב ביינעזאם. וואס איז געווען פשט פוון זאגן די אלע ווערטער אויסגעמישט? דאנקן גאט היינט האמיר שוין די קול יעקב סידורים, וואס עטליכע אידן מיט גרויס מיה, בלוט און שווייס האבן זיי פונאנדערגעטיילט דעם מנחה פונ'ם מעריב.. אזוי דאוונט מען מער נישט דאפלט.

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 2:20 pm

סאכדעס, פון דיי נ'רטיקעל האב איך מיך עקסטער געשאקלט, אבער אזוי שטארק, אז מיין רעדער שטוהל, יא איך פארמאג עס ביי מיר און אפיס.
איז אנגעקומען ביז דעם בעה"ב'ס דעסק.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 2:34 pm

יגר'ל, איך ווייס נישט איבער דיר, אבער פאר מיר איז זיכער געווען א אויסערגעווענליכע מתנה פונעם מוסד דאס אז זיי האבן דיר צוגעשיקט א לוח, שטעלט איר פאר ווען נישט, כ'מיין כ'קען זיך נישט עמעדזשענען פון וואס די וואלסט געשריבן, אדער פון וואס כ'וואלט אזוי צוזאמגעלאכט, ע"כ וויל איך דיר נאר זאגן, אויב די ווייסט נישט, דיין ארטיקל איז א מעכטיג שטיקל!

אין זאל טאקע מיין בקשה דערהערט ווערן פון הודו ביז אשרי: חשובער דולה ומשקה, (שעפער און אנטרינקער) ביטע שעפ אריין דיזע ארטיקל ביי דיר אין קארב, און טרינק אן די סמעטענע פארום דערמיט, כי לכך נצרת, פאר דיזע ערליי ארטיקלען אידאך די סמעטענע באשאפן געווארן. שכוח.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 3:07 pm

נישט גענוג געלאכט פונעם ארטיקל אליינס... קומען נאך די לצים דא
און זענען מגיב מיט קרעפטיגע הערות, און ווייטער לאכן...
אסאך מאל לוינט זיך אן ארטיקל פשוט וועגן די דאבעל פארציע תגובות געלעכטער...
ביי וואן... געט וואן פרי

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 5:20 pm

יגר יוי איכאליש פאר געלעכטער וואסער וואסער,
קיין ווערטער האב איך נישט קיין ווערטער וועל איך מאכען א מאושען ;l;p-
דאס אידאך עפעס מודעריג...
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 6:26 pm

יישר כח יאכער פארן אויפמערקן איבער די לאכיגע תגובה פון יענטאאש, וואס איך האב נעכטן פארזען צוליב דעם וואס מיר האבן געשריבן דעם דאנק אין די זעלבע צייט.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 10:26 am

גמאני מצטרף להקאמפלימענטן ליגר פארן ריזיגן ארטיקל. איבערמעכטיג!

נאר אנשטאט לאכן וויל איך דא צולייגן אז עס איז בכלל נישט אזוי זיכער אז איך וועל נישט נהנה זיין דאס יאר פון דעם לוח. איך פלעג יעדעס יאר קויפן דעם לוח המפואר, א גוטער לוח וואס פיט פונקט אריין אינעם וועסטל טאש. די לעצטע פאר יאר הייבט זיך צעביסלעך די פרייז, פון פינף איז עס ארויף צו 6, און פון 6 איז עס פאראיאר ארויף צו 7, און דאס יאר האט עס געגעבן אזא שפרינג, אז דער נייער לוח לשנת תשס"ח קאסט שוין 10 דאלער! איר הערט? גאנצע צען דאלער פאר א לוח?

זאל אים וואויל באקומען אז ער וויל מאכן געלט, אבער איך בין שוין אויס קאסטומער.

איך וויל בעטן די מוסדות וואס שיקן אומזינסטע לוחות, זאלן איבערמאכן דעם אויסשטעל פון זייער לוח ענליך צום לוח המפואר, יעדע וואך אן אנדערע בלאט.

(א סורטש אויף גוגל האט מיר דאס געברענגט
http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=1926905)

בייגעלייגט זענען צוויי בילדער פונעם לוח תשס"ז
צוגעלייגטע
luach1.JPG
luach1.JPG (38.38 KiB) געזעהן 4590 מאל
luach2.JPG
luach2.JPG (36.01 KiB) געזעהן 4590 מאל
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5056
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 1:10 pm

יגר'קע,
זויווי בינעך שוין געווארן דא שר מייע, וועלעך נעמען דאס געלעגנהייט צו קאמפלימענטירן אויף'ן מעכטיגן שמעטערהאפטיגן ארטיקל, קענעך'ס נישט גענוג באוואונדערן.

כאטש יעדער האטעס שוין געזאגט דא מוזעך אבער אויעך צולייגן, געדענקעך נישט ווען האבעך צום לעצט אזוי זיך אנגעכאפט די בויך מיט אלע קרעפטן, אז די קושקעס זאלן מיר נישט ארויספאלן פון געלעכטער, בפרט אז כ'בינאך געווען אזוי אפגעמוטשעט נעכטן ביים לעזן דיין ארטיקל, נאכ'ן נאכלויפן אזוי מיט אלע כוחות דעם ר' אידל'ען, (לעז מיין ארטיקל פון נעכטן), אבער בארכעשעם ס'האט מיר צוריק געברענגט צו די כוחות אזוי אז כ'אב געלאכט נאך שטערקער, און נאך שטערגער, און נאך שטערקער, און נאך .............. און דאס איז שוין נישט קיין דשאוק, היינט ביים דאווענען האבעך געמוזט זיך גוט פארשטעלן ס'פענימל מיטן טלית אז דערוילעם זאל מיך נישט ארויספירן פון דארט, ווייל כאמעך נישט געקאנט בארואיגן פון געלעכטער.

דאס בעסטע אינאך דער שורה וועגן גילוי אויף די סגני נשיאים, (און איך גלייב דערין באמונה שלימה).
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 3:21 pm

א יישר כח פאר אלע מגיבים, כ'שעם מיך אבער דעם אמת מוז געזאגט ווערן, איך האב הנאה געהאט ווען איר האט מגיב געווען, כאו"א לפי מהללו, זאל געבענטשט ווערן מיט אלעם גוטן.

און צו מיין מ. ראש הקהל גרויזאמער, וועל איך זאגן, סאטש א שעים, א ליידיגע לוח? דו מוזט אמאל זען מיינס. באקומסט א דאלער אויב דו זעהסט צוויי טעג און א צו ליידיג (נישט אריינגערעכנט שבת און זונטאג).

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 3:24 pm

איין דאלאר יגר, דעטס איט? ססאונט אביסל חזר'יש

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 3:27 pm

א גאנצע דאלער! יעצט סאינד עס שוין גביריש

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5056
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 3:36 pm

א גלאטן טאללער הערט זיך מער גביר'יש
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 11:54 am

תגובהדורך יעקב אלי בראך » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 3:39 pm

א טרעילער פיל מיט קעש! ווער געדענקט יגר'לס ארטיקל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 4:12 pm

איך דענק נישט דעם ארטיקל, באט די קעש סאונד קול, וויאזוי קען איך עס קריגן?

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 5:09 pm

מען גייט טיילען, ווען מען וועט אי"ה, וועט מען מודיע זיין.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 5:22 pm

גמני מצטרף: גרויזאמער, א חרפה אז דיין לוח איז ליידיג (מסתמא האסטו געסקענט דיין בעל-הבית'נס...)

און איך בין אויך מוחה אויף די חוצפה פון בעטן 10 טאלער פאר מיין באליבטע לוח וואס איך קויף שוין יערליך זינט די חתונה.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Wow a1, שטארקע חסיד און 19 געסט