געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
מיטוואך פבואר 04, 2015 4:26 pm
בס"ד
מאשקע, האסט גארנישט געזאגט צי די שניי האט עפעס בארירט דעם פריץ'ס פעל קוטשמע? אדער קרוין?
אמת, ביסט פלעין נישט נארמאל. דער עולם האט שוין לאאאאאאנג נישט געלאכט אזא גוטס.
אפשר עפעס אויף פורים הבעל"ט פון די גוטע סחורה? דא? אין מי מנוחות אויסגאבע? כ'זעה ביסט ב"ה פריש און מונטער ווי אלעמאל.
מאשקע האט געשריבן:@יוםטובערליך נאך איינמאל איך הער פון דיר וועגן מיין אוואטאר, טויש איך עס. פארשטאנען? שאקל מיט'ן קאפ יא אדער ניין...
Advertisement
מיטוואך פבואר 04, 2015 5:14 pm
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:איך וואלט ווען געוויינט פאר דיינע מיטמאכענישען אבער כדי צו ממתיק זיין די דינים וואקל איך מיך פאר געלעכטער,
כאף נאר אז נאך אלע מעשות האסטע געטראפען דאס קאפעל?!
מיטוואך פבואר 04, 2015 6:07 pm
וואס דער ריקט נאר ארויס פון זיין טאשקע
אל תקרי אותו מאשקע אלא משקה
שוין שלושים יום קודם געכאפט אטענטשען
א מגילה פון פארשטעלטע שניי מענטשען
אינעם קאלטען אטאמסמפערע ס'קומט צוניץ
אז מ'קען שמייכעל'ן אויף אזא גוטס
קוק ווי די עולם באלעקט זיך מיט דיין סאפטוויר
פאל אריין אביסעל מער אפטער.
מיטוואך פבואר 04, 2015 6:17 pm
שוין לאאנג נישט אזוי געלאכט. דער האט א שפראך וואס איז נישט ריפלעיסעבל!
קנא, ווען קומט די נעקסטע שניי?
אדאסי, ווען טוישט מען צוריק די קנעפלעך?
מיטוואך פבואר 04, 2015 7:06 pm
מאשקע האסט כאטש אינזינען געהאט פאר א מקווה?? און אויך א גולגול שלג אין שובבים, וואס קען זיין בעסער?
און אויב ווילסטו דוקא וויסען מאשקע, יא יא, כ'האב גאר גוט הנאה געהאט פון דיין ארטיקל! צו כ'וויל זאלסט שרייבן נאך? וואספארא ספק! נאר נישט צו מאכען די נסיון גרעסער, זיך נישט רייצן מיטן יצר, זאג איך עס נישט.
מיטוואך פבואר 04, 2015 7:36 pm
שלום עליכם מאשקע, שיין דיך צו זעהן צוריק, שוין א לאנגע צייט אפשניט נישט דא געווען, קוק ווי ווייס דו ביסט געווארן זינט דאן...
דו ווייסט דאך אבער יא דעם כלל גדול בקרעטשמע אז "אן קיין בילדער גלייבט מען נישט", אלזא זיי מוחל, שטעל ארויף קלארע בילדער פון דעם עסק ביש, אנדערש גלייבט מען נישט.
מיטוואך פבואר 04, 2015 7:55 pm
ברוך מאשקע בבואך!
3x0 האט געשריבן:אזויפיל צו לאכן אין אזא קורצע צייט? שוין לאנג נישט געווען אזאנס. ווען די בויך ווייטוג וועט אוועקגיין וועט מען טראכטן וואס מ'קען מגיב זיין.
מיטוואך פבואר 04, 2015 8:08 pm
זייער שיין און פול מיט הומאר אדאנק!
מיטוואך פבואר 04, 2015 8:30 pm
יוש האב איך געלאכט.. קום אריין אפטער.
מיטוואך פבואר 04, 2015 9:18 pm
תרנגול האט געשריבן:מאשקע, מיין פעיוואריט אייוועלט שרייבער...
דאנערשטאג פבואר 05, 2015 10:47 am
געלעגער האט געשריבן:אדאסי, ווען טוישט מען צוריק די קנעפלעך?
זיי וועלן עס מסתמא טוישן ווי נאר איך וועל מיך צוגעוואוינען צו די יעצטיגע אויסשטעל...
דאנערשטאג פבואר 05, 2015 11:04 am
פיין און הויך געלאכט אזש כאב געמיזט צומאכן דעם אפיס טיר קיינער זאל נישט זעהן ווי עפעס א קוקו וואקעלצעך אויפן בענקל צו זיך אליין,
דאנערשטאג פבואר 05, 2015 11:41 am
אזאנס צאמגעלאכט!!!!!! נישט נארמאל דער.....
דאנערשטאג פבואר 05, 2015 11:42 am
מאשקע גאר א גוט שטיקל,
וואס איז אבער דער ערנסקייט אויסגעגאסן אויף דיין פנים ??
דאנערשטאג פבואר 05, 2015 1:28 pm
מאשקע האט געשריבן:ווער ס'וועט געווינען די פאעזיע אשכול ווייס איך נאכנישט, אבער אויב מאכט מען וואלן פאר די בעסטע שניי-מענטש האט איר שוין א זיכערער געווינער!
יאפ. א זיכערע געווינער!!!