מיין חבר זוכט א דזשאב!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

מיין חבר זוכט א דזשאב!

תגובהדורך חברותה » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 9:05 am

פאר ווער עס וויל ליינען די ארטיקעל ביי די חנוכה לעכט, האב איך עס אריינלייגט אין מי מנוחות דף נז..

איך האב א חבר 'יוסל' וואס קומט ארויס אויף שבת צו זיין טאטע יעדע פאר וואכן. איך האב הנאה צו שמועסן מיט אים ווייל ער האט אסאך עקספיריענס אין ביזנעס, יעדע מאל איך טרעף אים האט ער יענע וואך אנגעהויבן א פרישע דזשאב... ווי אויך קען ער שוין אלע פייטס אין די ביזנעס, און ער גייט שוין בעטן א רעיס ווייל ער איז כמעט די טאפ מענעדזשער...

א שטיק צייט צוריק טרעף איך אים, איך פרעג אים ווי ער ארבעט, נעמט ער זיך שרייען "נו, שבת, שבת" איך האב געזעהן אז סאיז צרות... ער זוכט א דזשאב... ס'גייט אריבער אפאר וואכן און ער איז נאכאמאל דא, איך האב געטרייט נישט צו רעדן פון ביזנעס, סאיז דאך שבת... אבער ווי נאר איך געב אים שלום עליכם זאגט ער מיר מיט א שמחה אז ער האט אויפגעמאכט א ביזנעס... ער האט א 'עמעזאן ביזנעס'... איך האב גראד געזעהן אז ער האט זיך מיאש געווען פון האבן פרנסה... האב איך באשלאסן אים צו העלפן זוכן א דזשאב.

די ערשטע זאך איז צו אויספילן א רעזומעי! איך שרייב אראפ זיין בעסיק אינפארמעישאן, איך זאג אים ער זאל מיר זאגן אלע קוואלעפיקעישאנס וואס קען זיין אמת אויף אים... די ערשטע זאך הייבט ער אן איז אז ער האט שוין אויסגעהערט כמעט אלע קול מבשר'ס ביזנעס אינטערוויאו'ס... ער האט באקומען אסאך עקספיריענס.. ער טראכט פון עפענען נאך א קדם וויין קאמפעני אדער נאך א עסטרייכערס קוקיס... ס'ווענט זיך צו ער איז הונגעריג אדער דארשטעריג... די מערסטע עקספיריענס האט ער אין ביזנעס קאוטשינג, פשוט פון דעם איז דא די מערסטע אינטערוויאוס...

נאכדעים האט ער אסאך געליינט אייוועלט די ביזנעס ארטיקלען, ווי למשל וועלעכע וועבסייט סאיז דאון... אדער וועלעכע סעיל ס'גייט זיין... ווי אויך סתם די ביזנעס ארטיקלען וואס איז אים נישט אזוי שטארק נוגע... אויך האט ער געליינט די צענדליגע אשכולות פון ביליגע דירות ווי ער איז נאך אזא מבין ווי רוב תגובות דארטן... ער האט נאכנישט קיין ניק, אבער ער זאגט אז ווי נאר ער גייט זיך איינשרייבן גייט ער אנקומען צו טויזענט תגובות אין א חודש... איך האב אים געזאגט אז לעצטענס נעמט מען נאר אריין אויף אייוועלט מענטשן וואס האבן א סטאבילע דזשאב...(הלואי איז עס אמת....)

איך בעט אים זיין אימעיל אדרעס, פארציילט ער מיר אז זיין אימעיל קומט אים צוניץ, ער האט שוין באקומען צוויי אימעילס פון ניעגערע מענטשן אז ער האט געווינען אסאך געלט, ער האלט אינמיטן דיעלן מיט זיי, ער האט זיי שוין געגעבן זיין סאשעל מיט זיין דעיט אף בורט... זיי זאגן אים אז די געלט איז אויפן וועג.... ווי אויך האט ער א טוויטער אקאונט... ער רי-טוויט יעדע אומ-אונטערסאנטע טוויט... ער האט שוין צוואנציג פאלויערס, ער וויל מאכן א פראמוישען ווער עס גייט זיין זיין פופציגסטע פאלויער... ער ווייסט נאכנישט פונקטלעך וואסערע פראמוישען צו געבן אפשר וויל ער מאכן עפעס מיט אכט דיימס וואס דארף פאלן אויף איין זייט, אויב ס'געלונגט גייט ער יענעם רי-טוויטען אגאנץ יאר פאר אומזינסט... ער זאגט ער גייט קיקן יעצט חנוכה אלע גוטע איידיעס פון ביזנעסער וואס ער קען נאכטוען...
וויאזוי זאגט יענער, ווילסט מאכן געלט פון טוויטער? גיי צו די אקאונט סעטינגס, דרוק דעליט אקאונט און גיי ארבעט... סאיז בדוק ומנוסה......

איך פרעג יוסל, וועלעכע ביזנעס האסטו געארבעט די לענגסטע? זאגט ער מיר אז ער האט אמאל געהאט א אייגענע ביזנעס, געדענקסט ווען סאיז אמאל געווען די אדווערטייזמענט, 'טייערע פרויען, איז אייער מאן א תלמוד חכם און קען נישט אריינלייגן קיין נייע באלבס? מיר קענען טוען וואס פאר אייער מאן איז שווער..' דאס איז געווען מיין עד... דארט האב איך געארבעט די לענגסטע, פאר א גוטע דריי חדשים, ביז איך האב באקומען די ערשטע פאון קאל.... גראדע האב איך באקומען יענע טאג צוויי קאלס, די ערשטע איז נישט געווען אזוי שווער, די פרוי האט מיר געבעטן אז פאר איר מאן איז שווער אראפצופאקן פון טיש צו איך קען עס טיען... און אויב איך קען ארויסטראגן די גארביטש......
די צווייטע קאל איז שוין געווען מער ערנסט, די פרוי ווייזט מיר אז מדארף פיקסן די בעדרום פענסטער, איך זעה ווי סליגט דארט א שיך... איך זאג איר אז אין ארדער צו פיקסען די גלאז דארף איך וויסן ווער עס האט עס געווארפן פאר וועם, אויב די מאן פאר די ווייב איז עס א שטארקע זעץ דארף מען לייגן צוויי גארביטש בעגס אויף די גלאז... אויב זי האט עס געווארפן אויף אים דארף מען דריי... בקיצור זי האט געזאגט אז איך זאל צוריקקומען אן אנדערס מאל...

א טאג שפעטער האט יוסל באקומען א אפפער פון א קאר סערוויס ביזנעס, ער האט געדארפט מאכן א טריפ פון מאנסי צו די קעטסקילס, אינמיטען וועג קאלט ער אריין אין אפיס זאגן אז ער איז סטאק אויפן עף די אר... פרעגט אים די דיספעטשער ווי קומסטו יעצן אן אויפן עף די אר??? האט ער אים גענפערט אז די גרינגסטע וועג פאר אים צו די מאונטענס איז פון די סיטי, ער פאר ארויף אויפן עף די אר און פארט ווי ס'איז דא טרעפיק.... איז ער קודם אהין געפארן...
דערנאך איז ער אריין ארבעטן אין א פראפעשנעל ביזנעס, ער איז געווארן א עידזשענט פאר 'עמבעט ענערדזשי' ער איז געווען א זיידע עידזשענט און געהאט אינטער זיך נאך צען עידזשענט, ער איז למעשה ארויס אינגאנצן מיט צוויי הונדערט דאלער שאדן...

אזוי צוביסלעך איז יוסל'ס רעזומעי געווארן גרעסער און גרעסער, דיקער און דיקער, ערגער און ערגער... ער האט שוין געהאט עקספיריענס אין יעדע פעלד ווי ער באלאנגט נישט... מיט די רעזומעי אין די הענט האב מיר זיך ארויסגעלאזט אויף די יארכע זוכן א דזשאב...

וועלעכע דזשאב זוכט מען? פרעגט מען די טוטער יוסל אליינס... אלע ביזנעס לייט זאגן אייביג אז מ'דארף ארבעטען אין א פלאטץ וואס מ'האט ליב, איך מיין אז אכציג פראצענט מענטשן האבן נישט ליב זייער דזשאב, איינער וואס זיצט אין אפיס, ווען סאיז א שיינע וועטער וויל ער זיך זעהן ארבעטן אין גאס און טרעפן מענטשן, איינער וואס ארבעט אין א ווערהויז אדער פארט ארום סעילס'ן ווען סאיז קאלט אדער פלעין א פארכמורעטע טאג וויל זיך זעהן זיצן אין אפיס, און ווער ס'זיצט אין אפיס און האט עס יא ליב, זיצט ער צוזאמען מיט זיין באלעבאס אין איין אפיס, אך און וויי פאר אזא אינגערמאן... ער קומט אפ אלא עבירות... בקיצור... אבער אזוי זאגט מען אז מ'דארף אויסקלויבן א דזשאב וואס מ'האט ליב, זאגט מיר מיין יוסל אז ער האט א קרוב וואס איז אין די זעלבע מצב ווי אים זוכענדיג פרנסה, ער האט פיין געטראפן, ער גייט יעדן טאג ארום פראטעסטן מיט די המעוררים גרופע... ער מאכט טאקע נישט קיין געלט, אבער ער איז זייער פארנומען... איך אבער זאגט יוסל, האב ליב א קאמפיוטער דזשאב... פיין, גיימיר זוכן א קאמפיוטער דזשאב, איך האב געטראפן, מיין שכינות'דיגע גראסערי זוכט א רעדזשיסטער, א גוטע קאמפיוטער דזשאב...

איך האב אים געמאכט אן אפוינטמענט, יוסל קומט אן צום אינטערוויאו מיט אסאך עקספיריענס אין די הענט, ער איז שוין געווען ביי אסאך אינטערוויאו'ס... די באלעבאס קוקט אויף זיין רעזומעי און פרעגט אים מיט וואס נאך ער האלט אז ער קען צוגעבן פאר די ביזנעס, ענפערט ער אז אויב ס'איז דא שלעכטע קאסטומערס קען ער זייער גוט קעיר נעמען פון זיי... ער קען זיי גוט צופיקסן, ער פארציילט אים אז זיין ווייב האט אמאל געלאזט איר רינגעל אויפן טישטוך און ער האט געזעהן ווי זי ווארפט די טישטוך אין גארביטש, ער האט איר נישט געזאגט ווי ס'ליגט, נאר געקויפט א נייע פאר פערצן הונדערט טאלער, זאל זי זיך אויסלערנען צו זיין מער מסודר... איך קען גוט צופיקסען מענטשן פירט יוסל אויס...

מ'האט אים אויפגענומען ביים רעדזשיסטער! אך און ווי איז געווען פאר ווער עס האט דארט גערעכנט... אויף איינעמס אקאונט האט ער אויפגעשריבן אפאר עקסטערע אייטעמס זיכער צו מאכן אז יענער זאל פון היינט און ווייטער איבערקוקן די רעסיט... פארן צווייטן וואס ער ווייסט אז זיי ליינן נישט קיין שום אויסגאבעס האט ער צוגעלייגט צום ארדער די ענגלישע עמי מיט די היברו משפחה... נאך צוויי וואכן קומט די באלעבאס צו אים זאגן אז ער זעהט א שינו אין די סעילס... ענדליך הייבט אים איינער אן צו אנערקענען... די באלעבאס זאגט ווייטער אז די שינו איז אז פינעף קאסטומערס זענען שוין אוועק געגאנגן אדאנק אים.... ער קען זיין די זעקסטע וואס קען שוין היינט גיין...

איך האב אים געטראכט צו אפפערן א דזשאב ביי די DMV סקוקט אויס זייער פאסיג פאר אים... מ'דארף נישט גארנישט קענען חוץ קריכען אויף די קאסטומערס... איך האב געטשעקט ביי זיי צו זיי ווילן אים אריין נעמען האבן זיי מיר גענפערט אז נאכן איבערקוקען זיין רעזומעי קענען זיי אים נישט אריינעמען ס'קוקט אויס אז ער איז צו געשיקט פאר א DMV ארבעטער...

א וואך דערויף טרעף איך יוסל אויפן גאס ביי א פייער קאל מאכן פיקטשערס, איך פרעג אים צו ער האט א נייע דזשאב אלס באפפער.. זאגט ער מיר אז סאיז זיין סייד דזשאב... זיין באלעבאס האט געזעהן אז ער ארבעט זייער שווער האט ער אים היינט געגעבן וועקעישאן... איך האב אלעס פארשטאנען...
איך פרעג יוסל וואס נאך ער טוט פאר סייד דזשאב, זאגט ער מיר אז ער האט בעסיקלי געהאט פאריגע וואך יעדן טאג א סייד דזשאב, מאנטיג האט ער געארבעט אין קאנסטראקשען, ער האט געזאגט ויהי נועם.... דינסטאג איז ער געווען א לייף אינשורענס עידזשענט, איך האב אים געפרעגט צו ער האט כאטש אריינגעריקט פאר איינעם א פאליסי? זאגט ער אז לויט ווי אזוי סקוקט אויס גייען די אינשורענס קאמפעניס צומאכן.. ווייל צו וועם ער האט גערעדט האט אים געזאגט אז מהאט שוין א פאלעסי אדער דארף מען נישט, די אינשורענס קאמפעניס האבן שוין נישט פון ווי צו מאכן געלט.... מיטוואך און דארנעשטאג האט ער דעליווערט פיש, פרייטאג האט ער געשוירן מענטשן ביי די מקוה, אבער איך זעה, זאגט יוסל, אז די מקוה איד פארשטייט צו ביזנעס, ווייל ער האט מיר געזאגט אז סאיז בעסער אז איך זאל טוהן איין זאך אגאנצע וואך, אדער אגאנצע וואך שערן אדער אגאנצע וואך דעליווערן פיש....

איך זאג פאר יוסל אז איך געב אים נאך איין טשענס פאר א דזשאב וואס איך גיי אים שאפן, טאמער געלונגט עס נישט קען ער מארגן גיין זוכן א דזשאב.... זאגט ער מיר אז פארדעים האט ער אוועקגעלייגט אפאר דזשאבס פאר א רעגנדיגע טאג... ערשטענס טראכט ער צו זיין א פלאמבער אדער א מלמד, ווייל זיין מגיד שיעור אין ישיבה האט אים געזאגט אז טאמער ער רוהט נישט איין וועט ער אויסוואקסן א פלאמבער... און איינע פון זיינע געוועזענע בעל בתים האט אים געזאגט אז אויב ער שטעלט זיך נישט צו אין ביזנעס וועט ער מוזן ווערן א מלמד... צווייטענס טראכט ער צו ווערן א משמש אדער מקוה איד, ווייל אזוי דארף ער נישט זיין אינדערהיים אין די אנגעצויגענע צייטן....
איך האב אים געזאגט אז די בית מדרש איז נישט שולדיג אז די האסט שלום בית פראבלעמען....
דריטענס האט ער א ביזנעס וואס ער האלט אינמיטען עפענען, ער זאגט אז ער האט שוין רוב זאכן וואס ספעלט זיך אויס פאר א נייע ביזנעס, א ביזנעס נאמען, ער וויל מיר נישט זאגן ווייל אפשר גיי איך אים אויסכאפן... סהאט צוויי נעמען, יוסל'ס מיט נאך א נאמען... ער האט שוין א טוויטער אקאונט, און א חלק פון די עד פאר די ביזנעס... ווי אויך האט ער שוין אנגעגרייט א אינטערוויאו אויף קול מבשר פון זיין נייע ביזנעס... ווי שווער סאיז אים געווען אנהייב... און ווי סאך ארבעטערס ער האט שוין געווארפן...... ער דארף נאר נאך די ביזנעס איידיע און ער איז רעדי צו עפענען....

יעצט ליינט איבער דעם קעפל... "מיין חבר זוכט א דזשאב...!"

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 9:09 am

געוואלט געבן א לייק אין מי מנוחות...
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 9:17 am

געוואלדיג !!

קאכעדיגע
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובהדורך קאכעדיגע » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 9:37 am

אזויפיל צאמצופאקן אין איין ארטיקל! Wow, פיין געלאכט

דאס איז אונזערער באקאנטע קול מבשר יאסעלע!

אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

תגובהדורך חיים ושלום » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 9:46 am

איך מיין אז איך קען דיין חבר
אבער איך געדענק נישט אז ער זאל הייסן יוסל......................
העמיר זיך זען אויף שמחות

אוועטאר
מזויף מתוכו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:56 pm
לאקאציע: דאס פלאץ

תגובהדורך מזויף מתוכו » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 9:53 am

גוט!
ביסטאך א גאון אין הומאר

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 9:57 am

;l;p- שוין געליינט פאר א צוויי טאג, פיין אראפגעלייגט! כ'שמייכל נאך יעצט!!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3824
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 10:16 am

צולייגער האט געשריבן:געוואלט געבן א לייק אין מי מנוחות...

חברותא, ווילסט ווערען מיין חברותא,איך קען ניצען א חבר מיט אזא געשמאקע סענס אוו הומאר.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:50 am

זאג נאר, וואס איז 'דיין' דזשאב? א שרייבער אדער 'קרן עזר'?
גאר גוט!
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 1:10 pm

חברותה איך האלט מיר שוין איין מיין תגובה היפש לאנג!

צוקאש!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
גלעזעל
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:37 pm

תגובהדורך גלעזעל » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 1:54 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:
צוקאש!
;l;p- :lol: :lol:

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 2:02 pm

האהאהאהאהאהא!!! זעהר פיין חברותא!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 3:22 pm

זיס געשריבן, פיינע הומער!! וואזשנע בייפאלער!

טענקס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 3:44 pm

דאס איז אוסעם!
נעמסט נאך אן צו שרייבן רעזומעיס? כ'קען דיר שיקן אפאר קלייענס.
דאס ווארט פון טוויטער גיימיר נוצן, דאס איז חדשות.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 6:04 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:דאס איז אוסעם!

דאס ווארט פון טוויטער האמיר שוין גענוצט, דאס איז חדשות.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

וואלוועלע-קרעטשמע
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 11:44 am

תגובהדורך וואלוועלע-קרעטשמע » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 7:07 pm

געוואלדיג, געוואלדיג, יעדע ווארט גיסט הומאר, אזאנס צוזאמגעלאכט וויאזוי ער אנגעקומען אויפן עף די אר
א יעדע מעשה האט 2 זייטן,
ווען די נעמסט אן איין זייט נוץ דיין שכל און זעה דיינע נגיעות זאלן דיר נישט פארפירן,

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 7:36 pm

יאפ, דער חברותה בויעט זיך א רעפוטאציע ווי ס'ברויך צו זיין, איין טאג וועט מען ווייזן פאר די קינדער, זעסט דעם מעכטיגן קאמידיען וואס שטייט דארט אויפן בענקל, און יעדער לאכט שוין נאר פאר ער האט אפילו אנגעהויבן רעדן? איך געדענק נאך ווען ער האט אנגעהויבן זיין קאריער דא אין וועלטל..

אפשר טאקע איין טאג

אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

תגובהדורך רייזענדער » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:50 pm

אה איז דאס א געשמאקע חברותא, א חברותא וואס ווייסט מיט וועמען זיך צו חבר'ן...

באמת א זעלטענע זאפטיגע און גאר קריעטיוו ארטיקל, יעדעס שורה זיס און דערפרישענד, האמיר געוואלדיג הנאה געהאט.

הרבה חברותא עושה!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12807
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:58 pm

האב איך דא צוזאמגעלאכט יעצט... כמעט פארגעסן אויב איך זאג ועל הניסים צוליב חנוכה אדער פורים...

איך קען זעהן א בדחן זיך אויפשטעלן אפליינען דעם ארטיקל ביי א מצוה טאנץ אדער שבע ברכות און איז יוצא דערמיט שמחת חתן וכלה אויפן שענסטן פארנעם!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » פרייטאג דעצמבער 19, 2014 1:41 am

אבי.גערעדט האט געשריבן:יאפ, דער חברותה בויעט זיך א רעפוטאציע ווי ס'ברויך צו זיין, איין טאג וועט מען ווייזן פאר די קינדער, זעסט דעם מעכטיגן קאמידיען וואס שטייט דארט אויפן בענקל, און יעדער לאכט שוין נאר פאר ער האט אפילו אנגעהויבן רעדן? איך געדענק נאך ווען ער האט אנגעהויבן זיין קאריער דא אין וועלטל..

אפשר טאקע איין טאג

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » פרייטאג דעצמבער 19, 2014 12:08 pm

אשאד מהאט מיר נישט געזאגט די איידיע פון זיין א בדחן פארן שרייבן די ארטיקעל, איך וואלט ווען געהאט נאך א דזשאב פאר יוסל..

שכוח פאר אלע קאמענטס און לייקס.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3931
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מיטוואך דעצמבער 24, 2014 7:03 pm

דער יוסל איז דאכצעך דער אלעמען-באקאנטע יוסעלע פון קאלמעוואסער פורים אפטיילונג...

ייש"כ פאר שרייבען. הנאה געהאט.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך דעצמבער 24, 2014 7:13 pm

קאכעדיגע האט געשריבן:אזויפיל צאמצופאקן אין איין ארטיקל! Wow, פיין געלאכט

הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 8:28 am

אנעים זמירות האט געשריבן:דער יוסל איז דאכצעך דער אלעמען-באקאנטע יוסעלע פון קאלמעוואסער פורים אפטיילונג...

ייש"כ פאר שרייבען. הנאה געהאט.


איך האב מיר פארבינדען מיט יוסעלע פון קאלמעוואסער, ער זאגט מיר אז סאיז נישט ער..
אויך זאגט ער מיר אז ער האט געליינט די ארטיקעל און ער האט געטראפן דארט איידיעס פאר גוטע דזשאבס ווי ער קען נאך ארבעטן..

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג דעצמבער 26, 2014 11:28 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:זיס געשריבן, פיינע הומער!! וואזשנע בייפאלער!

טענקס.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט