דוד'ל ווארט אויף אן ענטפער!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

דוד'ל ווארט אויף אן ענטפער!

תגובהדורך קרעזי » מאנטאג אוגוסט 20, 2007 2:14 pm

יואל האט אראפגעלאזט א פעסט ביינערדיגע פויס אויפן טיש, און דער קלאנג האט באגעגענט זיינס א קאלעגע וואס האט געשטאמט פון אונטערן טלית, ווען די הייזעריגע שטימע פון דער שליח ציבור: "אוי, אויער זאטריאח לאצאדיק אילעישריי לייוו סימכאט, סימכי צאדיקים באאדוינוי וועהוידי לעזייכער קאדשוי", האט זיך דורגעשניטן די פענצטער מיט איר אייגנארטיגע שבת'דיגע מעלאדיע וואס ווערט ווידערהאלט אין אט דעם גרויסן שול יעדע זיבן טעג.
קעגנאיבער די טיש איז געשטאנען זיין יוגנט פריינט מרדכי, די לעפצן פול מיט שוים, די מוסקלען אנגעצויגן. דער היציגער דעבאטע וואס האט זיך געשאפן האבן געהאלטן אויך געשפאנט די אלע בחורים וואס האבן זיך אין די צייט געפונען אין ווייבער שול, אויס מאנגל אין ווילן צו דאווענען. די קליקע לייט וואס האבן מיטגעהאלטן דעם ווערטער אויסטויש האט זיך איינגעבויגן די אקסלען אין א פרואוו צו קענען מיטהאלטן יעדעס ווארט, און נישט פארפאסן קיין זאץ.
יואל האט שטרענג געטראגן א פארשטייפט געזיכט, ווען זיין רויטער בארד האט ווי אנגענומען א לעבן, און האט זיך געטרייסלט פון זייט צו זייט, א שטייגער ווי זי וואלט אויך נישט צוגעשטימט צו די רייד פון איר איינטימערס קעגנער. מרדכי האט אויסגענוצט די געלעגנהייט און די צייט וואס יואל האט ביזדערווייל נישט אקופירט וויבאלד ער האט נאך נישט געהאט קיין גרייטע ענטפער, און האט געלאזט הערן זיין שטעלע איבער די טעמע, ווען אין מח פון יואל וועבן זיך געדאנקען וועלכע וועלן אט אפשלאגן די מיינונגען פון זיין יוגנט פריינט. עס איז ביי אים נישט געווען קיין פראגע אז מרדכי גרייזט, און ער איז געווען וויליג אים דאס צו ערקלערן מיט גוטן און אפילו מיט בייזן. ער האט געשפירט אז ער טוט די פליכט פון יעדע ארטאדאקסישער איד, און אין קאפ האבן אים אפקלינגען די ווערטער פון די זמירות וואס וועלן געזינגען ווערן אין עטליכע שטונדען "יוכיח בו מנוח, תשיב למין אשר שואל". עס איז ביי אים קלאר אז זיין יוגנט פריינט איז אריינגעפאלען מיט אפיקורסות, און ער טוט שוין צווייפלען אויב מען מעג אים רעכענען אויף מנין.
ער האט נישט עספיעט צו פארענדיגן טראכטן, און אינסטינקטיוו האט ער געעפנט א מויל מיט זידל רייד, באגלייט מיט ערקלערונגען און פראבעס צו עררייכן די אויבערהאנט, און צוריק געווינען די שטעלע פון טאן-געבער פון שמועס. מרדכי, פון זיין זייט, האט אים נישט צופיל געלאזט רעדן איידער ער האט איבערגעהאקט זיינע ווערטער, מיט א שטימע וואס האט אויף אירע אקסלען געטראגן עטליכע איבעריגע דעציבילן.
די קליינע בחורים וואס האבן זיך צוגעשארט צו די גרופע, האבן פיל גענאסן פון מרדכי, און האבן זיך געשפירט היבש "בלאטם" דערמיט וואס אין הארץ האבן זיי זיך געשטעלט אויף זיין זייט. די טעמע פון ציונות האט ביי זיי פארגעשטעלט די סימבאל פון דאס אלטע פאנאטישע גענעראציע, און זיי האבן זיך געפריידט אז עס איז דא אין זייער שול א בראווער יונגערמאן וואס האט די קוראזש צו ארויסרעדן א ווארט קעגן דאס אנגענומענע.
יואל האט דערשפירט אז די מערהייט פון די ארומיגע זענען נישט פון זיינע שטיצער, אבער דאס האט אים נאר מער געשטופט צו פארטיידיגן "די הייפעלע אידן וואס זענען געטריי צום באשעפער און זיין תורה". ווי איין איינציגע קעמפער קעגן א גווארדיע לייבן, האט ער ארויסגעברענגט די שיטה הקדושה, און האט פרובירט כאפן די יונגע הערצער מיט דאס קוים ביסל הומאר וועלכע ער האט פארמאגט. זיינע נאז לעכער האבן זיך צועפענט ברייט אינדערצייט ווען ער האט נאכגעזאגט א ווערטל וואס ער האט נאכגעהערט פון ר' נתן יוסף אין די ישיבה יארן. זיינע צושויבערטע האר האבן זיך ארויסגעלאזט אין א ווילדע טאנץ ווען ער האט זעלבסט זיך הילכיג צולאכט פון זיין אומגעלונגען ווערטל, און זיינע אויגן האבן גענישטערט און האבן אויסגעקוקט צו זעהן לעפצן באדעקט מיט א שמייכל צווישן איינער פון די צוהערער. עס איז געווען קענטליך זיין אנטוישונג, און זיין געלבליך געזיכט האט אנגענומען א קינדיש רויטן פארב. קעגנאיבער איז געשטאנען מרדכי מיט זיינע מאדערנע האלב איינגעראמטע ברילן, און האט מיט א בליק פון א פראפעסאר געשמייכלט, ווען זיין מינע טרייבט שפאס פון די רייד וואס זענען געהערט געווארן אין ווייבער שול יענעם פרייטאג אויפדערנאכט.

געציילטע האבן זיך שוין ארויסגעשלאכט פון שול ווען די מערהייט האט נאך זיך געשאקלט איבער די קליינע רויטע סידורים, און האבן געמאכט זייער וועג צו א קאלטן פלאש טרויבן זאפט. מרדכי און יואל האבן דאס אין אכט גענומען, און צוויי שטריימלעך וועלכע זענען געלעגן אויף א דערנעבנדיגע טיש האבן זיך א הויב געטון, און זענען אויפגעזעצט געווארן אויף די קעפ פון זייערע אייגנטימער. די געפעכט האט ווייטער זיך געצויגן, און האט נאכגעפאלגט די צוויי וואס האבן געהאלטן אין אירע לייצעס ביז צום דרויסן פון שול.
די קליינע יונגע בחורים האבן זיך דורכגעשטופט די טיר, און האבן געוואלט מיטהאלטן די פארזעצונגען וואס האבן גענומען זייער ארט צום ליכט פון די שטערן, א שטייגער ווי זיי וואלטן שוין געהאלטן א טאג פאראויס ביי קידוש לבנה. די ליד טובים מאורות האט מען דארט טאקע נישט געזינגען, אבער א ווערטער אויסטויש צווישן צוויי פערזאנען איז דאך פארגעקומען, און די צוויי האבן אויך נישט פארמיטן צו שפרינגען אין די לופטן עטליכע מאל. דער שמועס איז געקומען צו איר סאמע ענדע, ווען עטליכע אלטע אנגעזעענע לייט האבן געשטעלט טריט אין ריכטונג פון טיר, און זייער ברייט געשטעל איז געזען געווארן דורך די גלאז פון טיר.
יואל מיט מרדכי זענען זיך צוגאנגען יעדער זיין וועג, ווען זיי שרייען זיך נאך סלאגאנען און לאזונגען וועלכע לויטן אז מיט דעם אלעם בלייבן זיי גוטע פריינט. יואל האט נישט פארגעסן פון די גמרא "ואת והב בסופה", און האט געלייגט האפענונג אז ער וועט קענען ארויסשלעפן זיין פריינט פון די בלאטע אין וועלכע ער איז פארזינקען געווארן.
מיטאמאל האט דערשפירט אז ער איז צוריקגעקומען צו ריאליטעט, און האט זיך דערמאנט אין די בני בית וואס ווארטן אינדערהיים. ער האט געוואוסט אז ער דארף נאך דאווענען איידער ער וועט קענען זאגן זיין ווערסיע וואס אנבאלאנגט די וועלטס באשאפונג, און ער האט זיך געקערט אין ריכטונג פון זיין וועכנטליכער שפאציר. ער האט זיך אריינגעשליידערט אין א זייטיגע שטיבל, מיט די האפענונג אז דער היינט ברענגט נישט מיט זיך קיין איבערראשונגען און קיינער פון זיינע באקאנטע וועט אים איצט נישט געפונען. ער האט שוין געהאט זיין באשטימטע ארט אין דעם שטיבל, און האט געוואוסט אז ער קען ערווארטן די זעלבע צוויי אלטע פארנומען מיט זיך קריגן איבער די באדייט פון אורח חיים הקדוש, יעדע פסוק באזונדער. דעם וועג צום ווייבער שול איז צומאל געווען פארשפארט, אבער ער האט שוין פון לאנג פארלוירן די שעמעוודיגקייט פאר די צוויי אלטע, וועלכע האבן זיך נישט געציילט אויף זיין קרייז. ער האט זיי נידערגעשעצט, טראכטענדיג צו זיך אז פילייכט זענען זיי סייווי זיכער "געכאפט" און עס איז כלל נישט דא "פון וועמען זיך צו שעמען".
ער האט זיין מאגערן קערפער אריינגעווארפן דורך די טיר, וועלכע האט זיך פארמאכט מיט איר געווענליכע קלאפ. זיינע אויגן זענען באלד געפאלען אויף די נייע צעטלעך וואס האבן באשיינט די וואנט, אבער דאס בילד פון זיינע בני בית האט אים נישט געלאזט צופיל ווארטן אין די טונקעלע קארידאר. זיינע טריט צום ווייבער שול האט ער געמאכט געשיקט, און ביז עטליכע מינוט האט דער דרויסענדיגער ווינט ווייטער געגלעט די רויטע שוואנצן פון זיין אומגעקעמטע בארד.

