מיין שלום בית האלט ערב צוזאמבראך! העלפט מיר!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

איזהו דרך הישרה שיבור לו האדם?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2007 12:19 pm

11
52%
10
48%
 
סך הכול שטימען: 21

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

מיין שלום בית האלט ערב צוזאמבראך! העלפט מיר!

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 12:19 pm

אוי באשעפער, כ'ווייס נישט וואס ס'וועט זיין דא. שוין איבער צען יאר וואס מיר שלאגן זיך ארום, טאקע איבער א נארישקייט, אבער פארט שלאגן מיר זיך ארום דערוועגן יעדן טאג עקסטער, און ס'נעמט נישט קיין עק.

ס'האט זיך אנגעפאנגען ממש אין די ערשטע וואך נאך די שבע ברכות. באמת האט זיך עס שוין אנגעהויבן אינעם ערשטן טאג נאך די חתונה, אבער אין די ערשטע שבעה האט מען עס נאך געקענט פארשווייגן, נאר נאכדעם האט זיך אנגעהויבן די ריכטיגע געשלעגן.

איך ווייס נישט וויאזוי עס מסביר צו זיין, ס'איז אביסל אן האקעלער ענין. כ'וועל פרובירן צו רעדן ברמז, והמבין יבין.

גלייך דעם ערשטן טאג, האב איך באשלאסן אז ס'קומט אזוי, מיט'ן פנים ארויס, אזוי ווי כ'האב געזען ביי אבותי ורבותי, און אזוי ווי כ'בין געווען געוואוינט נאך פון אלס קינד.

איך ווייס נישט פונקטליך; פרעג מיך נישט פארוואס. מחמת איזה סיבה האב איך געהאלטן אז אזוי קומט עס, אזוי "בלאנגט" עס, און אזוי איז דער דרך הישר והטוב וויאזוי ס'דארף צו זיין.

יעצט די מעשה מיט מיין אשת חיל תחי' איז אזוי. זי איז באמת א חשוב'ע פרוי, אן ערליכע אידישע טאכטער, עושית רצון בעלה, מיט אלע מעלות שמנו חכמים.

נאר וואס דען? איין חסרון האט זי: אין דעם ענין האלט זי פונקט פארקערט ווי מיר! פרעג איר פארוואס, אפשר האט זי געזען ביי אירע עלטערן אנדערש ווי איך האב געזען, און זי ווייסט נישט אז נאך די חתונה דארף מען זיך פירן אזוי ווי דער מאן פירט זיך.

למעשה האלט זי אין דעם ענין פונקט פארקערט פון מיר. זי האלט קלאר אז ס'דארף זיין מיט'ן פנים אריין, כדי שלא להשאיר הנייר חלק (איר וועט באלד פארשטיין).

הכלל, אין די ערשטע פאר טעג האבן מיר זיך נאך איינגעהאלטן פון זיך שלאגן דערוועגן. נאך אלעם, זענען מיר דאך געווען א פרישער פארפאלק, געלעבט ווי צוויי טויבעלעך, און מיר האבן זיך נישט געוואלט ארומרייסן איבער אזא קלייניגקייט.

איי איך קען דאך נישט אזוי? איך בין דאך צוגעוואוינט אנדערש? איז גארנישט. שטילערהייט האב איך עס יעדעס מאל געטוישט, און ס'איז אזוי געבליבן ביז זי האט עס צוריקגעטוישט, וחוזר חלילה וחס.

אזוי האט עס אנגעהאלטן די ערשטע פאר טעג.

אבער נאכדעם איז שוין דער מצב געווארן ערנסטער. זי האט זיך גענומען מיר פארהאלטן פארוואס איך טויש עס פונעם ריכטיגן וועג. איך האב גע'טענה'ט אז "דא" בין איך באלעבוס! און איך וועל באשטימען אויף וועלכע וועג ס'דארף אויסגעשטעלט ווערן, אבער זי האט גע'טענה'ט אז בעניני גשמיות און שטוב ווירטשאפט איז זי די אויסשליסליכע בעלת הבית, און זי דארף האבן דעם לעצטן ווארט אין די ענינים.

ס'איז שוין אפילו געווען א פלאן אריינצולייגן צוויי, איינס אויף דעם וועג און איינס אויפ'ן צווייטן וועג, אזוי ווי להבדיל דער שלום בית קוגל, אבער למעשה האט זי געזאגט אז 'מיין' וועג וועט 'איר' שטערן, און איך האב געהאלטן אז 'איר' וועג וועט 'מיך' נערווירן, און די שלום אונטערנעמונגען האבן זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט.

אזוי האבן זיך די יארן גערוקט, ווען יעדער פון אונז האלט עס אין איין צוריקטוישן, אזוי ווי ס'קומט לויט זיין/איר מיינונג. איך דריי, זי דרייט צוריק. זי דרייט, איך דריי צוריק.

און אזוי איז געווען יעדן טאג, בלי גוזמא. אפילו שבת, ווען מ'ניצט עס נישט, האבן מיר זיך ביידע געשלאגן וויאזוי ס'זאל זיין אויסגעשטעלט. איך בין געקומען 14 מינוט נאכ'ן זמן הדלקת הנרות, דאס אויסצושטעלן וויאזוי איך וויל ס'זאל זיין, אבער געווענליך איז זי שוין געשטאנען דארט גרייט, מיט א וועלגער-שטעקן אין האנט, און געמאכט זיכער זיך נישט אוועקצורירן פון דארט ביז די שקיעה.

איך האב אפילו אמאל געטראכט צו רופן א גוי, אמירה לעכו"ם בשעת הסכנה איז דאך מותר, אבער למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז זי איז ארויפגעקומען אויף מיין פלאן, און זי איז געשטאנען דארט א גאנצן שבת!

איך ווייס אז ס'איז אייך נישט בא'טעמ'ט מיטצוהאלטן מיינע קריגערייען, אבער דאך; תשועה ברוב יועץ. איך מוז באקומען אייער הילף, ווייל איך קען עס שוין נישט אויסהאלטן.

ס'האט שוין שיער געהאלטן ביים שרייבן עלף שורות (הצרי, והצפורן, החלבנה והלבונה וכו'...), אבער אין די לעצטע מינוט האבן מיר באשלאסן דערווייל נישט צו נעמען דעם שריט, און זי האט מיר פארזיכערט אז מ'גייט זיך בקרוב אראפזעצן פארהאנדלן און אויסהאמערן א פשרה.

אבער פארשטייט זיך, נאכדעם וואס מיר האבן זיך בארואיגט, האט קיינער פון אונז זיך נישט געוואלט אראפזעצן צום פארהאנדלונגס טיש, און די קריגערייען האבן ווייטער אנגעהאלטן.

די קינדער, אוי די קינדער. נעבעך א רחמנות אויף זיי. יעדעס מאל וואס זיי האבן באטראכט די זאך, האבן זיי געקענט זעהן ווער ס'איז היינט געווען שטערקער. אויב איז עס געווען מיט'ן פנים ארויס, האט דער טאטע מנצח געווען, און אויב איז עס געווען מיט'ן פנים אריין, איז א סימן אז דידה נצח.

אקעי, כ'קען שוין נישט מער. איר דארפט נישט מיטהאלטן אלע מיינע פראבלעמען. איך וויל נאר איין זאך: ביטע העלפט מיר ארויס! מאכטס שלום צווישן אונז!

איך בעט אייך ברחמים, מיין שלום בית איז אפהענקיג אין דעם! נעמט דאס נישט פאר לייכט!

ביטע שטימט אויף וועלכע וועג ס'קומט, מיט'ן פנים ארויס אדער מיט'ן פנים אריין.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 12:27 pm

יוי ביסטו גוט, קומסט מיר פיר א האלב מינוט, פשוט ווען איך מאך אפ אז איך ליין עפעס איז עס אויף מיין זייגער, אבער דא האסטו מיר געצווינגן עס צו איבערליינען צוויי מאל, נא ווער צאלט דאס אפ?
דער אמת איז אז קומסט מער גארנישט, ווייל איך האב אזאנס צוזאמגעלאכט אז אלעס האט זיך אויסגעצאלט.

איצט לענין, עס קומט אויסדריקלעך מיטן פנים אריין, עס איז פשוט גרינגער צו רייסן אויף דעם וועג, נאר מיין שטוב טאקע האלט ווי דיר.

אבער געשטימט האבעך נישט, ווייל איך ווייס נישט וואס הייסט כלפי פנים אדער חוץ, סאו קודם מאך דאס קלאר.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 12:29 pm

דו ביסט גוט משוגע, קודען האבעך געמיינט אז ס'רעדט זיך עפעס פונ'ם טשולנט אדער זופ, דערויף .. שוין בקיצור כ'מוטשע זיך ארום.

לבסוף פארשטיי איך דיר שוין זייער גוט, כאמאזעל מיין ווייב נעמט נישט קיין שטעלונג, כ'ווייס נישט פונקט פארוואס דאס הייסט כלפי פנים, אבער כ'מיין אז די צווייטע בילד, די לעצטע אופציע איז עס, און אויף דעם האבעך געוואוט.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 12:31 pm

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח...................

מאשקע זאלסט עס כאשט וויסן, די ביסט בעסער ווי גוט, וואס זאג איך בעסער?.. אסאך בעסער און נאך מער ווי אסאך, יוי ביסטו גוט, בקיצור, ביסט גוט!

לענינינו, איך האב מורא צו זאגן מיין מיינונג, איך ברויך נישט קיין שלום בית פראבלעמן מיט דיר, אבער איך האלט אז ס'קומט מיטן פנים אריין, פינטל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 1:00 pm

חחחחחחכככככככאאאא.....
נאכאמאל...חחחחחחחחחחחח
ביסטו קרעפטיג....... מאשקינו

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 1:07 pm

ווען דו האסט א געלעגנהייט, בארג מיר ביטע דיין נייע קיבארד פאר א שעה צייט. דו ביסט דאך אזוי וויזוי הייסט עס, אזוי גוט אראפצולייגן.

ס טוט מיר וויי אז איך האלט אנדערש ווי דיר, אבער אזוי איז עס. עס קומט מיטן פנים אריין, אזויווי אויף די צווייטע בילד.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 1:08 pm

אויוויי :-(

איך האב בטעות געשטימט אויף די ערשטע, איך געוואלט שטימען אויף די צווייטע.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 1:21 pm

שכוח טריאו פאר'ן ראטעווען מיין שלום בית און שטימען פאר מיר!

צוריק גייט א קאזין...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 1:24 pm

די סוגיא איז נישט אזא פשוט'ע... פילע פענעס זענען שוין צעבראכן געווארן אויף דעם... (נאכאמאזעל ס'דא אזא זאך ווי קיבאורדס...)

קוקטס דא און דא.

(אכטונג: מ'זעהט א נש).
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 1:38 pm

קוקטס אויך דא און דא און דא.

אפילו וויקיפידיע האט וואס צו זאגן דערוועגן.
An article a day keeps the babies away

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 1:43 pm

קוק דא דא דא דא דא, כקען נישט אזויפיל...
די בעסטע עצה איז, נוץ געשניטענע פאפיר

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 1:44 pm

אויך דא רעדט מען דערפון. קוקטס אויך דא.

און דא ווערט באהאנדלט די פיזיקס דערפון, פארוואס איין וועג איז בעסער פונעם אנדערן.


די חברה האבן אסאאאאךךך צייט...
An article a day keeps the babies away

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 1:48 pm

דו לייגסט כאטש אויך אויף די אלע פלעצער א לינק אהער?..

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 1:49 pm

איזאק האט געשריבן:קוק דא דא דא דא דא, כקען נישט אזויפיל...
די בעסטע עצה איז, נוץ געשניטענע פאפיר


דאס טוה איך דאך פאקטיש...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 1:51 pm

3x0 האט געשריבן:דו לייגסט כאטש אויך אויף די אלע פלעצער א לינק אהער?..


ערגעץ האב איך געזען די פאלגענדע ווערטער:

המספר הרב ביותר של משתמשים מחוברים אי פעם היה 453 בתאריך שני יונ' 25, 2007 4:18 am


ס'נישט גענוג? דו דארפסט נאכמער פון דעם?...
An article a day keeps the babies away

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 1:55 pm

מאשקע האט געשריבן:
3x0 האט געשריבן:דו לייגסט כאטש אויך אויף די אלע פלעצער א לינק אהער?..


ערגעץ האב איך געזען די פאלגענדע ווערטער:

המספר הרב ביותר של משתמשים מחוברים אי פעם היה 453 בתאריך שני יונ' 25, 2007 4:18 am


ס'נישט גענוג? דו דארפסט נאכמער פון דעם?...

חחח.

מאשקע האט געשריבן:
איזאק האט געשריבן:קוק דא דא דא דא דא, כקען נישט אזויפיל...
די בעסטע עצה איז, נוץ געשניטענע פאפיר


דאס טוה איך דאך פאקטיש...

און איך אויך.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 1:58 pm

קום צו טראכטן דערפון, איז דאס נאך דער בעסטער וועג, ושלום על הטוילעט פעיפער...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 3:08 pm

מאשקע....... נוץ דיר דיין חי"ת קיבארד און האב מיר אויך אינזין. אוי, איז דאס אן ארטיקל! חחחחחחחחחח.......
געוואלדיג איז נישט דאס ווארט.

רבותי, ס'פעלט זיך אויס עטליכע שטימעס פאר די מאשקע לאגער, אז נישט וועט די מאשקעטע איבערנעמען די מאכט. קומט ארויס אין די מאסן, און שטימט פאר מאשקע.
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 3:24 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:14 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 3:41 pm

מאשקע היקר, איך האב נאך נישט אפגעלייענט דיין ערשטע תגובה דא, געשריבען א חודש צוריק. ווי איך זעה איז דעמאלס דער שלום בית געווען ערב דעם צוזאמבראך.איז ווי האלט עס היינט? איז שוין דערנאך אדער מען האט עס געראטעוועט?

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 3:44 pm

וואס עפעס א חודש צוריק, דאס איז די דעיט וואס איך זעה 'חמישי אוג' 23, 2007 12:19 pm', דאס הייסט היינט.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 3:46 pm

אוי וויי, נו אפשר קען מען נאך ראטעווען? איז נישט דא א שלום בית קאמיטע אין קרעטשמע?

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 3:52 pm

להתודע ולהתגלות! די פאלדנדע תגובה ווערט געשריבן, אזוי, באמצע ובתוך גלגולי הצחוק...

הער זיך איין מאשקע. דער ענין איז דאך באמת א פארווייטאגט ענין, שכבר ישבו ודנו עלי' רבים וטובים, ומה נענה אבתרי'. כלפי חוץ, אויפן ערשטן בליק, וואלט איך אפשר געזאגט אז דו ביסט גערעכט, אמער, דו האלסט דאך אויך אז ס'קומט בלויז כלפי חוץ, אבער אריינגייענדיג אביסל טיפער, אזוי כלפי פנים, אינעם ענין, ווער איך אלץ מער און מער פארפלאנטערט, נישט קענענדיג קומען צו אן עמק השווה. דעריבער בלייב איך נייטראל.

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 4:18 pm

מאשקע!!!!.... לעטס גאו כלפי חוץ!!!!!.... קלאר! דעפיניטלי מיטן פנים ארויס! וואס, ער זאל זיך דארט ארייייייייייינבייגן???..... משוגע!!!.... יעדעס מאל זאל איך דארפן אונטערקריכן ביז אונטן דארט און קוים ארויסציען א שטיקל, און פארגעס נישט איך דארף נאך אבאכט געבן נישט צו פארלירן דעם טעטרעס געים......

איך האב דאס קלאר געמאכט גאנץ פון דער אנהייב, כ'האב אראפגעשטעלט א לאפע און פערטיג. גראדע האבן מיר געמאכט א דיעל, איך מיש זיך נישט אין די קיטשען און זי מישט זיך נישט אינעם.... אינעם דארטן וואטעווער...... כ'מיין, יעדער דארף דאך אנערקענען זיין פלאץ....

איך זאג דיך מאשקע, לאדעך נישט!!!!....

און ביי דע וועי, יור גוד מען!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 4:55 pm

סארי יענטאאש, דיס טיים איי עם אגעינסט יו. פארטער-מאר, עגענסט יו עעענד מאשקע!

איך האב געשטימט פאר באקוועמליכקייט, איך האב געשטימט מיטן רוב, און איך האב געשטימט "כלפי פנים"!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט