קרעזי נייעס אגענטור: די טוילעט ראל פרשה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

קרעזי נייעס אגענטור: די טוילעט ראל פרשה

תגובהדורך קרעזי » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 8:56 am

עס איז נישט דורך מער ווי א טאג נאך וואס די דארפישע באפעלקערונג האט מיטגעהאלטן א פאליטישע רעלי, וועלכע איז אונטערגענומען געווארן קעגן די איבערגעדרייטע טוילעט ראל פאפיר, און די אלוועלטליכע צייטונג האט אונטערגענומען א גרונטליכע אויספארשונג איבער וואס פאסירט אינעם קליינעם ביידל פון דער פאליטיקאנט וואס האט זיך ארויסגעשטעלט און פארטיידיגט איינע פון די זייטן אינעם געפעכט. לויט די מידיא זאגט, איז דער בילד וועלכער האט זיך אנטפלעקט פאר זייערע אויגן נישט געווען דאס וואס זיי האבן ערווארטעט, ווען זיי האבן אנטדעקט אז די טוילעט ראל איז געווען אויסגעדרייט אויף אריין, אדער אויף ענגליש, כלפי פנים. לויט ווי אנאליסטן זאגן ווייזט דאס אויף די שוואכע כאראקטער פון דעם מאן, און אז אפילו ביי זיך אינדערהיים קען ער נישט אויספירן זיינע פרינציפן. דורכאויס די אבלאווע אין הויז האבן זיי אויך געפונען היטלעך וועלכע זענען צוגערויבט געווארן אין לויף פון די לעצטיגע מאנאטן. אויף איינע פון די היטן איז געפונען געווארן א אידישע אויפשריפט, און לויט ווי די פארשער זאגן איז דאס אן איבערטיישט פון די ווערטער "ווייסע זאקן" אויף ענגליש. עס דארף אנגעמערקט ווערן אז דער היט איז טאקע שוין לעצטנס נישט געזען געווארן אין דארף, וועלכע טוט אנצייגן אז דער ריכטיגער רויבער איז ווירקליך שולדיג אויך דערויף.

פאר ווייטערדיגע אינפארמאציע: גיבט א דרוק דא.
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 11:54 am

תגובהדורך יעקב אלי בראך » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 11:20 am

ריזיג!! טיפיקל קרעזי

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 11:23 am

יעקב אלי', איך וויל אייך גראטולירן פארן זיין דער 38'סטער viewer פון דעם הענגל, און דער ערשטער צו לאזן א צייכן נאך זיך.
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 11:33 am

נאמבער 39, געוואלדיג קרעזי

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 12:43 pm

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח כעל דיר זאגן פארוואס דער עולם איז נישט מגיב, דו שיקסט דעם עולם גלייך אין עולם הכסא אריין, און פון דארט קומט מען ארויס אביסקעלע נישט זויבער, וויל מען ניט זאגן קיין אידיש ווארט, יאך האבזעך געוואשן ס'הענט...

געוואלדיג.. כ'ווייס נאר נישט פון וואו דו נעמסט אזויפיל צייט..

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 12:54 pm

סאכדעס האט געשריבן:געוואלדיג.. כ'ווייס נאר נישט פון וואו דו נעמסט אזויפיל צייט..


סאכדעס, לאמיר זיך פארטיפען אין די שאלה וואס דו ווייסט נישט.

קען זיין אז ער האט אפגעשפארט צייט אין א סעיווינגס אקואנט וואס ברענגט אים רווחים, און אזוי יעצט שניידט ער די פירות בבחינת נוצר תאנה יאכל פרי' (אז מ'פלאנצט א פייג, וואקסט א פייג......)
אן אנדערער אפציע איז אז דער קרעזי, האט פשוט אן איבערפלוס פון צייט, צו ווייל אין עולם הקרעזי איז פארהאן מער פון 24 שעות אדער ס'איבריגע פון אונז אינעם עולם העשיה דארפן צו טאן זאכן וואס בעולמו איז עס נישט שייך.
דאס דריטע סברא איז אז זיינע ווערק פארנעמט אים פשוט נישט די צייט וואס אונז בדעתינו העניים מיינען אז ס'געדויערט א ים מיט טיים, אבער פאר אזא פרא ווי קרעזי נעמט עס סעקאנדס.

כשלעצמי, גלייך דאס דריטע אפציע בעסט לויט די תוכן פון זיינע תגובות וואס צייגט אן אויף א פערזאן מיט זעלטענע כשרונות, אזעלכע וואס מ'זעהט שווער ממילא האבן מיר נישט די מעסטער מיט וואס מ'מעסט דאס אפ, וכל דבריו בחידות נאמרים, אלעס ארום אים איז חידות ונסתרות אשר אין לנו עסק בהם.

בלייבט נאר צום האפן אז קרעזי אתה בתוכינו, מ'וועלמיר נאך לאנגע יארן שטוינען אויף דאס אומגלויבליכע ויתקשו המקשים ויתרצו המתרצים.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 1:52 pm

קרעזי, כ'גיי דיך קלאגן אויף 'דעפעמעישאן' קלאגעס...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 2:22 pm

אתה קרעזי, ושמך קרעזי, וכל תגובותיך ואיידיעותיך קרעזי.

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 2:32 pm

סאו וואס זאל איך יעצט זאגן? הא? הא?! האאאאאאא???!!!!.........

איינער זאגט מיך היינט אין בית המדרש: "ביזט משוגע", זאג איך אים "טענק יו פאר די קאמפלימענט"......

אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

תגובהדורך שקר_הדייעט » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 5:59 pm

געבליבן איין עצה: געשניטענע טוילעט פעיפער - ושלום על ישראל

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג אוגוסט 26, 2007 2:16 am

מאשקע האט געשריבן:קרעזי, כ'גיי דיך קלאגן אויף 'דעפעמעישאן' קלאגעס...

דערמאנסט מיר פון 'אנטי דעפעמעישאן ליגע'..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוגוסט 26, 2007 5:36 pm

קרעזי;

מיללער האט עס (כמעט) ארויס! דו ביסט פון אן אנדערן פלאנעט!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:57 am

קרעמער האט געשריבן:קרעזי;

מיללער האט עס (כמעט) ארויס! דו ביסט פון אן אנדערן פלאנעט!


אין קרעמרתם שלימה, וואס איז דער איינגערינגעלטער כמעט? הא, איך הער נישט!

קרעזי, וואס איז די וועטער דארט אויף יענעם פלאנעט? זאג, די אסטראנאטן האסטו שוין באגעגנט, זיי שפענדן עפרות זהב צו טרעפן דיינע שפירען, ספוט-ניקס פליען אהין צו דיר יעדן מאנטאג אין דאנערשטאג (וועגן דען זאגט מען דאך די לאנגע תחנון).


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 25 געסט