[align=center]***[/align]

דוד, א שטילער אבער ערנסטער אינגערמאן, זיצט נעבן מערב פון שול, און צו זיינע אויערן דערטראגן זיך די הויכע טענער פון צוויי היציגע אינגעלייט. דאס איז נישט דער ערשטער וואך וואס דאס זעלביגע שפילט זיך איבער, און ער ווייסט קלאר ווער עס זענען די וואס זענען פאראנטווארליך דערויף. טראץ וואס ער ליבט צו זיצן הינטן פון שול, וויבאלד דארט שפירט ער זיך רואיג און באקוועם, שפירט ער גענצליך נישט רואיג מיט אט דעם פאקט אז אינדערצייט וואס אינעווייניג זיצן אידן אין שטריימלעך און טוען תפילה פארן אויבערשטן, זענען דא אזעלכע וואס זענען פארנומען צו פארברענגען די צייט אינדרויסן.
אין לעיקוואוד, וואו ער איז אויפגעצויגן געווארן, איז דאס געווען דאס ערגסטע, און כאטש זינט ער האט געהייראט האט ער שוין טיילווייז געביטן זיין געדאנקען גאנג, האט ער נישט געקענט דולדן אט די פירונג. ער האט דאס אנגעקוקט אבסורד, און אלע זיינע פראבעס צו טרעפן אן ענטפער וואס זאל בארעכטיגן דאס וואס פאסירט אין אנדערן צימער האבן נישט געווינען סוקסעס. אין זיינע אויגן איז דאס געווען אן אומווירדיגע אקט, און דאס האט אים נערווירט און געשטערט ביז גאר.
ער האט זיך זייער געוואונדערט און געוואלט וויסן וואס קען זיין וויכטיגער און געשעצטער פון דאס וואס אלע אין שול טוען, וואס ברענגט די צוויי פארשוינען צו פארבראכן די צייט דאס צו דורכשמועסן פונקט יעצט. ער וועט נישט אוועקגעבן זיין צייט צו שטיין און אויסהערן דאס גאנצע שמועס, אבער ער מוז הערן די טעמע איבער וועלכע זיי רעדן, האט ער ביי זיך באשלאסן. ווי נאר דער שליח ציבור האט אנגעהויבן זינגען זיין אומבאקאנטן ליד אויף לכה דודי, האט ער געמאכט זיין וועג צום ארט פון וואו די קלאנגען קומען. יואל און מרדכי האבן ניטאמאל אין אכט גענומען אז א צווייטער האט אויפגעפראלט די טיר, און דוד האט אנגעשפיצט זיינע אויערן צו פארשטיין אויף וואס זיי רעדן אין זייער עטוואס פרעמדע חסיד'ישע אידיש.
אין אנפאנג האט ער נישט פארשטאנען ווען זיי האבן נאכאנאנד ווידערהאלט עטליכע ווערטער וואס האט אים געקלינגען ווי א דריטע שפראך. ער איז נישט אויפגעצויגן געווארן אויף אזעלכע טערמינען ווי יעהערעג-ווייל-יאוואויר, און דערפאר האט גענומען עטליכע מאמענטן ביז דער בילד האט זיך אויסגעקלארט און ער האט פארשטאנען אז די רעדע איז גאר פון ציונות.
א קרום מיט די נאז האט זיך באוויזן אויף דער וואס איז אריינגעקומען אין שול, און דוד האט זיך געפונען צוריק אויף זיין ארט, וואו ער האט ווייטער פארגעזעצט דאס דאווענען. זיין קאפ האט נישט פארשטאנען וויאזוי דאס קען זיין אז מען זאל זיך ארומאמפערן איבער אידישקייט אינדערצייט וואס די איינפאכע אויפגאבעס, ווי דאווענען, ווערן פארנאכלעסיגט. ער האט נישט גרינג געשעצט די טעמע, אבער ער האט יא שטארק פאראכטעט די וואס טראגן איר פאן דארט אין ווייבער שול.
די פראגע האט אים געהאמערט די געדאנקען: קען מען דען זיין פארטון אין קעמפן קעגן א דרויסענדיגע זאך, אינדערצייט וואס די איינפאכע הויז ווירטשאפט איז ווייט פון גוט? איז דאס נישט דען עפעס וואס טוט זיך אנקליידן אויף אידישקייט, א זאך וואס קומט ענדערן דער אידישער געדאנקען גאנג אבער טוט אין די זעלבע צייט לאזן די געשריבענע געבאטן אומבארירט? איז דאס נישט די ווירקליכע 613 מצוות וואס טוט פאראייניגן אלע אידן, און עס איז נאר אין עטליכע איינצלהייטן ווי א הייליגע קריג האט געטראפן צווישן פארשידענע פראקציעס אין פאלק? איז דאס דען נישט איראניש אז אזעלכע וואס זענען אומשטאנד צו פארברענגען אין די צייט וואס איז באשטימט געווארן אויף גאר א העכערן צוועק, זאלן לאזן הערן זייערע מיינונגען אין די האקעלע טעמע?

[align=center]***[/align]

דוד ווארט נאך אויף אן ענטפער!
לעצט פאראכטן דורך קרעזי אום מאנטאג אוגוסט 20, 2007 3:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג אוגוסט 20, 2007 2:20 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:03 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 20, 2007 2:33 pm

דוד;

נורא נוראות!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג אוגוסט 20, 2007 3:01 pm

קרעזי, ביוטיפול, עי ריעל פיס אף ארט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג אוגוסט 20, 2007 3:15 pm

כאניש קיין אהנונג פארוואס ער רופט זיך מיט'ן נאמען 'קרעיזי'. כ'מיין, ס'שטייט אים בכלל נישט גוט דער נאמען... ער איז דאך א געוואלדיגער מוח...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » מאנטאג אוגוסט 20, 2007 3:29 pm

קרעיזי! רייך אין שפראך. אמת אין אינהאלט.

כ'האב שטארק הנאה געהאט צו לעזן, און כ'האב נישט געקענט זיין מער איינשטימיג מיטן פונקט.

מיט אזוינע קרעיזי'ס, ווער דארף נאך נארמאלע......

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » דינסטאג אוגוסט 21, 2007 2:47 am

כ'עלזיך צושטעלן צו די שכוח'ס. איין ווארט איז מיר מורא'דיג געפאלן, און אז עס איז גוט, קען מען דאך עס איבערזאגן,

מיט אזוינע קרעיזי'ס, ווער דארף נאך נארמאלע......

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אוגוסט 21, 2007 7:35 pm

נאך א שכוח פאר קרעזי, אבער טיעף דערין ליגט עפעס מער ווי א שכוח, איך קען אבער נישט אלעס ארויס שרייבן, איך האב נישט די ווערטער אין מח, ווי אזוי איך זאל עס אויסדרוקן, כעל עס איבער לאזן פאר זארעכ'ן.

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » דינסטאג אוגוסט 21, 2007 8:59 pm

העי קרעזי איי קענט עגרי וויט יו מארר, איי זשאסט קענט,
דאס זענען די ווערטער וואס זענען געטראכט און געזאגט געווארען בשעת איך האב געליינט דיין לאנגע אמתדיגע און ווייטאגליכע תגובה,
באמת איז דאס אן ענין וואס מען האט שוין מערערע מאל גערעדט, און נאך גוט אז מען האלט עס אין איין איבערגיין און חזר'ן,
אבער אלץ העט מען טרעפען אויף עפעס א וועג אריינצושפריצען וואס מער הומער,
אזוי עס זאל זאל זיין לעהזבאר און אננעמבאר צום ציבור וואס וויל הערען דעם דבר ה',
נאכאמאל א גרויסן יישר כוח צו דיר קרעזי,
האסט ארויס געברענגט א גוטן פאינט,
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 10:39 am

ווער עס האט זיך נאר געדרייט אין געגנווארט פון זרח דער שר האלף אין די לעצטע פאר טאג, וועט אייך קאנען צו עדות זיין איבער זיין מאדנער פירונג; אז ער קומט אין שטאטישער שוהל אריין אנצורעכטן דעם פרי מארגן געבעט, דערזעט ער זיך נישט פון דער אנדערער זייט טיהר ביז א שטייגער נאנט צו האלב-טאג. שעה'ען, שעה'ען, נאכאנאנד דרייט זיך זרח מיט דער טלית אויף די פלייצע אזוי פארטראכט און פארגלאצט. דאס ארט וואס האט געזאלט ביז נישט לאנג צוריק דינען אלס א הייליג געבעט ארט, וואו זרח און אלע אנדערע שטאטס אידן קומען זיך צונעזאם אויסגיסן זייערע הערצער צום אלמעכטיגן גאט, איז פלוצים פארוואנדלט געווארן אין אונזער זרח'ס אויגן ווי אן איינפאכער שפאציר גארטן.

און אויב האט זיך אונז אויסגעדוכט, אז אין דער ביזנעס טוט זיך דער צושטאנד אביסל פארבעסערן, און א רואיגקייט ווערט באנומען אין זרח'ס געגנווארט, האט איר אויך א טעות. ער זיצט טאקע אזוי אויפן פאטעל ווי זיין געווענדליכער שטייגער, בעת לינקער האנט לענט זיך אים אן אויף דער לינקער הענטל פונעם טייערן בענקל, אבער די סיגנאלן פון די רעכטע האנט זיינע, וויאזוי דאס טוט רעאגירן און וויאזוי ער טוט דאס פלאצירן, צייגן אונז מער אז ס'איז עפעס נישט אזוי גלאטיג. די דריי-פיר פאסן וואס ציען זיך לענגאויס דער צעקנייטשטער שטערן זענען טאקע פארשטעקט אונטער זיין רעכטע האנט פלאכע וועלכע האבן געטראפן איר רוה ארט דארט אויפן באזארגטן שטערן, אבער וואס עס טוט זיך אונטערן שטערן איז אונז נאך דערווייל געבליבן מיסטערעזיש. זיצט זיך אזוי זרח פארזונקען און פארטיפט גאנצעטע שעה'ן און גארנישט, אלעס איז געשטארבן, אלעס איז טויט. ביז, ביז, ענדליך האט זיך א גוטער פריינד גענומען דרייסט און אריינשפאצירט צו זרח'ן אין צימער, אים אויפגעוועקט פון חלום און...

זרח גיט א שפרינג אויף! א ציטער, א שרעק, האט אים ארומגענומען. ווער... וואס... ווי... ווען... וואס ווילט איר... ווער איז דאס... וואס... ער... דאס... ניין...
עס האבן אנגעהויבן צו פליסן פון זיין מויל ווערטער איינס נאכן צווייטן, וואס אפי' דער געדיכטער קלעב, וועלכער איז געלעגן אזוי מסודר'דיג אויפן טישל גרייט צום באניץ, וואלט אין בעסטן פאל נישט געקענט צונעזאם קלעבן איינווארט צום צווייטן... דער גוטער פריינד האט דאך אראפגעברענגט דעם זרח'ן פון עולם הגולם...

זרח אריענטירט זיך, און פרעגט דעם פריינד: נו, וואס איז אייער באגער?

- מיין באגער, פריינד מיינער, איר פרעגט נאך אפי'? וואס גייט פאר מיט אייך די לעצטע פאר טאג? וואס זענט איר אזוי פארטראכט און פארזונקען אין אייערע געדאנקען? האט עפעס אויסנאמס פאסירט?

- יא, ענטפערט זרח.

- וואס?

- וואס הייסט וואס? דו ווייסט נישט?! דוד'ל ווארט אויף אן ענטפער!...

- נו, און?...

- און? און מ'דארף אים ענטפערן.

- נו האט איר אים עפעס א ריכטיגן ענטפער?

- יא, אט הערט:

דער ערעב דוד, איז דאך באמת גאר א חשובער בן טיירע. כ'מיין ס'נישט דא וואס צו ריידן דערוועגן, דאס זעט זיך דאך אן אויפ'ן טריט ביי טריט. כ'מיין, וואס דען? ער קומט דאך פון דעם עיר הטיירע "לעיקוואד". אבער, וואס דער ערעב דוד כאפט זיך נישט איז, אז ממש אטא דער זעלבער סצענע אנשיקעניש, וואס ער האט ליידער מיטגעלעבט יענעם פרייטאג צונאכטס דארט, גארנישט אנדערשט שפילט זיך ליידער אפ אינעם עיר הטיירע בנעי בעראק וואך איין וואך אויס, דארט אין קיריאט הישיבה. דער אינטערשיד איז נאר, אז דארט האנדלט זיך דאס איבער אביסקעלע "לעבער", ווער עס זאל פארנעמען דעם שטייסל אויפן כותל המזרחי, און דא – ביי די יואלישלעך – האנדלט זיך דאס איבער אביסקעלע מח...
**

הטפל שכחתי...
טראץ וואס איך האב דאס שוין ערווענט נישט איינמאל און נישט צען מאל, און טראץ וואס בלויז ליינענדיג זיינע שורות שמירט זיך אזוי אויטאמאטיש ארויס א דאנק ווארט פאר אונזער קראספעדאנט, מר. קרעזי, אבל - עם כל זה, שפיר איך יעדן מאל עקסטער נאכן ליינען זיינס א תגובה א חוב גדול זיך צו באדאנקען פאר דיר.

מה אומר ומה אדבר? מר. קרעזי, דיין שריפט פארשטאפט דאס מויל! ליינענדיג דיינע פראפיסיאנאלע שריפטן, וועלכער פליסט פון דיין גאלדענעם פעדער, ווערט מען שטים! יא, שטים! מ'קען זיך דאס מויל נישט עפענען. די באצויבערסט מיך יעדן מאל באזונדער! דיין שריפט איז עפעס איינס אין דער וועלט! איך גער צו ליינען דער סטיל פון דיין סארט שריפט, ווארן ס'שארפט מיר דאס פעדער...

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 8:20 am

פעפער,

געוואלדיג, געוואלדיג.....

איצט צו דיין ענטפער: אין ענגליש זאגט מען "צוויי אזלא גרש, מאכן נישט איין ירח בן יומו". פארשטייסט? אויף אידיש: "טו ווראנגס, דאנט מעיק וואן רייט". עס איז נישט קיין ספק אז ביי זייערע קרייזן איז די צושטאנד נישט פיל בעסער, אבער דאס טוט אונז נאך נישט ערלויבן צו אנלענען אונזערע שולדיגע אקסלען אויף זייער שוואכע פלייצע.

שטייסט? שאנקע דיין.
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » מאנטאג אוגוסט 27, 2007 11:24 am

איך ליין און איך ליין אבער איך פארשטיי נישט פינקטליך וואס די מעשה איז דא געווען, אפשר קען מיר איינער מסביר זיין,

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 27, 2007 11:38 am

דוד'ל מוזסט מיר מוחל זיין, דיין פראגע ווארט שוין ארויסגעפרינטערהייט פון יענע וואך מיטוואך, אבער כ'בין נאך נישט אנגעקומען צו לעזן.

וואן דעי וואן דעי, ווען איי וויל ריד איט, דען דען דען איי וויל ענסער איי וויל ענסער יור קוועשטאן. (מיט די ניגון: לארד געט מי היי געט מי היי געט מי הייער)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג אוגוסט 27, 2007 11:39 am

זאג, ביזט נאכנישט גענוג "היי"?...

(עיין בגריסן אשכול ותמצא מוטשא נחת...)
An article a day keeps the babies away


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 10 געסט