אבזערוואציעס\קרישקעלעך פון אן עלעוועטאר באנוצער!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

אבזערוואציעס\קרישקעלעך פון אן עלעוועטאר באנוצער!

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג פאברואר 09, 2015 1:18 pm

קאפיטל 1

נוץ איך אזוי לעצטענס אפטער אן עלעוועטאר, דאס איז דאך א וואונדערבארע אפעראט! כ'ווייס נישט וויאזוי מען האט געקענט לעבן אן דעם! גראדע איז די אמת, אז די עלעוועטאר איז די סיבה פארוואס מען האט אנגעהויבן בויען וואלקן קראצערס. ביז דאן האט מען ניטאמאל געקענט חלומ'ן פון אזא זאך.

עניוועי לאמיר נישט פארקריכען.

כ'געדענק אז איין יאר אין איינע פון די פורים ביילאגעס, איז געווען א נייעס איבער א "נייע דייעט". יעמאלט האט דר. לידער גערידערט מיט זיינע דייעטעס. (גראדע ווערט א עקסטער באשרייבונג...) עכ"פ האט מען אין פורים אפטיילונג געשריבן, אז דר. לידער איז אויפגעקומען מיט א נייע וואונדערבארע דייעט! ער איז געשטאנען אין א הויכע בנין, אינמיטן עפענט זיך א טיר אין די וואנט, א גאר פעטע מענטש גייט אריין, און עטליכע מינוט שפעטער, עפענט זיך די וואנט ווידער, און א מענטש קומט ארויס דאר!! דאס איז וואונדערבאר האט דר. לידער ערקלערט!!

עכ"פ לאמיר נישט פארקריכען.

באמת איז יעדע זאך אין די וועלט קען מען באטראכטען, און אפשאצען, אבזערווירן, אויסרעכענען, פארצייכענען, אפלאכען, נאכשרייען וכו' וכו', נאר מיר איז פונקט געפאלן די אויג אויף א עלעוועטאר! שרייב איך פון א עלעוועטאר, און אז דיר שמעקט נישט, קען איך דיר נישט העלפן.

אבער ווי געשמועס, לאמיר נישט פארקריכען.

לענינינו, וועלעך דא אריין לייג טעגליך מיינע אבזערוואציעס, און כ'האף עס זאל זיין לתועלת..... חחחחח..... נישטא ווער ס'זאל לאכען!!

אויף היינט, צוויי וויכטיגע זאכען!

איינס איז א פשוטע אויפפאסונג. עס איז מיר משמע אז אויב אמעריקע מיט אלע זייערע אונטערהער אפעראטן מיטן NSA און אלע שווארץ יאר, ווייסען נישט אז "2000 פונט" און "13 פערזאן" אין די זיפקאודס פון 11211 וכדו', האבן בכלל נישט קיין שייכות, קען מען רואיג רעדן אויפן טרייבל פונעם פייסאמעך מיטן חלק חעט אן קיין שרעק!! (געשריבן ווי מען שרייבט אין די מדינה, דאס אז א היימישער זאל מיינען "8" און שרייבט ווי אין עווריט וועט זיי זיכער נישט בייפאלן, ווי האט געזאגט ר' מיכאלע זצ"ל "פע פע פע, כ'האב זיי נישט אויסגעזאגט כ'בין א איד"!!)

די צווייטע איז נישט ממש אן אבזערוואציע, נאר אויך פשוט א עצה טובה! איר גייט אריין אין עלעוועיטער האט איר צוויי קנעפלעך צו דריקען. צו די שטאק ווי איר ווילט פארן, און די קנעפל צוצומאכען די טיר, זיך איינצושפארן עטוואס סעקונדן ביז די טיר פארמאכט זיך אליין.

איז שטארק ראטזאם קודם צו דריקען די קנעפל צוצומאכען די טיר! ווייל עס נעמט סיי ווי עטליכע סקונדען ביז די טיר מאכט זיך צו, און אין יענע צייט האט איר איבער גענוג צייט צו דריקען די שטאק קנעפל קיין ווי איר ווילט גיין. משא"כ אויב דריקט איר קודם די שטאק און הערשט נאכדעם די טיר קנעפל, פארלירט איר פשוט טייערע צייט!!

המשך יבא אי"ה

(המשך דא:)
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג פאברואר 10, 2015 9:05 pm, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג פאברואר 09, 2015 1:20 pm

Wow, א ריזיגן יש"כ פאר די צווייטע עצה! #TimeIsMoney
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » מאנטאג פאברואר 09, 2015 1:46 pm

חחחחחחחחילה! ;l;p- ;l;p- ;l;p-

דו ביזט פיינע נייעס, שרייב נאך
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
ניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:21 pm

תגובהדורך ניקעל » מאנטאג פאברואר 09, 2015 1:49 pm

פארגעס נישט אויך צו שרייבן די טעגליכע עילוועטר הלכה

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג פאברואר 09, 2015 2:06 pm

עס קוקט אויס ווי אונזער לכתחילה-אריבער האט שוין געשטעלט די וויין אויף חג הפורים הממשמש ובא... ער איז פארפארן פון זיינע געווענליכע ערנסטע טעמעס צו א הומאריסטישע שטיק איבער דעם עלף-וועיטער...

מיר ליינען מיט דורשט און שפאנונג און אומגעדולד, אזא אומגעדולד ווי די אלע עלעוועיטאר רייזנדע...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » מאנטאג פאברואר 09, 2015 2:26 pm

און אז מען רעדט שוין פון עליוועטיר וואלט איך געוואלט פרעגן א שאלה וואס עס איז מיר שוין לאנג געווען שווער. פארוואס ווען אימער איך בין א עליוועטיר מיט נאך א שכן (מיט וועם איך קען מיך נאר מיט אים פון שיקן משלוח מנות איין מאל א יאר) טרעפן מיר זיך ביידע וויכטיג עפעס נאכצוקוקן אויפן פאון.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג פאברואר 09, 2015 2:29 pm

האסט מיר גענומען אויף א רייד...

אוי אידאס א עלעוועיטאר!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3654
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג פאברואר 09, 2015 2:31 pm

האמיר לכתחילה א שמייכעל געגעבן

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מאנטאג פאברואר 09, 2015 2:50 pm

בעמבא האט געשריבן:און אז מען רעדט שוין פון עליוועטיר וואלט איך געוואלט פרעגן א שאלה וואס עס איז מיר שוין לאנג געווען שווער. פארוואס ווען אימער איך בין א עליוועטיר מיט נאך א שכן (מיט וועם איך קען מיך נאר מיט אים פון שיקן משלוח מנות איין מאל א יאר) טרעפן מיר זיך ביידע וויכטיג עפעס נאכצוקוקן אויפן פאון.

חחח..
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מאנטאג פאברואר 09, 2015 3:03 pm

לעצט פארקראכן דורך לכתחילה אריבער אום מאנטאג פבואר 09, 2015 3:21 pm, פארקראכן געווארן 2 מאל בסך הכל.

ש'כח לכתחילה פאר די לייכטע ארטיקל איך קעניש מיטהאלטן דיינע טיפע שרייבעריי. די סטייל לאכט צו מיר
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג פאברואר 09, 2015 3:04 pm

משנכנס עלעוועטער מרבין בשמחה'דיגע תגובות

דאס פעדערל מיט'ן קעפעלע ארבייטן איהם ב"ה שנעלער און בעסער ווי די עלעוועטער טיר.

לכתחלה!!!!!!!!! A1

נ.ב. קען קוים ווארטן אז דו זאלסט אנהייבן פארן אפטער מיט'ן וויליאמסבורג-בארא-פארק באס און שרייבן דיינע אבזערוואציעס
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג פאברואר 09, 2015 3:06 pm

פיינע נייעס די ארטיקעל!

-
(במאמר המוסגר; תתחדש פאר די נייע דשאב אין די פרידאם טאוער... ענדשאו די קלאב).
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג פאברואר 09, 2015 3:09 pm

וואס איך נעם ארויס פון די זאך דא, איז אז וויפיל מ'זאל נארנישט פארקריכען איז אלץ דא א וועג צוריק!
שוין, לאמיר נישט פארקריכען!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » מאנטאג פאברואר 09, 2015 4:50 pm

שכויעך הרב לכתחלה, הנאה געהאט!

איך געדענק אן ארטיקל וואס איך האב געליינט אלץ קינד, און נישט האבענדינג צופיל בעסערע דאגות (ס'שוין געווען נאך משפטים) האט זיך עס סאמהאו אריינגעקריצט אין זכרון, אבער אזוי ווי איך בין זייער ווייט פון א שרייבער, גלייב איך נישט אז ס'וועט צו גוט אויסנעמען, אבער די געדאנק איז א גוטער, און איך וועל עס פרובירן אראפצולייגן טו די בעסט אויף מיי עבילעטי,

געווען א איד וואס האט געוואוינט אין איינע פון די נייע וואלקן קראצער געביידעס אין ניו יארק סיטי, מיט'ן נאמען יענקל קרעמער, ער האט געהאט א רואיגן לעבן, און ענדזשויט די שיינע פאנאראמע ארויסקוקענדיג פון זיין פענסטער אויפן צוואנגסיסטן שטאק אין די היי רייז געביידע,

ויהי היום, די דירה נעקסט דאר פון אים איז געווארן ליידיג, און נאכן זיין אויפן מארקעט פאר א גאר קורצע צייט איז עס פארדינגן געווארן, דער איד איז שוין געווען זייער נייגעריג צו וויסן ווער זיין נייער שכן גייט זיין, וועט עס זיין א איד אדער א גוי ? ארטאדאקסישע איד אדער מאדערנער איד ?, ענדליך דער ערשטער פון דער חודש איז שוין אנגעקומען, און ער זעהט שוין די יוהאל טראק געפארקט פארענט פונען הויז, און ס'שפאצירט ארויס פון דארט נישט מער און נישט ווייניגער ווי א פרומער איד!! ממש איינער בדומה לו! ער לויפט שנעל ארויס פון שטוב, דרוקט דעם עלעוועיטאר, טאנצט אריין, פארט אראפ ביז די לאבי, לויפט שנעל ארויס און מיט א שמחה גדולה שפרייט ער אויס די הענט צו זיין נייעם שכן מיט א ברייטן שלום עליכם, שלום עליכם מיין נאמען איז יענקל קרעמער איך בין אייער נייער שכן, וויאזוי הייסט א איד ??

עליכם השלום! יענקל קרעמער!!!!

זיי טוישן זיך אויס בליקן אהין און צוריק, זייער א אינטערסאנטע קא-אינסידענטס, זיי הייבן אן א יחוס שמועס און פרובירן אויף אלע אופנים געוואויר צו ווערן צו זיי האבן א שייכות, און ס'שטעלט זיך ארויס אז נאופ! זיי האבן גארנישט איינער מיטן אנדערען, אבער, נישט קיין פראבלעם, פון אברהם אבינו זעמער דאך אלע אייניקלעך, ער העלפט אים ארויפטראגן די פעקלעך און ער ברענגט אים אריין עפעס איבערבייס, און זיי גריסן זיך א גוטע נאכט, האפענדיג אז דאס איז דער אנהויב פון א שיינע רילעישאנשיפ,

ויהי היום, דער פאסטמאן האט דעליווערט די מעיל, און אזוי ווי ס'איז דא 2 דזשעיקאב קרעמער'ס אויף די זעלבע פלאר האט ער געמאכט א טעות און אריינגעלייגט איינעם'ס פאסט אינעם אנדערען'ס מעילבאקס, דער יענקל קרעמער וואס האט באקומען דעם שכן'ס מעיל, נעמט ארויס די פאסט און נישט כאפענדיג אז ס'באלאנגט נישט פאר אים, עפנט ער עס אויף און ער הייבט אויף אפאר פארוואונדעטע אויגן, זייט ווען האט ער א קרעדיט קארד מיט דיסקאווער ?, ער קוקט אהער און אהין, ביז זיין אויגן פאלט אויף די אפט. נאמבער און ער כאפט זיך אז דאס באלאנגט פארן שכן, ער לויפט שנעל אריבער צום שכן און אנטשולדיגט זיך א טויזנט מאל פארן עפענען דעם ענוועלאופ, און אז ער האט פשוט נישט באמערקט אז ס'איז נישט זיינס,
דער שכן האט אים בארואיגט אז ס'איז גארנישט, ס'איז נישט מער ווי פארשטענדליך אז וויבאלד זיי האבן אזויפיל ענליכע אינפא. אז דאס זאל פאסירן,

דאס איז נאר געווען דער אנהויב פון א לאנגע קייט פון אזעלכע טעותים, אמאל ביי דעם יענקל און אמאל ביי דעם יענקל, און פארשטייט זיך אז ס'איז נישט געשעהן נאר ביי קרעדיט קארד ביללס, נאר אויכעט ביי מער פערזענליכע בריוון, און יעדע מאל אזא זאך איז געשעהן איז זייער נאענטשאפט געווארן קעלטער און קעלטער, ביז, זיי האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו רעדן! און זיי האבן זיך פרובירט אויסצוקרויזן איינער דעם אנדערען, ווען ער האט זיך באזעצט אויף דעם באנק אין מקוה נעבן דעם אריינגאנג, איז ער געגאנגן צו די אנדערע זייט נעבן די שויערס, אא"וו,

איינמאל האט איינער פון זיי געהאט א חתונה און איז אהיימגעקומען נאנט צו זייגער צוויי, ער קומט אריין אין די לאבי, דרוקט דעם עלעוועיטאר, און ווארט אז ס'זאל אנקומען, אינמיטן ווערט אים שווארץ פאר די אויגן, נישט מער און נישט ווייניגער דער אנדערער יענקל עפנט אויף דעם פראנט טיר און קומט אריין אין די לאבי און שטלעט זיך נעבן אים ווארטן אויפן עלעוועיטאר!, געווענליך איז עס נישט קיין פראבלעם, אזוי ווי דאס איז א גרויסע בנין, איז אלעמאל געווען נאך מענטשען וואס זענען מיט געפארן אינעם עלעוועיטאר, במילא האט ער דאך נישט געדארפט רעדן צו אים, אבער אין אזא שפעטע שעה, איז 'קיינער' נישט ארויס און אריין פונעם בנין,

מ'האט געפילט די אנגעצויגענקייט אין די לופט, ער האט געהאפט אז כאטש זאל איינער אריינקומען און מיטפארן ביזן פיפטן שטאק, איצט וועט ער מוזן פאר אליינס מיט זיין דם שונא, 'גאנצע' 20 שטאק!!
ענדליך די עלעוועיטאר קומט אן, ביידע גייען אריין און איינער דרוקט 20, די קנעפל לעקטער צינדט זיך אן, דרוקט דאאר קלאוז, און דער טיר מאכט זיך צו!

דער עללעוועיטאר פארט ארויף און ארויף, מ'האלט שוין ביי שטאק נומבער פיר, פינעף, ביידע זוכן זיך אויס עפעס א העכסט אינטערסאנטע זאך אויפן דאך וואס איז קלאצנסווערד, און מ'ווארט אז די קאשמאר זאל אריבערגיין, מ'האלט שוין ביי אכט, ניין, צען,
פלוצים! צינד זיך אן די רויטע עמערדזשענסי לעמפל, די עלעוועיטאר בלייבט שטיין ביי די צענטע שטאק! ער מיט זיין הויפט פיינט זענען פארשפארט אין א עלעוועיטאר 2 אזייגער ביינאכט! מ'האט געקענט שניידן די לופט מיט א מעסער!,

זיי האבן קודם צו איגנארירן איינער דעם צווייטען ווארטענדיג אז די הילף וואס זיי האבן גערופן זאל אנקומען ווי שנעלער, און אזוי ארום אויסגעלייזט ווערן פון דעם ביטערן תפיסה, אבער שטייצעך אז צו לאנג האט מען זיך נישט געקענט איינהאלטן, און ס'האט אויסגעבראכן א קריגעריי, איך, דו, איך האב שוין צוריקגעהערט פון די גאס ווי די האסט פארציילט וואס איז געשטאנען אין יענעם בריוו, וכו' וכו', ס'איז שיעור נישט געווארן פיזיקל,

ענדליך נאכן אויסגיסן אלעס וואס האצעך אנגעזאמלט במשך די לעצטע פאר חדשים, ברעכט זיך איינער, און שטעלט א נייעם טאן, און זאגט: קוק אהער מיר זענען נישט לאנג צוריק געווארן שכינים, און ס'ערשטע מאל מ'האצעך געטראפן האט עס אויסגעקוקט ווי ס'גייט זיין די אנהויב פון א לענבסלאנגע חברותה'שאפט, ס'איז באמת א שאד אז מיר זאלן זיך קריגן ווען אונז קענען ווען אזוי שיין הנאה האבן איינע פון די אנדערע, איך בין גרייט צו טוישן מיין נאמען!! און אזוי ארום וועט מען קענען פארמיידן קומענדע פראבלעמען וואס קען צושטערן אונזער פריינטשאפט,

