שפאנענדע מאמענטן......

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ברעקל
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 14, 2015 11:18 pm

שפאנענדע מאמענטן......

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעקל »

וויפיל שווערע הארעוואניע, מיה אין פלאג, ביטערע ארבעט, טאנען פון צייט, בלוטיגע אינוועסטירונגען, אומבאגרייפליכע באמיהונגען, אומאויפהערליכע השתדלות, זעק שווייס, קארבן טרערן, נאך אזויפיל יארן, און יעצט אזא דורכפאל.

מיינע אויגן שעפערן טייכן גלאזערנע טרערן, מיין מח איז פאראלאזירט, מיין הארץ איז צופיצלט, איך שטיי אזוי דעמאראליזירט,אנידערגעשלאגן, אליין, שאק און אנגסט נעמט איבער מיין פארצווייפלטע געמוט, עס איז פינסטער, שטאק טינקל, חושך ואפילה,

מיינע אויסגעטריקנטע לעפצן שעפשען אומאויפהערליך, מיינע ציטערדיגע פינגערס ווייברערירן מיט א אויטאמאטישער גאלאפ, מיינע שאקלנדע ציין קלאפן זיך אין אן אומסטאבאלאזירטע ריטעם, בלאס ווי קאלעך שטיי איך אזוי וואקלדיגערהייט אין א אומבאלאנסירטער פארמאט.

איך פרוביר מיך צוזאמקלויבן, קומען צו די כוחות, בארוהיגן מיינע שטורמישע געפילן, צוקלויבן די הרגשים, אפשטילן די ברויזענדע כוואליעס, צוזאמענעמען די באדראענדע מחשבות, אפקילן די ברענענדע שמערצן, אבער אן ערפאלג.

מיין מח פילם שפילט איבער די לעצטיגע פאסירונג, איך טראכט אריין וואס דא האט פאסירט, איך קלער איבער מיינע געדאנקען, איך פארטיף מיר אין איך איך ברעך אויס אין א יאמערליכן געוויין, מיין האלדז שטיקט פון זאלציגע טרערן, א גרילצענדע שלוכץ רייסט זיך ארויס פון די טיפענישן פון מיינע לונגען, מיינע רויט פארוויינטע אויגן שטורעמען גאלאנען, איך וויין און איך וויין.

און דאן... פלוצלונג... א בליציגן ליכט שיינט דורך מיינע געדערים, א ווארימע שטראהלט לייכט אויף, א בארוהיגנדע געפיל נעמט ארום מיינע גלידער, אה... א דערלייכטערונג, א בארוהיגונג, לעכטיג, פריילעך, א ברייטן שמייכל ציעט זיך אויס אויף מיינע לעפצן, מיין פנים שטראהלט אויף, מיינע פיס הייבן אן שוועבן, איך הייב מיך העכער און העכער, א טענצעלע אין די לופט.

טאנץ טאנץ אידעלע....

א פרייליכן פורים
לעצט פארראכטן דורך ברעקל אום דינסטאג מארטש 03, 2015 4:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

זייער גוט געשריבן

אבער נישט פארשטאנען וואספארא דורעכפאל דו האסט יעצט געהאט
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שמו האט געשריבן:זייער גוט געשריבן

אבער נישט פארשטאנען וואספארא דורעכפאל דו האסט יעצט געהאט

ער מאלט וואסער
ברעקל
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 14, 2015 11:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעקל »

שמו האט געשריבן:זייער גוט געשריבן

אבער נישט פארשטאנען וואספארא דורעכפאל דו האסט יעצט געהאט

געבא קוק אויפן קעפל וועטיר נישט שווער זיין קיין קשיות...
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ס'איז צו א גוטע מעשה, אויף צו מאלן וואסער
איך האב געהאפט איך וועל מיך קענען ענדזשויען מיט דיין פלאפ
כ'האב מיך שוין געריבן די האנט פלאכ'ן, און דא אזא דורך פאל פאר מיר, איך בין געבליבן לעקיש,
דו האסט קיינמאל קיין דורך פאל נישט געהאט, דאס איז טאקע א בראך
:lol: :lol: :lol:
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 12, 2011 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמח »

אריין אין פייער אין וואסער אשכול
מיוחד לפורים
viewtopic.php?f=3&t=1451
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

פיינע לשונות
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”