אייוועלט אינטערוויא מיט "מומחה עצום"
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2014 8:14 pm
אייוועלט אינטערוויא מיט מומחה עצום.
קאמענטארן דא
אין ריעל לייף האט יעדער בעל חסד א מיטל מיט וואס זיך צו רימען, איינער מיט א דזשעקעט, א צווייטער מיט א בעדזש, און א דריטער מיט די עד'ס אין די צייטונגען. אייוועלט איז א פלאץ יחיד במינו, אין די צייט וואס אזויפיהל חסד גייט ארויס יעדן איינציגן טאג דורך די שפאלטענעס פון אייוועלט, איז אלעס בהצנע לכת, אן וויסן וועלכער צדיק שטייט דערונטער.
אבער איבער אלעם האט ארויסגעשיינט די ניק "מומחה עצום", א ניק וואס אונטער זיך באהאלט זיך אן אנאנימער יונגערמאן א 'מומחה עצום' אין די וועלט פון קאמפיוטער און טעכנעלאגיע. ווען א איד האט נאר געבעטן הילף איז מומחה דארט געווען אין סעקונדעס, אלעס מיט א שמייכעל און א גוט ווארט ווי כאילו נישט אים מיינט מען.
צייטן האבן זיך אבער געביטן ווען פון איין מינוט אויפן צווייטן האט מען זיך געטראפן באוויינען א ניק וואס איז פשוט נעלם געווארן איבערלאזנדיג א שם טוב העולה על גבו. און אן אייוועלט אן מומחה איז ממש געווען אן אנדערע וועלט. אן קיין רוקן קען מען זיך נישט האלטן. (בעת מיר גייען צום דרוק איז אריינגעקומען די גאר גוטע נייעס אז "מומחה עצום" איז צוריקגעקומען מיט א פרישקייט! ומשנה שנשנית לא זזה ממקומה).
פאר "אויסערן מיניסטער" אן אקטיווער ניק אויף אייוועלט איז געלונגען צו מאכן קאנטאקט מיט "מומחה עצום" און האט אפגעהאלטן מיט אים א גאר רייכע אינטערוויו, וואס ער האט אויך אפגעשריבן ספעציעל פאר די אייוועלט ליינער.
אט ליינט...
שלום עליכם, קודם וואלט איך געוואלט פרעגן אפאר פרטים איבער די "ניק מומחה עצום".
הארצן גערן, וואס עס וועט זיין מעגליך וועל איך ענטפערן.
וואס האט דיר געברענגט צו קומען קיין אייוועלט?
בערך כסלו תשס"ט האט איך געהערט פון אייוועלט און איך פלעג באזוכן פון צייט צו צייט. ווען איך האב געזען אז איינער האט געפרעגט עפעס וועגן קאמפיוטערס האב איך מיר איינגעשריבן און יענעם ארויסגעהאלפן. אין אנהייב בין איך נאך געווען ניי, אבער מיט די צייט האב איך מיר באקענט מיט אנדערע ניקס א שטייגער ווי יענטאאש, קרעמער, מאשקע, גרויזאמער, וויכטיג מאכער, און אלע אנדערע וויכטיגע ניקס.
האסטו געטוען די ארבעט אויך פאר געלט אינדרויסן פון די אייוועלט שפאלטענס?
אינדרויסן פון אייוועלט האב איך עס ווייניג געטון, נאר פאר פריינט און משפחה וואס דארט מאכט מען געווענליך נישט קיין געלט.
דו ביזט איין מענטש? אדער אפאר אידן שטייען אונטער די ניק?
איך בין פארשטייט זיך נאר איין מענטש, און אונטער די ניק מומחה עצום איז נאר דא איין מענטש. אינטערסאנט אז דו פרעגסט, ווייל איך האב געהאט א פלאן אז עטליכע אידן זאלן נוצן די ניק און צושטעלן סערוויס 24 שעה א טאג. למעשה איז גארנישט געווארן דערפון. פארוואס? ווייל די סערוויס וואלט נישט געווען די זעלבע די גאנצע צייט און דאס האב איך שוין נישט געוואלט.
אלס א "מומחה" וואס האט א געוואלדיגע היקף אויף/אין קאמפיוטער טעכנאלאגיע, איז אינטערסאנט צו וויסן וואו דו האסט אנגעהויבן. איז דאס אזוי געווארן נאטורליך האבנדיג א נטייה דערצו, אדער נאר בהכרח מחמת פרנסה?
