ירידה לצורך עלי' (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #12)

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אויף וואס וואויט איר; אויף א סקעיל פון 1-5 וועלכע שטעלט איר עס?

די וואלן האבן זיך פארמאכט פרייטאג ינואר 30, 2015 7:57 am

פאעזיע
27
23%
אדער גראמען
2
2%
1)קריעטיוו
1
1%
2)
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
3)
7
6%
4)
12
10%
5)
9
8%
1)פליסיקייט פון גראמען/פאעזיע
1
1%
2)
2
2%
3)
5
4%
4)
6
5%
5)
16
14%
1)אווער אל רעיטינג
1
1%
2)
1
1%
3)
4
3%
4)
10
9%
5)
13
11%
 
סך הכול שטימען: 117

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

ירידה לצורך עלי' (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #12)

תגובהדורך נישט » דינסטאג ינואר 20, 2015 7:57 am

געדענקט אפצוגעבן א יישר כח און רעיטן די ארטיקל, די שרייבער'ס ווארטן צו הערן אן אמת'ע אפשאצונג פון אייך.



א שטורעם, אין מח.
ס'ארעם, מיין כח.
למרום, דארט הויעך.
טו איך האפען.

פארטריבען, מיין טרוים.
געקליבען, פון בוים.
פארבליבען, איז קוים.
א טיר'ל אפען.

געזינקען, האט עס.
טרינקען, פון בלאטעס.
ווינקען, מיט פאטאס.
פון מיר בלאפען.

אמונה, טוה איך זייגען.
שכינה, טוט מיר צייגען.
געווינער, טוהען נישט בייגען.
דאס איז מיין וואפען.

אויפגעבען, חלילה קיינמאל.
שטרעבען, נאך איינמאל.
דערלעבען, כ'וועל אמאל.
מיין גליק געטראפען.


ביינאכט , איז טאקע היינט.
מיט פראכט, מיין זון אויף שיינט.
טראכט, עס דערמאנט.
צום פראנט פריש געלאפען.
לעצט פאראכטן דורך נישט אום זונטאג ינואר 25, 2015 9:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3757
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג ינואר 20, 2015 8:43 am

דעפינטעלי פאעזיע, מען באמערקט די הארץ וואס ליגט דערין.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דינסטאג ינואר 20, 2015 9:02 am

זייער טיף און גוט.

די פראז 'דערלעבן כוועל אמאל, מיין גליק געטראפן' איז נישט קיין טויש פון לשון עתיד צו לשון עבר?

איך וואלט צוגעלייגט 'און מיט דעם שטרעבן, האב איך מיין גליק געטראפן'.

די זעלבע זאך די לעצטע זאץ, 'טראכט עס דערמאנט, צום פראנט פריש געלאפן', איז אויך א טויש פון עתיד צו עבר, סא, וואלטעך אויך צוגעלייגט, 'אלזא, בין איך צום פראנט, פריש געלאפן'.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג ינואר 20, 2015 9:18 am

צווייפעל, דאס איז פאעזיע! די געפיל פארוואסערט דעם עבר ועתיד
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אלץ ווייזער
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:31 pm

תגובהדורך אלץ ווייזער » דינסטאג ינואר 20, 2015 10:04 am

זייער שיין און גאר געאייגענט פארן טאג טעגליכן לעבן

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג ינואר 20, 2015 10:05 am

זייער שיינע פאזיע!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג ינואר 20, 2015 10:42 am

שטארקע געדאנק! שיין פאזירט.

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דינסטאג ינואר 20, 2015 1:23 pm

לענ"ד איז דאס פון אלע ביז איצטעט די שטערקסטע
כ'מיין צו זאגן די אופן הכתיבה און פאעטישקייט און קונצליכע ארבעט וועלכע ליגט דערין
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2399
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דינסטאג ינואר 20, 2015 2:41 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:דעפינטעלי פאעזיע, מען באמערקט די הארץ וואס ליגט דערין.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג ינואר 20, 2015 2:58 pm

טאקע אן עכטע קונץ שטיק! אבער כ'מיין ס'איז שוין אביסל צו טיף.

למשל די פאלגענדע פאראגראף כאפ איך נישט געהעריג וואס עס דארף מיינען.
געזינקען, האט עס.
טרינקען, פון בלאטעס.
ווינקען, מיט פאטאס.
פון מיר בלאפען.

קען זיין אז דאס איז א מעלה לגבי פאעזיע, און קען זיין אנדערע כאפן יא, נאר איך בין פשוט נישט גענוג טיף צו כאפן די כוונה פונעם שרייבער. ווייס איך נישט.

אבער למעשה האב איך הנאה געהאט.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג ינואר 20, 2015 3:25 pm

צווייפעל האט געשריבן:זייער טיף און גוט.

1. די פראז 'דערלעבן כוועל אמאל, מיין גליק געטראפן' איז נישט קיין טויש פון לשון עתיד צו לשון עבר?

איך וואלט צוגעלייגט 'און מיט דעם שטרעבן, האב איך מיין גליק געטראפן'.

2. די זעלבע זאך די לעצטע זאץ, 'טראכט עס דערמאנט, צום פראנט פריש געלאפן', איז אויך א טויש פון עתיד צו עבר, סא, וואלטעך אויך צוגעלייגט, 'אלזא, בין איך צום פראנט, פריש געלאפן'.


1. דער מחבר האט פילייכט אויסגעלאזט די ווערטער 'וועל איך האבען' (מיין גליק וועל איך האבען געטראפען) און עס בלייבט עתיד.

2. דערמאנט איז הוה אויך, און דער המשך שטימט.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג ינואר 20, 2015 3:28 pm

דאס האט אויך די פינגער אפדרוקען פון אסותא (ווי פריער, טאמער מאך איך א טעות נעמט עס אלס קאמפלימענט), אבער איך בין נישט געווארען אנטציקט דערפון. נישט אז עס איז שלעכט חלילה, אבער עפעס האט עס מיך נישט געכאפט. אגב דער נאמען וואלט לכאורה געדארפט זיין תשובה ענדערש ווי ירידה לצורך עלי' - אפשר 'תשובה'.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג ינואר 20, 2015 6:02 pm

אז איך דארף געסן וואלט איך נישט געזאגט אסותא. אזוי איז מיין געפיל ,קען זיין ראנג.

זייער זייער שיין און גוט געשריבן, ממש א שאד עס איז נישט לענגער!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » דינסטאג ינואר 20, 2015 6:58 pm

שיין און טיף, דרינגט אריין 'פארפלאנטערט אבער נישט פארפאלען', דראפע זיך צום האף: א 'מעט אור' פאעזיע, צום פינטל.
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3757
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג ינואר 20, 2015 7:05 pm

שוין געליינט אפאר מאל,עס פארמאגט טיפקייט,עס קיין מיינען תשובה ווי אנעים זאגט,אבער מיר קוקט עס אויס מער ווי א באשלוס זיך צו האלטען שטארק אין שווערע מצבים-לאו דוקא רוחניות'דיגע.כנלע''ד.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג ינואר 20, 2015 7:28 pm

זייער שיין. נישט געכאפט די טיפקייט דערווייל, כ'לייג די שולד אויף מיר, מ'האלט נאך א שווערע טאג ארבעט. עמער לאזן די וואוטן אויף מארגן אי"ה

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » מיטוואך ינואר 21, 2015 12:30 am

מאסיוו, טיף, פאזיע בתקיף

אוועטאר
מוזיקאליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2013 8:33 pm
לאקאציע: מיט העדפאונס אויפען קאפ

תגובהדורך מוזיקאליש » זונטאג ינואר 25, 2015 6:26 pm

סביב העולם האט געשריבן:לענ"ד איז דאס פון אלע ביז איצטעט די שטערקסטע
כ'מיין צו זאגן די אופן הכתיבה און פאעטישקייט און קונצליכע ארבעט וועלכע ליגט דערין
ויש היכל שאינו נפתח אלא בניגון....

אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 11:04 am

תגובהדורך אוודאי » מיטוואך ינואר 28, 2015 7:50 pm

א שאד עס איז אזוי קליין, א שטיק ארט די גראמען.

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3757
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג פאברואר 09, 2015 9:09 pm

האמת אגיד,איך אליין כאפ נישט די טיפקייט.....
נאר זייענדיג אינטערען רושם פון מגי' צענדליגע פאעזיעס,איז דאס געבוירען.
אבער א דאנק אייך וואוטער און קאמענטירער, פארען מגיב זיין.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג פאברואר 09, 2015 9:42 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:האמת אגיד,איך אליין כאפ נישט די טיפקייט.....
נאר זייענדיג אינטערען רושם פון מגי' צענדליגע פאעזיעס,איז דאס געבוירען.
אבער א דאנק אייך וואוטער און קאמענטירער, פארען מגיב זיין.


זעט אויס אז מטאר נישט צולייגן צופיל קאפ, סברויך זיין נאטורליך, ווען מאיז אינטערן רושם פון פאזיע גייסט...


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 0 געסט