איך דארף ענדיגען די האומ-ווארק.. חינוך?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

איך דארף ענדיגען די האומ-ווארק.. חינוך?

תגובהדורך מחותן » מאנטאג ינואר 19, 2015 5:15 pm

אמרו חז"ל: שלושה שותפים יש באדם: הקב"ה, אביו ואמו. די היינטיגע מחנכים טייטשען אריין פשט אז דאס אלעס איז נאר געזאגט געווארען ביי א יונגעל, אבער אויב האט מען א מיידעל דעמלאטס קימט צי א פרישע שותף: די סקול, זיי - די סקול ווערן פולשטענדיגע שותפים אין די סדר היום פון די מיידליך, אויף אזוי ווייט אז ווען עס קימט צו א קאנפליקט צווישען די רצון פון די עלטערן און די רצון פון די סקול דאן איז די סקול בעה"ב.. כלפי מה הדברים אמורים?

עס איז דא א אומבאשטעטיגטע סטאטיסטק אז א עווריטיש חסידישע אידישע שטוב באשטייט פון 8 - ביז 10 אומפארהייראטע קינדער, {אויף אלע אידן געזאגט}
עס איז איבריג אפצושרייבען די אחריות און די ווערטשאפט פון א אידישע מאמע פון א שטוב מיט קינדער, זי דארף זיין א מאמע, א נורס, א קעכערן, א מאן, פירען א הויז ווירטשאפט, אא"וו, יעדער זעט עס ביי זיך אין שטוב און האפענטליך טוט מען עס אפשאצען מיט כבוד,
עס פארשטייט זיך אליינס אז יש ויש, עס זענענן דא מאמעס וואס קענענן פירען א ווירטשאפט און עס זענענן דא וואס קענענן נישט, אבער הצד השווה אז צו וואשען און ביגלען די שמוץ וועש פון 10 נפשות נעמט צייט, אנצוגרייטען עסן פאר 10 נפשות נעמט צייט, אויפרוימען די הויז נעמט צייט, און גיין איינקויפען און מאכען העמעס פאר די קליידער נעמט אויך מער ווי 10 מינוט, ווער רעדט נאך אויב מען האלט בעפאר אדער נאך א שמחה דאן נעמט אלעס זיכער דאפעלט צייט און עס איז אסאך שווערער, און נישט יעדער האט 11 דאלער א שעה פאר גויטעס, ווייל די פסוק "כי לא יחדל עני מקרב הארץ" מיינט אפילו היינטיגע צייטען.. און ניטאמאל איז דא צו באקימען גויט'עס.

די קליינווארג וואקסט אינטער און מען דערזעט זיך מיט מיידליך פון 11 - 15 יאר, ווי נישט ווי מיידליך קענענן צולייגען א האנט אין שטוב און אביסל ארויס העלפן מיט די שטוב ווערטשאפט,
איין מינוט.. ארויסהעלפן? ניין זיי קענענן נישט, ווייל זיי האבן א פריערדיגע התחייבות, די סקול האט זיי שוין מתחייב געווען מיט "האומ-ווארק" און דאס קימט בעפאר ארויס העלפן מיט ווישען דישעס און צוזאם לייגען זויבערע וועש, ווייל ח"ו אויב וועט זי נישט ענדיגע די פארלאנגטע קריקעלעם וועט זי זיין א דורכפאל אין קלאס און וועלכע אידישע מאמע וויל דען נעמען אויף זיך אזא אחריות??

האומ-ווארק, א נושא וואס ברענגט ארויף אזויפיל בייז בלוט גאר אסאך אידישע מאמעס, און פון די אנדערע זייט איז אבער דא מאמעס וואס קענען זיך נישט באדאנקען דערויף וויבאלד זיי האבן נישו צו געבן קיין ארבייט פאר די מיידליך און זיי פרייען זיך אז זיי גייען נישט ליידיג.

"האומ-ווארק" וואס איז איר ציל: האט עס ציל פון "חינוך" אויסצולערנען די מיידליך פארשידענע לימודים? אדער איז עס מיט א ציל פון האלטען די מיידליך ביזי?
ווי נישט ווי מען איז גענוג שעות אין קלאס, און עס איז דא דאן גענוג צייט אין סקול אויסצולערנען די מיידליך דאס וואס זיי דארפן וויסען צו זיין געלונגענע ערליכע אידישע מאמעס,
פון די אנדערע זייט איז מען אסאך שעות אינדערהיים, און נישט יעדער האט וואס צו העלפן אינדערהיים, מעגליך אז "האומ-ווארק" האט טאקע נאר די איינע ציל צו האלטען די מיידליך ביזי אז עס זאל ח"ו נישט צוקימען צו בטלה מביא לידי שעמום.. בלייבט איבער די שאלה: וואס איז די אמת'ע ציל פון האומ-ווארק?

כדי צו פארענטפערן מיין שאלה האב איך אנגעהויבען אריינטראכטען: וואס דארפן מיידליך וויסען? וואס דארפן זיי לערנען? וואס דארפן זיי וויסען פאר יעצט ווען זיי זענענן נאך נישט חתונה געהאט? פארוואס איז נישט די סקול שעות גענוג פאר די לימודים אז מען מוז בכלל אנקימען צו האומ-ווארק??

און די שאלה קען גיין טיפער, די ציל פון חינוך איז דאך מן הסתם אהער צושטעלן ערליכע אידישע מאמעס, דערפאר פרעגט זיך די שאלה: וועלכע חלק פון די סקול לימודים טוט באגלייטען די אידישע מאמעס אויף יארען שפעטער?? וואס ווייסען די היינטיגע דרייסיג פערציג יעריגע מאמעס פון זייערע לימודים אין סקול?

הכלל, דאס איז זיכער אז האומ-ווארק איז זייער זייער וויכטיג וויבאלד עס איז ע"פ רוב דוחה די מצווה כיבוד אב ואם, און עס איז דוחה די מצווה פון "והחזקת בו" וויבאלד עס קימט בעפאר העלפן די אייגענע מאמע, די שאלה איז נאר: מה טעם יש בה?? איז עס מיט א חינוך ציל אדער נאר פשוט אנציפילען די צייט אז די מיידילך זאלען נישט גיין ליידיג.. און בכלל קען מען דן זיין איבער די ציל פון לימודים פון סקול ווי אויבן געפרעגט..

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג ינואר 19, 2015 5:18 pm

דאכצעך דער אויספיר פון יענע רש"י שטימט גוט: גזירה היא...
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » מאנטאג ינואר 19, 2015 5:25 pm

מיין גרעסטע פראבלעם ווערט ווען עס איז דא אסאך ארויס ציהעלפען אינדערהיים, און די מיידלעך מאכן האמווארק.
זיי זאגן אז העלפן מאמי איז וויכטיגער, מאכט מען אוועק זייער גאנצע סקול וואס איז עס נישט געזונט פאר חינוך, זיי לאזן טיען (און נאך מיזן אויסהערן די קלענערע) איז נישט גיט פאר שלום בית???
לעצט פאראכטן דורך שלך לחמך אום מאנטאג ינואר 19, 2015 6:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Moshe101
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2011 1:22 pm

תגובהדורך Moshe101 » מאנטאג ינואר 19, 2015 5:53 pm

זייער גוט ארויס געברענגט
אויב איך מעג מוסיף זיין איז די פראבלעם אסאך שטערקער ווען מען גיבט האום ווארק וואס דארף הילף פון די עלטערן וואס דעמאלטס נעמט עס נאך אוועק פון די עלטערנס אויפגאבע אין שטוב

אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

תגובהדורך אשמרה לפי מחסום » מאנטאג ינואר 19, 2015 8:11 pm

Moshe101 האט געשריבן:זייער גוט ארויס געברענגט
אויב איך מעג מוסיף זיין איז די פראבלעם אסאך שטערקער ווען מען גיבט האום ווארק וואס דארף הילף פון די עלטערן וואס דעמאלטס נעמט עס נאך אוועק פון די עלטערנס אויפגאבע אין שטוב

פלאס איין טיטשער רעכענט זיך נישט מיט די אנדערע און יעדער פאקט עקסטער אן

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5659
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג ינואר 19, 2015 8:17 pm

מחותן, דיינע אשכולות..!

צום ענין, ווי איך פארשטיי האט זיך די מושג אנגעהויבן פון די געדאנק אז די מיידלעך זאלן זיך ווייניגער דרייען אין גאס דורך האבן מער האומווארק. צוביסלעך איז עס פשוט געווארן א מיטל פארן טיטשער צו הייסן טוהן זאכן אינדערהיים, וואס מען האט נישט אנגעיאגט און סקול. און הלואי וואלטן געווען מאמעס וואס שיקן מיט א נאוט צום טיטשור "אנטשולדיגט פארן נישט טוהן די היימארבעט, חיה'לע האט געדארפט העלפן איר מאמע". און פארטיג.

זאגסטו אבער אז עס שאדט פארן חינוך, ווייסעך נישט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג ינואר 19, 2015 9:49 pm

ווינדערט מיר זייער שטארק, ווער עס טוט ענטפערן פאר די מיידלעך די פראגעס וואס זיי האבן. וויפיל מיין גרעסערע טאכטער פרעגט מיר אין ענינים פון סייענס, היסטאריע און דזשיאגרעפי, ווינדערט עס מיר מער און מער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

קאכעדיגע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובהדורך קאכעדיגע » מאנטאג ינואר 19, 2015 10:35 pm

מען געט א זוך אין לכתחילה'ס ארכיוון, טרעפט מען בדרך כלל ענטפער'ס אויף רוב זאכען..

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4971
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג ינואר 20, 2015 9:41 am

און ווען די האומווארק איז אויף א 'כיבוד אב ואם פראדזשעקט'.. איז עס זיכער דוחה מקיים זיין די מצוה אין פראקטיק
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21971
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 20, 2015 10:37 am

כ'פארשטיי נישט דעם באגריף מיסודו, ס'שטימט נישט מיטן מציאות.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג ינואר 20, 2015 2:18 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:ווינדערט מיר זייער שטארק, ווער עס טוט ענטפערן פאר די מיידלעך די פראגעס וואס זיי האבן. וויפיל מיין גרעסערע טאכטער פרעגט מיר אין ענינים פון סייענס, היסטאריע און דזשיאגרעפי, ווינדערט עס מיר מער און מער.


די קשיא איז שטערקער.. פאר וועלכע סטעיטש אין לעבן איז עס זיי נוגע אז זיי זאלען מיזען מאכען היים ארבייט דערוועגן?!

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג ינואר 20, 2015 2:19 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:מחותן, דיינע אשכולות..!

צום ענין, ווי איך פארשטיי האט זיך די מושג אנגעהויבן פון די געדאנק אז די מיידלעך זאלן זיך ווייניגער דרייען אין גאס דורך האבן מער האומווארק. צוביסלעך איז עס פשוט געווארן א מיטל פארן טיטשער צו הייסן טוהן זאכן אינדערהיים, וואס מען האט נישט אנגעיאגט און סקול. און הלואי וואלטן געווען מאמעס וואס שיקן מיט א נאוט צום טיטשור "אנטשולדיגט פארן נישט טוהן די היימארבעט, חיה'לע האט געדארפט העלפן איר מאמע". און פארטיג.

זאגסטו אבער אז עס שאדט פארן חינוך, ווייסעך נישט.


דיין טאכטער וועט ענדערש בלייבען אינדערהיים ווי טראגען אזא צעטיל אין סקול.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג ינואר 25, 2015 1:16 am

אנעים זמירות האט געשריבן:דאכצעך דער אויספיר פון יענע רש"י שטימט גוט: גזירה היא...


אין ענגלאנד איז עס אויך אזוי? ביי נישט אידן אויך?

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג ינואר 25, 2015 1:33 am

די גאנצע זאך קומט דאך פון אינדערהיים. דאהי אין אמעריקע, די פוילע באקוועמע לאנד איז געווען א שטארקע באוועגונג קעגן האום ווארק, און געוויסע דיסטריקטס האבן עס גענצליך עוקר געווען. ס'איז זיך משער צו זיין, אויב האום ווארק איז שוין איינגעפירט געווארן אין די חרדי'שע סקולס תיכף ביים גרינדן, אז דאס איז פשוט געווען די מסורה וואס זיי האבן מקבל געווען פון די שולעס אין אונגארן.

(שפעטער, אין די סוף י' יארן ווען עס האט זיך אנגעהויבן די ספעיס געיעג צווישן אמעריקע און רוסלאנד איז געווארן א זארג אז די אמעריקאנע יוגנט וואקסט עמי הארצים און זייערע רוסישע חברים שטייגן זיי איבער, האט זיך געטוישט דער רוח אין אמעריקע יא צו שטיצן האום ווארק).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג ינואר 25, 2015 1:40 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:ווינדערט מיר זייער שטארק, ווער עס טוט ענטפערן פאר די מיידלעך די פראגעס וואס זיי האבן. וויפיל מיין גרעסערע טאכטער פרעגט מיר אין ענינים פון סייענס, היסטאריע און דזשיאגרעפי, ווינדערט עס מיר מער און מער.

אין ביי אידיש ?
פארציילט מיר מיין שוואגער אז זיין טאכטער האט געהאט באקומען א צעטל פון הלכות שבת שאלות פאר האום ווארק פאר דע עלטערן איין שאלה איז געווען א שאלה וואס ס'נישט שייך צו ענטפערן א דעזשנערל תירוץ ווייל סווענט זיך אין פארשידינע פאקטארן. האט ער איר געהייסן שרייבן. מזאל פרעגן אין בית הוראה. ביים מארקן די טעסט האט זי נישט באקומען נישט א טשעק אין נישט א X
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » זונטאג ינואר 25, 2015 2:05 pm

maybeeynot האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ווינדערט מיר זייער שטארק, ווער עס טוט ענטפערן פאר די מיידלעך די פראגעס וואס זיי האבן. וויפיל מיין גרעסערע טאכטער פרעגט מיר אין ענינים פון סייענס, היסטאריע און דזשיאגרעפי, ווינדערט עס מיר מער און מער.

אין ביי אידיש ?
פארציילט מיר מיין שוואגער אז זיין טאכטער האט געהאט באקומען א צעטל פון הלכות שבת שאלות פאר האום ווארק פאר דע עלטערן איין שאלה איז געווען א שאלה וואס ס'נישט שייך צו ענטפערן א דעזשנערל תירוץ ווייל סווענט זיך אין פארשידינע פאקטארן. האט ער איר געהייסן שרייבן. מזאל פרעגן אין בית הוראה. ביים מארקן די טעסט האט זי נישט באקומען נישט א טשעק אין נישט א X

לענ"ד וואלט זי געדארפט באקומען א טשעק, ווייל דאס איז לכאורה די ריכטיגע תשובה.
נישט אזוי לערנט מען פאר פאר די טאטעס, אז מדארף וויסן וואס צי פרעגן, און עס איז דא זאכן וואס די ריכטיגע תירוץ ווייסט נאר בית הוראה
מחותן האט געשריבן:"האומ-ווארק" וואס איז איר ציל: האט עס ציל פון "חינוך" אויסצולערנען די מיידליך פארשידענע לימודים? אדער איז עס מיט א ציל פון האלטען די מיידליך ביזי?

כדי צו פארענטפערן מיין שאלה האב איך אנגעהויבען אריינטראכטען: וואס דארפן מיידליך וויסען? וואס דארפן זיי לערנען?

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

האומווארק

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 9:57 am

אינעם "בינה" מאגאזין איז געווען זייער א גוטע ארטיקל קעגן די משוגעת הנקרא האומווארק.
Binah Homework1.jpg
Binah Homework1.jpg (108.68 KiB) געזעהן 346 מאל

Binah Homework2.jpg
Binah Homework2.jpg (106.62 KiB) געזעהן 346 מאל

גיט
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 12:34 pm

מען וואלט שוין געמעגט מבטל זיין די גאנצע זאך וואס ווערט אנגערופן "האומ-ווארק"

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 2:16 pm

שטודיעס צייגן אז האומווארק, אויף וויפיל עס טוט אויף, האט נישט מיט וויפיל מאטעריאל מען קומט אן נאר מיט וויפיל צייט מען געבט אוועק. און די צייט איז דווקא גאנץ ווייניג, צופיל מאכט קאליע.

די בעסטע וועג איז צו באשטימען פאראויס מיטן קינד וויפיל צייט גייט אוועקגיין יעדן טאג פאר האומווארק, א לאגישע סכום וואס זאל נאך לאזן גענוג צייט פאר א נארמאלע סדר היום און צו העלפן אין שטוב, און זיך האלטן דערצו. ווען די צייט לויפט אויס פאקט מען אלעס אוועק, נישט קיין חילוק וויפיל מען דארף נאך מאכן. (די בעסטע איז אז מען איז מודיע פון פאראויס פאר די סקול)
נאך א וואך-צוויי זיך צוגעוואוינען, וועלן די קינדער קענען פונקט אזוי גוט אדער בעסער אויף די טעסטס. בדוק ומנוסה.

פאר דער וואס דארף "וואפן" איבערצוצייגן די טיטשערס:
https://www.amazon.com/Case-Against-Hom ... 030734018X
https://www.amazon.com/Learning-Habit-G ... 0399167110
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מה שמו און 19 געסט