אינפארמאטיוו טריפ

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מזויף מתוכו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:56 pm
לאקאציע: דאס פלאץ

אינפארמאטיוו טריפ

תגובהדורך מזויף מתוכו » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 3:17 am

איך ווייס נישט פארוואס דער עולם פארפירט אזוי אז איך בין א פעניאק איך גיי טאקע ארויס שפעט אבער איך כאפ אייביג -און רוב מאל בין איך גאר דער ערשטער אויפן (נעקסטן) באס.
אקיצור, זעמער ארויף אויפן מאנראו באס, אויף די ערשטע פאר סיעטס קלער איך נישטאמאל זיך צו דערזעצן זינט איך האב נישט קיין רונדיכיגע קוטשמע, און אויך נישט קיין וואסער שפריצער זיך צו וואשן פאר'ן דאווענען, אפילו א פשוטע זאטשקאו האבעך נישט, סאו שטעלעך נישט איין.
ווידער די מיטעלסטע זיצן זענען רעזארווירט פאר די בעל תפילה, די ר'ח בעל תפילה און דער גבאי וואס גייט מיט'ן צדקה זעקל און קלאפט אויס על הניסים מיט די נארוואס אראפגעלאזטע פיאות. זעצעך זיך אוועק מער צו הינטערשט.
איך גלייך צו זיצן אזוי אינמיטן פון צוויי זיצן, מער צו אריין פארט, אין קעיס איינער זעצט זיך אוועק אומגערופען האבעך כאטשע א פענצטער.
איך באטראכט איטליכן נארוואס ארויפקומענדן, אבער ווי נאר ער קומט אן נאנט צו מיין באזעץ טרעף איך עפעס זעהר אינטרעסאנט אינעם ווינדאו און כדריי זיך הערמאטיש אוועק, כדאי ער זאל נישט קענען פרעגן אויב איינער זיצט דא.(די חברה ווילן נישט פארשטיין כוואלט זיך גערן אויפגעשטעלט פאר זיי ווען נישט איך בין פויל).
הכלל, היצטער איז ארויפגעקומען מיינס א גוטער פריינט, יענקל. געוועזן מיט'ן אין די ישיבה, גאנץ א פאפולער בחור געווען גראדע, אלס געהאט דאס לעצטן ווארט אויפן פלאץ, געוויסט אלע פאליטיקס דער ערשטער, ווי אויך פלעג ער כסדר אפדעיטן די עשירים ליסטע פון די וועלכע מהאט געדארפט שנארן פאר זיי די הוצאת החתונה, בקיצור ריעל סטאף! אינז גיימער האבן א גוד טיים אויפן וועג.
מפעדימט איין די שמועס על דא ועל הא, איך פראיוו ארויסצובאקומען די סודות פון חדר. וואס האלטסטו וועגן בלומינגבורג? אה כהאף באמת ס'זאל זיך אויסארבעטן! און אזוי אויך די אלע אנדערע פראדזעקטס אבי זאלן שוין יודען אויפגעראכטן ווערן.
און ווואס זאגסטע צום דינער? כהער סגעווען א דיזעסטער. עה פארוואס זאגסטו אזוי? פונקט פארקערט אזוי שיין געוועזן! בקיצור, איך הייב אן זעהן דער איז מיר געווארן א צדיקל.

זאג נאר יענקל, לאמיר דיך פרעגן א פערסאנעל שאלה, איך געדענק דיך דאך נאך פון ישיבה, עס איז נישט געווען א נושא וואס זאל ארויפגעברענגט ווערן און אפגעשוינט ווערן דורך דיך. דו פלעגסט דאך שינדן און צאפן פון יעדן און פון אלעמען, אלזא, וואס איז מיט דיר געשעהן? איך זיץ שוין מיט דיר פאר א שעה און כהאב נאכנישט מצליח געווען צו הערן פון דיר קיין שלעכט ווארט אויף איינעם אדער גאר עני נעגעטיוו קאמענט.

זייער פשוט זאגט ער. כ'האב אנגעהויבן צו באמערקן אז מיינע נאנטע ציען זיך אוועק פון מיר, פראבירן אויסצומיידן צו שמועסן מיט מיר, כ'האב שטארק אריינעטראכט דערינען און בין געקומען צו די החלטה אז מענטשן פילן זיך זייער אומבאקוועם מיט א נעגעטיוו מענטש. נישט דווקא איינער וואס רייסט אראפ יענעם -וואס דאן אידעך פשוט אז דער עולם פוצט אפ, הגם סקען אמאל זיין א צייטווייליגע הנאה דאך אבער פיהלט זיך א מענטש זייער אומזיכער דערנאך, מקען דאך חוזק מאכן פון מיר אויך, בין איך דען נישט קיין חוזק?- נאר אפילו סתם אזוי נעגעטיוו קאמענטס און זיך כסדר אפרעדן מאכט מענטשן פיהלן אומזיכער און אנטמוטיגט דעם מענטש פון אנצוגיין ווייטער. (נע לאדיך אפ ס'אלעס חלומות, די סיסטעם איז קאראפטעד, די ישיבה טויג אויף כפרות)
מענטשן האבן ליבערשט ליעב צו הערן פאזעטיוו קאמענטס, עס גייט זיין גוט, עס איז גוט, דאס געט א באסט ווייטער אנצוגיין.
האב איך אנגעהויבן שפאנען אין ריכטיגן דירעקשן און בה איך זעה פירות ע'כ.
כ'האב פארלאזט די באס פארטראכט, חומר למחשבה. און ווי מער כ'האב אריינעטראכט דערין זעה איך עס אלס מער און מער ביי מיר. פארשטייצעך דער מח טראכט דאס נישט גראב אבער אין בעק אוו די מיינד האט עס אן השפעה.

לעצטענס געהערט א אינגערמאן אין ביהמד רעדן מיט אייפער עס קומט גוטע צייטן! דריידט זיך לעצטענס די מעלאונעס אין די גאסן! ראצערס ווערן עשירים איבערנאכט!
דער עולם איז געשטאנען און אויסגעהערט מיט אפענע אויגן און מיילער מיט א קענטיגע הנאה הגם דער רעדנער האט נישט געזאגט קיין חידושים און נישט געגעבן קיין עצה צוצוקומען צו דעם, פארט האט דער עולם ליב צו הערן א גוט ווארט, עס איז גוט, קענסט יא

לייענענדיג אייוועלט און מי מנוחות זייענדיג אינעם פאזיטיוון מאוד האבעך זיך גענומען שעמען פון זיך אליינס וויאזוי איך פלעג ווי יעדער איינער דזאדזען א מענטש פון זיין אוסקוק אויבנאויף, דהיינו, איך קען אפאר שרייבערס וואס דורך אייוועלט בין איך געוואור געווארן ווער זיי זענען באמת, וויפיל השלמות יודן האבן וואס אין ריעל לייף איז עס באגראבן אדער עטליעסט זעהט עס אזוי אויס פאר'ן פאבליקום, וויפיל קלוגשאפט און אינטאלעגאנס פארמאגן זיי וואס איך וואלט עס נישט קענען געלערנט אויבנאויף. העי גיוו איט עי שאט..

די איפארמאציע האט פון מיר געפאדערט אן ארטיקל.

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 7:07 am

Wow

זייער שיין

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 8:50 am

שוין גארנישט מזויף....
#פיינע שריפט.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 10:36 am

ריכטיג און וואר!
אראפגעלייגט שיין און קלאר!

שכח!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 12:54 pm

פיין! איך האב פארשטאנען וואס דו מיינסט.. :wink:
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 1:56 pm

רייך און זאפטיג, דיין אויסשפראך איז צוקער.
אן ארטיקל א טאג קען סעיוו ע לייף, גארטל דיך אונטער און לאמיר זען ווער דו ביזט באמת...

און עס פאדערט טאקע פון דיר שוין נאך אן אנאליז, וואס איז א מענטש באמת? וואס דו זעסט אין גאס? וואס ער איז אינדערהיים? אדער וויאזוי ער זינגט. שרייבט אא"וו, אדער אלע ביינאזאם אדער קיין איינס נישט?
איין זאך איז זיכער, אז דער וועג וויאזוי א מענטש עקט אין גאס איז לויט זיין אייגענע סעלף אימעדש וויאזוי ער קוקט זיך אליין אן און האלט אז ער איז אין מענטשן'ס אויגן, און דאס וואלט זיך אסאך געטוישט ווען א מענטש וואס איז למשל א צוריקגעצוגער אדער ווי מ'רופט עס א יוקל, און האט א שריפט אדער אנדערע קוואלעפיקאציעס איינס אין דער וועלט, אבער ער געט עס אין ערגעץ נישט ארויס, אטאמאטיש איז עס נישט אין זיין רעזומעי, וואלט ער געהאט פלאטפארמען זיך ארויסצוגעבן, וואלט ער זיך באמת אנדערש אנגעקוקט, ביים רעדן בין איך טאקע א יוקל, אבער ביים שרייבן א דשעני, אא"וו און ער וואלט זיך אנדערש אויפגעפירט אקארדינגלי, און ער וואלט באמת געווען א צווייטער מענטש.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
מזויף מתוכו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:56 pm
לאקאציע: דאס פלאץ

תגובהדורך מזויף מתוכו » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 3:10 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:
און עס פאדערט טאקע פון דיר שוין נאך אן אנאליז, וואס איז א מענטש באמת? וואס דו זעסט אין גאס? וואס ער איז אינדערהיים? אדער וויאזוי ער זינגט. שרייבט אא"וו, אדער אלע ביינאזאם אדער קיין איינס נישט?

יעדער איז דאך אנדערשט, אויף זאל ער קומען קען איך גראדע מעיד זיין אז ער איז נישט קיין סאך אנדערשט אין ריעל לייף. אייביג איז ער ארומגענומען מיט מענטשן וואס הערן מיט דארשט וואס ער האט צו פארקויפן, אין אלע נושאים איז ער אינדערהיים ברוחניות ובגשמיות.
זאל ער נאר קומען!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 3:24 pm

וויכטיגע געדאנקען, שיין אהערגעשטעלט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13069
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 10:40 pm

אמת'ע דיבורים
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

תגובהדורך רייזענדער » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:59 pm

מזויף מתוכו האט געשריבן:איך האב נישט קיין רונדיכיגע קוטשמע,

און אויך נישט קיין וואסער שפריצער זיך צו וואשן פאר'ן דאווענען,

אפילו א פשוטע זאטשקאו האבעך נישט

אם כן מה ליליד אשה; וואס זיכסטו אויפן מאנרא באס...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט