יארן לויפן פארביי (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #15)

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אויף וואס וואויט איר; אויף א סקעיל פון 1-5 וועלכע שטעלט איר עס?

די וואלן האבן זיך פארמאכט פרייטאג ינואר 30, 2015 10:40 am

פאעזיע
19
16%
אדער גראמען
5
4%
1)קריעטיוו
3
3%
2)
2
2%
3)
5
4%
4)
8
7%
5)
14
12%
1)פליסיקייט פון גראמען/פאעזיע
7
6%
2)
3
3%
3)
9
8%
4)
6
5%
5)
7
6%
1)אווער אל רעיטינג
3
3%
2)
1
1%
3)
7
6%
4)
8
7%
5)
12
10%
 
סך הכול שטימען: 119

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

יארן לויפן פארביי (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #15)

תגובהדורך נישט » דינסטאג ינואר 20, 2015 10:40 am

געדענקט אפצוגעבן א יישר כח און רעיטן די ארטיקל, די שרייבער'ס ווארטן צו הערן אן אמת'ע אפשאצונג פון אייך.



א מענטש אויף די וועלט ער קומט.
קליין. אליינס. קאלט. וויינט.

יארן גייען פארביי.
האט חתונה. האט קינדער.

מען פלאגט זיך. טאג איין טאג אויס.
פרנסה. קינדער. דאגות.

ברוך השם. מ'האט די קינדער אויסגעגעבן.
חתונה געמאכט. אויף נחת מ'ווארט.

די קינדער אין די רייע. זיי זיך פלאגן.
איך פרוביר ווי העלפן מ'קען.

איינער מיט געזונט. איינער מיט פרנסה.
איינער שלום בית. איינער מיט קינדער.

יארן גייען פארביי.
די נחת צוביסלעך זיי קומען.

אויף די עלטער. בקש לישב בשלוה.
צוריק ביים אלף זיך געטראפן.

קליין. אליינס. קאלט. וויינט.
אין שפיטאל. טעג מען פארברענגט.

אבער דיך טאטע היינט שוין איך קען.
ביי מיין זייט די שטייסט. איך ווייס.

עד הנה עזרונו. ולא עזבונו.
צי דיר איך בעהט. פאר א רפואה שלמה במהרה.

כי א-ל מלך רופא נאמן ורחמן אתה.

די ביסט מיין גאט.
די ביסט מיין קעניג.
די ביסט מיין היילער.
די ביסט באגלייבט.
און די ביסט א רחמן.
אתה. נאר די האסט די אלע מעלות.

איך וועל זיך פארלאזן אויף קיינעם.
נאר אויף דיר מיין באשעפער.

שלח רפואה שלמה לחולי עמך.
לעצט פאראכטן דורך נישט אום זונטאג ינואר 25, 2015 9:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג ינואר 20, 2015 10:45 am

גוטע נקודה, שיין ארויסגברענגט אין פאזיע!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אלץ ווייזער
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:31 pm

תגובהדורך אלץ ווייזער » דינסטאג ינואר 20, 2015 10:50 am

זייער שיין
און גאר פאסיג
אזא תמצית פונעם לעבן...

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3769
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג ינואר 20, 2015 10:51 am

ציעט ביים הארץ ,פאעזיע איט איז!
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דינסטאג ינואר 20, 2015 10:58 am

איינער וואס האט דאס נאכנישט מיטגעלעבט, מיט א זיידן, טאטע, קרוב, אדער סתם מיט א צווייטן, קען נישט שטימען אויף דעם!

סרירט אן אין פינטל.

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » דינסטאג ינואר 20, 2015 11:07 am

אוי איך ציטער, איך גיב א טרייסל
אין הערצל אריין, א קליין שמייסל
קומען וועט א טאג אויף יעדען איינעם
די דרך הטבע היפט נישט איבער קיינעם
א תפילה צום בורא, הייליגע טאטע אנא
אל תשלכינו לעת זקנה
זאלן מיר עס אלע דערלעבן מתוך הרחבת הדעת
מיט שמחה אין פרייד ליכטיג אין ווייס

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג ינואר 20, 2015 11:41 am

שטארק שטארק! עס גיבט דעם געפיל פון ווייטאג מיט האפענונג אויסגעמישט. זייער שיין!

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג ינואר 20, 2015 11:55 am

וואוילע געדאנק.
טאקע אן קיין גראם,
ס'איז אבער מלא טעם,!

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג ינואר 20, 2015 11:58 am

אופס, כ'האב עס געליינט צוויי מאל און ניטאמאל געכאפט אז עס גראמט נישט.. גוד דזשאב!

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דינסטאג ינואר 20, 2015 3:02 pm

כ'האב געכאפט א ציטער ביים ליינען די שורות.

זייער טיף און אמת'דיג

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג ינואר 20, 2015 3:06 pm

גאר פאעטיש

אסותא?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג ינואר 20, 2015 3:08 pm

ידיד האט געשריבן:אופס, כ'האב עס געליינט צוויי מאל און ניטאמאל געכאפט אז עס גראמט נישט.. גוד דזשאב!

דאס איז פיינע קאמפלימענט פארן שרייבער!

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג ינואר 20, 2015 3:43 pm

ביז דעם שורה וואס פאנגט זיך אהן 'אבער' האב איך גאר געגליכען. פון דארט און ווייטער איז ריכטיגע רייד אבער איך זעה נישט דעם המשך און פלוס פון פריער. אלענפאלס, דער ערשטע חלק איז שטארק אראפגעלייגט. ייש"כ. (אגב אין איין פלאץ טוישט דער מחבר פון 'דער מענטש' צו 'איך'.)
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג ינואר 20, 2015 4:39 pm

ביידע חלקים מורא'דיג גוט! א געדאנק וואס איך האב קיינמאל נישט געכאפט בעפאר. ביידע עקן פון לעבן גייט מען דורך די זעלבע פעט.. אבער ווי ארויסגעברענגט, איינס אלס פיצי בעבי וואס ווייסט נאכגארנישט און די צווייטע מיטן בורא עולם אין מוח. אייזן שטארק

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג ינואר 20, 2015 6:13 pm

צוויי געדאנקען, פארבינדען מיט א פאדעם! שיינע גוטע ארבייט!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » דינסטאג ינואר 20, 2015 6:51 pm

שטארק מקיף יעדנ'ס לעבן, מ'גייט ווי מ'קומט, נאר ס'קומט צו דער דעת מיט די אמונה, תפילה מיט האף, טיפע רעיון, שיין.
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » מיטוואך ינואר 21, 2015 12:38 am

גאר שטארקע נקודה ארויסגעברענגט


זייער שיין

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » פרייטאג ינואר 23, 2015 6:12 am

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:גוטע נקודה, שיין ארויסגברענגט אין פאזיע!

אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 11:04 am

תגובהדורך אוודאי » מיטוואך ינואר 28, 2015 8:38 pm

גוטע געדאנק, זייער שיין אראפגעשריבן.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט