העכערקייט (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #20)

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אויף וואס וואויט איר; אויף א סקעיל פון 1-5 וועלכע שטעלט איר עס?

די וואלן האבן זיך פארמאכט פרייטאג ינואר 30, 2015 8:43 pm

פאעזיע
25
23%
אדער גראמען
3
3%
1)קריעטיוו
1
1%
2)
4
4%
3)
2
2%
4)
9
8%
5)
10
9%
1)פליסיקייט פון גראמען/פאעזיע
1
1%
2)
2
2%
3)
1
1%
4)
9
8%
5)
14
13%
1)אווער אל רעיטינג
1
1%
2)
4
4%
3)
1
1%
4)
9
8%
5)
11
10%
 
סך הכול שטימען: 107

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

העכערקייט (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #20)

תגובהדורך נישט » דינסטאג ינואר 20, 2015 8:43 pm

געדענקט אפצוגעבן א יישר כח און רעיטן די ארטיקל, די שרייבער'ס ווארטן צו הערן אן אמת'ע אפשאצונג פון אייך.



עס שיינט, עס לייכט,
דער גאנצער ארום.

אלעס גלאנצט,
אלעס שפיגלט,
אלעס זויבער,
ריין און ציכטיג.

נישט קיין טומל,
נישט קיין געפילדער,
דער גאנצער יקום,
שטיין געבליבן.

רואיג שטיל,
דאס הארץ איז פיל,
מיט ריינע געפיל,
נאר זינגען זי וויל.

קיין טרויער,
קיין זארג,
קיין מורא,
איז שורה.

געטרייסט די זעהל,
דערקוויקט די נשמה,
ריין די געוויסן,
א רואיגן גייסט.

א העכערקייט,
א הייליגקייט,
א לויטערקייט,
ארומגענומען.

אוי א שרעק,
עס גייט שוין אוועק,
הלואי איז מעגליך,
מיט שטריק און נעגליך,
מ'זאל צובינדען,
עס זאל נישט ווערן פארשווינדען,
די זמנים די הויכע,
אוי ווען איז מען שוין זוכה.
לעצט פאראכטן דורך נישט אום זונטאג ינואר 25, 2015 9:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג ינואר 20, 2015 9:45 pm

באריאועגט דעם מידען גייסט, געט א שטופ אנצוגיין.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » דינסטאג ינואר 20, 2015 10:06 pm

פאעטיש גייסטרייך.

עס מאלט גאר גוט אראפ די דערהויבענע געפילן.

סהאט מיר היבש אינטערגעהויבן פונעם חומר.

שכח.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג ינואר 20, 2015 10:11 pm

ה-ע-כ-ע-ר-ק-י-י-ט איז די ווארט אן קיין ממשות, אן קיין גשם, פשוט לעכטיג און זויבער

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג ינואר 20, 2015 11:05 pm

א העכערקייט,
א הייליגקייט,
א לויטערקייט,

דאס איז דער געפיל וואס מען שפירט בשעת'ן ליינען.

שיין און רייך געשריבן.

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » דינסטאג ינואר 20, 2015 11:09 pm

אסותא האט געשריבן:פאעטיש גייסטרייך.

עס מאלט גאר גוט אראפ די דערהויבענע געפילן.

סהאט מיר היבש אינטערגעהויבן פונעם חומר.

שכח.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג ינואר 20, 2015 11:33 pm

אויסנאם שיין!!!

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » דינסטאג ינואר 20, 2015 11:36 pm

מיך געטראגן גאר הויך

זאג נאר דו, יא דו, ניין נישט דו, דו, דו קענסט מיר אראפברענגן?


זייער גוט געשריבן

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג ינואר 20, 2015 11:47 pm

טייער טייער! בארירט א סטרונע. קונצליך פארפאקט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1967
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » מיטוואך ינואר 21, 2015 12:29 am

זייער שיין.
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מיטוואך ינואר 21, 2015 6:57 pm

טאמער האב איך גוט פארשטאנען רעדט דער פייטן פון יעדע שבת ויו"ט, איא? איך פרעג ווייל די שורה וועגען דער גאנצע יקום האט עפעס געקלינגען פון מתן תורה, אבער עס שטימט נישט אזוי מיט דער רעשטע. שטארק ארויסגעברענגט די געפילען און אפגעטייטשט דעם וי אבדה נפש.

ייש"כ.



(אגב, איך קלער אז דער סאמע לעצטע שורה קומט נישט אריין.)
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מיטוואך ינואר 21, 2015 8:37 pm

זייער זייער שיין!

יישר כוח

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 21, 2015 9:21 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:טאמער האב איך גוט פארשטאנען רעדט דער פייטן פון יעדע שבת ויו"ט, איא? איך פרעג ווייל די שורה וועגען דער גאנצע יקום האט עפעס געקלינגען פון מתן תורה, אבער עס שטימט נישט אזוי מיט דער רעשטע. שטארק ארויסגעברענגט די געפילען און אפגעטייטשט דעם וי אבדה נפש.

ייש"כ.



(אגב, איך קלער אז דער סאמע לעצטע שורה קומט נישט אריין.)

די לעצטע שורה מיינט מן הסתם דעם יום שכלו שבת.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אלץ ווייזער
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:31 pm

תגובהדורך אלץ ווייזער » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 11:47 am

גוט שיין און פאסיג

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11368
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג ינואר 26, 2015 5:54 pm

שטארק הנאה געהאט

וזאת למודעי אז איך האלט אינמיטן ווייס מאכן איבער 300 אשכולות וואס האבן זיך מיר אנגעזאמלט די לעצטע וואך-צוויי, איז מיר אביסל שווער צו קאמענטירן אויף יעדע פאעזיע כפי הראוי, אבער מיין שטומע געב איך אפ ביי איטליכע לויט ווי איך שפיר אז עס קומט יענעם. א דאנק 'נישט' פארן פארמעסט, און אלע אנטיילנעמער פארן צוהעלפן. א שאד איך בין נישט געווען גענוג פלייסיג צו שרייבן עפעס אייגענס.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט