געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
מיטוואך פבואר 04, 2015 12:17 pm
נו, אז איך האב דעסיידעט אריינצופאלן אין קרעטשמע, האט עפעס געמוזט פאסירן! נישט אזוי? אדער איז איינער געשטארבן, אדער נישט.
דא גייט זיך גיסן גילוי ווי די היי-יעריגע שניי, אבער כ'האב נישט קיין ברירה. ההכרח לא גבינה.
סאו נעכטן נאכט, אור ליום היינט, בין איך געווען ביי א חתונה (ברוכים תהי', אי"ה ביי ענק אויף שמחות!). נאך די חתונה (נישט ממש "נאך", נאר ווען איך האב באשלאסן אז ס'איז צייט אהיימצוגיין) האב איך מיך אריינגעזעצט אין מיין אדעסי (וואס קוקסטו מיך אזוי אן?) און זיך געגרייט אהיימצופארן. מיט מיר אין קאר איז אויך געזיצן מיין שוועסטער-קינד (פאר די יונגערע ליינער: מיין נעפיו) וועמען איך האב געדארפט אהיימטראגן. יענער איז געזיצן אין די אונטערשטע זיץ און איך בין געזיצן אין פארנט (אנדערש קען איך נישט דרייוון).
אלזא, ביים זיך אריינזעצן אין קאר האב איך אראפגעלייגט מיין שטריימל צווישן די צוויי זיצן, און זיך פרובירט באקוועם צו מאכן. איך האב אנגעהויבן צו פארן, בשעת מיט איין האנט האב איך פרבירט צו פארמאכן מיין זיץ-פאסיג. אינמיטן די שווערע עבודה האט פאסירט דאס אומערווארטעטע און מיין קאפל איז אראפגעפאלן ערגעץ (די תורה איז ב"ה נישט ארויסגעפלויגן פון קאפ; כ'האב גארנישט געהאט דארט...).
הכלל, נישט קיין פראבלעם. כ'האב דאך מיין נעפיו (פאר די עלטערע ליינער: שוועסטער-קינד) הונטער מיר. האב איך אים געבעטן ער זאל מוחל זיין און קוקן וואו מיין קאפל האט געלאנדעט. איז דאך אבער געווען טונקל אין קאר, דארף מען דאך אנצינדן די לייט.
דא דארף מען צולייגן א קליינע פרט, אז געווענליך ווען איך דארף א לייט צינד איך אן מיין לייט אין פארנט און דאס איז גענוג. אויב איינער אין די הונטערשטע זיץ דארף א לייט, צינדט יענער אן זיין לייט ושלום על ישראל. אבער אזוי ווי מיין נעפיו קען זיך נישט אויס אין מיין קאר, האט ער מיך געבעטן אז איך זאל אנצינדן די גרויסע כלליות'דיגע לייט וואס מאכט ליכטיג די גאנצע קאר.
נישט קיין פראבלעם, אמת?
יעצט נאך א קליינע פרט. אזוי ווי צינד געווענליך נישט אן דעם כלליות'דיגן לייט, האב איך נישט געוואוסט פונקטליך מיט וועלכע סוויטש מ'טוט עס. נישט ממש אז כ'האב נישט געוואוסט, נאר ס'איז דא דארט צוויי סוויטשעס, איינס איז פאר די לייט און איינס איז פאר די זון-דאך (סאן-ראאף בלע"ז) פאר די וואס ברויכן עס, א זאך וואס איך נוץ אויך כמעט נישט.
אלזא, האמיר דא צוויי קנעפלעך איינס נעבן צווייטן, וואס מיט ביידע באנוץ איך מיך כמעט נישט, ממילא קען איך זיך פארמישן צווישן די צוויי.
יעצט נאך א קליינע אומוויכטיגע נישטיגע פרט: די שניי פון א טאג בעפאר איז נאך געליגן אויפ'ן דאך פון מיין קאר.
און שוין.
יעצט וועל איך געבן פאר די ליינער פינף מינוט צו כאפן וואס ס'האט פאסירט, און נאך פופצן מינוט צו לאכן פון מיינע צרות.
*
שוין דורך א שעה? אקעי יעצט קען איך פארציילן ווייטער פאר די וואס האבן נישט געכאפט (איך האב געכאפט, און איינמאל געכאפט!).
הכלל, מיט א רואיגקייט געב איך א רוק דעם קנעפל וואס האט לויט מיין זכרון געדארפט אנצינדן די לייט, ויהי אור! א מאסע ווייסע לויטערע שניי האט געלאנדעט אויף מיר און מיך באדעקט ווי א חתן יוצא מחופתו.
און אויף מיין שטריימל וואס איז געזיצן נעבן מיר.
