א טעם אין יודישקייט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

א טעם אין יודישקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

א גוי פיהלט נישט דעם טעם פון טרעפן איין איינציגער הענגער אין א געשטאפטער מקוה פופצן מינוט פאר דע שקיעה.

ער האט נאך קיינמאל נישט געפיהלט דעם טעם פון הערן דעם בעל תפילה זאגן יתגדל אנשטאט תחנון.

ער האט נאך קיינמאל נישט געפיהלט דעם טעם פון דאווענען ווען ס'איז צוגעגרייט תיקון.

ער האט נאך קיינמאל נישט געפיהלט דעם קלאפ פון סלח לנו אבינו.

דעם שמייס פונעם שכנ'ס ציצית ביי זיין עטיפת טלית.

ער קען טרינקען וויפיהל קאווע ער וויל אבער דעם טעם פון טרינקען א קאווע שבת נאכמיטאג זומער האט ער נאכנישט געפיהלט.

דעם טעם פון טאמעטע דיפ מיט חלה פרייטאג צונאכטס.

דעם טעם פון שטיין פאר א רויט לייט האט ער שוין געפיהלט אבער נישט פרייטאג הארט פאר די שקיעה.

שבת צופריה און ס'רעגנט.

דעם טעם פון טרעפן עפעס האט ער שוין געפיהלט אבער נישט דעם טעם פון טרעפן א סידור אין א געפאקטן ביהמ"ד.

א גוי פיהלט דעם טעם פון אויסטוהן אבער נישט דעם טעם פון אויסטוהן דעם טלית פונעם קאפ פארן ליינען שבת אינדערפריה.

דע טעם פון שמועסן פיהלט א גוי אבער נישט דעם טעם פון שמועסן ביי לכו נרננה אדער בין גברא לגברא.

א גוי האט נאך קיינמאל נישט געפיהלט נישט דעם טעם פון טרעפן צוויי פזר'ס איינס נאכן צווייטן.

דעם טעם פון ובהגיע תור אסתר בת אביחיל דוד מרדכי.

דעם באפרייטן אטעם ווען מ'האט דורכגעמאכט ביי חמש מאות איש ואת.... ואת... ואת... עשרת.

א גוי קען פיהלן א טעם אין עסן אבער ער האט נאכנישט געפיהלט דעם טעם פון טועמיה פרייטאג פארן זמן.

א גוי קען זיין האט הנאה פון א שויער אבער ער האט נאכנישט געפיהלט דעם טעם פון א שויער עשרה באב נאך חצות.

ס'קען זיין געוויס אז ער פרייד זיך ווען ער טרעפט איינעם אבער ער האט נאך קיינמאל נישט געפיהלט דעם גוטן טעם פון טרעפן א זעקסטער וואס האט נאכנישט געדאווענט. (אונז זעמיר שוין פינף)

ס'קען זיין אז ער פרייד זיך צו טרעפן מענטש זאלן איהם אויסהערן אבער דעם טעם פון טרעפן גאנצע ניין ווען מ'דארף אנהייבן הויעכע שמו"ע דאס האט ער נאכנישט געפיהלט.

דעם טעם פון טרעפן א טעפל וואסער נעבן דיר ביי וארשתיך.

א גוי פרייד זיך ווען ער כאפט אן אפוינטמענט אבער דעם טעם פון כאפן חצות דאס האט ער נאכנישט געפיהלט.

דעם טעם פון והוא רחום מוצאי יום כיפור.

דעם טעם פון האבן געכאפט א ווארט ביי הגבה.

ס'קען זיין אז א גוי האט הנאה פון מעלאנע אבער דעם טעם פון מעלאונע שבת נחמו נאכמיטאג דאס האט ער נאכנישט געפיהלט.

קען זיין ער לאכט פון א דזשאוק אבער דעם טעם פון א דזשאוק שושן פורים.

דע טעם פון א לשון הרע וואס איז גאר א מצוה צו רעדן.

א גוי עסט אויך קיפעלעך אבער א קיפעלע מוצאי פסח דאס האט ער נאכנישט געפיהלט.

א גוי האט נאכנישט געפיהלט דעם טעם ווען מ'טרעפט גאנצע דריי מענטשן ביי התרת נדרים.

א גוי קען הערן וויפיהל מוזיק ער וויל, אבער פון מוזיק ל"ג בעומר האט ער נאכנישט הנאה געהאט.

א גוי האט נאך קיינמאל נישט געשפיהרט א רעגן טראפ אין די סוכה.

ס'קען איהם גוט אויסקומען צו שפיהלן אויפן אינסטרומענט אבער דעם טעם פון א געלונגענע שופר בלאזן האט ער נאכנישט געפיהלט.

ער קען הנאה האבן פון אלע מינע סענדוויטשעס אבער נישט דעם טעם פונעם סענדוויטש ערב פסח.

אה נאך א מזל האסט מיך דערמאנט צו ציילן ספירה.

א גוי האט שוין געקויפט אסאך אוקשענס אבער מפטיר יונה האט ער נאך קיינמאל נישט געקויפט.

א גוי קלאטשט אסאך מאל אבער ער האט נאכנישט געקלאטשט ביי בואו בשלום.

א גוי קען טרינקען וויפיהל ער וויל אבער דעם טעם פון ארבע כוסות פסח ביינאכט האט ער נאכנישט געפיהלט.

ער קען עסן וויפיהל קרעקערס ער וויל אבער ער וועט נישט פיהלן דעם טעם פון דע מצה פסח די ערשטע נאכט.

ער קען עסן וויפיהל לעטעס ער וויל אבער נישט פיהלן דעם טעם פון כורך פסח ביינאכט.

ער קען הנאה האבן פון אלע ריחות שבעולם, בלומען שבועות דאס האט ער נאכנישט געשמעקט.

בשמים מוצאי שב"ק דאס האט ער נאכנישט געשמעקט.

דעם אתרוג סוכות דאס האט ער נאכנישט געשמעקט.

הדסים פרייטאג צונאכטס, דאס האט ער נאכנישט געשמעקט.

א שמעק טאבאק האט ער שוין אריינגעצויגען אבער נישט פרייטאג צונאכטס ביי לכה דודי.

א גוי איז אסאך מאל מיד, אבער איז נאך קיינמאל נישט געווען מיד נאכן תיקון ליל שבועות.

א גוי האט הנאה פון דע לבנה אבער צו האט ער דען הנאה פון א שיינע קלארע לבנה אזוי ווי דער יוד וואס וויל מאכן קידוש לבנה.

א גוי בייגט זיך אראפ אבער האט זיך נאכקיינמאל נישט געבויגען צו קלאפן דעם הושענות אויף דער ערד.

המשך יבוא
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

א גוי האט שוין געליינט תגובות , אבער א תגובה פון נשמה האט ער נאך קיינמאל נישט געליינט!
נשמה ביזט סופער גוט!!!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

;l;p- נשמה!! סופער!
הק' איש ימיני
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

ביזט ריזיג דו. אזא לאנגע ליסט אהערשטעלן מיט אזויפיל געשמאק און טעם דאס קען נאר קיינער נאר איינער, טענקס נשמה.
עטיש
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 1:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטיש »

מזעט אז סיז א אידישע נשמה ;l;p-
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

זייער שיין און אפעטיטלעך
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

ניגון עתיק האט געשריבן:זייער שיין און אפעטיטלעך
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

אוי ווי גוט צו זיין א איד!
נשמה יו אר גוט
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך home »

שכח
guar
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2008 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך guar »

אין די הנאה ווען מען כאפט שנעל אלע 4 ציצית ביי ארבע כנפות כל הארץ אין עס ווערט נישט פארהאנקערט
אין די הנאה פון צוזאם לייגן די תפילין אין עס ווערט נישט פארדרייט מיט די ציצית
אין די הנאה ווען מען קומט ארויס שבת צופרי פון מקוה, אדער ווען מען גייט אין ביה"כ שבת אינמיטן דאווענען, און קיינער האט נישט פארטוישט די טלית
אין די הנאה פון מעיין זיין אין א גליון שבת ביים דאווענען
אין די הנאה פון א טריקענע האנטוך ביי שלש סעודות
אין די הנאה פון כאפן א מנין מנחה די לעצטע מינוט
אין די הנאה פון א פיינעם דרימעל שבת נאכמיטאג נאכן טשאלענט
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א טעם אין יודישקייט דורך נשמה
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

guar האט געשריבן:
אין די הנאה פון א טריקענע האנטוך ביי שלש סעודות

איך אלץ איד האב עס נאך אויך נישט געשפירט :lol:
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

maybeeynot האט געשריבן:
guar האט געשריבן:
אין די הנאה פון א טריקענע האנטוך ביי שלש סעודות

איך אלץ איד האב עס נאך אויך נישט געשפירט :lol:

חחחחחח ;l;p-

נשמה די ביסט גוט
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

די מצוה'דיגע לשון הרע האט מיר געשמעקט די בעסטע.. גוד דזשאב!!
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארגארפיק »

שוין דא א ענליכע אשכול
אידישע תאות
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
yakovb
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yakovb »

נשמה האט געשריבן:א גוי קען זיין האט הנאה פון א שויער אבער ער האט נאכנישט געפיהלט דעם טעם פון א שויער עשרה באב נאך חצות.

;l;p-
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

נשמה האט געשריבן:
ס'קען זיין אז א גוי האט הנאה פון מעלאנע אבער דעם טעם פון מעלאונע שבת נחמו נאכמיטאג דאס האט ער נאכנישט געפיהלט.

המשך יבוא



אה קוק מיר שוין ארויס אויף די מעלאנע דעם שבת נאכמיטאג!
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

יעצט זינגטס אלע
אוי נשמה דא ביסטו
אוי נשמה כאב אזוי הנאה פון דיר
נשמה שרייב מער צי מיר
אוי נשמה

( אונטערן רושם פון די נעכטיגע בוני עולם דינער ווי מ'האט ענדליך געטראפן די פאלוירענע נשמה)
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

ביידיוועי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

מענין לענין באותו עניין. ..

איך טראכט צו מיר אסאך מאל וואס טוט א גוי מיט סילווער פעיפער?
א יוד קען עס נוצן אין אזויפיל פלעצער... חנוכה ווערן אלע יודישע דיינונג רומס אויסגעצירט ביי אלע פענסטערס מיט סילווער פעיפער
ווער רעדט נאך פון פסח... אלעס אן אויסנאם איז פיל מיט סילווער פעיפער
אויפן פליגער זענען אלע יודישע סענדוויטשעס ארומגענומען מיט דעם ארטיקל...
וואס טוט א גוי מיט סילווער פעיפער?
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

אוי, רעדסט פון טרעפן א הענגער ערב שבת דאס מאכט מיך אנפאנגן שוויצען!!!
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”