מיר האבן געהאט א קאמפיוטער אינדערהיים, און אין יענע צייטן האט מען געמוזט קענען די קאמענדס דאס צו נוצן. איין טאג האט זיך עס צובראכן, און דעמאלטס איז נאכנישט געווען קיין אינטערנעט וואו מ'האט געקענט מאכן א סוירטש און טרעפן אן עצה. באין ברירה האב איך אויפגעזוכט א קאמפיוטער דיעלער און אים געפרעגט וויאזוי איך קען עס פארעכטן, ער האט מיר געזאגט בערך וואס צו טון.
איך האב פרובירט, און ס'איז מיר געלונגען עס צו פארעכטן. זעהנדיג אז ס'איז גארנישט אזוי שווער צו פארריכטן, פלעג איך פון דאן און ווייטער כסדר טוישן פייל נעמען און סעטינגס צו זעהן וואס געשעהט און נאכדעם פלעג איך עס פארעכטן, אויב האב איך נישט געוואוסט עפעס פלעג איך פרעגן.
דו ביזט געגאנגען ערגעץ זיך צו לערנען קאמפיוטערס?
עטליכע וועגן איז דא צו לערנען קאמפיוטערס, איינס איז עקספיריענס און א גוטן זכרון וואס דאס נעמט לאנג, די צווייטע איז צו נעמען א קורס אדער ליינען א בוך וואס צו דעם דארף מען אסאך געדולד. ביידע צוזאמען זענען פיין, און אז מ'האט א דעגרי צו די זייט שטייט מען גוט. איך האב אנגעהויבן מיט עקספיריענס, שפעטער האב איך דורכגעליינט די דיקע ביכער - איך ליין נאך אלץ. ס'קומען ארויס נייע און אפדעיטעד ביכער יעדע שטיק צייט. דאס איז חוץ פון די נייע זאכן וואס איך לערן מיך כסדר - און פאר געוויסע ספעשעלטי זאכן נעם איך קורסן און דעגריס.
וואס איז דיין אפיציעלע (נישט הויך-שטאפלערישע) טיטל, ביי וואס מען וואלט דיר אנגערופן אין די קאמפיוטער וועלט?
איך פארמאג נישט קיין אפיציעלע טיטל - און אז מ'רעדט שוין, אין די קאמפיוטער וועלט זענען טיטלען נאר פאר מתחילים אדער די רעזומעי, קיינער קומט נישט אריין אין אפיס און זאגט "אהה, איך בין א מייקראסאפט סערטיפייד טעקנישען" - אבער איך האב גענוג סערטיפיקעישנס אנצופילן מיין ביזנעס קארטל.
וואס פאר א סארט מענטש באהאלט זיך אונטער דעם ניק? ווי למשל, ביזטו א כולל יונגערמאן מיט אן איבערפלוס פון צייט? אדער א יוד א נגיד וואס דארף נישט צופיל צייט אוועקגעבן על המחי' ועל הכלכלה, און האסט מחליט געוועהן צו ספענדן דיין צייט צו העלפן מענטשן?
פרעג א סיסטעם אדמיניסטרעיטאר וויפיל איבריגע צייט ער האט, נישט אלע וועלן ענטפערן די זעלבע, אבער א גוטער אדמין מיט א גוטע סיסטעם קען זיך טרעפן מיט איבריגע צייט. דער גוי גייט זיך אויף זיינע וועבזייטלעך צו פארברענגען, א איד פארברענגט אין אייוועלט.
וויפיל צייט האסטו דורכשניטליך אוועקגעגעבן צו העלפן א איד מיט א פראבלעם דא?
די עווערעדזש צייט וואס ס'האט גענומען צו העלפן איז בערך 20 מינוט, אבער צומאל האט זיך עס פארצויגן צו אפאר שעה. דאס מערסטע איז געווען כמעט 6 שעה.
פלעגט זיך מאכן אז נאך א לאנגע הארעוואניע זאל יענער דיר שיקן 'נעווער מיינד ס'שוין מסודר'?
יא, און עטליכע מאל האב איך דאס אויך נישט באקומען, און קיינמאל נישט צוריקגעהערט.
וואס קענסטו זאגן איז געווען די לענגסטע/שווערסטע ארבעט וואס דו האסט געטוהן פאר איינעם אויפן וועלטל?
דאס טרעפן א לעזונג פאר אידישע פאנטס אין מייקראסאפט אפיס 2013 איז מסתם געווען דאס שווערסטע, איך האב אין צוויי טעג זיך געלערנט אלעס וועגן פאנטס, שפראכן, קערעקטער-סעטס, גליפס און נאך צענדליגע זאכן, ס'איז געווען א פיינע עקפיריענס.
איז געווען אמאל עפעס אן אויסטערליש אינטערסאנטע פראבלעם, וואס מיר וואלטן הנאה געהאט צו הערן?
דאס מערסטע אינטערעסאנטע קעיס וואס איך האב געהאט, איז געווען מיט א ווינדאוס עקס-פי מאשין, ער האט געהאט א גאר זעלטענע פראבלעם אז זיינע ווינדאוס זענען געווארן אויפגעבלאזן און גרעסער ווי די סקרין. נאך א לאנגע צייט שטודירן זיינע סקרינשאטס האב איך צוגעטראפן אז ער האט ווארשיינליך קארופטירטע סיסטעם פאנטס. ווי נאר ער האט ריסעט זיינע פאנטס איז אלעס געווען מסודר.
האסטו אמאל געהויבן הענט? 'כ'קען דיר נישט העלפן, סארי', אדער 'עס נעמט שוין צו לאנג', וכדו'?
דערווייל איז ב"ה נישט געווען א פראבלעם וואס מען האט נישט געקענט פארריכטן, און איך האב קיינמאל נישט געדארפט הייבן הענט. אויב האט עס גענומען צו לאנג, האט מען מפסיק געווען און ממשיך געווען א צווייטן מאל.
וואס האט דיר געגעבן דעם אנגייענדן שטופ ארויסצוהעלפן אזויפיל אידן שלא על מנת לקבל פרס?
פאר אנגעצויגענע צייטן האב איך געהאט א לינק אין מיין חתימה צו די ניגון פון ר' יו"ט ערליך ז"ל "א טובה טאן א איד", זיך צו דערמאנען און מחזק זיין.
האסטו געהאט off duty זמנים ווען מען ענטפערט בכלל נישט, אדער איז פאר אייוועלט די טיר אלעמאל אפן געווען?
די טיר פאר אייוועלט איז אייביג געווען אפן, אויב בין איך געווען ביזי האב איך יענעם איינגעמאלדן ווען איך וועל האבן צייט.
איז אמאל אויסגעקומען אז דאס זאל דיר ארויסגעבן אין ריעל-לייף, אז איינער זאל זאגן אז מומחה עצום מיט פלוני זענען זיכער די זעלבע?
דערווייל האט עס ברוך השם נאכנישט פאסירט. איך טו שטארק אויפפאסן נישט צו רעדן וועגן זאכן וואס איך האב געשריבן אויף אייוועלט.
האסטו - טראץ דיין גאונ'ישע עקספערטיז - אויך געהאט א געוויסע סארט תועלת פון אזויפיל ארויסהעלפן דא דעם עולם?
יא, דאס פארריכטן אלע מיני מאדנע פראבלעמען האט מיר ערמעגליכט צו קענען בעסער דיאגניזירן און שנעלער טרעפן אנדערע פראבלעמען ווען איך פארעכט קאמפיוטערס - פאר די עקספיריענס אליין האט זיך עס געלוינט.
האסטו געוויסט אז דיין מיינונג ווערט אנגענומען זייער ערנסט אלס קראנט און דערפאר געווען מער פארזיכטיג פאר'ן שרייבן?
אין אנהייב נישט, אבער נאך צוויי טויזענט תגובות האב איך אנגעהויבן שפירן אן אחריות און געווארן מער פארזיכטיג.
האבן די כסדר'דיגע שבחים און תהילות דיך געגעבן א גוטן געפיל אדער איז עס שוין געווען 'טא-מאטש' און שוין נערוועז געמאכט?
אין אנהייב האב איך געגליכן די שבחים, אבער שפעטער ווען עס איז געווארן א פארמעסט ווער ס'קען שרייבן בעסערע גראמען און טיטלן האב איך שוין געקענט באשטיין אז עס זאל זיין א "דאנק קנעפל" און פארטיג.
דו טוהסט נאך די זאכן אלס א באצאלטע סערוויס? אויב יא, וויאזוי דעפענירסטו דיין סערוויס און וויאזוי קען מען דיר קאנטאקטן? אויב נישט, הא גופא קשיא!
יא און ניין, איך האב א פול טיים דזשאב, און דערווייל טו איך נישט אפערן מיין סערוויס פאר אנדערע קליענטן.
וועלכע סארט אויפפירונג האט דיר דאס מערסטע געבאדערט? (צב״ש נעמען עדווענטעדזש, נישט מאכן מינימאלע ריסוירטש, וכדו׳).
דאס מערסטע האט מיר געבאדערט ווען מ'האט נישט געמאכט די מינימאלע ריסוירטש, אדער געפאלגט אינסטראקשענס. רוב קאמפיוטער פראבלעמען זענען נישט ניי, אנדערע מענטשן האבן עס שוין געהאט, זוך אויף גוגל פארן אנפרעגן.
ווי קומט צו אזא פארנומענער קאמפיוטער טעקנישען צו זיין אריינגעטון אין בילדער, איז דאס פשוט א האבי און איז גענוצט געווארן זיך אויסצולופטערן, אדער ערגעץ וואו האסטו ממילא געהאט צוטריט דערצו און באשלאסן עס צו שעירן מיט'ן עולם?
איינער פון מיינע מיטארבייטער איז א מייסטער פאטאגראפיסט, ער האט מיר אויסגעלערנט דעם פאך. פון אים האב איך אלע אינטערעסאנטע לינקס, בוקמארקס און בילדער. וואס עס פלעגט מיר עכט געפעלן פלעג איך ארויפלייגן אויפן וועלטל אז אנדערע זאלן אויך הנאה האבן.
איז ריכטיג דאס וואס מאנכע זאגן אז דאסוואס מענטשן האבן נישט "תורם געווען" צו דיין קאנטע האט געשפילט א ראלע אין דיין איבערלאזן דאס פלאץ?
דאס איז איבערהויפט נישט אמת, איך האב דאס געטון אלס אן עקספערימענט צו זעהן וויפיל געלט מענטשן וועלן מנדב פאר אומזיסטיגע הילף, און צי מען קען אויסארבעטן א סיסטעם אז ס'זאל זיך לוינען.
פארוואס האסטו נישט געבעטן אפיציעל כאטש א מינימאלע אפצאל, כדי נישט צו ווערן אויסגעברענט?
עס איז זייער שווער צו שטעלן א פרייז אויף אזא זאך. למשל, אויב איך האב צייט און איך שיק איינעם א לינק אין אישי דארף ער באצאלן? און אויב איינער פרעגט עפעס אויפן פארום קען איך נישט ענטפערן ביז ער באצאלט? איך האלט אז דאס קען זיך נישט אויסארבעטן.
פארוואס ביזטו באמת אוועקגעגאנגען פון דא? דו ביסט געווארן מער פארנומען? איבערגעשטרענגט פון די אומבאצאלטע קאפדרייעניש דא? אדער גאר איינגעזען – אזוי ווי אסאך אנדערע – אז אייוועלט, און לאו דוקא די חברים דא, נעמט דיר אוועק צופיל צייט?
ווי פריער דערמאנט האב איך געהאט אסאך איבריגע צייט וואס דאס האט מיר ערלויבט צו שרייבן אויף אייוועלט און העלפן אנדערע. מיט א צייט צוריק בין אין געווארן מער פארנומען און באשלאסן אז איך מוז אויפהערן שרייבן. דאס איינמעלדן דעם עולם איז געווען מער א 'סטאפ סיין' פאר מיר אליין אז דאס איז עס.
דו קומסט נאך אמאל אריין צו אייוועלט (נאר צו קוקען אן אריינסיינען)? און אויב יא, ווען דו זעסט אז איינער האט א פראגע אדער א טעכנישע פראבלעם, וויאזוי פילסטו דיך 'יא העלפען, נישט העלפען'?
איך פאל נאך אריין אמאל, בהסתרה. וויאזוי איך פיל? דערווייל זעה איך אז דער עולם גיבט זיך אן עצה, לאמיר האפן אז איך וועל נישט דארפן מאכן קיין שווערע החלטות...
אסאך מאל האב איך געזען איינעם שרייבן ערגעץ וואו אויפ'ן וועלטל עפעס וועגן "מומחה", און אין סעקונדעס אדער א מינוט- צוויי (אפשר טרייב איך איבער?) ביסטו דארט געווען, איז דאס געווען עפעס אן עפפ וואס האט דיר איינגעמאלדן ווען דיין ניק ווערט דערמאנט דא?
איך האב מיר געמאכט אן אלערט סיסטעם פאר דעם, און דערווייל איז עס נישט אוועילעבל פארן פאבליק.
וואס איז דיין בליק אויף אייוועלט בכלליות?
אייוועלט איז א פילפארביגע קרעטשמע וואס איר אטמאספערע טוישט זיך לויט די וועטער און וועלטליכע אנטוויקלונגען. איז דא א רבי'שע חתונה אדער בר מצוה דרייען זיך דא די חסידים, ווען די מתנגדים אדער חב"ד זענען אקטיוו הערט מען פון זייערע מענטשן, קומט א שניי זיצט יעדער ארום דעם אויווען און קוקט ארויס פון פענסטער. אט מאכט זיך אן ערדציטערניש איז יעדער דא.
דור הולך ודור בא אבער ווען די שטויב זעצט זיך, און ס'איז א פשוטע דינסטאג, דאן קען מען אפשר פאר א מינוט זעהן וויאזוי אייוועלט זעהט עכט אויס. פאר מיר און אסאך אנדערע איז עס א מקום וואו מ'קומט זיך אויסלופטערן און כאפן א שמועס, אנדערע נוצן דאס פאר א פלאטפארמע צו טרעפן עצות פאר אלע פראבלעמען פונעם דור, אדער סתם שמועסן. גענוי אזוי האט אן אמאליגע קרעטשמע אויסגעקוקט.
פלאנסט נאך אמאל וויייטער צו שרייבן אויף אייוועלט?
קען זיין, אבער נישט אזוי אפט ווי אמאל, וויפיל די צייט וועט ערלויבן.
**
זייער אינטערסאנט. עס איז צום באוואונדערן אייער געפיל צו חסד.
יעצט לאמיר אביסל אריבערגיין צו די פעלד פון קאמפיוטערס גופא. עס זענען דא צענדליגער שאלות וואס מען קען פרעגן, איך וועל מיך אבער פרובירן צו האלטן צו וויכטיגע נקודות.
וואס איז דיין בליק איבער 'קויפן' פראגראמען?
ערנסט גערעדט, היינט איז געווארן "איינגעפירט" אז מען קויפט נישט, און ס'זענען אפילו דא קאמפיוטער פארקויפער וואס לייגן ארויף פראגרעמס מיט א קרע"ק וכו'. אויסערדעם וואס דאס איז נישט אויסגעהאלטן מטעם המדינה, איז עס זייער א פראבלעמאטישע ענין און איך וויל אפילו נישט רעדן דערוועגן, אבער די פוינט איז איין זאך, דאס וואס הלל הזקן האט געזאגט: דעלך סני לחברך לא תעביד זו היא כל התורה כולה ואידך פירושא זיל גמור.
וואס איז די גרעסטע פראבלעם מיט וואס רוב קאמפיוטער באנוצער קלאפן זיך אן? און וואס קען מען טון עס צו פארמיידן?
דאס טוישט זיך יעדע שטיק צייט, לעצטענס איז עס געווען קריפטא-לאקער, פאראיאר איז עס געווען די וויירוס וואס באהאלט אלע פיילס אויף אן עקסטערנעל דרייוו א.א.וו. מען דארף שטיין על המשמר און נישט אינסטאלן קיין אומבאקאנטע פראגראמען, אויפפאסן וועלכע עטעטשמענטס מען עפענט און וואס מען דאונלאודט.
וואספארא אפעקט האט די איבערגאנג צו אנדערע כלים ווי טאבלעטן וכדו' פאר'ן געווענליכן באנוצער און פאר טעכניקער?
עס מאכט נישט צופיל אויס. אין די ניינציגער יארן איז געווען אן איבערפלוס פון היים קאמפיוטערס, וואס דאס גייט יעצט צוריק ווען געווענליכע מענטשן קויפן טעבלעטס אדער נוצן נאר זייערע סמארטפאונס. די ארבעט פון טעקנישענס איז אייביג געווען מער פאר ביזנעסער, און דארט בלייבט עס.
היינט אז יעדער וואס קען גוגל'ן קען זיך ווי-נישט-ווי מסדר זיין, איז די וועלט פון קאמפיוטער טעקנישענס טויט?
נישט יעדער קען גוגל'ן, 87 פראצענט מענטשן ווייסן נישט וויאזוי צו סוירטשן. נישט אז זיי קענען נישט טרעפן א פראדוקט אדער אדרעס, אבער ווען עס קומט צו קאמפיוטער פראבלעמען דארף מען וויסן וואס און וויאזוי אריינצולייגן צו באקומען די ריזאלטס וואס מען זוכט. א גוטער טעקנישען מוז וויסן וויאזוי צו סוירטשען, און גוגל טוישט זייער סיסטעם יעדע פאר חדשים, אלזא איז דא ארבעט מיט דעם אויך.
וואספארא אינפארמאציע וועב-זייטלעך אדער אנדערע אינפארמאציע מקורות קענסטו איבערלאזן דא פאר'ן עולם זיך צו קענען אליינס אן עצה געבן ווען מ'דארף וויכטיג אפדעיטעד אינפארמאציע (חוץ סתם גוגל?)
די ליסטע איז צו לאנג פארן אינטערוויו, אבער דער כלל איז אז יעדע קאמפעני דעקט איין זאך זייער גוט. גיגא-אם איז פאר טעלעקאמיוניקעישן, סינעט איז טעק ביזנעס און קאנסומער, ברייען קרעבס און סי.איי.או. פאר סעקיוריטי וכו' וכו'.
אסאך מאל קויפט א מענטש א קאמפיוטער און פינף מינוט נאכן עפענען איז שוין דא דארט וויירוסן... וואס זענען די ערשטע פאר סטעפס וואס מען דארף טון ביים באנייען א קאמפיוטער?
מסתם האט מען אריינגעשטעקט א יו.עס.בי. וואס האט געהאט א וויירוס, אדער האט מען אינסטאלט א גע'גנב'טע פראגראם... דאס זענען די ערשטע סטעפס וואס מען זאל "נישט" טון. פארשטייט זיך אז די ערשטע זאך איז צו אינסטאלן א גוטע אנטי וויירוס און ארויסווארפן אלעס וואס דעלל אדער ווייסעך וועלכע קאמפעני האט מיטגעגעבן, אז איר גיט זיך נישט קיין עצה דאן איז ווערד צו רופן א טעקנישען. פרעווענטאציע איז בעסער ווי היילן.
עפל'ס קאמפיוטער - דער מעק - הייסט צו זיין אסאך אסאך בעסער און ווייניגער אויסגעשטעלט צו וויירוסן. איז עס טאקע אזוי? און איז עס גוט פאר א געווענליכער קאמפיוטער באנוצער?
יא, עפ"י רוב זענען מעק'ס מער סעיף ווען ס'קומט צו וויירוסעס. אבער היינט מאכט עס נישט צופיל אויס, ווייל די וועלט פון קאמפיוטער וויירוסעס טוישט זיך די גאנצע צייט, פון אידענטיטעט גניבות צו קרעדיט קארדס און אנדערע מיטלען וויאזוי צו מאכן געלט, דעריבער דארף דער מעק יוזער זיין פונקט אזוי פארזיכטיג ווי דער ווינדאוס יוזער. דאס וואס דו פרעגסט "צו עס איז גוט פאר געווענליכע קאמפיוטער באנוצער", געווענליך יא, חוץ אויב זיי דארפן ספעציעלע פראגרעמס וואס ארבעטן נאר אויף ווינדאוס.
איר האט פריער דערמאנט אז עס האט אייך געשטערט ווען מענטשן האבן נישט געמאכט דאס מינדעסטע ריסערטש פארן אנפרעגן. איז עס טאקע גוט אז מען פארלאזט זיך אויף זיך אליין צו סערטשן און פאררעכטן, אדער אן די נויטיגע ידיעות קען מען נאר מער קאליע מאכן?
ווענדט זיך אויף וואס. עס איז דא א גרויסער חילוק צווישן דער וואס קומט צום דאקטער און זאגט אז זיין האלז טוט וויי און דער צווייטער וואס דערציילט אז א וואך צוריק איז ער געשלאפן מיט אלע פענסטערס אפן - ער איז געווארן פארקילט - און האט שוין געטרינקען פיל טיי מיט האניג, פיבער האט ער נישט אבער ס'איז שוין א וואך צייט און זיין האלז טוט נאך אלס שטארק וויי. אין איין ווארט, וויסן וואו איין און וואו אויס, און אויב איז מען נישט זיכער זאל מען באצאלן פאר א טעקנישען.
אויף וואס איז דאס וויכטיגסטע זאך צו קוקן ביים קויפן א נייע קאמפיוטער, רעם, פראסעסער, הארד-דרייוו?
דאס מערסטע וויכטיג איז צו וויסן וויאזוי מען גייט עס נוצן. רוב מענטשן דארפן נישט די ספעקס וואס זיי קויפן, און די געשעפטן פארקויפן קאמפיוטערס און לעפטאפס באזירט אויף ספיד און אנדערע זאכן וואס פארן פשוט'ן באנוצער גייט עס נישט אויסמאכן. איך פרעג געווענליך אזוי: וויפיל טעבס האסטו אלץ אפן אין דיין בראוזער? גייסטו עדיטן ווידיאוס אדער בילדער? און אזוי ווייטער...
עס איז אנגענומען אלס פשוט'ע כלל אז ווען מען זעהט ביי א וועב פעידזש די גרינע ווערטער איז עס 'סעקיורד', וויאזוי קען מען זיכער מאכן אז דאס איז נישט געפעלטשט?
זייער א גוטע קשיא, דאס צו ענטפערן איז א לאנגע מעשה, אבער די פוינט איז אזוי: יעדע סערטיפיקעט האט א זאך וואס רופט זיך די "פינגערפרינט" אדער thumbprint און דאס קען מען נישט טוישן אדער נאכמאכן. דערפאר גייט מען צו א וועבסייט וואס טשעקט די פינגערפרינט, און מען זעהט צו עס שטימט מיט דאס וואס דיין בראוזער ווייזט אין די סערטיפיקעט. אויב נוצט מען א פילטער וואס טוישט די סערטיפיקעטס, איז די גאנצע נושא נישט אינטערסאנט, ווייל כדי צו פילטערן סעקיורד וועבסייטס מוזן זיי אראפנעמען די SSL און לייגן זייער אייגענע סערטיפיקעט, איז ווילאנג דו טראסט די פילטער קענסטו טראסטן דיין סעקיור וועבסייט.
איז LastPass אדער אנדערע פעסווארד מענעדזשער סייטס פארזיכערט?
די "אנדערע" ווייס איך נישט, אבער לעסטפעסס ווייס איך וויאזוי עס ארבעט און עס איז זייער סעקיור, ווילאנג מען נוצט א שטארקע מעין פעסווארד.
איז ווערד צו צאלן פאר א טייערע קאמפיוטער, פאר איינער וואס פארשטייט נישט דערצו?
אפילו ער פארשטייט נישט, ווייסט ער אבער די חילוק פון שנעל און שטייט. מער ווי 8 גיג רעם איז נאר פאר איינער וואס ארבעט מיט גרויסע אודיא, ווידיא אדער פאטאשאפ פיילס און דאס גלייכן, די זעלבע איז מיט אן i7 פראסעסאר, אבער א SSD איז פאר יעדן ווערד - ס'קען אויפלעבן אן אלטע קאמפיוטער אדער לעפטאפ.
וועלכער יסוד אדער כלל אין קאמפיוטער/טעכנאלאגיע קענסטו איבערלאזן אלס "לעצט געלט" פאר די אייוועלט חברים, א זאך וואס וועט אונז צוניצקומען היינט און אלעמאל?
צוויי זאכן, סעקיור פעסווארדס - איך האב שוין גענוג געשריבן דערוועגן - און בעקאפ. איך האב שוין מיטגעהאלטן ווי מענטשן האבן פארלוירן מיליאנען ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין בעקאפ. איר זאלט זעהן אלץ צו האבן א בעקאפ, איר זאלט עס ענקריפטן און האבן מינימום 3 אפדעיטעד קאפיס, ווי אויך איין טעגליכע אוו-סייט קאפי. אויב איז עס צו שווער פאר אייך צו מענעדזשען, קענט איר נוצן קלאוד בעקאפ סערוויסעס, ווי קרעשפלען, קארבאנייט און אנדערע.
וואס איז דיין מעסעדזש צו די ליינער?
יעדער איינער פרעגט וויאזוי איז יענער אנגעקומען צו זיין אזא גרויסער תלמיד חכם, לויער, גראפיקער, דאקטער וכו', די תירוץ איז אז ער האט אנגעהויבן, ער האט אנגעהויבן מיט אביסל, אבער שטייטליך איז ער אנגעקומען דארט וואו ער איז היינט. אלזא רבותי, וואס איר ווילט נאר, הייבט יעצט אן.
נאכאמאל, עני קאמענטס דא