און אויף עטליכע עלעקטראניקס וואס איז געליגן אויפ'ן אנדערן זיץ, און פאפירן, בילס, און נאך.
מאשקע איז יעצט געווען באגראבן "אונטער'ן שניי"! (אפלאדירונגען הערן זיך פון די קינדער און בחורים אינעם זאל...)
און דאס אלעס האט פאסירט בשעת איך האב געהאלטן אינמיטן ארומפארן אינעם פארקינג לאט, מיינע אויגן זענען באדעקט געווארן מיט שניי, און כ'האב שיער מנשק געווען א שיינע טייערע אויטא.
און ווער ס'מיינט אז מיט דעם ענדיגט זיך די מעשה און מ'קען שוין מקיים זיין "בנפול אוהבך תשמח", זאל גיין עסן די לאך פון א בייגל, ווייל הערשט יעצט קומט די עיקר מעשה.
עניוועי, פאר ווער ס'ווייסט נישט, איך בין א גיבור. איך האב א ברודער אין מתיבתא וואס האט אסאך שליסלעך... עניוועי, איך וועל מיך נישט לאזן. גלייך ווען דער זון-דאך האט געענדיגט זיין אקציע, בין איך דאך דער בעה"ב אויפ'ן קאר, האב איך געדרוקט דעם קנעפל אינעם פארקערטן ריכטונג. זאל ער זיך פארמאכן.
נו מיינט איר אז ער האט געפאלגט? אוודאי האט ער געפאלגט! ווי א טאטעלע! ער האט זיך אנגעהויבן צו פארמאכן, בשעת ער שארט אריין אויף מיין קאפ א פרישע דאזע קאלטע שניי...
און ווען ס'קומט אן צו בערך א דריי-פערטל פארמאכט, ווערט ער פארהאנקעט אין די שניי וואס איז אינצווישן אריינגעפאלן צווישן די שינעס, און וויבאלד ער קען זיך נישט פארמאכן, עפנט ער זיך צוריק אויף מלא קומתו. מיט נאך א בארג שניי אויף מיין קאפ.
איך האב מיך אוועקגעשטעלט אין א זייט און אנגעהויבן צו מאכן א חשבון הגוף. מיין מאנטל האט אויסגעקוקט ווי א תינוק שנולד אינעם אכטן טאג. מיין פנים רויט אבער איבערגעדעקט מיט ווייס. מיינע אויערן פארפרוירן. מיין נאז צעלעכערט. מיינע אויגן פארוויינט. מיין בלוטוט דורכגעווייקט.
די קומענדיגע האלבע שעה האב איך "פארברענגט" מיט'ן פרובירן צו פארמאכן דעם חוצפה'דיגן דאך-פענסטער. וויפיל שניי כ'האב נאר פרובירט ארויסצונעמען, האט ער זיך נאך אלץ אנגעשטויסן אין עפעס קעגנערשאפט, און זיך גלייך צוריק געעפנט ווי ס'וואלט געווען יעצט חצי תמוז.
ביים ענדע האב איך מצליח געווען צו פארמאכן דעם דעכל כמעט אינגאנצן, אבער נישט אינגאצן. די שניי וואס כ'האב נישט אנגעיאגט אויסצורוימען נעכטן נאכט, איז געבליבן שניי אויף דערווייל, עד יעבור זעם.
איין זאך וואס כ'האב געוואוסט אויף זיכער איז, אז מארגן קומט אן ארטיקל אין קרעטשמע! און נישט סתם אן ארטיקל, און נישט סתם א תגובה אינעם דורכפעלער אשכול, און נישט סתם אן אשכול אינעם דורכפעלער פארום, נאר א נייער "שניי דורכפאל" פארום פאר זיך!
*
ווער ס'וועט געווינען די פאעזיע אשכול ווייס איך נאכנישט, אבער אויב מאכט מען וואלן פאר די בעסטע שניי-מענטש האט איר שוין א זיכערער געווינער!
Advertisement
מיטוואך פבואר 04, 2015 12:28 pm
בס"ד
אה, ווען אלע מאשקעס וואלטן געווען ווי אונזער מאשקע...
אה, דזשאסט קידינג, מאשקע. וואס איז דען, שלשים יום קודם החג, פורים, וואס?
ווילקאמען אויף צוריק! קום אריין עפטער!
איין זאך נאר, קענסט נאך אלץ נישט מחליט זיין - כ'מיין באמת, כ'האב נישט געזען א מענטש זאל אריינטראכטן אזוי לאנג, אזוי אינטענסיוו, ממש מ'קען נישט רעדן צו אים, דרייט זיך אהער און אהין מיט מאקסימום קאנצענטראציע, בעפאר ער קען זאגן יא אדער יא.
מיטוואך פבואר 04, 2015 12:29 pm
איך וואלט ווען געוויינט פאר דיינע מיטמאכענישען אבער כדי צו ממתיק זיין די דינים וואקל איך מיך פאר געלעכטער,
כאף נאר אז נאך אלע מעשות האסטע געטראפען דאס קאפעל?!
מיטוואך פבואר 04, 2015 12:29 pm
ענדיג נאר וואסי געווארן מיט די ליכט, דער פלומעניק (פאר די לע"ז ליינער נעפיו) האט געטראפן צום ענדע א ווייסע קאפעל?
געווען א פארגענוגען צו ליינען דיין באשרייבונג אויף דיין נעכטיגע.היינטיגע פאסירונג, האסט דאך געשריבן בנפול ... תשמח.
דאנקע שיינע
מיטוואך פבואר 04, 2015 12:32 pm
א נקמה אין די וואנצן.... אזוי קוקט מען אויס ווען מ'ווארט אויף א פעצאו דורכפאל אריינצוקומען אין שאקלען מיט די וויידל אין קרעטשמע!!!
שטארק שטארק הנאה געהאט און געלאכט פון דיינע צרות. קיינמאל קיין ערגערס און דאס אויך מער נישט.
מיטוואך פבואר 04, 2015 12:34 pm
פרוביר איך אויסשטרעקן א האנט פארן אלטן מאשקע, כאפ איך א שניי באוואש אנשטאט..!
וועלקאם, פיין געלאכט!
מיטוואך פבואר 04, 2015 12:38 pm
די ערשטע זאך, ברעך אראפ דעם קנעפל וואס עפענט די דאך... די צווייטע זאך.. שרייב נאך אן ארטיקל..
כאמעך געווארפן ווי א תינוק שנולד אינעם אכטן טאג נאכן ברית... מאשקע איז סטיל מאשקע!
מיטוואך פבואר 04, 2015 12:39 pm
ווי איך האב צאמגעלאכט דא...... פונקט ווי פארשפראכן און נאכמער, יעצט לאמיר זען צו דו קענסט אויך באשרייבן עפעס א גוטע זאך
מיטוואך פבואר 04, 2015 12:52 pm
משיב הרוח ומוריד דמעות....
ווער האט געזאגט אז ס'גייט נישט זיין א #היסטארישע #בליזראד2015? הא? שיקעם אריין אין אוצר הספרים מיט א בליי און לויזע בלעטער און הייס אום פירקלען 22 מאל כמנין כ"ב "איך וועל מער נישט זיצן אין קלאס".
הער אויס מאשקע, פון מיין זייט קענסטו האבן א אדעסי מיט א אריינגעבויטע שוועסטער קינד אויפ'ן דאך! ס'גייט מעך נישטאן!
אבער, רבונו של שלמה! אם בהמה חטא שוטה מה עליו לעשות??? וואס איז דאס אריינקומען אין קרעטשמע אין מיטן זון פון טאג ווען יעדער איז פארנומען מיט די הכנות של חד... און אן מעלדן פון פראנויס געסטע א גיס אויס א זאק מילצן
ווי ס'וואלט ווען געווען ראזשינקעס מיט אוועקאדאו! וואסידאס מיט דיר!
מיטוואך פבואר 04, 2015 12:53 pm
חחחחח! מאשקע! איי קענט בריט!!חחח!
חחח! אוי לאך איך פון דיין צרות! איך לאך? איך וויין פאר געלעכטער!!! חחח!!!
שנייען זאל שנייען אויף דיין קעפעלע, און רעגענען זאל רעגענען ארטיקלן.
לעבן זאל מאשקע! לעבן זאל דאס וועלטל!
יחי!
(מאשקע, אויב נאר שניי אויפן קאפ קען דיר דערמאנען פונעם וועלטל, דאן כאפסטו א סנאו באלל פון מיר אין פנים! פארשטאנען?!)
מיטוואך פבואר 04, 2015 1:03 pm
מאשקע מאשקע!! איך לאך אן וויין אזש ס'רינט מיר שניי פון די אויגן..!
מיטוואך פבואר 04, 2015 1:05 pm
וויפיהל שניי עס גיסט זיך פון דאך, אזוי פון יעדע שורה געגעבען א לאך.
ייש"כ.
מיטוואך פבואר 04, 2015 1:12 pm
מאשקע, מיין פעיוואריט אייוועלט שרייבער...
מיטוואך פבואר 04, 2015 1:23 pm
אזויפיל צו לאכן אין אזא קורצע צייט? שוין לאנג נישט געווען אזאנס. ווען די בויך ווייטוג וועט אוועקגיין וועט מען טראכטן וואס מ'קען מגיב זיין.
מיטוואך פבואר 04, 2015 1:28 pm
שוין לאנג נישט אזוי געלאכט
מיטוואך פבואר 04, 2015 1:28 pm
פלצתי ואפלץ עוד.. שוין לאנג נישט אזוי הנאה געהאט פון יענעמס צרות.. באזוך אונז אפטער!
מיטוואך פבואר 04, 2015 1:47 pm
Wאו האב איך געלאכט! מאשקע 15 מינוט פאזע פארן לאכן איז מיר נישט געוועין גענוג ביטע פארלענגער עס
מיטוואך פבואר 04, 2015 1:57 pm
וואלסטע ווען אנגעהאט מאשקע'ס ארגינאלע פעל פונעם בער, מיט וואס ער פלעגט טאנצן מה יפית פארן פריץ, וואלט דיך די שניי נישט אזוי געשטערט....
היינטיגע מאשקעס... אדיסיס...
עניוועי, מאשקע ביזט גאר גוט, אבער ווי ביזטו? פארוואס זעט מען דיך נישט? האט דיך חלילה א בייזער פריץ אריינגעווארפן אין גרוב?
מיטוואך פבואר 04, 2015 2:05 pm
מאשקע,
דער חשבון הגוף האט נאך אריינגעפיט אין זעלבן מעסטער פון לעצטן מאל?
מיטוואך פבואר 04, 2015 2:06 pm
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:...
כאף נאר אז נאך אלע מעשות האסטע געטראפען דאס קאפעל?!
ווער ברויך נאך א קאפעל נאך אזא ספעקטאל ?? ..
מיטוואך פבואר 04, 2015 2:08 pm
איין מזל די האסט געגבען פינעף מינוט צו לאכען ווייל איך האב נישט געקענט ליינען ווייטער ביז איך האב מיך בארואיגט .. (נאכאמזל איך בין געווען אליין און שטיבעל)..
מיטוואך פבואר 04, 2015 2:29 pm
בארואיג דיך מאשקע.
אויב איז די פראבלעם דיינע צעלעכערטע נאז לעכער, האב איך אוועקגעלייגט ביי מיר א פיינע פרישע מייער וואס איך געב גערן אוועק פאר דיין שניי-מענטש, און אויך א ספעציעלע גרויסע קאפל און שאל וואס פאלט נישט אראפ פון אביסל שניי.
סיי-וויאזוי, זעהט אויס פון דעם ארטיקל אז דער שניי-מענטש האט זיך צעלאזט און עס גיסט זיך ברוכווארג איבער די קרעטשמע. כ'קוילער מיר פאר געלעכטער, אזוי ווי קינדער אויף שניי...
מיטוואך פבואר 04, 2015 2:59 pm
@יוםטובערליך נאך איינמאל איך הער פון דיר וועגן מיין אוואטאר, טויש איך עס. פארשטאנען? שאקל מיט'ן קאפ יא אדער ניין...
@טייבעלע די ליכט האט מען למעשה אנגעצינדן, ווי א שירעם נאכ'ן רעגן. דער נעפיו איז אנגעקומען אהיים, נישט פאר'ן כאפן א פסק אז ס'איז אלעס זיין שולד. דאס קאפל האט מען אפגעפונען אבער דאס אנטון האט זיך אביסל פארשפעטיגט. דערווייל פליעט ארויס גאלאנען תורה פון קאפ און מ'קען עס נישט אפשטעלן.
@אויסערןמיניסטער א גוטן.
@שמאטע האסט נאך טענות אויך?
@אסותא סטראשען האט קיינמאל נישט געארבעט מיט מיר. אפשר אז דו וועסט בעטן מיט שיינעם. אבער א שניי-באל אין קאפ וועט מיך נישט אפשרעקן.
@שוועמל ברויכסט איינס אז די וואנט זאל דיר געבן די ערשטע?
@גלייכגילטיג. ס'וועט נישט ארבעטן. א מייער-נאז וועט מיך שטערן פון דרייוון. אבער שכוח עניוועי.
מיטוואך פבואר 04, 2015 3:00 pm
@אלע אנדערע מגיבים: יישר כח פאר די ווארימע ווערטער. ס'איז כבני מעיים קרים על נפש עייפה.
מיטוואך פבואר 04, 2015 3:51 pm
א היסטארישע בליזארד...אויף מאשקע'ס קאפ אוי וויי געווען בבחינת שניי באקעט טשעלענדזש...
שקויעך די גארגלען האבן זיך מיר געריסן פאר געלעכטער, מאסיוו.