די חבר האט אויפגעלאכטן, אויף דעם האט ער זיך נישט גערישט,!, ענדליך א עק צו די מחלוקת,

זיי געבן זיך ביידע די הענט, און זיי הייבן אן צו שפאקולירן וואספארא נאמען דער קען זיך געבן, ס'נישט קיין גרינגע זאך, צו טוישן די גאנצע אידענטיטעט, נייע דרייווערס לייסענס, אנרופן די פאון קא. די קרעדיט קארד קא., אא"וו

אינמיטן! דער עלעוועיטאר נעמט זיך פארן אויף אראפ! קוקט אויס ווי די ארבעטער האבן באוויזן עס צו מאכן ארבעטן, און נאך אביסל טרעפט מען זיך אין די לאבי,
רופט זיך אן איינער צום אנדערען, ווייסטו וואס ?? לאמיר פרעגן דעם ערשטן מענטש וואס מיר וועלן טרעפן וויאשוי ער הייסט, און דעם נאמען וועט מען געבן,

די טיר מאכט זיך אויף און דארט שטייט א א"י יוד,מיט א אלטן הוט און די sos שיך, קוקט אויס ווי א משולח, דער שטרעקט אויס די הענט, שלום עליכם! וויאזוי הייסט א איד ? ער רופט זיך אן מיט א העווי איזרעלי אקצענט

יעקב קרעמער פון ירושלים!
לעצט פאראכטן דורך סמארט גאי אום מאנטאג פאברואר 09, 2015 5:00 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2588
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג פאברואר 09, 2015 4:53 pm

גאר גוט...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג פאברואר 09, 2015 6:29 pm

פיין פיין! דאס איז נאר א אומשולדיגע 'תגובה'..
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג פאברואר 09, 2015 6:43 pm

וואס מוזטו קוקן שלעכט? קוק מיט אן עין טובה אויף דיין שרייב ארבעט! ס'איז מורא'דיג!

זאג נאר,
דאס
לכתחילה אריבער האט געשריבן: איר גייט אריין אין עלעוועיטער האט איר צוויי קנעפלעך צו דריקען. צו די שטאק ווי איר ווילט פארן, און די קנעפל צוצומאכען די טיר, זיך איינצושפארן עטוואס סעקונדן ביז די טיר פארמאכט זיך אליין.

האט געברענגט צו שרייבן דאס?
סמארט גאי האט געשריבן:דרוקט דאאר קלאוז,

אדער די מעשה איז אזוי געווען?
...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג פאברואר 09, 2015 6:46 pm

סמארט גאי, דיין זאפטיגע תגובה האט זיך דא מיטגעמאכט מיט לכתחילה-אריבער'ס עלעוועיטאר... אפשר איז כדאי צו מאכן דערפאר א באזונדער אשכול.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אפציער
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 2:01 pm

תגובהדורך אפציער » מאנטאג פאברואר 09, 2015 7:06 pm

אויסערן מיניסטער האט געשריבן:חחחחחחחחילה! ;l;p- ;l;p- ;l;p-

דו ביזט פיינע נייעס, שרייב נאך

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3763
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג פאברואר 09, 2015 8:47 pm

לכתחילה אט היז בעסט, מיר ווארטען אויפען המשך.
@סמארט גאי,עי וואן!!
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג פאברואר 09, 2015 9:18 pm

לידוע בעלמא, לויט די אמעריקאנע געזעץ, דארף זיין אין יעדע עלעוועיטער א קנעפל צוצומאכען די טיר. אבער אין רוב עלעוועיטערס, איז דער קנעפל נישט אקטיוו אונטער נארמאלע אומשטענדן. מען קען עס נאר נוצן מיט א ספעציעלן שליסל!... אבער עטס קענטס עס ווייטער דרוקן מיט א געשמאק...

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג פאברואר 09, 2015 9:31 pm

לכתחילה גיוואלדיג, סמארט? דו קענסט אויך? דאס איז פיינע נייעס...


מיינע נאטיצען פון א עלעוועיטער.


שרעקעדיג; איז, ווען א בראדער (וואלט געקענט זיין אבאמאס זון) קומט אריין... ווען צוויי פון די חברה קומען אריין קלאפט שוין מיין הארץ ערנסט שנעל...

פארצווייפלט; ווער איך, ווען כקען נישט אויספיגערען ווי מדערזעט זיך אינדערויסן, אמאל איז עס 1 אמאל איז עס G און אמאל L.

אומבא'טעמ'ט; איז, ווען א פרוי קומט אריין און מפארט אליין.

אויפגעברויזט; ווערט מען, ווען מגייט אריין און פלוציליג קומט צו לויפן א כינעזער מיט א ריזיגע וואגן מיט טישערטס...

אנטוישט; ווערט מען, ווען די עלעוועיטער איז פיל, און יעדער דריקט א צווייטע שטאק, און סשטעלט זיך אפ אויף אנדערע שטאקן אויך, און נייע מענטשן קומען אריין.

פריילאך; ווערט מען, ווען סאיז פיל, און ס'סטאפט זיך פון דרויסן, און די יעניגע זעען אז סאיז פיל, און קומען נישט אריין, און מפארט ווייטער...

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » מאנטאג פאברואר 09, 2015 10:06 pm

צווייפעל גוט געלאכט!!!
און ווי אזוי שפירט זיך ביים אהיים קומען פון קאנטרי נאכן זיין אויפן וועג 4 שעה אין פיינעלי ארויסגעשלעפט אלע פעקלעך פון די קאר און מען טרעפט א צעטעל אויפן עליוועטיר "סארי די עליוועטיר דאזנט ווארק רייט נאה פלוס יאס די סטערס"

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג פאברואר 09, 2015 10:34 pm

קאפיטל 2 (קאפיטל 1 דא.)

אוקעי!! דער עולם איז פריש! גיימער ווייטער.

------

אויב זענט איר שפעיט, אדער סתם א טראפקעלע פויל ס'זאל זיך נישט מאכען... איז א שאד ווען מען שטעלט זיך אויף פון בענקל אין אפיס וכדו', זיך צורעכט מאכען די הויזן, אויסגראדען די טלית קטן, צוקנעפלן דאס וועסטל וכו' וכו', ווייל ווארטענדיג אויפן עלעוועיטאר און בשעת די נסיעה, איז דא גענוג צייט פאר די אלע זאכען! און העכסטענס וועט איר נישט פלאצן פון די שטייטקייט וואס די מאשין ריקט זיך!

#געשאסען צוויי האזלען מיט איין קויל!

#טיים איז מאני.....

#א פעקל נערווען, האט מען נאר איינס! (בניגון יאסעלע... "אידישע נערווען" נישטא קיין בעסערס אויף דער וועלט, "אידישע נערווען" אוי וויי ווי ביטער ווען דאס פעלט.....)

נעקסט!!

אויב יאגט איר זיך געפערליך שטארק, און די שטייטקייט פון די עליוועטאר מאכט אייך געפערליך נערוועז, ווייסעך נישט וואס מען קען טאן... אבער וואקען אהין און צוריק אינעם עלעוועטאר בשעת מען פארט, אדער בשעת מען ווארט עס זאל אנקומען, מאכט עס בכלל נישט שנעלער פארן. און דאס איז סיי אויב וואקט מען אהין און צוריק שנעל, און סיי ווען מען וואקט אהין און צוריק ... גאר שנעל!

המשך יבא אי"ה (המשך דא:)
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג פאברואר 10, 2015 9:04 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג פאברואר 09, 2015 10:37 pm

סטאטיסטיקס צייגן אבער אז דאס גיין אהין און צוריק שנעל אדער גאר שנעל, העלפט שוין איינמאל - במחילת כבוד הכותב היקר - צו פארשנעלערן דעם עלעוועיטאר רייזע דערנאך, ווייל אז מען שפאצירט שנעל אהין און צוריק איז א הלכה בידוע אז מען פארלירט פונטן (ובלשון אנעים זמירות: מען נעמט אפ פונטן), וואס דאדורך דארף דער עלעוועיטאר ווייניגער וואג שלעפן און דאדורך קומט ער שנעלער און לייכטער אן צו זיין ציהל.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט