לאקשען'ס געדאנקען

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לאקשען ברעט

לאקשען'ס געדאנקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

בס"ד

טייערע קרעטשמע אידען

דא אין דעם אשכול וויל איך לאזען אין גאנג מיינע געדאנקען פין צייט צי צייט
אין כ'האף איר וועט הנאה האבען

הק' לאקשען ברעט , פה קרעטשמע


--------------------------------------------------------------
בס"ד

י-היו לרצון אמרי פי
כ'וויל אביסעל רעדען פין די ענין פין צניעות
יא איר האט גוט געליינט צניעות
נארמאל ווען מען דערמאנט די ווארט צניעות , מיינט מען אז דאס איז נוגע פאר נשים

וועל איך פרובירען בעהשי"ת אביסעל מסביר זיין דעם ענין אזוי אז עס זאל אייך אריין אין די ביינער
די אפטייטש פין צניעות מיינט אז מען זאל זיך נישט ווארפען אין די אויגען פין מענטשען
מען זאל זיך נישט צי שטארק ארויס זעהן
וואס דאס איז נוגע הן זיך נישט ארויס צי ווייזען מיט א רייכקייט אפילו ווען מען האט אין אוואדאי נישט ווען מען האט נישט
אין אזוי אויך זיך נישט ארויס ווייזען מיט ארימקייט הן אין די לבוש אין הן אין וואוינונג אין אנדערע זאכען
וואס מאכט מענטשען קוקען אין ציהט אסאך אויפמערקזאמקייט
אין אזוי ווייטער איז צניעות גוט ביי א יעדע זאך וואס איז נישט קיין הכרח אז עס זאל זיין אפען

וועט איר פרעגען למה ? פארוואס ?
איז אזוי , קודם זאלט איר וויסען אז אמת טאקע אז א מענטש (רוב מענטשען ) האט אסאך מאל ליב זיך אויפציווייזען אין אזוי ארום באקומען מער אטענטשען מער אויפמערקזאמקייט
אבער וויסען זאלט איר אז עס איז נישט קיין גוטע זאך , ווייל ויסען זאלט איר אז מען דארף זיך היטען פינעם מענטשליכען אויג , ס'טאקע דא אסאך מענטשען וואס האבען א גוט אויג , אין פארגינען א צווייטען
אבער עס איז ליידער אויך דא אימפארגינערישע אויגען , א רע עין וואס מען דארף זיך היטען דערפין
אין חז"ל זאגען אז די ברכה איז שורה בדבר הסמוי מין העין עס איז נישט גוט זיך צי ווארפען אין די אויגען פין מענטשען
איך וויל אייך נישט דערשרעקען אבער עס איז זאכען וואס מען דארף וויסען
חז"ל זאגען "תשעים ותשעה מתים בעין הרע ואחד בדרך ארץ"
זאגט אבער די פלע יועץ : אז מען דארף האבען שכל אז מען זאל נישט באמערקען אויף עים אז ער היט זיך
כדי מענטשען זאלען נישט ברוגז זיין אז ער איז זיי חושד אז זיי זענען בעלי עין הרע

אין די וועג איז צי גיין איז אויפען דרך בינוני
דאס איז איינע פין די סיבות זיך צי פירען אויף א דרך פין צניעות
אבער די אמת איז אז אפילו בינו לבין עצמו איז גוט זיך צי פיהרען אויף א וועג פין צניעות

תלמוד חכם צריך שיהא צנוע באכילה בשתיה ברחיצה ובסיכה בהליכתו ובעטיפתו ובקולו (תנא דבי אליהו זוטא ז)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דאס האט שוין אונזער זיידע יעקב אבינו געשריען: למה תתראו, ווארום זאלט איר זיך צייגן פאר די מצרי'שע אויגן?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

א הערליכע געדאנק.
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

זייער גוט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”